☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » מסכת סגולות (וועקער #10)

מסכת סגולות (וועקער #10)

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11911

ארי נוהם » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:05 am

· #386404
מסכת סגולות (וועקער #10)
שוין אדורך א לענגערע וויילע זינט כ'האב געשריבן אין שטיבל, אבער כעת מוז איך זיך אומקערן כדי צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף מיין ארטיקל "מסכת סגולות".

דער נאמען דארטן, רבי יהודה אריה די מודינה, איז דער גאון וגדול פון ווינעציע בעמח"ס ארי נוהם, וואס איז איינע פון די טעמים פארוואס איך האב א נאמען געגעבן פאר מיין ניק "ארי נוהם" (עי' חתימתי).

עכ"פ, די מסכתא - פיר זייטן גמרא רש"י ותוספות - וואלט געקענט זיין אזוי גרויס ווי דער גאנצער וועקער, אבער דעמאלט וואלט מען זיכער איינגעשלאפן... כ'האף אז פון די קליינטשיגע מסכתא האט מען יא הנאה געהאט און פארשטאנען די טיפזיניגע כוונה פון די שרפי מעלה מחברי התלמוד.

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:10 am

· #386405
ארי נוהם
שוין אדורך א לענגערע וויילע זינט כ'האב געשריבן אין שטיבל, אבער....


טאקע היתכן?? אן קיין אבער!!!

וואלווי » מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:58 pm

· #386450
וואנדערבאר!! מעשה חושב מעשה רוקם מעשה רוקח אויף איין מאל!

אינטערסאנט צו ציברענגען וואס די מהרש"א אין אגדות אויף די לעצטע עמוד ב' פון מס' סגולות זאגט אז לפי פי' תוס' שם בענין זיבענבערגען יובן היטב דברי המדרש בבראשית רבה עה"פ תדשא הארץ דשא כשאמר הקב"ה תדשא הארץ דשא מיד הוציא הארץ שבעה הרים מלאים אדמור"י דשאים שהתפזרו מסוף העולם עד סופו, עכת"ד, ומסיים שם דלא צ"ע.

לעיקוואד » מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 11:40 pm

· #386457
זייער זיסע ליצנותא דע"ז. בעניי האב איך נאר נערוון דורכצוליינען א עמוד-צוויי גמרא אזוי מיט די רש"י און תוספות, אבער זעקס בלאט נאך פאר א וויץ פאר דעם דארף מען שוין האבען ממש הרב שך'ס מושגים פון עמילות בתורה... אפשר זאל מען מאכן אן ארטסקרול אויף דעם..

פיקאסא » זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:37 pm

· #386545
איך האב מיר געווינדערט ווער עס האט געשריבן.
וואונדערבארע ארבעט @ארי נוהם! מלא ידיעות און גאונישע שפראך!

הלואי קען איך ווען אויפוועקען די אלמנה ראם און פרעגן ווי אזוי זי האט אויסגעשטעלט די ווילנא ש"ס... ס'נישט קיין פשוטע מעשה. איך האב עס אויסגשטעלט די בעסטע וואס איז מיר שייך, הגם ס'נישט פערפעקט.
לכתחילה האב איך טאקע אפגעזאגט דאס אויסצושטעלן ווייל עס פאדערט גאר אסאך צייט, אבער נאכן ליינען די תוכן האב איך מחליט געווען עס יא צו אננעמען ווייל עס קומט זיך דיר.

ארי נוהם » זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:47 pm

· #386554
מיין שאלה צום עולם: ביים שרייבן די מסכת סגולות, האב איך געהאט א צד פון מאכן א שטיקל 'נטעי גבריאל" הלכות סגולות.

וואלט דער עולם הנאה געהאט פון אזא ארבעט, אדער ס'נישט גוט מער פון איינמאל?

#פאר-די-קומענדיגע-וועקער

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 1:36 am

· #386592
לענ"ד איז א נייע נושא אין גמ' בצורת הדף מיט רש"י תוס' (פי' ארוך וקצר) מער קונץ און מער תוכן. פארשטייט זיך ס'מער ארבעט...

טאמבל סאס » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:17 am

· #389427
יעצט געלייענט. מיין קאפ טוט וויי. א מעכטיגע ארבעט - קאמפליצירט. א היינטיגע בשמים ראש