☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » הארווי וויינשטיין סקאנדאלן

הארווי וויינשטיין סקאנדאלן

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11921

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:54 pm

· #386766
הארווי וויינשטיין סקאנדאלן
עס ווערט באריכטעט אין די נייעס א ליסטע פין פרויען וואס קומען ארויס טענה'ן אז וויינשטיין האט זיי באגעוואלדיגט אדער קרוב צו דעם.

מיין שאלה איז, אין דער נייעס באריכטן קומט אויס אז די אקטיוויטעטן זענען נישט געוועהן א סוד ביז יעצט. טאמער זאל איך אננעמען די נאראטיוו פין די נייעס אז מען איז הערשט יעצט געוואר געווארען ווייל אין פרוי האט באשלאסן צו ברעכן די שתיקה, וואלט איך געמוזט זיין היבש נאאיוו. אבער וואס איז יעצט געשעהן?

אלזא, בין אין מחויב אנצונעמען אז דער וויינשטיין האט עפעס געטוהן צו איינעם, א זאך וואס האט גארנישט מיט די עפענטליכע סקאנדאלן, נאר א פריוואטע חטא, וואס יענער האט געהאט א כח צו "אנטדעקן" די חטאים. סתם אזוי, ווען דער ערשטער מדברת זאל האבן געגאנגען צו דער ערשטע צייטונג און פארציילט איר מעשה'לעך וואלט מען איר אויסגעלאכט. נישט ווייל זיי גלייבן נישט די מעשים, נאר ווייל מען נעמט זיך נישט אהן אין דער עולם השקר פאר א ננס לפני ענק.

היבש אפסעטינג.

יעקב מענטש » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 3:17 pm

· #386772
איך ווייס אז היימישע פארן אפ נאכן הערן ווי מעמבערס פון די קאמיוניטי האבן אפגעטוהן מנוולות. איז דא א פארפלייצונג פון גרים ווען דאס געשעהט אין די גויאישע גאס? אדער איז דאס א וואן וועי סט.

טרויבן88 » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 7:11 pm

· #386825
Re: הארווי וויינשטיין סקאנדאלן
יעקב מענטש
איך ווייס אז היימישע פארן אפ נאכן הערן ווי מעמבערס פון די קאמיוניטי האבן אפגעטוהן מנוולות. איז דא א פארפלייצונג פון גרים ווען דאס געשעהט אין די גויאישע גאס? אדער איז דאס א וואן וועי סט.
יעדעס מאל מיט די זעלבע טיפשות, די וויץ דיינע איז זייער אינטערעסאנט, אבער די גוי האט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט ווי דער קלאסיגער מענטש פון אויבן אן אין בית המדרש, און עס איז נישט קאנטראלירט צי ארויסגיין צי די מידיע, נאר פערסאנעל פרעשור פון וויינסטיין, און נישט פארשטיקענע קאמיוניטי פרעשור, און דער זעלבער מלמד בלייבט אויפ'ן זעלבן פלאץ, אדער העלפט מען עם אנטלויפן קיין ארץ ישראל, ווי מען ארעסטירט עם דארטן פארן אפהארגענען קינדער, און די לעצטע חלק איז, אז איך זאג נישט אז עס איז אקעי אפציפארן וויבאלד איינער האט עם מאלעסטעט, נאר פארן אינגל/בחור קוקט דערויף ווי אז אין נאמען פון קאמיוניטי/(גאט) דארף ער אויפגעבן זיין קלעים, וויל ער נישט זיין א חלק פון די קאמיוניטי, און די וואס ביסט אדורך אן אנגעפראסענען גלאטע יוגנט, קום נישט און מאך דיינע נארישע וויצן,

ישראל גלויבער » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 7:57 pm

· #386831
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=_NTO7Ypwr9M">https://www.youtube.com/watch?v=_NTO7Ypwr9M</a>

wow דאס איז א פיסק אויף שרויפן..
that's why Donald Trump is in the White House
and Hillary Clinton is pedaling books in Costco


חחחחחחח

ישראל גלויבער » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 8:22 pm

· #386833
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=9QCYy1JjcOs">https://www.youtube.com/watch?v=9QCYy1JjcOs</a>

נאך געלעכטער...
א סעקסיסט אין די אוועל אפיס.. חחח

טרויבן88 » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 8:33 pm

· #386834
אודיא פון וויינסטיין מיט איינע פון די פרויען,

ווארענונג, disturbing language

יו טוב

תורה ומדע » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:09 am

· #386886
נעבאך, א אידישע מנוול פון קווינס. רק אין יראת אלקים במקום הזה. אויב זיינע עלטערן וואלטן עם געשיקט קיין יצחק אלחנן, תורה ודעת, אדער חפץ חיים וואלט ער לכאו' שענער אויסגעזעהן...

ליפא » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:21 am

· #386891
ישראל גלויבער
https://www.youtube.com/watch?v=_NTO7Ypwr9M

wow דאס איז א פיסק אויף שרויפן..
that's why Donald Trump is in the White House
and Hillary Clinton is pedaling books in Costco


חחחחחחח

👍 👍

יעקב מענטש » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 12:51 pm

· #386904
טרויבן88
יעקב מענטש
איך ווייס אז היימישע פארן אפ נאכן הערן ווי מעמבערס פון די קאמיוניטי האבן אפגעטוהן מנוולות. איז דא א פארפלייצונג פון גרים ווען דאס געשעהט אין די גויאישע גאס? אדער איז דאס א וואן וועי סט.
יעדעס מאל מיט די זעלבע טיפשות, די וויץ דיינע איז זייער אינטערעסאנט, אבער די גוי האט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט ווי דער קלאסיגער מענטש פון אויבן אן אין בית המדרש, און עס איז נישט קאנטראלירט צי ארויסגיין צי די מידיע, נאר פערסאנעל פרעשור פון וויינסטיין, און נישט פארשטיקענע קאמיוניטי פרעשור, און דער זעלבער מלמד בלייבט אויפ'ן זעלבן פלאץ, אדער העלפט מען עם אנטלויפן קיין ארץ ישראל, ווי מען ארעסטירט עם דארטן פארן אפהארגענען קינדער, און די לעצטע חלק איז, אז איך זאג נישט אז עס איז אקעי אפציפארן וויבאלד איינער האט עם מאלעסטעט, נאר פארן אינגל/בחור קוקט דערויף ווי אז אין נאמען פון קאמיוניטי/(גאט) דארף ער אויפגעבן זיין קלעים, וויל ער נישט זיין א חלק פון די קאמיוניטי, און די וואס ביסט אדורך אן אנגעפראסענען גלאטע יוגנט, קום נישט און מאך דיינע נארישע וויצן,


איך האב נישט געמיינט צו פראדרייען דעם אשכול, וועל איך ענטפערן בקיצור.
דו מישט 'קאמיוניטי' ביזן אפלאזן די אמונה ווען די צוויי דארפן ווען נישט האבן קיין שייכות (חוץ אויב דיין אמונה באשטייט נאר ווייל דו וואוינסט אין א ספעציפישע זיפ קאוד צווישן א ספעציפישע גרופע מענטשען, וואס דעמאלטס ווייס איך נישט צו די ביסט א ריכטיגע איד אפי' דו בלייבסט פרום).

ווי ווייט איך ווייס, לאזט מען היינט נישט קיין מאלעסטער בלייבן אויפן זעלבן פאסטן, און מ'נעמט פיין קעיר.

אויב נישט לאזן ארויסרינען די אינפארמאציע צו די גאס ווייל ס'קען שעדיגן די אומשולדיגע בני משפחה (וועסטו פרעגן, און וואס איז מיט דעם געשעדיגטן נפגע??. פארשער האבן נאך נישט געטראפען קיין עווידענס אז לופטערן שמוץ אויף די גויאישע גאס זאל היילן פגועים, די רגע מ'טרעפט סיי וואספארא פארבינגונג צווישן די צוויי, ווערט די שאלה רעלעוואנט) מאכט דיך אפפארן, גלייב איך נישט אז ס'האט עפעס מיט מאלעסטעישאן...

ישראל גלויבער » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 2:39 pm

· #386941
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=qsR2tPXyPbM">https://www.youtube.com/watch?v=qsR2tPXyPbM</a>

טרויבן88 » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 6:18 pm

· #386989
Re: הארווי וויינשטיין סקאנדאלן
יעקב מענטש
טרויבן88
יעקב מענטש
איך ווייס אז היימישע פארן אפ נאכן הערן ווי מעמבערס פון די קאמיוניטי האבן אפגעטוהן מנוולות. איז דא א פארפלייצונג פון גרים ווען דאס געשעהט אין די גויאישע גאס? אדער איז דאס א וואן וועי סט.
יעדעס מאל מיט די זעלבע טיפשות, די וויץ דיינע איז זייער אינטערעסאנט, אבער די גוי האט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט ווי דער קלאסיגער מענטש פון אויבן אן אין בית המדרש, און עס איז נישט קאנטראלירט צי ארויסגיין צי די מידיע, נאר פערסאנעל פרעשור פון וויינסטיין, און נישט פארשטיקענע קאמיוניטי פרעשור, און דער זעלבער מלמד בלייבט אויפ'ן זעלבן פלאץ, אדער העלפט מען עם אנטלויפן קיין ארץ ישראל, ווי מען ארעסטירט עם דארטן פארן אפהארגענען קינדער, און די לעצטע חלק איז, אז איך זאג נישט אז עס איז אקעי אפציפארן וויבאלד איינער האט עם מאלעסטעט, נאר פארן אינגל/בחור קוקט דערויף ווי אז אין נאמען פון קאמיוניטי/(גאט) דארף ער אויפגעבן זיין קלעים, וויל ער נישט זיין א חלק פון די קאמיוניטי, און די וואס ביסט אדורך אן אנגעפראסענען גלאטע יוגנט, קום נישט און מאך דיינע נארישע וויצן,


איך האב נישט געמיינט צו פראדרייען דעם אשכול, וועל איך ענטפערן בקיצור.
דו מישט 'קאמיוניטי' ביזן אפלאזן די אמונה ווען די צוויי דארפן ווען נישט האבן קיין שייכות (חוץ אויב דיין אמונה באשטייט נאר ווייל דו וואוינסט אין א ספעציפישע זיפ קאוד צווישן א ספעציפישע גרופע מענטשען, וואס דעמאלטס ווייס איך נישט צו די ביסט א ריכטיגע איד אפי' דו בלייבסט פרום).

ווי ווייט איך ווייס, לאזט מען היינט נישט קיין מאלעסטער בלייבן אויפן זעלבן פאסטן, און מ'נעמט פיין קעיר.

אויב נישט לאזן ארויסרינען די אינפארמאציע צו די גאס ווייל ס'קען שעדיגן די אומשולדיגע בני משפחה (וועסטו פרעגן, און וואס איז מיט דעם געשעדיגטן נפגע??. פארשער האבן נאך נישט געטראפען קיין עווידענס אז לופטערן שמוץ אויף די גויאישע גאס זאל היילן פגועים, די רגע מ'טרעפט סיי וואספארא פארבינגונג צווישן די צוויי, ווערט די שאלה רעלעוואנט) מאכט דיך אפפארן, גלייב איך נישט אז ס'האט עפעס מיט מאלעסטעישאן...


נישט צי פארדרייען ווייטער די שמועס וועל איך ענטפערן קורץ, די זאגטס אז "איך" מיש קאמיוניטי מיטן גאט, איך האב 'קלאר' געשריבן אז אסאך וויקטימס קוקן עס אזוי אן, צי עס איז א ניכטערע בליק, מסתם נישט, אבער צי עס איז אפגעפרעגט, אפשר אויך נישט, און אויף דעם פארשטיי איך נישט וואס די ענטפערסט,

און לגבי גיין צי די גאס, ווייס איך נישט פון ווי די קומסט, ווי כאילו מען גייט צי די גאס??? מען גייט צי די פאליס, און די מידיע רעדט דערפון, וויבאלד מען גייט נישט צי די פאליס מיז מען גיין צי די מידיע אפשר דעמאלטס וועט עס העלפן,

און לגבי דעם אז מ'נעמט קעיר, אמת ס'איז בעסער פון אמאל, אבער נאכנישט גוט,

ישראל גלויבער » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 8:35 pm

· #386999
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/MissMayim/videos/10159509089120008/?hc_ref=ARSS6CPW7CosYdYTQinJY3gYcheP_p1ybHtLmtSIXEA7QhpW1kbKdzKJ3Nf-RkO5H3U">https://www.facebook.com/MissMayim/vide ... Nf-RkO5H3U</a>

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 9:27 pm

· #387002
יעקב מענטש
איך ווייס אז היימישע פארן אפ נאכן הערן ווי מעמבערס פון די קאמיוניטי האבן אפגעטוהן מנוולות. איז דא א פארפלייצונג פון גרים ווען דאס געשעהט אין די גויאישע גאס? אדער איז דאס א וואן וועי סט.

ר' יעקב מענטש: איך האב שוין געהערט אז ס'זענען דא נאאיווע מענטשן אויף די וועלט...אדער אפשר זענען זיי גאר לצים...! וויאזוי קלינגט אייך דער נאמען ..."הארווי וויינסטיין"...טערקיש אדער אוזבעקיסטאניש...?!

ישראל גלויבער » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:58 pm

· #387039
דזשארדזש סריס ימש''ו האט געגעבן אין הארוויס זכות עטליכע ביליארד דאלער פאר צדקה פאר די קלינטאן סעקשול פאנדעישן..

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:16 am

· #387041
ישראל גלויבער: ער איז אויך דער רוח המוות (חיים קענמען דאך נישט זאגן. ווייל רשעים אפילו בחייהם נקראים מתים) אונטער די ..."בלעק לייווס מעטטער"... מאוומענט. וואו די שווארצע מערדערס און טעראריסטן רייצן אן די שווארצע באפעלקערונג פון אמעריקע צו הרגנ'ען פאליציי אפיצירן...!

ישראל גלויבער » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 4:38 pm

· #387102
berlbalaguleh
ישראל גלויבער: ער איז אויך דער רוח המוות (חיים קענמען דאך נישט זאגן. ווייל רשעים אפילו בחייהם נקראים מתים) אונטער די ..."בלעק לייווס מעטטער"... מאוומענט. וואו די שווארצע מערדערס און טעראריסטן רייצן אן די שווארצע באפעלקערונג פון אמעריקע צו הרגנ'ען פאליציי אפיצירן...!

ווייסמער דאך.. און כ'וועל נישט זיין איבעראשט אז כ'וועל הערן אז נאך א רייע וואנדאלן זענען געצאלט ביי עהם. אויב נישט די לאס וועגעס שיסונג

כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 8:54 pm

· #387581
היינטיגע וועלט, אפילו א וויץ קען מען שוין נישט מאכן.........

#פרישעסקאנדאל
📎 CD82C9B3-E30D-4AA4-8BC4-3E1494EF06D9.jpeg

וואלווי » זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:56 am

· #387787
דער אלטער האט א גוטע סענס אוו יומאר (זיין ווייב נאכמער.. )

ער האט אמאל געהאט עפעס אן ערענסטע פראצעדור און האט געוואלט אויפלעבן די מצב, ווען די נורס איז אריין אין צימער פרעגט ער איר :
אר מיי טעסטיקעלס בלעק?
זי איז געווארן אינגאנצן פארלוירן, פרעגט ער נאכאמאל:
אר מיי טעסט ריזאלטס בעק?

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 25, 2020 7:02 am

· #443362
מען האט גע'פסק'נט אז ער איז שולדיג.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:16 am

· #443366
יעקב מענטש
איך ווייס אז היימישע פארן אפ נאכן הערן ווי מעמבערס פון די קאמיוניטי האבן אפגעטוהן מנוולות. איז דא א פארפלייצונג פון גרים ווען דאס געשעהט אין די גויאישע גאס? אדער איז דאס א וואן וועי סט.
קודם כל, היינטיגע צייטן דארף מען זיך שוין נישט מגייר זיין צו אן אנדערן רעליגיע, מ'קען פשוט און פראסט אפפארן, פון אלע רעליגיעס. אז איינער איז אנגעווייטאגט, זאל ער זיין א איד, א דשעין, א שינטאואיסט, א מוסולמענער, א סיעק, א בודהיסט, צו סיי וועלכע אנדערע רעליגיע, דארף ער נישט טוישן רעליגיעס צו דעמאנסטרירן זיין אנגעווייטאגקייט, ער פארט פשוט אפ און פערטיג. און לעצם שאלתך איז די ענטפער אוודא יא, ס'דא גענוג און נאך וואס זענען זיך מגייר, נישט צו אידישקייט, היינטיגע צייטן זענען אנדערע רעליגיעס אין סטייל.

יעקב מענטש
דו מישט 'קאמיוניטי' ביזן אפלאזן די אמונה ווען די צוויי דארפן ווען נישט האבן קיין שייכות (חוץ אויב דיין אמונה באשטייט נאר ווייל דו וואוינסט אין א ספעציפישע זיפ קאוד צווישן א ספעציפישע גרופע מענטשען, וואס דעמאלטס ווייס איך נישט צו די ביסט א ריכטיגע איד אפי' דו בלייבסט פרום).

דא ליגט א שטארקע כאפ, די אמונה פון א מענטש באשטייט דווקא יא דערפון וואס ער וואוינט צווישן א ספעציפישע גרופע מענטשן. ס'האט זיך דיר קיינמאל געוואונדערט וויאזוי ס'קען זיין אז פונקט ביי די וועלכע ווערן געבוירן ביי פרומע אידן זעען ממש כמעט אלע איין אז הוי"ה איז די ריכטיגע גאט און די תנ"ך איז אמת, און פונקט ביי די וועלכע ווערן געבוירן ביי פרומע הינדוס זעען ממש כמעט אלע איין אז קרישנה איז די אמת'ע גאט און די וועדאס זענען דא"ח? און אזוי איז עס ביי יעדע איינציגסטע פון די הונדערטער רעליגיעס איבער דער גארער וועלט. צו אונז זעמער ריכטיגע אידן צו נישט איז שוין א שמועס פאר זיך, אבער דאס נעמט נישט קיין טראפעלע אוועק פונעם מציאות.

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 25, 2020 10:37 am

· #443371
פליז באסט נישט זיין באבעל.