מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11896
מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
איך מוז זאגן אז דער מאמענט ארטיקל פון נתן העלבראנץ האט מיר געטוישט א סאך איבער מיין דעה אויף ר' שלמה העלבראנץ,
עס איז באמת א הארץ וויי אז אזא געלונגענע מענטש זאל אזוי צוטרעטן ווערן
עס שליסט נישט אויס שגיונות וואס יעדער האט,
אבער דער טומעל ארום איהם זינט דאס פארכאפונג פון די 2 קאשויער אייניקליך, און זיין טויש אין מאד זיין ער איז געווען אין תפיסה, וואס האט גורם געווען צו די השתלטות פונם ראדיקאלער פירער דארט
עס איז באמת הארץ רייסנד ווען די קוקסט עס אן מיט נתן'ס גלעזער, די יסורים וואס קינדער גייען דורך פון קלימאטן טויש אין ווארימע שטובער
עס ליגט זייער א סאך דירען, עכ"פ מיך האט עס געלערנט און פארענפערט פולע פראגן
איין זאך איז זיכער אז בחייו וואלט ער נישט געקענט שרייבן אזא ארטיקל, עס האט געמוזט צוקומען צו מכבדו בחייו
דאס קען זיין א שטיקל טרייסט פאר איהם, אז ער האט נישט געקענט ריינוואשן זיין טאטן בחייו, ווייל ביים לעבן וואלט מען געזאגט אז ער מיינט זיין טאטנ'ס חסידות ואכמ"ל
איך שיהיה מען קען נישט אפסקענען א מענטש פון שמועות
מיש נייעס: אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אנדער'ן אשכול. ר' נתן העלבראנץ שליט"א איז זייער א וואוילער און איידעלער יונגערמאן און ער שאצט אפ דעם מצב פון לב טהור אין זייער א רעאליסטישן וועג. אבער דאך. איבער געוויסע פרטים וואס ער פארציילט קענמען מחולק זיין. ווייל טאקע מכח זיין איידלקייט און מצות כיבוד אב וועט ער אוועקקוקן א סאך זאכן און מעשים וואס זענען אפגעטון געווארן וואס ר' שלמה העלבראנץ איז יא געווען דירעקט פאראנטווארטליך פאר זיי.
למשל , די פארכאפונג (ווייל דאס איז עס סוכ"ס געווען) פון דעם יונגל שי פימא איז 100% זיין פאראנטווארטליכקייט. (כ'וועלל נישט זאגן, שולד.) די טענה אז דאס יונגל האט נישט געוואלט צוריקגיין אהיים איז ווערטלאז. ווייל ער איז דאך דא געווען דער ערוואקסענער. און ער וואלט געקענט משכנע זיין דעם יונגל אז ער זאלל יא צוריקגיין אהיים. און אין אמעריקע איז דא א געזעץ. און אן א דירעקטע ערלויבעניש פון א קאורט האט ער איהם נישט געקענט האלטן ביי זיך קעיגן דעם וויללן פון זיינע עלטערן.
אויך. דאס אנטון די שמוציגע, עקלדיגע פארשאלטענע מוסולמענער מלבושים בלעימט ר' נתן נ"י אויף מאיר ראזנער און זיין ווייב. דאס איז נישט ריכטיג. ווייל אויב דאס וואלט געווען דער מצב. דאמאלס איז שלמה העלבראנץ נישט בעה"ב נאר מאיר ראזנער. און ער וואלט געדארפט אדער ארויסווארפן איהם. אדער אליינס זיך אפטיילן פון איהם. און מ'האט קיינמאל נישט געהערט א ווארט פון מחאה פון ר' שלמה העלבראנץ אליינס אקעיגן דעם עקלדיגן און אפשטויסנדיגן לבוש פון די שונאי ישראל...!
נאר ר' נתן נ"י איז זייער שטארק מקפיד בכבוד אביו. ממילא קענמען נישט אננעמן פאר 100% ריכטיג אלע זיינע סטעיטמענטס בנוגע זיין טאטע...! אבער ס'איז דאך א רחמנות אויף אזא צובראכענע משפחה. און אויב די לב טהור גרופ וועט אמאל ווערן א נארמאלע חסידות איז ר' נתן זיכער ווערד צו ווערן דער ממלא מקום. נאר איינס פון די ערשטע זאכן וואס זיי דארפן צו טון, איז אראפווארפן דעם עקלדיגן פארהאסטן לבוש און זיך אנטון צניעות'דיג עפ"י תורה. דאמאלס וועללן מענטשן האבן מער סימפאטיע און פארשטענדעניש פאר זיי. ווייל דאס איז דאך סוכ"ס זיין רצון און שאיפה. נאר מי מעכב שאור שבעיסה...!
ערעב בערל, איר זענט גערעכט פון א לעגאלע שטאנדפונקט, אבער עס איז דאך א ריזיגע חילוק צווישן פארכאפן א קינד ווס נישט אהיימשיקן א קינד, וכך הווה אז פארן פארכאפונג האט מען איהם שנעל ארויסגעלאזט אבער דערנאך צוריקגעשיקט אין חד גדיא צוליב אימיגראציע פארלעצונגען.
און בנוגע די בגדים, טענהט ר נתן אז בשעת דער טאטע איז געווען אין תפיסה האבן אנדערע אינערהאלב די קהילה געפירט די ווערטשאפט און ארויסקומענדיג איז ער געווען א שבר כלי למחצה שליש או רביע, קען זיין ער וואלט געברויכט ארויסווארפן ראזנער, אבער פון דארט ביז זאגן אז ער האט עס ארויפגעצווינגען איז א מהלך יותר מתחום שבת.
באדדעם ליין, ברויך יעדער אוועקלייגן די פרי-קאנסיווד בייעסן, און אויסהערן אינפארמאציע בלויז פון כלי ראשון פון אלע צדדים און אפשר אזוי וועט מען דערגיין די אמת
שושן פורים:לאמיר גיין על ראשון ראשון. לגבי די לעגאלע טשארדזש פון קידנעפינג איז נישט קיין חילוק צו ער איז ארויסגעגאנגען איהם כאפן אדער דער יונגל איז געקומען צו איהם. מיט'ן רשות און הסכמה פון די עלטערן. פאר א באגרעניצטע צייט. און ווען די עלטערן האבן איהם געבעטן צוריק, האט זיך אויפגעהערט די לעגיטימע סטאטוס פון האלטן דעם קינד אקעיגן דעם בפירוש'ן רצון פון זיינע עלטערן...!
לגבי די מוסולמענישע לבוש: דאס איז דאך נישט געווען אן איינמאליגע זאך. דאס איז אן אנגייענדער מצב. און ר' שלמה העלבראנץ וואלט געדארפט עפעס טהון אקעיגן דעם. און אויב ער האט גארנישט געזאגט אדער געטון איז משמע אז ער איז אויכעט מסכים צו דעם. און ער קען לעבן מיט דעם. ממילא טראגט ער די פולע אחריות...!
איך האלט נאך אלס אז עס איז נישט אזא פשוטע זאך
קודם דאס פארכאפונג פון שי פימא איז בעצם נישט געווען קיין פארכאפונג עס איז געווען מרצונם הטוב פון דאס קינד און פון די עלטערן, נאר זיי האבן שפעטער ציריקגעצויגן, איך גלייב ווען ער ווייסט אז מען גייט אזוי קעמפען קעגען איהם וואלט ער געצווינגן דאס קינד צו גיין, אבער ווייסט דאך עלטערן וואס האבן קודם מסכים געווען און פלוצלונג הייבט זיך אן א קאורט איז אביסל אנדערש
והשנית די זאכן וואס זענען געטון געווארן נאכ'ן תפיסה איז זייער שטארק מעגליך אז ראזנער איז געשטאנען אונטער דעם, און עס איז שוין געווען שווער פאר'ן רבי'ן זיך צו גיין קריגן מיט זיינע אייגענע מענטשן נאך דערצו אז ער איז געווען איינגעזאצלן מיט זיי, גיי ווארף א מענטש ווען די ווייסט אליינס נישט וואס דער מארגן וועט ברענגן, ער איז געווען א בורח און מסתמא האט איהם ראזנער גוט אנגעכאפט ביים קראגן
דארפסט ליינען דעם ארטיקל וועסטו זעהן, עס איז נישט אזוי פשוט ווי מ'האט אונז געלערנט דא אין ווילי...
ער האט אנגעהויבן ווילד מיט אהערברענגען אגאנצע סטאדע. פ"וו זאליך חושד זיין א צווייטען
ווי קען מען זעהן די ארטיקל? איינער קען עס ארויפלייגען ביטע?
די לבוש איז א נארישקייט, אבער נישט עק וועלט. ווייל מוסלעמענער גייען אזוי, מיינט אז ס'איז דער רויטע ליניע?
כבר מלתי אמורה אז די טענה אויף הלברנץ איז נישט די מעשה צו יענער מעשה, וואס דער באשטעטיגט און דער לייקענט. די גאנצע צוגאנג פון איבערבויען אידישקייט, אן קיין שום דעקונג פון תלמידי חכמים, איז א גאות און א שלעכטס. דאס גאנצע אנפייפען פון אלע חכמי הדור פון אנהייב ביז'ן סוף ווייזט אז דא טויג נישט. דערנאך זענען דא פרטים, ווי מ'מאכט עיקרים פון טפלים, ווי מ'שטעלט אוועק א לעבן פאר יעדן איינעם, ווי מ'איז גרייט מפקיר זיין די וואוילזיין פון די אלע מענטשן פאר די שיטה"ק אן קיין שלום חשבונות וכו'. אבער דאס קומט אלץ נאך די צענטראלע טענה.
טאמער איינער וויל זאגן אז מאיר ראזנער איז שולדיג, זאל זיין. ס'מאכט נישט אויס, דער עצם זאך טויג נישט.
וועלכע חכמי הדור האט ער אנגעפיפן? רוב סאטמארע רבנים האבן עם דאך געשטיצט ווילאנג ס'האט זיך נישט אנגעהויבן די היתר מאה רבנים סקאנדאלן?
חכמי הדור מעגען יא חרוב מאכן דאס אנושות
בן אדםוועלכע חכמי הדור האט ער אנגעפיפן? רוב סאטמארע רבנים האבן עם דאך געשטיצט ווילאנג ס'האט זיך נישט אנגעהויבן די היתר מאה רבנים סקאנדאלן?
ביז ביז ביז. בקיצור, ער האט זיך נישט געשפירט משועבד צו סיי וועמען. ובפרט אז אזא ת"ק איז ער דאך אויך נישט געווען אין לערנען.
אפילו ווען די סיסטעם סרח'עט, איז עס נאך א גרעסערע סכנה צו גיין אליינס אזוי. יא, ס'איז דא וועגן וויאזוי דאס דורכצולעבן, אז מ'זאל הן מאכן א לעבן פאר זיך לויט אייגענע ווירדען און הן אויסקומען מיט אנדערע וואס האלטן אנדערש אין געוויסע זאכן.
ווילאנג מ'זוכט נישט דעם מיטל וועג, איז עס נאר אן אויסדרוק פון דעם מענטשנ'ס שוואכקייטן אין מדות.
וועלכע גדולים פונקטליך דארף מען פאלגען?
די מערסטע מאדנע טענה.
כאילו עס איז דא איין רבי וואס פרעגט א צווייטער.
פליז.
ניין, מ׳דארף נישט פאלגן. ווער האט דערמאנט פאלגן?
Re: מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
berlbalaguleh
למשל , די פארכאפונג (ווייל דאס איז עס סוכ"ס געווען) פון דעם יונגל שי פימא איז 100% זיין פאראנטווארטליכקייט. (כ'וועלל נישט זאגן, שולד.) די טענה אז דאס יונגל האט נישט געוואלט צוריקגיין אהיים איז ווערטלאז. ווייל ער איז דאך דא געווען דער ערוואקסענער. און ער וואלט געקענט משכנע זיין דעם יונגל אז ער זאלל יא צוריקגיין אהיים. און אין אמעריקע איז דא א געזעץ. און אן א דירעקטע ערלויבעניש פון א קאורט האט ער איהם נישט געקענט האלטן ביי זיך קעיגן דעם וויללן פון זיינע עלטערן.
עטליכע "נארמאלע" רבנים פון וויליאמסבורג און קרית יואל האבן אויך געשטיצט די פארכאפונג.
Re: מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
איך מיין נישט די פארכאפונג, איך מיין די גאנצע הלך ילך זיינער. קיינער איז נישט גענוג, קיינער ווייסט נישט וואס ער ווייסט, קיינער האלט נישט ביים זיין פרום ווי איהם וכו׳ וכו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'פארשטיי נישט די גאנצע טענה'ריי, יא אנגעפיפן, נישט געפאלגט, למאי נפק"מ, א מענטש האט א שיטה נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט צו נישט, האט ער אלע רעכטן עס צו פראקטיצירן ווי אויך עס צו פארקויפן פאר שומעי לקחו.
און לגבי די פארכאפונג, לענ"ד איז ער נישט גערעכט געווען, אבער אין א קאמיוניטי ווי די יוסעלע שוכמאכער פרשה איז פאררעכנט אלץ טראגעדיע, פארוואס איז גערטנער א שיינע איד און העלבראנץ א קרימינאל?
ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין נישט די פארכאפונג, איך מיין די גאנצע הלך ילך זיינער. קיינער איז נישט גענוג, קיינער ווייסט נישט וואס ער ווייסט, קיינער האלט נישט ביים זיין פרום ווי איהם וכו׳ וכו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואלט ווען געווען כדאי זאלסט אונטערהערן א שמועס פון מאדערן ארטאדאקסישע איבער אונז חרדים, גייט בערך אזוי:
זיי, די חרדישע מינאריטעט מיינען אז נאר זיי ווייסן, אונז און אונזערע רבנים זענען זיי נישט גוט, זיי מיינען אז נאר זיי זענען פרום און גייען אויפן דרך הישר, וכו' וגו'
Re: מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
שושן פוריםכ'פארשטיי נישט די גאנצע טענה'ריי, יא אנגעפיפן, נישט געפאלגט, למאי נפק"מ, א מענטש האט א שיטה נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט צו נישט, האט ער אלע רעכטן עס צו פראקטיצירן ווי אויך עס צו פארקויפן פאר שומעי לקחו.
דער סיסטעם פון אנקוקען אידישקייט אלס א רעכט איז גענצליך פרעמד.
איינער דרייט א קאפ מיט עמהארצות, און ווייסט מער ווי יעדער, ווען ער ווייסט גאנץ ווייניג, דארף מען ראטעווען קינדער פון איהם. און איך האב פונקט דער זעלבע ׳רעכט׳ איהם צו האלטען וואס איך וויל. נאר אידישקייט איז אמת, נישט ׳רעכטען׳, און יענער איז נישט גערעכט, אפגעזען צו ער האט א דבר המכונה שיטה צו נישט.
דער חילוק צווישען איהם און יעדער, איז אז אנדערע זוכען אויסצוקומען מיט אנדערע. ער האט נישט קיין איינער. סאטמאר מוז געפעלען די ליטווישע, סקווער מוז געפעלען וויזניץ וכו׳ וכו׳. אוודאי נישט אפיציעל, אבער יעדער שטעלט די ליניעס פאר די צווייטען, קיינער קריכט נישט צו ווייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטשושן פוריםכ'פארשטיי נישט די גאנצע טענה'ריי, יא אנגעפיפן, נישט געפאלגט, למאי נפק"מ, א מענטש האט א שיטה נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט צו נישט, האט ער אלע רעכטן עס צו פראקטיצירן ווי אויך עס צו פארקויפן פאר שומעי לקחו.
דער סיסטעם פון אנקוקען אידישקייט אלס א רעכט איז גענצליך פרעמד.
איינער דרייט א קאפ מיט עמהארצות, און ווייסט מער ווי יעדער, ווען ער ווייסט גאנץ ווייניג, דארף מען ראטעווען קינדער פון איהם. און איך האב פונקט דער זעלבע ׳רעכט׳ איהם צו האלטען וואס איך וויל. נאר אידישקייט איז אמת, נישט ׳רעכטען׳, און יענער איז נישט גערעכט, אפגעזען צו ער האט א דבר המכונה שיטה צו נישט.
דער חילוק צווישען איהם און יעדער, איז אז אנדערע זוכען אויסצוקומען מיט אנדערע. ער האט נישט קיין איינער. סאטמאר מוז געפעלען די ליטווישע, סקווער מוז געפעלען וויזניץ וכו׳ וכו׳. אוודאי נישט אפיציעל, אבער יעדער שטעלט די ליניעס פאר די צווייטען, קיינער קריכט נישט צו ווייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זינט ווען זוכן מיר זיך דורכצוקומען מיט די רעפארמער וועלכע פאקן אונז איין נאמבער-ווייז.
לגבי די ביג פיקטשער איז זאגן אז סאטמאר זוכט צו געפעלן די ליטווישע פונקט אזוי ווי צו זאגן אז ראזנער מיט גאלדמאן פון ל"ט זוכן זיך דורכצוקומען
מוז מען זאגען ערט ניש געהאט זכות אבות (יורש)
diffער האט אנגעהויבן ווילד מיט אהערברענגען אגאנצע סטאדע. פ"וו זאליך חושד זיין א צווייטען
פון ווי רעדסטו פינקטליך, ווי וואוינסטו? אין רימנוב? אין גוטאמאלע?
USA
Re: מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
ווען סאטמאר טוט עפעס, נעמען זיי אין חשבון וויאזוי זיי שטייען כלפי די ליטווישע, און כלפי אנדערע פלעצער. נישט אפיציעל, אבער אזוי איז עס. ווען א זאך איז צו עקסטרעם כלפי די אנדערע שטראמען פון אידישקייט, טוהן זיי עס נישט.
די רעפארם נאנסענס איז סתם א רויטע העררינג, דיין אינער טראלל קומט דערמיט ארויס. ס׳האט קיין שום שייכות נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ונטו"ק מלאכים ראמפלער ועוד זילברברג מתנחלים כהנא
שושן פוריםכ'פארשטיי נישט די גאנצע טענה'ריי, יא אנגעפיפן, נישט געפאלגט, למאי נפק"מ, א מענטש האט א שיטה נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט צו נישט, האט ער אלע רעכטן עס צו פראקטיצירן ווי אויך עס צו פארקויפן פאר שומעי לקחו.
רעדסט געבראטענע שטותים.
פ"וו שטותים רוב חרדים כך
ליטוואק פון בודאפעסטווען סאטמאר טוט עפעס, נעמען זיי אין חשבון וויאזוי זיי שטייען כלפי די ליטווישע, און כלפי אנדערע פלעצער. נישט אפיציעל, אבער אזוי איז עס. ווען א זאך איז צו עקסטרעם כלפי די אנדערע שטראמען פון אידישקייט, טוהן זיי עס נישט.
די רעפארם נאנסענס איז סתם א רויטע העררינג, דיין אינער טראלל קומט דערמיט ארויס. ס׳האט קיין שום שייכות נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הער מיר אויס הרב ליטוואק, געמיינט האב איך אז מען קען דא פירן א נארמאלע דיסקוסיע, קוקט אויס ווי איך האב מיר טועה געווען און ווען געוויסע האבן נישט וויאזוי מסביר צו זיין זייער טענה סוויטשן זיי צו נעי"ם קאלינ"ג מאו"ד, נישט אז עפעס איז ראנג דערמיט פשוט איך בין א פרעמדער אין דעם פעלד.
איז בלייבזשע מיר געזונט, וואז נייס קנאוינג יא, ברכה והצלחה
Re: מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
דאס איז נישט קיין נאמען פאר דיר, נאר פאר דיין ווערטער. האסט צוויי מאל געברענגט א רויטע העררינג, אן ענין וואס איז נישט נייטיג, וואס שטערט סתם די שמועס. מ׳דארף זיך נישט רעכענען מיט יעדעם, אבער דאר וואס רעכענט זיך מיט קיינעם, איז א פראבלעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איז לאמיר פרובירן נאך איינמאל, האפנטליך וועסטו פארשטיין און אז נישט זאל זיין א כפרה.
מיר חרדים רעכענען זיך נישט מיט די רעפארמער ווייל מיר האלטן אז זיי זענען נישט גערעכט, הגם די רעפארמער האלטן אז מיר זענען נישט גערעכט, דאך זענען מיר אזוי איבערצייגט אז מיר זענען אינגאנצן גערעכט און זיי זענען אינגאנצן נישט גערעכט אז מיר קימערן זיך בכלל נישט וואס זיי האבן צו זאגן.
און אויב וועט ווערן א איבערקערעניש צווישן רעפארמער אוועקצונעמען אונזערע חרדישע קינדער ווייל מיר זענען צו עקסטרעם, וועלן מיר פארלאנגען א וועלטס איבערקערעניש פארוואס מען לאזט דאס צו, פרידאם אף רעליגיע, בלא בלא בלא.....
יעצט טויש אויף די ווארט חרדיש צו לב טהור און רעפארם צו סאטמאר, ליטוויש, סקווער, יעקע, און ליין איבער
וואס האט דאס מיט מיר? איך האב נישט גע'טענה'ט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט יעדעם. נאר אז מ'רעכענט זיך נישט מיט קיינעם, איז עס א פראבלעם.
יעדע חסידות רעכענט זיך מיט אנדערע, קיינער טוט נישט אליינס. דאס איז א פאקט, אפגעזען צו די חברה זענען מודה דערצו.
לב טהור איז די איינציגסטע וואס זאגען זיי קענען אליינס. און פון דארט הייבט זיך עס אן.
איך קען אריינגיין טיפער, אבער ביז דערווייל איז דאס גענוג.
ווי אדער ווען האט זיך סאטמאר גערעכנט מיט ליטווישע?
Re: מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
כמו שכתבתי למעלה:
דאס איז א פאקט, אפגעזען צו די חברה זענען מודה דערצו.
מ׳האט גע׳עפענט כוללים, מ׳קומט קיין לעיקוואד פארטיידיגען די ווייץ פון ביידע מצה בעקערייען, מ׳שנאדערט פאר ילדי צרפת און מ׳אספ׳ט פאר גיוס צוזאמען.
און פארקערט אויך. ווען די פירערשאפט פון ב.מ.ג. האט זיך געשלאגען אוועק צו נעמען די גרויסע לעיקוואד חדר פון איהר בעלים, האבען זיי זיך פארענטפערט מיט׳ן אויסרייד אז סאטמאר וואלט אזוי אויך געטוהן.
די מציאות איז אז מ׳וויל בלייבען גוט איינער מיט די צווייטע, און די אלע יורשים ווייסען אז זיי ווייסען נישט בחייכון וביומיכון און זיי טשעקען איין ביי יענעם א גאנצע צייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די ווארט איז נישט געפעלן פאר געוויסע ווס זיך נישט רעכענען מיט קיינעם, די געדאנק איז אז קיינער זוכט זיך נישט צו געפעלן/רעכענען מיט איינעם וואס ער האלט איז קאמפליטלי ראנג ביסודו.
און עגעין איך האלט נישט פון העלבראנצנ'ס דרך, אבער אין א סאסייעטי ווי אליהו הנביא איז א הירא פארן זיך שלאגן איינער אליינס מיט 400 נביאי הבעל, יחידים אשר לא כרעו לבעל איז א ארויפגעקוקטע סטאטוס ביי מאנכע, קען איך פארשטיין וואו זיין מהלך גייט.
נאכאמאל, אידן זענען א נישטיגע פראצענט אין די וועלט, ארטאדאקסישע אידן זענען א קליינע מינאריטעט פון אידן, חרדישע אידן זענען א קליינע פראצענט פון ארטאדאקסן, און דאך רעכענען מיר זיך נישט מיט קיינעם פון די אויבנדערמאנטע, קען העלבראנץ מחליט זיין זיך נישט צו רעכענען מיט קיינעם און מיט אונז אויך נישט.
איי סאטמאר זוכט צו געפעלן די ליטוואקעס? נו, גאלדמאן און וויינגארטן זוכן צו ארבעטן מיט ראזנער, פרעצענטואל איז עס כמעט די זעלבע
Re: מאמענט אינטערוויו מיט ר' נתן העלבראנץ
דו זאגסט נאכאנאנד די זעלבע טעות פון מיעוט ווס רוב. דאס איז נישט קיין נושא. אז מ׳גייט מיט די אייגענע דעת קעגען יעדעם, איז מען א בעל גאווה. נישט אז מ׳גייט קעגען די רוב. אז איינער קען זיך איינרעדען אז ער איז צוגעגליכענט צו אליהו הנביא, איז ער ערשט די פראבלעם. אליהו איז געווען א נביא און ער נישט. אליהו האט זיך נישט פארלאזט אויף די אייגענע דעת, נאר אויף נבואה, ער פארלאזט זיך אויף די אייגענע דעת.
דאס דארף זיין גענוג פאר דער וואס זוכט נישט צו זיין א מתעקש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk