איסר האטלקי
הייקינד איז אנטי-עסטעבלעשמענט? דוב הייקינד איז אין די ליין קנאפע דרייסיג יאר איידער דוד גרינפעלד האט זיך אנגעטון זיין בענדאון...
פאר אייער אינפארמאציע אויב איר מישט שוין א קוגל, מרת פרייער פון עזרת נשים האט געוואונען איר ריכטערשאפט - בעת ווען באבוב/עסטעבלעשמענט האט געשטיצט איר קעגנער. ווי אויך האט דוד גרינפעלד געוואונען זיין פארמעסט מיט לאזאר ווען אלע מוסדות האבן געשטיצט לאזאר - אריינגערעכנט באבוב.
לענ"ד האלט איך אז חתימות פון וואוילטעטיגע וואלאנטירנדע ארגאניזאציעס מאכן מער אויס ביי נארמאלע מענטשן ווי מוסדות ווי זיצן אויף בנינים און קאסעס און לאזן מענטשן אויסשטארבן און צאלן חמש מאות שכר לימוד חודש'ליך, האלטס אז יעדער גייט טאקע פאלגן די עסקני המוסדות וואס זיצן אויף די קאסעס?? חלום חלמת...
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט די נעמען פון די אלע מוסדות אויבן, אבער:
גור אינדראסירט הייקינד;
סאטמאר מהרז"ל אינדראסירט יעגער, (די צעטל פאריגע וואך איז געווען פאלש);
סאטמאר מהר"א ב"פ אינדראסירט קיינעם;
בית יעקב אינדראסירט קיינמאל קיינעם;
ביזטו געבליבן מיט באבוב און בעלזא, אה, סקווירא אויך, סליחה.
קעגן דעם איז דא, באבוב 45, סאטמאר רז"ל, גור, אמרי חיים וויזניץ, קאליש, מאשלוי, דרכי חיים, בני תורה, ועוד.
צום לעצט, הכרת הטוב פאר גרינפעלד? פאר וועמען? דער עוכר ישראל וואס האט צוגרינד געלייגט נאך פראגראמ'ס וואס די געטרייע עסקנים ר' דוב היייקנד און ר' שמחה פעלדער האבן ערלעדיגט? די פרייע טראנספאטאציע האט ווער ערלעדיגט? ווער האט געשטערט די אגודה עסקנים ביי די מציצה בפה מערכה? וואס האט ער געטון אויסער אכצנטע עוו. פארק?? אה, געגעבן פינף א האלב מעלאנעס פאר די רייכסטע מוסד באבוב 48 בעת ווען אלע מוסדות זענען דערשטיקט...
ר' איד הערט אויף צו חלומ'ן...
איסר טייערע!!! קאט די קרעפ,
יא דא דרייען זיך מער וויניגער די זעלבע סארט מענטש לגבאי די סארט שיטות,
די זאגסט "לפע"ד" קוקט נישט קיינער אויפן חתימות!!!כ'האב פאר די נייעס.
דיין דעת איז עפעס זייער קליין אין פארז'אוועט.
די כולל אינגערלייט אדער עלטערע אידן וואס גיין נאך טאנצן חתימות דרייען זיך נישט דא.
דא א סיבה פארוואס היייקינד האט געברענט א חתימות צעטיל, אפי רוב חתימות זענען א ביטערע געלעכטער,
(כוויל נישט זאגן ליגענט, מיין ברודער זאגט מיר ער האט געוואלט וואלן יעגער אבער ווען ער האט געזעהן די טאנצערס שטיצן היייקינד האט ער פארשטאנען אז ממיז אזוי טוען, ווער פארשטייט דען אזוי גוט צן אונזער באערפענישן פון 24 יעריגע בחורים וואס טוען זיך אן קאסטיום יעדער נאכט.)
וואס מישטו א קאשע פון דוב מיט זיין זוהן א 40 יעריגע בחור וואס האט אין זיין לעבן נישט געהאט א ד'זאב?
אויסדריקעלך!!! דוב איז נישט אנטי איסטעבלישמענט ווען ער לויפט קעגן עפעס א נחמן קאללער אין זיין זוהן איז יא ענטי איסטעבלישמענט ווען ער לויפט קעגן א נארמאלע פארהייראטע מענטש מיט א שטוב אין קינדער.
אין סארא צוגלייך האט דאס מיט מרת פרייער? סהאט איינער געגעבן דעמאלטס א ריק טאמער זי מאכט עס יא צו נישט? האט צו דען א judge צו טוען מיט מעסיגע מענטשן אויפן גאס?
קיינער איז נישט ארויס קעגן זי אדער מיט זי, ודאי האבן מוסדות אינדרריסרט איינער איבערן צווייטע, אבער ס'איז זיי אנגעגאנגען? זיי האבן געטוען דערצו עפעס מער ווי הענגן א אשר יצר פאפיער אונעם בעיסמענט פון ביהמ"ד?
כווייס נישט פון ווי די נעמסט אלע דיינע נעמען אבער גור אינדרריסרט קלאר יעגער.
די קינדער זענען די וואך אהיים ער"ש מיט צעטילך שטיצן יעגער.
סאטמער מהרז"ל יעגער (נישט פאלטש)
די קינדער זענען דע וואך ער"ש אהיים געקומען מיט צעטילך שטיצן יעגער.
סאטמער מהר"א מאחורי הפרגוד יעגער (נישט בגלוי אלץ פחד פון אהרן וועלץ.
ביסטו געבליבן מיט באבוב45, קאליש, מאשלוי, בני תורה (די העלל דאס איז, טאמער ס'איז בכלל א מוסדות) מיט אבות ובנים.
(דער "ועוד" וואס די שרייבסט דארף אריין ברענגן אפאר אלפים וואלן.
אין צום לעצט, ודאי הכרת הטוב, געהערט שבת פון א בעלזא עסקן ווי זיי האבן זיך געפלאגט געפערליך מיט עפראוועל אין גרינפעלד האט געהאלאפן, איןדי זעלבע מיט סאטמער אויפ 52 ווען א שכן האט זיי געמאכט געברענטע צרות,
ר' איד, הערט נישט אויף חלומן, חלומט וועט אייך גוט זיין