יישר כח הוגה, דיין ארקטיל איז געווען אזא ניסוך המים אויף מיין נפש, וואס האט ליעב צו הערן נייע געדאנקען אויף מיין גלויבונג..
איך האב געזעהן ווי די ביסט גיט אויף געלייגט די לעצטע פאר טעג די שפארסט נישט קיין קאמפלימענטען פאר די וועקער ארטיקלען, איך האב עס פשוט תולה געווען אז די רביצין האט צו געשטעלט א פיינעם שטיקעל סטעיק יעדן טאג יום טוב, אינקלאדעד חול המועד, און עס גייט גיט פארזיך פארגינט פאר א צווייטן. אבער נאכן ליינען הוגה'ס מחשבות אויפן בעלי מחשבות, זעה איך ער איז פשוט אנגעקומען צו די מדריגה פון זעהן אז אלעס איז אלהית נישט קיין חילוק וואס די ארטיקעל רעדט איז אלס גלייך 😉 .
יעצט לאמיר צוריקקומען צום מאחד זיין אלהות, בשעת'ן ליינען האב איך געפיהלט ווי עפעס דריידט זיך אינווענדיק עס פאנגט אָן צוקלעבן עפעס אויף מיך, אבער איך האב עס געוואלט אראפשלינגען און מאכן עפעס למעשה האט עס עפעס נישט געגאנגען. ווייל איך האב נישט פארשטאנען אפאר זאכן. ע''כ באתי לבקש אויב די קענסט מיך געבן אפאר מינוט און זאלסט מיך פארענטפערן וואס איך האב נישט געקענט צוזאמנעמען עס וואלט געווען פאר מיך א שמחת יום טוב..
ובזה החלתי, כמעט די גאנצע ארטיקל איז געבויט מיט די הקדמה אז עס איז א הכרח אז אלעס איז אלהית, דאס הייסט אז אלעס וואס געשעהט טוהט דער באשעפער (דאס איז זיין רצון). צומיר זעהט נישט אויס ווי עס איז מוכיח, איז עס נישט די זעלבע שאלה וואס מען האט דורך געטוהן אין וועקער אין די ארטיקל פון אבן הטוען? יא אויב גאט האט אפגעמאכט אז ער וויל מאכן אזאך וואס ער קען נישט אויפהייבן ליגט דאס אויכט אין זיין יכולת, די זעלבע בייאינז, ער האט אפגעמאכט מפני סיבה שהוא אז ער וויל אינז געבן די בחירה, צו אפמאכן להיטב או להרע, אויב אזוי ליגט עס יעצט אין אינזער הענט.
נאך איין נקודה די פארענטפערסט די משנאיך ה' אשנא לויט ווי אזוי איך פארשטיי, איז עס געקומען פון א שוואכע מינוט פונעם כותב. אבער עס איז דא אויכט מצות מעשיות, וואס איז געזאָגט געווארן פאר יעדעם איינעם און יעדע מינוט למשל מכבד זיין דער ת''ח, און פון דער אנדערע זייט צדוקים מורידין ולא מעלין...
און וואס איז פשט בכלל אז די תורה און איהר שכר איז געגעבן געווארן צו דער איד און נישט צו דער גוי, און אנדערע ווערטער אויב די מיזט מחלק זיין צווישן איד מיטן גוי ,פארוואס ביסטו נישט מחלק צווישן דער צדיק און רשע?
און צום לעצט אויב דער בעש''ט האט אמאל יא געגעבן מוסר, מיינט עס אז ער האט געהאט א שוואכע מינוט. דעמאלטס פארוואס האבן די צדיקים וואס האבן יא אנגעקומען צו די מדריגה, זיך נישט געקענט איינהאלטן פון געבן מוסר?
עפעס פארשטיי איך נישט, קום אריין קלארער ביטע.
נ.ב. בשעתן ליינען האט מיך געבאדערט אז די ליינס זענען נישט געסענטער'ט איך בין צוגעוואוינט אז הוגה שרייבט עפעס קימט עס אליינד אין סענטער'ד 😂