עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער אראפ?
114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11920
עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער אראפ?
טייערע חברים יקרים, שרייבערס און דעה זאגערס אין קאווע שטיבל. די גאנצע היימישע וועלט - נישט נאר מיינס אדער דיינס - האט א דעה זינט התייסדות המדינה, ווי אזוי זיך צו באנעמען צו די שאלה פון א אידישע לאנד. איז דאס גוט, ריכטיג אדער נישט, ס'דא פארשידענע דעות אין די ראמען פון חרדים ודתיים, אנגעהויבן פון די מזרחי, אגודה, פארטייען, ביז די קנאישע קהלות וחוגים פון סאטמאר עדה החרדית ביז נטורי קרתא, אפי' אינערהאלב נטורי קרתא איז דא מסתמא צען דעות וואס יעדע איינס איז כדאי אויסצושמועסן פאר איר אייגנארטיגקייט, וואס זי האלט איז מער וויכטיגער, ולעומת זה אין די אזוי-גערופענע מזרחי וועלט וואס האט שוין היינט פיל אנדערע נעמען, איז אויך דא דעות לרוב, לכאן ולכאן, פון די מיליטאנטישע מתנחלים, ביז די לינקע עוז ושלום פארטיי וואס גוסס'ט שוין.
אין די ארטיקל וויל איך באהאנדלען, אין די לעצטע יארן פון ע"ו ע"ז און יעצט שטייט מען אנהייב ע"ח, איז די קנאי'שע חדר געוואקסן אדער געפאלן? נעמען מער אן איר דעה לעגיטים, אדער אדרבה ס'וואקסט מער די טיילונג און שפאלט צווישן די מעינסטרים כלל ישראל צו די קנאי'שע ווילדע מיינונג?
כדי אנצוקומען צו די תשובה, מוז מען צוטיילן די זאך אין דריי תקופות: תקופת רבינו יואל פון יאר תש"י ביז תש"ם, תקופת הברך משה תש"ם ביז סוף ס', און דאן תקופת בני הברך משה פון תשס"ז ביז יעצט תשע"ח.
בימי יואל, איז געווען דער ראש הלוחמים אקעגן די מדינה די סאמע העכסטע אדרעססע 500 בעדפארד עוועניא, מבאר הזה ישקו העדרים, פון דארט איז געקומען די מעסעדזש און קול מלחמה לד' במחנה. ס'געווען עליות וירידות,
תשי"ד איז געווען א דורכפאל, מסתמא די שווערסטע תקופה פאר סאטמאר און פאר קנאות בכלל, דער רבי איז געפארן אין ארץ ישראל לוחם זיין אקעגן די בחירות און ס'נישט געווען אזוי פויגלדיג, ס'געווען א ווידערשטאנד פון דעם גדול וצדיק הדור, דער מלאך אלקים מרן הקדוש מהר"א זי"ע מבעלזא האט געזאגט גיין וועלען ג', די אגודה האט געזיגט נישט נאר די דעת הקהל, נאר ס'געווען בזיונות, הונדערטער אידן זענען געגאנגען איבערבעטן בעלזא רב און מקבל נזיפה זיין פאר די חטא פון אויסהערן די דרשה פון סאטמאר רב אין בני ברק,
פון די צווייטע זייט איז געווען עליות גדולות, דער רבי איז געפארן תשכ"ה קיין ארץ ישראל און ארץ ישראל האט זיך ממש איבערגעדרייט פאר סאטמאר רב, כבוד מלכים וואס קיינער האט נישט געהאט אזאנס!
תשל"ג, סאטמאר רב נאך די סטראוק די וועלט איז געועון זיינס, אלעס האט געציטערט פאר סאטמאר, די נייע בעלזא מנהיג איז געפארן קיין מיאמי צו קענען א קוויטעל געבן פאר'ן סאטמאר רב, בעטן א ברכה, זוכה זיין צו האבן א בן זכר, בעלזא רב מהרי"ד האט געהאט בערך 50 אידן ביי זיינע טישן שבתים אין אגריפס, בעלזא איז געווען בדיוטא התחתונה, סאטמאר ברום המעלה, זקן צדיקי הדור, יעדע וואך זענען געקומען אידן מכל קצוי תבל לראות ולהיראות דעם גדול הדור רשכבה"ג, ווער רעדט נאך ביי די פטירה האט הגרא"ם שך זצ"ל מודה געווען "אזל גברא דמסתפינא מיניה", עד היום הזה נעמט סאטמאר חיזוק פון דער הספד, זיי האבען מודה געווען מ'ציטערט פון סאטמאר.
מ'האלט שוין נאך צושמעטערן קלויזענבורג, ווער קוקט נאך בכלל אויף אים, מ'האט שוין צוקוועטשעט יעדן רב רבי ראש ישיבה, הלנו אתה, או לצרינו, קיינער זאגט נישט אן רשות פון רעב נתן יוסף, מ'ווייסט אז סאטמאר איבער אלעס, מ'שלאגט זיך מיט חב"ד, מ'ווארפט זיי ארויס פון אלע בתי מדרשים און ברוקלין, יעדער ווייסט אז סאטמאר איז יעצט די שפיץ, קיינער דערוואגט זיך נישט צו טראכטן אנדערש ווי די החלטות פון סאטמאר, ס'פשוט לוינט נישט,
קנאות איז נישט קיין צווייטע קלאס זאך, קנאים זענען בראש, דזעקאסבאן פון די אלגעמיינער ציטערט פון סאטמאר, ער באהאלט זיך, שלום פאגעל איז בטעות פארבלאנדזשעט אין ראדני סטריט, ער הייבט פיס ווייל ער ווייסט דא איז פאר אים אזוי ווי פאר א נאצי אין אמעריקע נאכ'ן קריג, סאטמאר איז מעכטיג, ד"מ עדה החרדית איז שטארק, מ'דארף געלט פאר מוסדות אין ארצינו הק', די מדינה טיילט געלט? נא פראבלעם, מ'מאכט א קרן הצלה טראסק, פאר א סאטמאר בחור אין קאפ איז יעצט סאטמאר אזוי שטארק ווי א מדינה! ס'לוינט נישט אנצוהייבן מיט סאטמאר, פארשטייט זיך די חיזוק וואס א סאטמארע בחור האט געהאט וויסענדיג יעדער ווייסט אז סאטמאר רבי איז די גרעסטע יודישע אטאריטעט, למשל א גאון רעב משה פיינשטיין שרייבט א תשובה, וואס ווייסט ער, דער רבי צומאלט אים מיט זיין קליינע פינגער'ל, סאטמאר תלמידים עד היום פון די פאנאטישע קענען אן קיין בושה זאגן "רבי משה, א שטיקל קל געווען"! ווייל א סאטמאר חסיד האט זיך געפילט זיכער שטארק מעכטיג פעסט, מ'דארף קיינעם נישט געפעלן, סאטמאר איבער אלעס!
המשך יבוא אי"ה
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח ארויף אדער אראף?
ימים: האסט געפענט א קען אוו ווארמס, לייגסט עס גוט אראפ, כ'געדענק נאך אביסעל פון יענע יארן, און דאס וואס מ'האט געציטערט יענע יארן פון סאטמאר, איז געווען בלויז דורך טעראר, ס'האט גארנישט געהאט מיט צדקות
גארנישט קיין קען , א פאס פון ווארמס..
ימים ידברו ווער רעדט נאך ביי די פטירה האט הגרא"ם שך זצ"ל מודה געווען "אזל גברא דמסתפינא מיניה", עד היום הזה נעמט סאטמאר חיזוק פון דער הספד, זיי האבען מודה געווען מ'ציטערט פון סאטמאר.
און די נארישע סאטמאר'ע כאפן נאך אלץ נישט אז די מענטש האט נאר געמיינט פאליטיק און האט געוויסט אז סאטמאר קען מען זייער גרינג אפקויפן מיט'ן זאגן אפאר ווערטער און וויינען פארנט פונעם גאלדענעם ארון קודש און ער בלייבט קודש קדשים דאס האט ער אויך געוויסט מיט'ן זיך מיט חב"ד אז סאטמאר שטייט אים צו די האנט מיט וואס ער דארף נאר
אפי' די איש חכם פאלטישאנער רב האט זיך אויפגעשטעלט רעד'ן קעגן דער בעלזער האט ער געברענגט א ראי' פון אים אז סאטמאר רב איז רשכבה"ג {איי געס ער האט נישט געקענט די ר"ת פון רשכבה"ג ווייל פון א הספד פון א ליטווישע גאון ווערט מען נישט דאס אפשר פון טעראר אויפ'ן גאנצן חרדישן כלל ישראל {נישט דורך אים נאר דורך זיינע שטוב'ס מענטשן וואטעווער}
סאטמאר כאפט נישט אז ס'איז דא מענטשן וואס רייטן אויף זיי
דער הספד איז געווען יארען איידער דער מחלוקת מיט חב"ד, אבער וואטעווער
נישט אזוי פיל יאהר און איך נישט געזאגט אז ער האט פארדעם געזאגט דעם הספד נאר אז ער האט געקענט די סאטמאר'ע קלייענטעל און געוויסט אז נאך אזא הספד וואס ער וועט נאר זאגן אויף חב"ד איז ער בעק"ט ביי סאטמאר
אויסער סקרן'ס קאנספיראציע פאנטאזיעס, זעי איך נישט די גרויסע גדולה פון יענער הספד. ער האט נישט געזאגט אז ער איז א תלמיד פון סאטמארער רב, ער האט נישט געזאגט אז זיין דעות זענען איהם מחייב, און נישט אז ער איז גערעכט אין עפעס. נאר אז אפילו מ'דינגען זיך, האט דער סאטמארער רב א פלאץ אין אונזער אידישקייט ווייל זיין דרייסטקייט האט געפאדערט אז מ'זאל נאכאמאל טראכטען פאר יעדער טריט. איך זעי נישט קיין הכנעה און נישט קיין כבוד.
אויב עפעס, האב איך אלץ געמיינט פארקערט. אין א"י האט מען ווייניג זיך געקימערט מיט'ן סאטמארער רב בחייו ולאחר מותו. הרב שך האט געוואלט אויסלערנען דער עולם אז אזא מיינונג איז אויך פארהאנען און דער חילוק איז נאר אין טאקטיק, נישט אין עקרון.
.... טייערע חברים איך זעה, איר האט זייער הנאה פון די לשונות און שפראך, אז מ'האט געציטערט פון סאטמאר, איך ווען איך האב דאס געשריבען האב איך נישט געשריבען קיין השקפה אדער אנאליז אדער עדיטאריעל, נאר פאקטען..
דאס זענען געווען די פאקטען און די יארען פון תש"כ און תש"ל...
אצינד יא א שטיקעל אנאליז, יא סאטמאר האט געהאט מיט וואס צו שטאלצירען, סאטמאר האט געהאט א גרויסען רבין, מיין איך נישט פי אר, נאר א רבי וואס איז געווען גרויס און אלע דריי עמודי העולם, דער רבי איז געווען פון די גרעסטע גאונים שבדור, נישט די גרעסטע.. נאר פון די גרעסטע. טשיבין רב מיט רבי משה פיינשטיין, זענען געווען זייערע מעכטיגע גאונים אויך די קלויזענבורג רבי, און אפי' די חבד'סקער רבי, אבער סאטמער רבי איז געווען איינס פון די גרעסטע,
ווען ער האט געזאגט א דעת תורה געשריבען א תשובה האט די וועלט פון יענע עק ביז דער עק, זיך געשאקעלט,
ווען סאטמאר רב האט געזאגט מ'טאר נישט גיין צום כותל האט דאס גערידערט די גאנצע אידישע וועלט, אז איך ווייס נישט וואס, צו מ'האט אנגענימען די דעה אדער נישט איז עפעס אנדערשט, אבער יעדער איד און די חרדישע וועלט האט געזאגט וואי! אזא זאך אסר'ן די כותל! ווען א צווייטער אסר'ט דאס וואלט געווען רבנים און פארשריגען אזא דעה, אבער ווען סאטמאר רב זאגט אזא זאך דער וואס האט דאס געהאלטען פאר מאדען איז געווען שטיל און שטילערהייט געטראכט אולי איז דאס נישט ריכטיג, נישט מער ווי דאס, יא ווייל פון סאטמאר האט מען געציטערט, צו ס'יא גיט צו ס'נישט גיט אזוי איז געווען די פאקט, הגר"ש וואזנער איז נישט געגאנגען צום כותל כל ימיו וועגען דער איסור, האדמור מוויזניץ מאנסי האט איינמאל יא איינמאל נישט געגאנגען, פארוואס ווייס איך נישט ווען סאטמאר רב אסר'ט דאס נישט האב איך נישט קיין ספק אז ער איז דארט יעדע מאל ווען ער איז און ארץ ישראל, סאטמאר רביןס ווארט איז געווען מעכטיג, הג"ר משה וואלפסאהן איז נישט געווען קיין סאטמארע חסיד, האט ער געזאגט אזוי אפי' די וואס גייען צום כותל ווילן נישט ח"ו מחזק זיין די מדינה מיט זייער גיין א דאנק סאטמאר רב,
די עצם מדינה איז געווען נאך די חורבן אירופה ביי די היימישע וועלט אזוי באליבט, ווען נישט די כח פון סאטמאר רב, וואלט מען ג'הרגט מענטשען אין די גאס ווער עס דערוואגט צו רעדען א ווארט, יא ער האט דאס מיט זיין כח גדול א דורכגעבראכען, סאטמאר רבינס מיינוג איז געווען די שטערקסטע דעה אין די היימישע וועלט, מער ווי דער בית ישראל און אמרי חיים, וכו' וכו'
די אנדערע צוויי עמודי עולם עבודה מיט חסד איך פיל נישט אז דאס איז מיין דזשאב מספיד צו זיין סאטמאר רבין אבער ווער עס וויל וויסען זאל זיך איינהאנדלען די ביאגראפיע ביכער מושיען של ישראל בוצינא קדישא וכו וכו,
פאר די אלע לאכערס וואס פרייען זיך ביז א הער קיקט דאס נאך וועט איר זעהן אז דאס איז די מציאות העבר, וואס ווייטער ההמשך יבוא בעזהשי"ת
יישר כח פאר דער שיינער ארטיקעל.
נאר איין הערה, מען האט געציטערט פין סאטמאר, און דער רבי זי"ע איז געוועהן דער גרעסטער און אלע עמודי עולם (גרעסער פין דברי חיים כידוע), אבער די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות, מען האט געציטערט פין סאטמאר נישט ווייל ער איז געוועהן די גרעסטע, נאר ווייל ער האט געהאט די בעסטע טעראריסטן וואס האבן פארשטאנען צו פאשקעווילן און טעראר בעסער פין היינטיגע אייסיס.
זייער גוט. דער רבינ׳ס דעת תורה האט ער געשריבען אין א תשובה, וואס האט אויפגערודערט דער וועלט.
איך זוך טאקע די תשובה להלכה וועגען גייען אין כותל, ווי קען איך עס טרעפען? באמת, וואס דארף איך עס? א פאר געציילטע מענטשען נישט פון סאטמאר זענען נישט געגאנגען אין כותל צוליעב דעם, און דאס הייסט ׳אויפגערודערט א וועלט׳, פאר א פאר געציילטע אידען. און דאס איז דער עמוד התורה, וואס איז סה"כ נישט ממש הרב משה פיינשטיין.........
וואס פאר א פארדרייטע חינוך דארף מען באקריגען צו גלויבען אזעלכע נאנסענס?
אישתישביער האט געהאט די בעסטע טעראריסטן וואס האבן פארשטאנען צו פאשקעווילן און טעראר בעסער פון היינטיגע אייסיס.
בעסער פון אייסיס? דאס איז א אנדערסטעיטמענט 😉
ליטוואק פון בודאפעסטזייער גוט. דער רבינ׳ס דעת תורה האט ער געשריבען אין א תשובה, וואס האט אויפגערודערט דער וועלט.
איך זוך טאקע די תשובה להלכה וועגען גייען אין כותל, ווי קען איך עס טרעפען? באמת, וואס דארף איך עס? א פאר געציילטע מענטשען נישט פון סאטמאר זענען נישט געגאנגען אין כותל צוליעב דעם, און דאס הייסט ׳אויפגערודערט א וועלט׳, פאר א פאר געציילטע אידען. און דאס איז דער עמוד התורה, וואס איז סה"כ נישט ממש הרב משה פיינשטיין.........
וואס פאר א פארדרייטע חינוך דארף מען באקריגען צו גלויבען אזעלכע נאנסענס?
האב איך דאך געוואוסט אז אין די רגע וואס מען וועט אנהייבן רעדן פון סאטמאר רב'ס גאונות וועט ליטוואק קומען פארפירן, כדרכו בקודש.... 🙂 😂
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
איך האב נאך נישט אנגעהויבען מיט די אנדערע צוויי עמודים וואס דער שרייבער האט מחליט געווען באלאנגען צו איהם......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
ימים; דיין ערשטע שטיקל איז אזוי גוט, געווען ווייל דו האסט געשריבן "טריקענע פאקטן" אבער די צווייטע שטיקל הייבסטו אן מיט אנאליזן, וואס קוקט מער אויס ווי ס'גענומען געווארן פון עפעס א שרייבר פון "דער איד" אדער "בלאט" און ס'נעמט אוועק דעם געשמאק, כ'בעט האלט דיך מיט די פאקטן, און די אנאליזן לאז איבער פאר די צוהיצטע שרייבערס פינעם איד, בלאט צייטונג, פאשקעווילן
ליטוואק פון בודאפעסטזייער גוט. דער רבינ׳ס דעת תורה האט ער געשריבען אין א תשובה, וואס האט אויפגערודערט דער וועלט.
איך זוך טאקע די תשובה להלכה וועגען גייען אין כותל, ווי קען איך עס טרעפען? באמת, וואס דארף איך עס? א פאר געציילטע מענטשען נישט פון סאטמאר זענען נישט געגאנגען אין כותל צוליעב דעם, און דאס הייסט ׳אויפגערודערט א וועלט׳, פאר א פאר געציילטע אידען.
ס'איז א שטיקל א ספק ווי ס'פאנגט זיך אן די חנוכת הבית.
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
???
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב נאך נישט אנגעהויבען מיט די אנדערע צוויי עמודים וואס דער שרייבער האט מחליט געווען באלאנגען צו איהם......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט דער שרייבער. ביי זיין לויה האט מען געזאגט, אז ווען דער דברי חיים איז אוועק האט זיין זוהן געזאגט ביי די לוויה, אז דער טאטע איז נישט געוועהן דער גרעסטער גאון, נישט דער גרעסטער עובד, נישט דער גרעסטער בעל צדקה, אבער אין אלע דריי צוזאמען איז ער געוועהן די גרעסטע. אבער דער רבי זי"ע האט דער ספדן געיאמערט, ווער איז געוועהן גרעסער אין תורה? ווער איז געוועהן גרעסער אין עבודה? ווער איז געוועהן גרעסער אין גמילות חסדים?
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
נו נו, ביי א לויה איז מען צומאל מגזם. מ׳רעדט דאך פון א ציבור פון גרים און בעלי תשובה, וואס האבען עפעס אנדערש דאך נישט געזען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטנו נו, ביי א לויה איז מען צומאל מגזם. מ׳רעדט דאך פון א ציבור פון גרים און בעלי תשובה, וואס האבען עפעס אנדערש דאך נישט געזען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איר האט אפשר גהערט דעם הספט פון ווינע רב פאפע רב ר משה פיינשטיין ר אבגדור מילער און אפי פון הרב סלעווייטיק פין YU הרב שך !!!!עס איז ארגענעל נאטירלעך עס איז א ביטערע פיל אראפצישלינגען פאר די וואס האבן נישט קיין שכל!!! חוץ מזה דער אלטר דור פיין געזעהן!!!
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
איינער פון זיי האט געזאגט אז ער איז דער עמוד התורה אין דור?
איך בין מסכים אז ער איז געווען א בעל מעלה, און ס׳איז דא וואס מספיד צו זיין. נאר גרעסער ווי אלע אנדערע איז אדער א שקר אדער א גוזמא, ווענדט זיך אויך די אומשטענדען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיינער פון זיי האט געזאגט אז ער איז דער עמוד התורה אין דור?
איך בין מסכים אז ער איז געווען א בעל מעלה, און ס׳איז דא וואס מספיד צו זיין. נאר גרעסער ווי אלע אנדערע איז אדער א שקר אדער א גוזמא, ווענדט זיך אויך די אומשטענדען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איר זענט מן הסטם איינער וואס האט עם נישט געקענט
א געוואלדיגע זייטיגע טענה! די אלע מספידים האבען יא אזוי געזאגט? זיי האבען איהם געהאלטען פאר די גרעסטע אין סיי עפעס?
און זיין תשובות זענען נישט געדרוקט? וואס האט ער באהאלטען אין זיין תשובות? ווילסט מיר טענה'ן אז ער האט בעסער געקענט לערנען ווי זיין תשובות לאזען גלויבען?
ליטוואק פון בודאפעסטא געוואלדיגע זייטיגע טענה! די אלע מספידים האבען יא אזוי געזאגט? זיי האבען איהם געהאלטען פאר די גרעסטע אין סיי עפעס?
און זיין תשובות זענען נישט געדרוקט? וואס האט ער באהאלטען אין זיין תשובות? ווילסט מיר טענה'ן אז ער האט בעסער געקענט לערנען ווי זיין תשובות לאזען גלויבען?
יאר אהרן קאטלער איז נספאל געווארן פון עם ער האט גזאגט די ערש מאל וואס איך באגעגען א אדמור וואס קען לערנען הרב הירשפראג פלעג אביג גאגען עס איז מיר א פארגעניגען צו רעדן מיט אעהם אין לערנען ר משה פיינשטיין האט אויך געהאלטן אז ער איז א גאון וכו.
צוריק צו פאקטען... בימי יואל איז געווען ירידות מיט עליות אבער לדעתי העני' האבען די עליות איבערגעוואיגען... די פאקט אז הגאון הרב אברהם קאלמנוביטץ מירער ראש ישיבה האט גלערינט מיט אים פרייטיג צו נאכט'ס חומש מיט רמב"ן זאגט עפעס אינטערסאנט. הגאון הרב אביגדור מילער שרייבט און זיין צוואה צו זיינע קינדער האלט'ס ענק מיט סאטמאר.. קיק עס נאך און די ביייאגראפיע ביכעל פון אים זאגט עפעס... הגאון הרב יצחק הוטנער שרייט אויס ביי אסיפה פון גדולים ארי עלה מבבל זאגט עפעס... די פאקט אז הגאון רבי יעקב קמניצקי האט געפאסט ער"ח אדר תשכ"ח לרפואת הרב מסאטמאר זאגט עפעס.. ער האט דאס קיינמאל פריעד און קיינמאל דערנאך נישט געטון פאר א אנדערע גדול כידוע...
אמת הגר"א קוטלער, האט נישט געהאלטען אז אלעס וואס שטייט אין ויואל משה איז משה מסיני אבער אים שטארק מחשיב געווען כאחד הגדולים... הג"ר משה פיינשטיין האט געהאט חלוקי דעות מיט אים, אבער האט אים זייער מחשיב געווען כידוע.. ווער רעד און ארץ ישראל בריסקער רב'ס מיינוג איבער אים.. הגרא"ם שך הספד ועוד ועוד ועוד, וואס קיין שום אנדערע גדול פון חסידים האט נישט געהאט און באקימען פון די ליטווישע וועלט,
הרב סעגאל פון מאנשעסטער איז געווען א חסיד נלהב... ממש! דאס איז נישט געקימען וועגען די טעראר פון ליפא פרידמאן.. דאס איז האט ער געקויפט מיט זיין כח התורה וקדושה וכוח המושך, ער האט ארויפגעלייגט אפען טיש א שיטה וואס מ'האט נישט געוואלט עקספעקטען, און ער האט מצליח געווען, באופן למעלה משוער, ועוד חזון למועד
איך האב איין שאלה געפרעגט. נישט צו מ'האט איהם געשעצט, נאר צו מ'האט איהם געהאלטען גרעסער ווי סיי וועמען.
דיין 'כידוע' זאגט שוין עפעס. פון וואנעט ווייסטו פאר וועמען ר' יעקב האט געפאסט?
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב איין שאלה געפרעגט. נישט צו מ'האט איהם געשעצט, נאר צו מ'האט איהם געהאלטען גרעסער ווי סיי וועמען.
דיין 'כידוע' זאגט שוין עפעס. פון וואנעט ווייסטו פאר וועמען ר' יעקב האט געפאסט?
וווי בסטי אויפגעוואקסען ???
אין לאנדאן. פארוואס?
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב איין שאלה געפרעגט. נישט צו מ'האט איהם געשעצט, נאר צו מ'האט איהם געהאלטען גרעסער ווי סיי וועמען.
דיין 'כידוע' זאגט שוין עפעס. פון וואנעט ווייסטו פאר וועמען ר' יעקב האט געפאסט?
איך מיין די דארפט מאכן מער ריסערטש אויב די זיכט באמת אחוץ די ביסט א עקשן
די וועלט זאגט, דער חילוק פין א רב ביז א רבי, א רב פארגעסט אין ש"ך אוי לו ואוי לנפשו. א רבי געדענקט איין ש"ך און ער איז וועלטס גאון. (ליטוואק, סעים פאר ראש ישיבות).
אין אלע ראיות אז סאטמאר רבי איז געוועהן דער עמוד התורה, איז אלץ נישטא מער ווי דער געקאנט איין ש"ך ראיות. זיינע תשובות פראווען טאקע אז ער איז געוועהן מער ווי אנדערע רבי'ס אבער ער איז פארט נישט געוועהן קיין פוסק הדור דא אין אמעריקע. פארט נישט געשריבן תשובות און מברר געווען טויזנטער הלכות.
ימים.
אויב ווילסטו זיך האלטן נאר צו ריינע פאקטן.
די מאנסי וויזניצער איז אייביג געגאנגען צום כותל. איך בין געוועהן מיט אים ביים כותל (איך בין דעמאלטס געוועהן פופצן יאהר אלט). ער איז אפשר איינמאל געוועהן אין ירושלים און פונקט נישט געגאנגען צום כותל וועגן ער האט נישט געהאט קיין צייט צי פאר א צווייטע סיבה, אבער גארנישט וועגן סאטמאר און ציונות.
ער איז טאקע א שטיקל סאטמארער חסיד, אבער ער האט אנגענומען אז אלו אלו דברי אלקים חיים. ביידע זייטן סיי די אגודיסטישע רבנים און סיי די קנאישע רבנים האבן עס געמיינט לשם שמים און געהאלטן אז זייער וועג וועט זיין בעסער פאר אידישקייט.
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
אישתישבידי וועלט זאגט, דער חילוק פין א רב ביז א רבי, א רב פארגעסט אין ש"ך אוי לו ואוי לנפשו. א רבי געדענקט איין ש"ך און ער איז וועלטס גאון. (ליטוואק, סעים פאר ראש ישיבות).
אין אלע ראיות אז סאטמאר רבי איז געוועהן דער עמוד התורה, איז אלץ נישטא מער ווי דער געקאנט איין ש"ך ראיות. זיינע תשובות פראווען טאקע אז ער איז געוועהן מער ווי אנדערע רבי'ס אבער ער איז פארט נישט געוועהן קיין פוסק הדור דא אין אמעריקע. פארט נישט געשריבן תשובות און מברר געווען טויזנטער הלכות.
א ראש ישיבה איז ווי א רב צו ווי א רבי?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
על ראשון ראשון, בנוגע רבי יעקב קמניצקי האט מיר פארציילט א חשובער איד א חושבע רב אין מאנסי, וואס איז געפארען ער"ח אדר תשכ"ח מיט רבי יעקב קיין בארא פארק צו א סנדקאות און דערנאך האט געדארפט זיין א אגודה מיטינג רבי יעקב האט נישט זיך משתתף געווען ביי די מיטינג זאגענדיג אז ער פאסט פאר די געזינט פון סאטמאר רב און ער האט ניט כח צו קיין מיטינג גהערעט כלי ראשון פון א עד הנוסע עמו,
בנוגע וויזניצער רבי פון מאנסי איך בין דאך אויכעט א מאנסיער חסיד און איך בין אויך מיטגעפארען מיט אים עטליכע נסיעות קיין ארץ הקודש יעדעס מאל וואס ער איז געפארען איז געווען א ספק כמה פעמים איז ער נישט געגאנגען בכלל, די לעצטע פאר נסיעות זיכער נישט, ער האט נישט געזאגט זיין טעם איך לייג צו מיין אייגענע השערה והבוחר יבחר
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
בקיצור, אויף הרב יעקב האסטו בכלל נישט קיין מקור אז ער האט עפעס געזאגט בנוגע דער סאטמארער רב׳ס אויסנאמליכקייט, און פאר וועמען נאך וואס ער האט געפאסט.
אויף הרב אהרן קוטלר ווייסט יעדער אז אויפ׳ן כבוד פון דער בריסקער רב האט ער פאררופען א ריזיגע עצרת מחאה. מ׳האט אזוינס נישט געהערט אויף דער כבוד פון סאטמארער רב, הגם מ׳האט איהם אויך באשמוצט.
דער חזו"א האט אויפגעהערט רעדען אין מיטען שמועס מיט דער סאטמארער רב און ער איז ארויס בפחי נפש.
הרב משה פיינשטיין האט נישט אויסגעדרוקט מער כבוד פאר׳ן סאטמארער רב ווי פאר סיי וועלכע רב צו רבי. די ליובאוויטשער חסידים נעמען די פאר מימרות און טיטלען און ווילען איהם גאר מאכען פאר א חב"דסקער.
נאכאמאל, א בעל מעלה איז ער געווען. אבער א חד בדרא, איינער וואס כיפערט דורות אין סיי עפעס, איז ער קלאר נישט געווען. זיין תשובות זענען נישט קיין תשובות פון א גדול הדורות, און זיכער נישט קיין פארמעסט מיט פריערדיגע דורות. עבודה און גמ"ח זענען בלויז ווערטער וואס קענען אלצדינג מיינען. נעם א מוסטער פוןדער גמילות חסד פון ר׳ חיים בריסקער, צו דער חזו"א אדער ר׳ חיים עוזר, און נאך דעם זאג מיר זיין אויסנאמליכקייט. עבודה איז אן אמונה זאך, דער וואס וויל גלויבען זאל גלויבען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
בודאפעסט'ער: איך וויל פרובירן איבער צוזאגן וואס די האסט דא געזאגט אין ענגליש און אין קורצן:
מיי מיינד איז מעיד אפ עלרעדי, דאונט קאנפיוז מי וויט די פעקטס
My mind is made up already, don't confuse me with the facts
איך בין נאך נישט קאנפיוזד. ברענג א פאקט, וועל איך אפשר ווערען קאנפיוזד.
איך בלייב נאך מיט די זעלבע שאלה ווי אין אנהייב. ווער האט געזאגט אז ער איז אן אויסנאם?
איך האב נישט באקומען קיין געהאלט צו אויפווייזען פאר א ליטוואק פון בודאפעסט גדלות פון דער בעל על הגאולה, ווער עס דינגט זיך און זיין גדלות און עבודה און גמ"ח וכן בתורה עליו להביא ראי' ווייל ס'ברוך השם ידוע לכל, איך רעד נישט שפראך חד בדרא, די טאהשער רבי איז געווען זייער גרויס און עבודה און חסד, רבי משה מיט די חזון איש זענען געווען זייער גרויס און תורה, אבער סאטמאר רב און אלע דריי באופן יוצא מהכלל, פינטעל,
רבי יעקב'ס חשיבות לגבי סאטמאר רב איז געווען א חידוש, יא ער האט מער געהאלטען פון סאטמאר רב מער ווי פון אלע אנדערע חסידשע גדולים בכלל ובפרט, בריסקער רב איז דאך אפגרעדט אויב ער האט מחשיב געווען איין חסיד איז דאס סאטמאר רב,
און דאס איז מיין נקידה, סאטמאר רב האט גברענגעט א מחידוש שיטה וואס איז געווען עקסטרעים און ער איז נישט געבליבען אראפגעקיקט און די ליטע נאר אויב די ליטאים האבען מחשיב געווען א חסידישע גדול איז עס ער געווען, דאס מיינט א עלי' און דרך ארץ פאר א פרעמדע קרייז, בנוגע חזון איש לגבי סאטמאר רב נאמן עלי הרב דוד פרענקל זצ"ל נאמן בית החזון איש און הגר"ש וואזנער זצ"ל וואס פארציילען אנדערשט די סטארי מיט די חזון איש, און נאכאמאל עס איז אירעלווענט יעדע ליטווישע גדול הגאון הרב יוסף מאיר בלאך פון טעלז האט אויך געהאט חלוקי דעות מיט סאטמאר רב און דערנאך זיך מכניע געווען און מפייס געווען און מחשיב געווען באופן נורא,
דאס איז דא די שמיעס סאטמאר רב האט מצליח געועון מזאל מחשיב זיין זיין דעה אפי' מהאט נישט געהאלטען פינקט ווי אים ער האט מצליח געווען צו ברענגען די דעה און נישט געבליבען אגחומלט אלטץ עיקסטרעימער פאנטישער נאר געבליבען די איינציגסטע חסידישע גדול וואס ליטע האט מחשיב געווען,
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
זייער פיין אז דו האסט געברענגט די מעשה מיט ר׳ יוסף מאיר בלאך פון טעלז (מוסבת שם, ער האט געהייסען ר׳ אליה מאיר בלאך).
די עזות פנימ׳ער האבען פארברענט די ספרים פון הרי"ד עפשטיין פאר׳ן אראפ ברענגען א בריוו פון ר׳ אליה מאיר׳ן. מיט טעראר איז ער געגאנגען מפייס זיין און זיך ׳מכניע׳ געווען. דוכט זיך ר׳ שלמה׳לע באבובער האט עפעס מפשר געווען דארט. דער סאטמארער רב האט אפגעצאלט די געלט שאדען (אזוי ליגט מיר אין קאפ פון אייניקעל פון הרי"ד הנ"ל)
ועוד, די אלע ׳מחשיב זיין׳ זענען נאר אין סאטמאר איבער געזאגט. אין בריסק ווייסען זיי נישט פון דער גרויסע הערצה צום סאטמארער רב, און זיכער נישט מער ווי טשעבינער רב צו סיי וועמען.
און דער נערישע הגדרה אז מחשיב זיין א חסידישע איז עפעס נייטיג דא. די שאלה איז צו מ׳האט איהם מחשיב געווען מער ווי א צווייטען, נישט מער ווי א צווייטען וואס איז געבוירען געווארען אין זיין שטאט צו געהייסען יואל.
און פארוואס איז טאשער רבי נישט עמוד התורה? ער האט געפיהרט א ישיבה, משמש געווען ברבנות וכו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ימים ידברועל ראשון ראשון, בנוגע רבי יעקב קמניצקי האט מיר פארציילט א חשובער איד א חושבע רב אין מאנסי, וואס איז געפארען ער"ח אדר תשכ"ח מיט רבי יעקב קיין בארא פארק צו א סנדקאות און דערנאך האט געדארפט זיין א אגודה מיטינג רבי יעקב האט נישט זיך משתתף געווען ביי די מיטינג זאגענדיג אז ער פאסט פאר די געזינט פון סאטמאר רב און ער האט ניט כח צו קיין מיטינג גהערעט כלי ראשון פון א עד הנוסע עמו,
בנוגע וויזניצער רבי פון מאנסי איך בין דאך אויכעט א מאנסיער חסיד און איך בין אויך מיטגעפארען מיט אים עטליכע נסיעות קיין ארץ הקודש יעדעס מאל וואס ער איז געפארען איז געווען א ספק כמה פעמים איז ער נישט געגאנגען בכלל, די לעצטע פאר נסיעות זיכער נישט, ער האט נישט געזאגט זיין טעם איך לייג צו מיין אייגענע השערה והבוחר יבחר
ווען איך בין געוועהן מיט אים אין ארץ ישראל איז אויך געוועהן א שמועס צי ער גייט פארן קיין מירון צי נישט. למעשה איז ער נישט געגעאנגען. אפשר האט עס געהאט צוטוהן מיט ציונות?
אז ער האלט אז מ׳טאר נישט גיין וואלט ער ״קיינמאל״ נישט געגאנגען! אויב ער גייט איינמאל יא און איינמאל נישט מיינט עס אז באמת האלט ער אז די כותל איז נישט קיין פראבלעם, נאר די צייט און די schedule איז די פראבלעם.
קודם צו שבת אחים הייסט אזוי צום בעלזא רב א באזוך איז געווען צייט און צום כותל נישט?וועם פארשעמסטו?
צום ליטוואק.דער בריסקער רב איז נישט געגאנגען צום בעלזא רבס לוי' און געשיקט אלע קינדער מקבל פנים זיין סאטמאר רב פליז רעד צום זאך
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
פארוואס ווייסט מען נישט אין בריסק פון דער קבלת פנים?
און דער ליצנות פון בעלזער רב׳ לויה איז אויך א חלק פון דער שקר וואס איז דיין חינוך. דער בריסקער רב איז אויך נישט געווען ביים סאטמארער רב׳ס לויה, פאר כמעט די זעלבע סבה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווער ווייסט נישט פרעגט אייך נאך! ער האט זיי געשיקט בשליחותו צום סאטמאר רבין וואס ער האט נישט פאר קיינעם געטון אז די ווייסט נישט מאכך דיך נישט ווי די ווייסט יא
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
ווער ווייסט נישט? אין גאנץ בריסק ווייסען זיי נישט. נאר אין דער איד פאמפט מען די מעשה׳לעך גענוג אז מ׳גלויבט שוין.
נאך דיין אנדערע העלפט, פון ׳נישט גייען צום לויה׳, ווייסט מען שוין ווי קראנט איז די ערשטע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס ער איז געגאנגכען צו די בעלזא רבס לוי?
ימים ידברוקודם צו שבת אחים הייסט אזוי צום בעלזא רב א באזוך איז געווען צייט און צום כותל נישט?וועם פארשעמסטו?
צום ליטוואק.דער בריסקער רב איז נישט געגאנגען צום בעלזא רבס לוי' און געשיקט אלע קינדער מקבל פנים זיין סאטמאר רב פליז רעד צום זאך
ימים ידברו: און דאס נישט גיין צו די לוי' פון הרהצה"ק מ'בעלזא זי"ע דורך בריסקער רב מאכט איהם גרעסער אדער דעם בעלזער רב קלענער (אין דיין פארדרייטן הילוך המחשבה) וחוסר בדיקדוק וסגנון הלשון...!
חס ושלום סווייזט נאר אז בריסקע רב האט נישט געהאט מיט קיינעם ובפרט חסידים און איין סאטמאר רב איז גערון א חשיבות דעטס אלל וואס דער ליטוואק האלט נישט אויס יא סטאטמאר רב האט מען מחשיב געווען, סאיז א קליינע זייטיגע געסעל פון די גאנצע שמיעס, טראצדעם ע רהאט ווען גקענט אויסקיקען און היינטיגע אומשטענדען ווי משה בער בעק אדער לב טהור האט ער פארנימען די שענסטע פלאץ און די דרויסענדע וועלט וואס דאס זאגט אז ער האט דערגרייכט וואס קיין צווייטער האט נישט
Re: עדה החרדית - קנאים - סיקריקים תשע"ז ע"ח - ארויף אדער ארא
דער בריסקער רב איז געגעבען צו יעדער גרויסע לויה, און ער וואלט געגאנגען צום בעלזער רב׳ס און צום סאטמארער רב׳ס.
נאר ער איז דעמאלס נישט געווען אין לאנד . דער בריסקער רב האט געוויילט זומער אין שווייץ. און דער שקרן וואס האט אפגעמאכט דער שטות, אז גייען צום לויה מיינט עפעס, ווייסט גארנישט פון בריסק צו זאגען. און דעריבער זענען אלע מימרות נישט אינטרעסאנט. ווען דער בריסקער רב׳ס תלמידים און קינדער זענען מחשיב סאטמארער רב צוליעב זייער טאטע\רבי, מיינט עס עפעס. אבער די מעשה׳ס וואס ווערען פארקויפט אין סאטמאר זענען אקוראט סאטמאר, נישט בריסק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק יעצט האב איך דיך גכאפט די קיסט זאגען אקס ביסט נישט קיין ליטוואק א צלם און הארץ האסטו אבער א ליטאי נישט
וואס איז דער מציאות איז דער בריסקע רב געווען אין לאנד ביים בעלזע רב'ס לוי' אדער נישט ?
מיין השערה: היות אין בריסק האט מען שטארק נוטה געווען צו סאטמאר רב'ס שיטה איז סברא צו זאגן אז ער האט געהאט מער הערצה צו סאטמאר ווי עני וואן אדער
דער גאנצע 'נטייה צו סאטמאר' קומט פון צוויי פלעצער, דער איד, און דאס וואס הרב דוד סאלאווייציק האט א ישיבה און ער שנארערט געלט פון סאטמארער אידען. ביי די תלמידים (נישט די וואס האבען געדאווענט מעריב ביי איהם, נאר די וואס האבען געלערנט תורה ביי איהם) פון בריסקער רב איז סאטמאר נישט קיין ארטיקל, ביי הרי"ד און בנו הרא"י שליט"א איז סאטמאר נישט קיין ארטיקל, און מ'האט איהם מחשיב געווען ווי נאך א תלמיד חכם, נישט עפעס אויסנאמליך.
אז מ'דארף פרעגען די שאלה אויפ'ן בריסקער רב איז שוין זינלאז. ביי זיי איז לויות א צייט צו פארגעסען פון שיטות. ביי הרב שמואל מוהילבר'ס לויה, האט ר' חיים זיך געגרייט צו פארען! די תלמידים האבען איהם צוריק געהאלטען און ס'האט איהם פארדראסען. הרא"י גייט צו יעדער לויה וואס האט מער ווי הונדרעט מענטשען (ס'איז א גוזמא, כאפ זיך נישט דערויף). מיינסט מ'האלט מער פון הרב חיים ברים ווי פון בעלזער רב? די בריסקערס זענען לויה גייערס, אזוי איז.
ווי אזוי האט ער געהאלטן לגבי די מדינה אין ארום ?
דוכט זיך אז ער איז געווען די נענטסטע צו סאטמאר שיטה ווי עני אנדערע ר"י
ער האט געהאלטען אז ציונות איז נישט קיין כפירה, נאר אז עבריינים טארען זיך נישט אריינמישען אין ישיבות, ממילא זאל מען פון זיי קיין געלט נישט נעמען. זייענדיג א חשדן, האט ער געהאלטען אז מ'קען נישט טרויערען די עסקנים און מ'קען נישט טראגען די אחריות אויף וואס זיי גייען מעגליך טוהן ווען זיי גייען אין כנסת, דעריבער האט ער גארנישט געזאגט אז מ'דארף גייען אין כנסת. אין מאל, מחמת נחיצות הענין, האט ער מחליט געווען צו געבען א בריוו פאר בחירות, ונטרפה השעה ווייל ער איז אוועק איידער ער האט עס ארויס געגעבען. ער האט אויך געהאלטען צום עקסטרעם אז גוט'ס פארלעשט נישט קיין שלעכטס, ממילא ווען די חברי כנסת גייען ראטעווען אלץ, אבער איין זאך טוהן נישט ריכטיג, טאר מען שוין נישט מאכען קיין חשבונות. יעדער האלט עטוואס אזוי, נאר ער האט עס גענומען מער עקסטרעם ווי אנדערע.
דיין פראבלעם איז, דו ווייסט נאר פון אנדערע דעות פון דיין צייטונגען. דו ווייסט עס נישט פון די מקור. דער איד און דער בלאט קענען זיין באגלויבט אויף סאטמאר, אבער נישט אויף אנדערע. די 'מתירי הבחירות' זענען נישט געווען פארעוו צו ציונים, זיי האבען געקעמפט קעגען זיי, און אסאך מער ווי סאטמאר וואס איז געשטאנען אין די זייט, און ווייניג זיך געקימערט מיט די אלע פראבלעמען וואס די רשעים האבען געטוהן.
אז דו ווילסט ליינען ליטווישע פראפאגאנדא, ליין השקפתינו. אדער קענסטו קוקען אין בעיות הזמן און מכתבים ומאמרים פאר די שיטות פון גדולי ישראל אין דעם.
און אין דער עיקר, אז די איינציגסטע פארזיכערטע הצלה איז ישיבות ווי מ'לערנט תורה, נישט קהלות און שיטות, איז דער בריסקער רב גארנישט אנדערש געווען ווי די ראשי ישיבות אין א"י.