☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אלעס איבער פיאות הראש

אלעס איבער פיאות הראש

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11952

שמעון וואלף » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 1:10 am

· #388182
אלעס איבער פיאות הראש
לא תקיפו פאת ראשכם - דאס איז פון די ערשטע מצוות, טאמער נישט די סאמע ערשטע מצוה, וואס מ'לערנט אויס קליינע קינדער. די חלק ההלכה איז שוין מבואר אין שו"ע ונו"כ וספרי שו"ת,ומשם תדרשנו. די פראקטישע חלק דערפון וועט מען קענען אויסשמועסן אין דיזען אשכול.

זענען דא מאדערנע און אזוי אויך אין ליבאוויטש וואס האבן בכלל נישט קיין פיאות. די וואס האבן אבער יא, וואס טיט מען דערמיט?

נהרא נהרא פשטא, פארהאן כמה וכמה מנהגים בזה און יעדער איז ענטייטעלט צו טשוזען וואס איז אים צום הארצן. איך וועל דא ברענגען א ליסטע, ואין מוקדם ומאוחר.

1. מ'לאזט עס אראפהענגען צעפלאטשעט, אדער געקרייזעלט

2. מ'קניפט עס אויבן ווי ס'וואקסט. מאנכע שטעקן אריין דעם קניפ אזוי די בארד קנאבל און אנדערע לאזן די קניפ הענגן צו די זייט אדער האלט זיך עס מיט די גלעזער (סקווירא)

3. מ'דרייט עס ארום די אויער (וויזניץ, בעלז). דאס איז אויך געווען פאפיולער אין סאטמאר ביי די סענז סטריט זשענערעישן.

4. מ'קניפט צאם ביידע פיאות העכערן קאפ און מ'שטעקט עס אינטערן קאפל (גור). פארדעם דארף מען אבער האבן א גרויס קאפל.

5. מ'דרייט עס צאם און מ'באהאלט עס אינטערן אויער.

6. לאנגע געקרייזעלטע פיאות אינטערן אויער

7. מ'שנייט עס קורץ - א צוויי-דריי אינטשעס און מ'לייגט עס אינטערן אויער

8. כנ"ל נומבער 7 נאר מ'לאזט אבער הארעלעך וואס זיין כאילו אראפגעפאלן פון די אויער (בריסק)

מי כעמך ישראל!

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 1:25 am

· #388183
הע? און בריסקער פעיאות איז ביי אייך גארניט?

קאוריג » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 12:25 pm

· #388219
האסט אויסגעלאזט

9. גאר דינע פיאות (אפאר הארעלעך) אבער לאנג און געקרייזלט, אין בעק פון די אויער

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 1:36 pm

· #388228
וואס דו זאגסט!!