☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א מועד-סאנעט

א מועד-סאנעט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11907

שלום בערגער » זונטאג אקטאבער 8, 2017 11:39 am

· #386294
א מועד-סאנעט
א גוט מועד,
מועדים לשמחה
מע האט אויפגעבויט
א פרעכטיקע סוכה
וואס רעגן האט אראפגעריסן
בשעת די עלטערן כראפען.
מע פירט-אויס מיט וויסן
און בלייבט מיט שטעקעלעך און האפענונג.
זיצט מען אין די חורבנות
און געפינט די שטריק
מע פארניצט די סבלנות
און שטעלט אלץ צוריק.

די נאטור האט אירע הארבע דינים
וואס שאקלען אונדז מער ווי די נענועים.

וחלופיהן » זונטאג אקטאבער 8, 2017 2:57 pm

· #386302
א קליינע הערהלע.

וויבאלד שאקלען מיינט די זעלבע ווי נענועים וואלט נישט בעסער געווען פאר די לעצטע שורות:
די נאטור האט אירע הארבע דינים
וואס שאקלען אונז מער ווי ד' מינים
?