☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11892

וחלופיהן » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:16 pm

· #385696
איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
איך פרעג באמת און נישט לקנתר. איך בין געווען נייגעריג צו וויסן וויאזוי די איי וועלט דודס נעמען אן דער וועקער און זייערע רעאקציע און קריטיק דערצו.

גיי איך מיר צו יידישוועלט, איך מאך מיך א סירטש'ל 'וועקער' און גארנישט. א סאך רעזאלטס אויף וועקער זייגערס אבער נישט אפילו איין הזכרה פון דער וועקער. איך פריוו נאכאמאל און נאכאמאל, און גיי צו אייוועלט זען אפשר איז דער סירטש דארט בעסער אבער עס פועל'ט גארנישט. קיין זכר נישט פון דער זורנאל וואס רידערט אויף דער חסידישער יידיש שפרעכנדיגער גאס.

וואס זאגט דער עולם? פארוואס איז דער וועקער אסור לבא בקהל פון איי וועלט? האבן זיי א חרם הקדמונים? זייערע גבאים מעקן אדער דער עולם דארט פשוט ווערט פארבלענדט?

שושן פורים » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:04 pm

· #385699
די אנגענומענע מהלך ביי אחב"י יושבי חושך וצלמוות איז די בת היענה מאנוווערע, אז ווען עפעס פאסירט וואס זיי האלטן נישט דערפון שטעקט מען זיך אריין ראשו ורבו אין קוויק סענד ובזה ינוח בשלום על משכבו

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:29 pm

· #385706
Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
קאן זיין אז איך מאך א טעות אבער איך מיין אז אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין שום רעדע וועגן די לאמטערנע - די אויסגאבע וואס ווערט ארויס געגעבן דורך אייוועלט איז פארוואס זאלן זיי יא האבן א שמועס איבערן וועקער??

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:30 pm

· #385707
נמחק

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:34 pm

· #385709
Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
ניין נישט געדריקט, וממילא איז עס נישט קיין אויסגאבע נאר אן אי-גאבע אבער למאי נפקא מינה, דאס מאכט אז מען זאל יא אדער נישט מאכן אן עסק דערפון??

קורקלענד » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:38 pm

· #385710
יהודי פשוט
קאן זיין אז איך מאך א טעות אבער איך מיין אז אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין שום רעדע וועגן די לאמטערנע - די אויסגאבע וואס ווערט ארויס געגעבן דורך אייוועלט איז פארוואס זאלן זיי יא האבן א שמועס איבערן וועקער??

דא האט מען עס דיסקוסירט

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:17 pm

· #385712
Re: איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען
ציה איך שוין צוריק

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:29 am

· #385737
יהודי פשוט
ניין נישט געדריקט, וממילא איז עס נישט קיין אויסגאבע נאר אן אי-גאבע אבער למאי נפקא מינה, דאס מאכט אז מען זאל יא אדער נישט מאכן אן עסק דערפון??

יא געווען געדרוקט די ערשטע נומער, אפילו פארקויפט אין געשפעטן, קוקט אויס אז עס איז זיי נישט געגאנגען... לא לחכמים לחם

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:45 am

· #482111
📎 IMG_20210926_014459_620.jpg

כפתור » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 7:43 pm

· #482127
קאצקע ציקער
📎 IMG_20210926_014459_620.jpg

דער מאמענט קויפט ער אפשר נישט, אבער איך וואלט געוועט אז ער קויפט דער וועקער

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 9:38 pm

· #482128
כפתור
קאצקע ציקער
📎 IMG_20210926_014459_620.jpg

דער מאמענט קויפט ער אפשר נישט, אבער איך וואלט געוועט אז ער קויפט דער וועקער

ער איז א שרעקליכע לץ אדער א 2 facer

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 9:48 pm

· #482129
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ס׳איז אזוי טויט דא, דער עולם זיצט אין אייוועלט און מישט א קאשע.

צפור בודד » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:53 pm

· #482132
תמה תמה אקרא אז אויף אייוועלט שרייבט מען אום חוה"מ.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 8:51 am

· #482138
ציפור בודד: מ'שרייבט נישט. מ'דרוקט נאר אויפ'ן קנעפל פון קיעבאורד. און די קאמפיוטער טוט שוין די איבעריגע...!

דערהויבענע איד » זונטאג אקטאבער 3, 2021 11:19 am

· #482382
קאצקע ציקער
כפתור
קאצקע ציקער
📎 IMG_20210926_014459_620.jpg

דער מאמענט קויפט ער אפשר נישט, אבער איך וואלט געוועט אז ער קויפט דער וועקער

ער איז א שרעקליכע לץ אדער א 2 facer

כ'מיין אז א ריזיגע עולם זיצט אויף ביידע....כ'מיין מ'קען מאכן א סורוועי וויפיל חברים אין ק''ש האבן אויך ניקס אין אייוועלט

תרמב » זונטאג אקטאבער 3, 2021 2:44 pm

· #482405
איך וואלט געזאגט אז קאווע שטיבל זענען זיך משלים איינע די צווייטע, ס’איז נישט קיין קאמפעטישאן, וואס מ’שרייבט דא שרייבט מען נישט דארט און די זעלבע פארקערט.

דערהויבענע איד » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 12:10 am

· #482464
תרמב
איך וואלט געזאגט אז קאווע שטיבל זענען זיך משלים איינע די צווייטע, ס’איז נישט קיין קאמפעטישאן, וואס מ’שרייבט דא שרייבט מען נישט דארט און די זעלבע פארקערט.

עגרי.
גראדע האט מען מיך שוין אויסגעשפארט אין אייוועלט, - פארן שרייבן וועגן אהבת ארץ ישראל-, אבער איך ליין אייוועלט נאך אלס.

שפילער » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 12:13 am

· #482465
תרמב
איך וואלט געזאגט אז קאווע שטיבל זענען זיך משלים איינע די צווייטע, ס’איז נישט קיין קאמפעטישאן, וואס מ’שרייבט דא שרייבט מען נישט דארט און די זעלבע פארקערט.

עקזעקטלי

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 12:27 am

· #482466
די בעסטע זענען נאך די וואס קומען אהער שעלטן אויפ׳ן סיסטעם און ווארפן האלבע אפיקורסישע קאממענטארן און דערנאך גייען זיי אויף אייוועלט שרייען אז קאוועשטיבל איז א באנדע אפיקורסים וואס זענען סתם אנגעגעסן אויפ׳ן סיסטעם.

מפיל קינד » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 1:05 am

· #482469
איך האב א שפיר אז רביה"ק טוט אזוי פון צייט צו צייט. אויב נישט פון וואו ווייסט ער אז מ'טוט אזוי?...

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 1:15 am

· #482470
😂

ניין, איך האב דאס קיינמאל נישט געטוהן. פון וואו איך ווייס? פון די סאמעטוכע איבער די בילד אינעם מאמענט וואו מ׳זעהט דאס עק פונעם וועקער. גראדע בין איך אויסגעשפארט פון אייוועלט שוין באלד א יאר (יעצט ווארט איך נאר אז מ׳זאל מיר אויסשפארן פון קאוועשטיבל אויך 😃 ), ענדיוועיס.

בת קול » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:10 am

· #482471
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:28 am

· #482473
פעך, נאר דאס קעפל ברענגט מיר שוין צו ברעכן, שוין בעסער צו זיין אויסגעשפארט.

מפיל קינד » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:34 am

· #482474
בת קול
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

לאז כאטש הערן דא.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 9:49 am

· #482481
בת קול
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

דו פארדינסט טאקע צו ווערן אויסגעשפארט (אויף אייביג). ווייל דו רעדסט זייער פרעך און געמיין צו אנדערע שרייבערס און באנוצערס אויף קאווע שטיבל.

איך האב נישט אזא שלעכטן זיכרון. דער עולם איז געלאדנט צו דעם קידוש וואס איך וועל אי"ה בלי"נ געבן ווען דער פאלשער..."בת קול"... וועט אויסגעשפארט ווערן...לאל

בת קול » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 10:05 am

· #482483
berlbalaguleh
בת קול
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

דו פארדינסט טאקע צו ווערן אויסגעשפארט (אויף אייביג). ווייל דו רעדסט זייער פרעך און געמיין צו אנדערע שרייבערס און באנוצערס אויף קאווע שטיבל.

איך האב נישט אזא שלעכטן זיכרון. דער עולם איז געלאדנט צו דעם קידוש וואס איך וועל אי"ה בלי"נ געבן ווען דער פאלשער..."בת קול"... וועט אויסגעשפארט ווערן...לאל


גראדע בוסטו געבלאקט ביי מיר. איך ווייס נישט פארוואס איך האב געקליקט צו ליינען דיין תגובה.
אפשר האב איך זיך איינגערעדט אז דו לייגסט דא עפעס צו תוכן צום שמועס.
איך געדענק נישט אז איך זאל דיר אמאל עפעס שלעכטס טוהן אז דו זאלסט זיין אזא בולי צו מיר.
אן אנטשולדיגונג וואלט געווען שיין.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 10:18 am

· #482487
איך וואלט דיר באמת נישט געדארפט צו ענטפערן (נאר איגנארן) מקיים צו זיין א פסוק. אבער דאך. דערמאן דיך נאר צוריק דעם ערשטן דיאלאג. וויאזוי דו האסט געשריבן דיין תגובה. קעיס קלאוזד...!

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:06 pm

· #482554
בת קול
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...

אפשר פארציילסטו די סיבות פארוואס?

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:10 pm

· #482556
berlbalaguleh
איך וואלט דיר באמת נישט געדארפט צו ענטפערן (נאר איגנארן) מקיים צו זיין א פסוק. אבער דאך. דערמאן דיך נאר צוריק דעם ערשטן דיאלאג. וויאזוי דו האסט געשריבן דיין תגובה. קעיס קלאוזד...!

וועלכע פסוק איז מען מקיים?

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:11 pm

· #482557
רביה''ק זי''ע
פעך, נאר דאס קעפל ברענגט מיר שוין צו ברעכן, שוין בעסער צו זיין אויסגעשפארט.

פעך איז ווייניג געזאגט

בת קול » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:40 pm

· #482559
שמעקעדיג
בת קול
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...

אפשר פארציילסטו די סיבות פארוואס?


פארן שרייבן עפעס איבער די וועקער, און פארן זיך אננעמען פאר פרויען רעכטן אין א שמועס איבער געבן א געהאלט פאר פרויען.
2 אנדערע ניקים.

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 1:02 am

· #482575
רביה''ק זי''ע
פעך, נאר דאס קעפל ברענגט מיר שוין צו ברעכן, שוין בעסער צו זיין אויסגעשפארט.

דעם קעפל ברענגט דיר נישט צו ברעכן?
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=50255">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=50255</a>

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 7:20 am

· #482581
קאצקע וואס איז שלעכט מיט יענעם אשכול? איך האלט שטארק דערפון! די משוגעת אז די פילטערינג קאמפאניס טוען דאס נישט פאר בחורים אדער מיידלעך איז לדעתי אן עוולה, און איך האב הנאה אז זיי שמועסן עס אויס!

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 9:43 am

· #482587
קאצקע ציקער
berlbalaguleh
איך וואלט דיר באמת נישט געדארפט צו ענטפערן (נאר איגנארן) מקיים צו זיין א פסוק. אבער דאך. דערמאן דיך נאר צוריק דעם ערשטן דיאלאג. וויאזוי דו האסט געשריבן דיין תגובה. קעיס קלאוזד...!

וועלכע פסוק איז מען מקיים?

קאצקע ציקער: דו מאכסט מיך לאכן...! ..."אל תען כסיל כאיוולתו"...!

דו דערמאנסט מיך א זיסע מעשה וואס כ'האב געהערט.

פאר די 2'טע וועלט מלחמה איז דער מנחת אלעזר אמאל געפארן קיין גור (אדער ערגעץ אנדערש) וואו ער האטציך געטראפן מיט איינעם פון די גערער רבי'ס און געפיהרט א ויכוח איבער די אגודה. פאר ער איז אריין צום רבי'ן האט איהם באגעגנט איינער פון די גערער שווענץ, אן אויבער חכם. וויסנדיג גאנץ גוט ווער ער איז און פארוואס ער איז געקומען, האט ער איהם געפרעגט..."פון וואנען איז א איד?"...האט איהם דער מונקאטשער רב געענטפערט..."פון אלטאאן"... פרעגט ער (דער חכם) ווייטער....נעבן וואוו"?... (ס'זעהט אויס אז ר'האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא שטאט)...זאגט דער מונקאטשער רב..."נעבן כסיל כאיוולתו"....!

מרדכי מרדכי » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 8:16 pm

· #482621
בת קול
שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

מען דארף רופן טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס פאר אפאר חברה דארט