☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » נוסח התפלה = לארצינו, לציון עירך

נוסח התפלה = לארצינו, לציון עירך

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1190

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 8:42 pm

· #27629
נוסח התפלה = לארצינו, לציון עירך
פריינדליך


אזוי אויך האב איך באקימען ספיקות צי איך בין גערעכט אדער נישט, ווייל אין תפילות ר"ח זאגט מען "יהי רצון מלפניך השם שתעלנו בשמחה לארצינו ותטענו בגבלנו"
זעט מען דאך אז עס הייסט ארצינו אפילו מען איז נישט דארט און מען האט אונז פארטריבען,


די ענין דארף א עקסטערע אשכול,

אז איר וועט אריינקיקען און סידור ביי מוסף ר"ח וועט איר זען די פאלגענדע שטיקעל {און רוב סידורים איז עס איינגערינגלט}
יהי רצון מלפניך השם אלוקינו שתעלינו בשמחה לארצינו ותטענו בגבולנו

די שטיקעל גייט ווייטער מיט די ווערטער:
והביאנו לציון עירך ברנה


איך פארשטיי נישט עטליכע זאכען

1}פארוואס איז די שורה פון יהי רצון איינגערינלעט? זאגט מען עס יא אדער נישט?
2}איז די ווארט "ארצינו" נישט א סתירה מיט די ווארט "לציון עירך"?
3}חוה"מ און יו"ט זעט מען נישט די נוסך פון יהי רצון שתעלינו לארצינו, מען זאגט נאר לציון עירך?

מעגליך אז עס איז זייער פשוט עברי טייטש, ווייסט איר א הסבר?

אלבערט » מאנטאג יולי 23, 2012 11:50 pm

· #27778
איך געדענק אז אין ויואל משה ווערט געברענגט אז ביי די ברכה פון תקע בשופר איז נישט דער ארגינעלער נוסח צו זאגן "לארצינו", דאס האבן די מינים שפעטער צוגעלייגט.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 23, 2012 11:51 pm

· #27779
פריינדליך
2}איז די ווארט "ארצינו" נישט א סתירה מיט די ווארט "לציון עירך"?

אולי ירושלים של מעלה\מטה.
בכלל איז נישט קיין "סתירה", תורתיך\תורתינו, בית מקדשיך\מקדשינו. נאך דערצו דא וואס ס'שטייט עירך און ארצינו, וואס ארץ גייט ארויף אויף ארץ ישראל, און עיר גייט ארויף אויף ירושלים.

גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 2:25 pm

· #27985
וואס דער ספה"ק ויואל משה זאגט איבער "לארצנו" אין ברכת תקע,

די ברכה פון די תקע בשופר איז די "ברכת קיבוץ גליות"

אין די פסוקי נ"ך און אין חז"ל איז קלאר מבואר אז קיבוץ גליות גייט נישט זיין אין ארץ ישרא',
דער מלך המשיח גייט נעמען כלל ישראל אין א מדבר אינדרויסן פון ארץ ישרא',
דארט גייט זיין א בירור (סעלעקציע בלע"ז) און נאכן בירור וועט מען ארויפגיין קיין ארץ ישראל

אויך איז מבואר אז קיבוץ גלוית גייט הערשט זיין נאך וואס דער מלך המשיח גייט נתגלה ווערן און נאכן מחזיר בתשובה זיין די אידן,
עס זענען דא פילע הוכחות ברורות אז משיח גייט מחזיר בתשובה זיין כלל ישרא' נאך אין גלות בין אומות,

אשר על כן איז די ווארט "לארצנו" ביי תקע נישט אזוי מדיוק,

אויך דער אר"י הק' ע"פ סוד האט א פונקטליכן מספר תיבת פאר די ברכה תקע און ער האט נישט דעם נוסח "לארצינו",

דער סאטמאר רבי שרייבט און ויואל משה אז זיין פאטער, דער קדושת יו"ט האט נישט געזאגט לארצינו,

עם כל זה, זאגט דער סאטמאר רבי ז"ל, איז אפי' די וואס זאגן יא לארצינו איז נישט קיין פעלער,
ווייל עס מיינט נישט אז דער עצם קיבוץ גליות גייט זיין אין ארץ ישראל נאר דער "מטרה" פונעם קיבוץ גליות איז אנצוקומען לארצינו הק'