☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » משה אריה פריעדמאן באזיכט ביירות-לבנון (Video)

משה אריה פריעדמאן באזיכט ביירות-לבנון (Video)

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11898

פרי מגדים » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 6:57 am

· #385985
משה אריה פריעדמאן באזיכט ביירות-לבנון (Video)

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 12:18 pm

· #386033
ווילאנג ביז ער פיסלאמיזירט זיך אפיציעל?

פרי מגדים » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 2:58 pm

· #386057
אינטערויו לבנון TV
וואס מיינסטו מיט ״פיסלאמיזירט״? אין דעם איטערויו איז נישט דא קיין ווארט אין ריכטונג פין איסלאמיש,
אויך איז לבנון זייער א סאך קריסטען אין דער פרעזידענט איז אויך קריסטליך

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/President_of_Lebanon">https://en.m.wikipedia.org/wiki/President_of_Lebanon</a>

טאמבל סאס » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 3:07 pm

· #386061
אייזן! 😂

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 9:14 pm

· #386115
ציבעלע-קיגל
ווילאנג ביז ער פיסלאמיזירט זיך אפיציעל?

ציבעלע קוגל: ער גייט צוביסלעך מטה, מטה...אשורנו ולא קרוב...אבער איך זעה דעם סוף פסוק. די אראבערס וועללן פארדינען א קליינטשיג רויט אידעלע...און אונז וועללן מיר נישט שפירן אזא שטארקן פארלוסט...!

כ'האב נאר רחמנות אויף זיינע 2 יונגעלעך וועלכע דער משוגע'נער האט אריינגעשיקט אין א מיידל סקול אבי צו ווייזן אז ער האט אויסגעפיהרט...!

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 4:40 am

· #386137
נעבעך

פרי מגדים » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 7:32 am

· #386143
berlbalaguleh
עס איז ריכטיג ער האט טאקע אויסגעפירט אלעס געווינען אהערגעשטעלט פאר זיינע קינדער (פארשטייט זיך די אינגלעך ביי די אינגלעך אין די מיידלעך ביי די מיידלעך) דאס שענסטע אין דאס בעסטע, זענען טאקע אלע זייער מצליח ב״ה לשם ולתפארת אין בליען בליעה״ר!

א טייל פין די וואס האבן געהאט א חלק אין פרשה א פאר יאר צוריק האבן שוין מפייס געווען איהם אין זיינע קינדער, אלע וואס האבן געהאט א חלק אין די פרשה קעגן די קינדער באוויינען עס שוין היינט אין האבן שוין חרטה וויסענדיג וואס פארא פארלוסטן אין צרות (נאך שיין אויסגעדריקט) דאס האט מיט זיך געברענגט אין וועט נאך ווייטער ברענגען.
ווי באקאנט זענען טייל פין די יונגע ראשי הלוחמים קעגן זיינע קינדער נישט מער בין החיים ואכהמ״ל

ווען שוין רחמנות: דאן אויף די הינדערטער אין טויזענטער אימשילדיגע אידישע קינדער וואס ווערן ארויסגעווארפן פין היימישע אידישע מוסדות על לא עוול בכפם, ווערן געווארפן צי די הינט וואלגערן זיך אין די גאסן אהן א שולע אין אהן חינוך! ומוסיפים חטא על פשע אז די ארויסווארפער מאכן כל טצדקי שבעולם אז קיין שום אנדערע מוסד זאל זיי נישט נעמען אין בלייבן טאקע אלע לגמרי אהן קיין וויטערע שולע אין זייער לעבן אין האט שוין ליידער הינדערטער אין אפילו טויזענטער היימישע אידישע משפחות אימגליקליך געמאכט אין ציגרינד געלייגט אין ענדיגט זיך כסדר מיט פרישע טראגאדיעס רח״ל והדברים ידועים!

יה״ר אז ה׳ הטוב ינקום דמם במהרה אין זיי זאלן שוין אלע געהאלפן ווערן אין אויפגעראכטן ווערן

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 7:52 am

· #386144
הדד בן בדד
נעבעך

או אינו » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 11:26 am

· #386161
Re: משה אריה פריעדמאן באזיכט ביירות-לבנון (Video)
גענוג גערעדט ! עס איז צייט צי גרינדען א גא פאונד מי פאר סקול וואס איז גאאווערנט ביי עלטערן. פריספול זאל ערוועלט ווערן