☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי

הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11948
בלאט: 1 2

יהודי פשוט » דינסטאג אקטאבער 23, 2018 11:44 am

· #415061
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
ארויף געברענגט לכבוד די יארצייט.
ת.נ.צ.ב.ה.

סקרן » דינסטאג אקטאבער 23, 2018 11:56 am

· #415066
סקרן
מאוד השתוממתי לראות שאין אשכול על הרבנית הנ"ל.
כשהתבוננתי חשבתי שאולי זה מפני שהרבה מחברי השטיבל הם תלמידי או חסידי סאטמאר וזה עניין או סיפור מאוד מרגש בקרב החסידים
אבל בראותי שהעיתון דער בלאט אזרו אומץ והתחילו לערוך עלי' כתבה אמרתי בלבי שהזמן מוכשר גם פה לישא וליתן על אישיותי' חשיבותה
הקשר בינה לאביה,
לאמה חורגהה
לר' יוסל אשכנזי ודעימי'
ואיך פתאום נפטרה ולהגדיל התמהון או הטראסק אומרים שהיתה בחודשה השמיני

ומה גם שהתגוררה בוויליאמסבורג ויום אחד החליטה היא ובעלה להתיישב בהוועסט סייד ולא הגיעה {לא הניחו לה} לבקר אביה,
כשהיתה היחידה מיו"ח בחיים
בעלה לא ישב שבעה עם חותנו,
המכות והצעקות וההזהרות (נוסח סאטמאר) שהוא קיבל בחיים חיותה ולאחר פטירתה
כשנחלה וחותנו לשעבר הגיע לביקור בביה"ח אחרי שהתברר שהוא {הסעמיהאלי} אינו יוצא משם כבר והסתגר עמו ב' שעות
ואיך זה שלא רק שלא קרבו בניו בסאטמאר, גם רחקו אותם

ואחרון חביב, יש כבר עתונות בחסידות סאטמאר עשרות שנים וכותבים על כל אחד, אבל על בתו של הרבי שהיתה לה בתמונה של סאטמאר גם לפני השואה ובהתחלה מיד אחרי השואה מעמד מרכזית, ורק עכשיו יותר מששים שנה החליטו לכתוב.

מיינע פראגעס דא זענען מיר נאכנישט פארענטפערט געווארן

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 23, 2018 10:45 pm

· #415141
סקרן: איך בעט דיך. נעם דיר א בענקל. ווייל דו וועסט מיעד ווערן צו ווארטן אז דיינע שאלות זאללן פארענטפערט ווערן...!

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:09 pm

· #415211
ערשטע טייל: רויזע'לע און אלטא פיגא
דאס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך ביפאר דער קריג, פון דער טאג וואס דער סאטמאר רבי האט חתונה געהאט צום צווייטן מאל איז געווארן דער מצב אנגעשטרענגט, די צוויי האבן זיך נישט געקענט אויסקומען, דער אלטא פיגא האט איר געוואלט משלח זיין פון דעי וואן. דער סאטמאר רב האט מחליט געווען דאס צו טוהן בדרך כבוד, ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן צו פלאנצירן זיין איידעם ליפא'לע אין א שטעטל, וכאילו יענעם שטעטל האט האט אים אויפגענומען אלס רב, נו, וועלעכע שטאט?

געוועהן איז עס אויף א שבת צו א יום טוב איז צום רבי'ן געקומען צו פארן זיין פלימעניג, דער ברך משה. דער ברך משה האט שוין געהאט א רבנות שטעלע גרייט פאר אים אינעם שטעטל סעמיהאלי (דאכציך ער איז געווען באותו שעה א חתן). זאגט אים דער רבי אין א פריוואטע שמועס, כ'האב א פראבלעם ביי מיר אין שטוב, כ'בעט דיר זיי מוותר אויף דער רבנות פון סעמיהאלי, גלייב מיר ווען דער צייט וועט קומען וועל איך שוין זעהן צו שאפן פאר דיר א שיינע רבנות שטעלע". דער ברך משה איז געווען א וואויל קינד, ער ענפערט דעם פעטער, הארצן גערען.

איז דאך גוט, כלפי אינדרויסען האט עס אויס געזעהן זייער א נארמאלע זאך, אבער אונטערן פארהאנג, האט דער טאכטער מיטן איידעם זיך אנגעקוקט נישט מער נישט ווייניגער ווי מ'שיקט זיי אין גלות, דער שטיף-מאמע האלט ביים אויספירען אירע פינסטערע פלאן זיי פשוט און פראסט ארויס צו ווארפן פון הויז. דער רויזעלע איז נישט געוועהן קיין מפיל קינד, זי איז געווען א ריכטיגע טייטלבוים מיט אלע קלאפערגעצייג, ביז אהין איז פאטער און טאכטער זיך כמעט נישט געשייד איינעם פונעם אנדערן, ווען דער רבי פלעגט פארן האט זי מיטבאגלייט מיטגעהאלטן, באזוכט דאס הויז ווי איר פאטער וועט איינשטיין צו עס לפי כבוד וכו' וכו'. רויזעלע זאגט פאר דער טאטע "איך בלייב דא, איך גיי נישט אין ערגעץ". דער רבי איז געווען אין א שטארקע פארלעגענהייט, אינו חבוש מתיר את עצמו, ער האט זיך נישט געקענט העלפן, ער האט געוויסט דא גייט זיין פייער.

די ערשטע צוויי יאר האט זיך רויזעלע פרובירט מיט אלע קייטן צו זיין אויף דער גוטע זייט, ס'האט איר געקאסט אסאך סבלות, זי האט געארבעט אויף זיך. זי האט האט זיך אנגעשטרענקט מיט אלע כוחות. מ'דארף איר פארשטיין איר איינציגסטער בלוט און פלייש איז געווען איר טאטע, מער פון איהם האט זי נישט געהאט. דער טאטע זעלבסט האט זיך מיט איר אסאך אדורכגעשמועסט. רויזעלע האט שוין געהאט חתונה געווען ווען דער רבי האט נאך געוואוינט אין ארשיווא, זי האט מיטגעהאלטן גרעסערע און קלענערע מערכות, זי האט מיטגעהאלטן דעם טאטע'נס צער פארלירענדיג צוויי טעכטער, דער מאמע איז עטליכע יאר געלעגן קראנק, איין רויזעלע איז דאס געוועהן וואס האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבען דאס לייב און לעבען סיי פאר דער פאטער און סיי פאר די מאמע. דער פריוואטסטע ענינים האט דער רבי אדורך געטוהן זיך שואל עצה געווען נישט מיט פייוויש אשכנזי, נישט מיט לייבעלע פאשקעס, נישט מיט די פריינדס, בלויז מיט איינעם, דער איינער איז געוועהן דער טאכטער רויזעלע. זי האט געוויסט יעדער פרט בפרטי פרטיות און דאס געוויסט ערשט האנטיג אדער האט זי דאס זעלבסט געהערט און געזעהן, אויב נישט האט זי דאס געהערט מפיו הקדוש פון איר פאטער.

יעצט קומט צו גיין א פרוי, יונגער און אומערפארענט, א גאליציאנער אדורך און אדורך, און זי גייט איבערמאכן דעם רבי'ן? ער איז דאך שוין א איד אין די פופציגער יארן, ער האט שוין אסאך מיטגעלעבט מיטגעהאלטן און זיין לעבען, ווייניג מענטשען קענען זיך פארמעסטן מיט זיין עקספעריענס, ער איז כיטרע קליג, א געלערנטע מענטש, ער קען גוט דער רבנישע וועלט און דער נארמאלע המון עם בעל בתישע וועלט, צו דערצו איז ער א קדוש עליון און א תופס ישיבה.

[מ'דארף דא צו וויסן עפעס, דער אלטא פיגא וואס אונז קען מען פון ווילימסבורג, וואס האט אנגעפירט וכו', אריינגעקומען און געשמועסט מיט מענער וכו' וכו', דאס איז לגמרי נישט דער זעלבע אלטא פיגא פון סאטמאר, דארט האט זי בכלל נישט פיגערירט, מ'האט כמעט נישט געהערט פון איר, אבער דער דיקטאטורישער נאטור דאס האט זי שוין יא פארמאגט דאן, פאר דער רבי זעלבסט איז געווען זייער שווער זיך צו געוואוינען צו איר, ביידע האבן געהאט אייזערנע נאטורן וואס האט זייער אסאך מאל געקלעשט, נאר דער רבי זייענדיג דער אדם גדול בענקים וואס ער איז געוועהן..., דעריבער איז פארשטענדליך ווען שוין דא אין אמעריקא, ווען דער ברך משה האט אים גע'עצה'ט זיך צו גט'ן, איז וויבאלד ער האט געוויסט דער ריעליסטשע לעבן ווי אזוי דער פארפאלג לעבט אינאיינעם, ואכמ"ל ועוד לדלות ולהשקות בענין]

עכ"פ רויזעלע איז נישט געווען דער פרוי, דער סארט כאראקטער פון א מענטש מיט וועם מען האט זיך אזוי גרינג געקענט ווארפן, אויב אלטא פיגא האט געמיינט אז מ'קען דעם רויזעלע שיקן צו די הרי אררט, האט זי אויסגעפונען זייער שנעל די נייע מענטשן וואס זענען יעצט אריין אין איר לעבן. איינמאל רויזעלע האט אויסגעפונען ווער באמת ליגט אונטער דער סעמיהאלי רבנות כבוד, און נאכדערצו ווען זי האט געזען ווי אזוי אלטא פיגא דרייט זיך ארום ווען רויזעלע איז אין שטוב כאילו זי איז עפעס איינער וואס מ'דארף שטארק אפהיטן. רויזעלע האט איינגעזען אז דער פרוי איז נישט גוט פאר א שטיף-מאמע נאך מער זי איז נישט גוט פאר דער ווירשאפט. רויזעלע האט מחליט געווען און מקיים פסק געווען זי גייט אינגאנצן איגנארירן דעם פרוי, וכאילו לא הי'.

זיך צו שלאגן מיט אלטא פיגא אפילו א קאלד וואר איז נישט געוועהן א גרינגע זאך, אבער איין רויזעלע זי איז געווען דער איינציגסטער מענטש איבער דער וועלט וואס האט געהאט עקסיס, אן איינטריט קארט צו כאטש וואס אינעם רבי'נס לעבען. דאס האט געשטערט פאר אלטא פיגא, וויבאלד זי איז דאך פארט א טאכטער, און א גאהר נאהנטע טאכטער מיט וועם איר פאטער סודות'ט זיך.

א גרויסע טויש אין זייערע לעבען, וואס האט פארערגערט זייערע אזוי גערופענעם רילעישאנשיפ, איז געקומען פון גאר א אינעסענט וועג, ממש אומשולדיג. דער סאטמאר רב האט געהאט אזא לעבענס שטייגער, ווען ער האט געוואלט שמועסן מיט איינעם גאר א האקעלע פריוואטע ענין וואס איז אים געווען נוגע, האט ער דאס מיט יענעם געשמועסט אין א אונטערשטע שטוב, דארט ווי דער שטוב מענטשן דרייען זיך נישט. דער רבי האט געוואלט זיך אויסרעדען זיין הארץ צו רויזעלע איבער ענין וואס איז געווען קרוב ללבו, און ער האט נישט געוויסט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבען, האט ער אריינגערופן רויזעלע אינעם שלאף צימער, ס'געווען רואיג און שטיל, אינמיטן איז אלטא פיגא אריינגעקומען מיט געוואשענע וועש (אדער קליידער) אוועק צו שטעלן אין א שאפער, עס איז איר שווארץ געווארן פאר די אויגן ווען זי האט זיי ביידע געטראפן זיצן אויפן רבי'נס בעט, און זיי זענען אריינגעטוהן אין א טיפע שמועס. זי האט אנגעהויבן צו שרייען, זעהט אויס אז עפעס א שוואכקייט אין איר האט געפלאצט, די זאכן וואס זי האט געהאלטן אין די הענט האט זי געגעבען א לאז אראפ אויף דער ערד. איידער זי איז ארויס האט זי געבילט "זאל זי [ווייזענדיג אויף רויזעלע] אוועק לייגן דיינע זאכן". פון די ווערטער האט רויזעלע שוין זייער גוט פארשטאנען אז דער אלטא פיגא שימפט און העצט דעם רבי'ן אקעגן איר, כאטש זי האט דאס געוויסט פון פריער, אבער יעצט האט אלטא פיגא דאס אליינס באשטעטיגט מיט אירע אייגענע ווערטער.

דאס איז די ערשטע טייל פון אלטא פיגא מיט רויזע'לע אין סאטמאר

ועוד יש לדלות ולהשקות אי"ה.

סקרן » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:17 pm

· #415215
ווי וואנ"ט מא"ר

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:19 pm

· #415217
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
ייש"כ גדול. איין הערה. אין דער זכרונות רמב"ח עמ׳ 126, שרייבט ער אז די ישיבה איז געפירט געווארען דורך הרב חי"ל ט"ב, וואס איז געווען א ראב"ד אין סאטמאר און אויך רב אין סענטמיהאל. דאס איז שוין אין תרצ"ה ווען רמב"ח איז אנגעקומען אהין. די ערשטע רביצין האט נאך דעמאלס געלעבט, ביז ה׳ שבט תרצ"ו ווען זי איז אוועק. עס זעט אויס אז קדמה הרבנות להנישואין.

אלענפאלס, ייש"כ פאר׳ן אראפ שרייבען די היסטאריא למען יעמוד לימים רבים.

נקודת-אמת » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:56 am

· #415289
[ציטאט אראפגענומען]

נאך א מזל אז דו האסט נישט געפרעגט א סתירה מיט שלמה יענקל'ס דיסקריפשענס פון דער אלטער היים...
איך קען נישט די זכרונות רמב"ח האמור, אבער ס'איז קלאהר אז רירייטינגן די היסטאריע איז געוועהן אן אומנות בידם...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:59 am

· #415291
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
אנטשולדיגט, אבער רמב"ח איז געווען דארט און נישט דא. זיינ׳ס איז זיכער מער באגלייבט ווי געלבמאן-ווייס-שטויבער וכו׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 1:02 pm

· #415300
cictim
berlbalaguleh
נקודת אמת: ס'הייסט אז סאטמאר האט געפילטער'טע קנאות. ווען זיי דארפן שוין ברענגען לכאורה אן ...,הודאת בעל דין כמאה עדים דמי"...לשיטתם. דאך פילטערן זיי אויס די ..."נישט טויגעדיגע"... טיטלען און פארטיי אנגעהעריגקייטן, רח"ל...!

איך האב א קרוב. איינער פון די גאוני וצדיקי הדור. ער, אלס גרויסער גאון בתורה ווייסט אפצושאצן די חשיבות און וויכטיגקייט פון די ספרים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורכ'ן מוסד הרב קוק. און ער לערנט טאקע פון די אלע שיינע, נוצליכע ספרים. אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן אויף דעם סימבאל פונ'ם מוסד. ע"כ שניידט ער ארויס דעם לאגא פון מוסד הרב קוק פון אלע ספרים.

איך ווייס נישט. כ'האב נישט געטשעקט לעצטנס. לויט ווי איך הער, האט ער שוין נאכגעלאזט פון די אלע משוגעת'ן און מטורפ'דיגע זאכן וואס די ליידיגגייערס האבן ממציא געווען אלס א טייל פון אידישקייט...!


"אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן" 😂

איך בין זיכער אז דו קענסט איהם אויך. אדער לכה"פ געהערט פון איהם. ער איז ממש אריינגעבוירן און אויפגעוואקסן מיט דעם נארישן קנאות. וכל המסתעף. אבער ער האטציך שוין ב"ה אויסגעטשוכעט פון די שטותים...!

יהודי פשוט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:59 pm

· #438259
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
היינט איז די יארצייט!
ת.נ.צ.ב.ה.

דולה ומשקה » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 2:06 pm

· #438463
אויב איז היינט דער יארצייט, דארף מען דאך ממשיך צו זיין מיטן שרייבן.
ובחדא מחתי מסביר צו זיין דער מרפסא איגרא'דיגע אויבערדערמאנטע סתירות, וואס ווער עס קען אביסעלע ווייסט אז דא איז גארנישט שווער, ואי"ה עוד חזון.

יעצט צוריק מיט רויזעלע ע"ה...

פשפש » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 7:24 am

· #461800
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
ווידעראמאל די יארצייט אין מען ווארט נאך אויף דער חזון למועד

צפור בודד » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 8:49 am

· #461801
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
קרן קרץ אין זיין נייע ביאגראפיע פון ר' יואל'יש דערמאנט דער פירוד אבער מיט ווייניג פרטים. זיכער נישט אפילו א חלק וואס שטייט דא, וואס איז עפ"י רוב בבחינת "חסידים מספרים". היסטאריקער ווילן געווענליך מער פארלעסליכע מקורות.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 10:37 am

· #461805
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
צפור בודד
קרן קרץ אין זיין נייע ביאגראפיע פון ר' יואל'יש דערמאנט דער פירוד אבער מיט ווייניג פרטים. זיכער נישט אפילו א חלק וואס שטייט דא, וואס איז עפ"י רוב בבחינת "חסידים מספרים". היסטאריקער ווילן געווענליך מער פארלעסליכע מקורות.
יא כ'האב עס באמערקט

פאר'ן דאווענען » מאנטאג פעברואר 28, 2022 7:52 am

· #495795
!WOW. סאטמאר בתפארתה תחזינה עיניך!! די גאנצע מעשה בכלל, און די אשכול אויף דעם, וד"ל.

אין די אשכול איז דא א בילד פון איר מצבה, וואס שטייט אז זי איז אוועק י"ד חשון, און הובא למנוחות ט"ז כסלו, ווייסט איינער פארוואס עס האט גענומען א חודש, ביז מ'האט איר ארויפגעברענגט קיין א"י? (איז געווען עפעס א סיבה, אדער אפשר אזוי לאנג האט עס געדארט אמאל)

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג פעברואר 28, 2022 9:56 am

· #495799
צפור בודד
קרן קרץ אין זיין נייע ביאגראפיע פון ר' יואל'יש דערמאנט דער פירוד אבער מיט ווייניג פרטים. זיכער נישט אפילו א חלק וואס שטייט דא, וואס איז עפ"י רוב בבחינת "חסידים מספרים". היסטאריקער ווילן געווענליך מער פארלעסליכע מקורות.

וואס איז קרן קרץ?
ווי קען מען עס זען

אמת וצדק » מאנטאג פעברואר 28, 2022 10:36 am

· #495801
Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי
איך האב עס געקויפט אין טוביה׳ס.


Sent from my iPhone using Tapatalk

נאך א שמויגער » מיטוואך מערץ 1, 2023 9:01 pm

· #517793
פאר'ן דאווענען
!WOW. סאטמאר בתפארתה תחזינה עיניך!! די גאנצע מעשה בכלל, און די אשכול אויף דעם, וד"ל.

אין די אשכול איז דא א בילד פון איר מצבה, וואס שטייט אז זי איז אוועק י"ד חשון, און הובא למנוחות ט"ז כסלו, ווייסט איינער פארוואס עס האט גענומען א חודש, ביז מ'האט איר ארויפגעברענגט קיין א"י? (איז געווען עפעס א סיבה, אדער אפשר אזוי לאנג האט עס געדארט אמאל)
אנהייב איז זי געלעגען אין אמעריקא. שפעטער האט דער מאן איר מפנה געווען קיין טברי'.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 12:54 am

· #517807
נאך א שמויגער
פאר'ן דאווענען
!WOW. סאטמאר בתפארתה תחזינה עיניך!! די גאנצע מעשה בכלל, און די אשכול אויף דעם, וד"ל.

אין די אשכול איז דא א בילד פון איר מצבה, וואס שטייט אז זי איז אוועק י"ד חשון, און הובא למנוחות ט"ז כסלו, ווייסט איינער פארוואס עס האט גענומען א חודש, ביז מ'האט איר ארויפגעברענגט קיין א"י? (איז געווען עפעס א סיבה, אדער אפשר אזוי לאנג האט עס געדארט אמאל)
אנהייב איז זי געלעגען אין אמעריקא. שפעטער האט דער מאן איר מפנה געווען קיין טברי'.
די סאטמאר רב האט נישט געוואלט מ'זאל איר טראגן קיין ארץ ישראל. קען זיין אז מ'האט פראבירט צו פארהאנדלן און דאס האט אויפגעהאלטן.

חיים יעקב » זונטאג מערץ 5, 2023 11:54 am

· #518024
שמעון וואלף
berlbalaguleh
ואני שמעתי: אז די טאכטער חיה רויזא און דער פלימעניק, הרב מ'סיגעט, האבן געהעצט דעם סאטמאר'ער רב אז ער זאל זיך גט'ן פון אלאט פיגא. אנגעבליך וועגן דעם האט זי אייביג געטרייט צו מרחק זיין די קרובים פון סאטמאר רב, און נאכדעם איז זי (במחילת כבודה) געגאנגען צו איהר מאן און איהם געזאגט, קוק ווי דיינע קרובים זענען נישט אינטרעסירט דיך צו זעהן...!
וואס וואלטן זיי פארדינט טאמער ער גט זיך?
דער דאקטער האט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך זי זאל האבן קינדער, מען האט ארויסגענומען די אינערליכע חלקים. ווען דער רבי האט געבעטן הושענה רבה דער עולם זאל איינרייסן האט דער ברך משה געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז נישט קיין מציאות צו האבן מיט איר, אויב די רבי וויל נאך האבן קינדער זאל ער זיך גט'ן, אזוי ווי דער קדושת יו''ט האט געטוהן, גע'גט די ערשטע ווייב ווייל זי האט נישט געקענט האבן קיין קינדער, און פאר'ן חוצפה פון אויסזאגן האט זיך א אנגעהויבן די גאנצע מחלוקה וואס הייסט היינט בני יואל.

סקעפטיקער » זונטאג מערץ 5, 2023 11:59 am

· #518025
ווער און ווען האט מען ארויסגענומען די "אינערליכע חלקים"?

דאס איז נישט מיך » זונטאג מערץ 5, 2023 12:08 pm

· #518028
אז מ'האט ארויפגעברענגט די אשכול,
איך האב געהערט פון א איד אז זיין זיידע הרב יוסף מאיר מארקאוויטש ז''ל איז געווען א הויז בחור ביים רבי'ן אינדערהיים פארן קריג, און מיטגעהאלטן די פאליטיק צווישן די רביצין און חי' רוזא'לע , די רבי האט אים אנגעזאגט אז ער זאל נישט דערציילן וואס ער זעהט...

יצחק אייזיק » זונטאג מערץ 5, 2023 5:17 pm

· #518044
שמעון וואלף
berlbalaguleh
ואני שמעתי: אז די טאכטער חיה רויזא און דער פלימעניק, הרב מ'סיגעט האבן געהעצט דעם סאטמאר'ער רב אז ער זאל זיך גט'ן פון אלטא פיגא. אנגעבליך וועגן דעם האט זי אייביג געטרייט צו מרחק זיין די קרובים פון סאטמאר רב, און נאכדעם איז זי (במחילת כבודה) געגאנגען צו איהר מאן און איהם געזאגט, קוק ווי דיינע קרובים זענען נישט אינטרעסירט דיך צו זעהן...!
וואס וואלטן זיי פארדינט טאמער ער גט זיך?
איך ווייס נישט צו ס'איז אמת, אבער אן עלטערע סאטמערע איד האט מיר דערציילט אז ווען דער ברך משה איז שוין געווען רבי איז אמאל געווען א פארמאכטע מיטינג צווישן אים און די אלטע רעביצין זיך אויסצוגלייכן. איינע פון די טענות וואס זי האט געהאט איז געווען היתכן ער האט מייעץ געווען דעם פעטער איר צו גט'ן. וואס אויף דעם איז געווען זיין אנטווארט "און וועמען'ס טובה האב איך געמיינט? מיינס??"

השםאחד » פרייטאג יוני 16, 2023 12:47 pm

· #528646
איך זעה קיינער ערווענט נישט אז די ברך משה איז געווען א שוואגער מיט חיה רוזא זיין ערשטע רביצין היה אחות ר’ ליפאלע

השםאחד » פרייטאג יוני 16, 2023 12:51 pm

· #528647
גם מה ששמעתי מדודי שלמד בישיבת סענדז סטרייט דכל שבוע במוצאי שב”ק היה באס להבדלה אצל הרבי במאנראו והבאס עצר ביוניאן סיטי לאסוף בני ר’ ליפאלע וכן בדרך חזרה

השםאחד » פרייטאג יוני 16, 2023 12:51 pm

· #528648
ה
בלאט: 1 2