☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת

דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11890

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:03 pm

· #385621
דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת
סאיז צוויי פארטאגס אין איך דריי זיך אינדרויסען פון שומר שבת מיט א ריזיגע שמייכעל.
זאג נאר שטאפענע ולשמחה מה זו עושה?
סהייסט ? כצאל דאך 3 אלפים א חודש רענט?

זאג נאר שטאפענע, טאקע צווי פארטאגס אבער איר קענט אפשר ענטפערן צום זאך? וואס האט דיין רענט מיט שומר שבת?

כענטפער צום זאך, כדריי זיך מיט א שמייכעל אין שומר שבת ווייל כצאל דריי אלפים רענט א חודש,

אהההה!!! אקעי גוטע נאכט.

פונעם ווינקעל פונעם אויס זעה איך ווי ער נעמט ארויס די טעלעפאון אין שיקט א וואיס נאיוט
וואס מיטשטאפענע? עפעס געשעהן? ער רעדט עפעס ווו א שיכור!!!

רבותי כבין נישט שיכור!!! ס׳האט שוין איינמאל א קשר!

כהאב מיר געמאכט לעטצענס א חשבון הנפש, איך וואין דא אין שטאט אויפ א צוונציגער הויז א רענטעל אויפן דריטע שטאק עטעטשט פון ביידע זייטן,
וואס פשט איך צאל אזא הויכע רענט? מקען דאך דינגען אין נעברעסקא אזא דירה פאר 100 א יאר??
נאר מצאלט פארן געגענט!!!!
יעדער קינד פארשטייט אז 1200 סקווער פיס אין ברוקלין אין 1200 סקווער פיס אין דעללעווער איז א ריזיגע נפק״מ, ווייל דא צאלט מע מער צו וואינען ווייל די שטאט קומט מיט היפש אסאך בענעפיטן, פאר איינער מיינט עס לעבן מאנהעטטען פאר א צווייטע מיינט עס לעבן wall Street אין פאר א דריטע מיינט עס אן א צאל רעסטעראנען, נישט קיין נפק"מ יעדער זיין סיבה!


איך בין א אינגערמאן וואס מאכט כסדר חשבון הנפש, סיי רוחניות אין סיי גשמיות,
כ'האב נעכטן נאכט אריין געטראכט, פארוואס וואין איך דא אין שטאט? ס'איז מיר גארנישט באטאמטע
כבין זיך זייער מוסר נפש דא צו וואינען,
פאריקנג אזוי ביטע שווער,
נישטא געהעריגע פענסטער אינעם דירה נאר פראנט אין בעק.
די פארטש וואס דאס די קינדער גארטן, איז בערך אזוי גרויס ווי די סקווירא רבי מקווה אויפ וועקאציע,
א סוכה אזוי גרויס ווי א סמארט קאר
איבעראל אזוי צושטיפט

נו איז פארוואס וואין איך טאקע דא אין שטאט?

פאר מיין דזאב? ניין!!! כ'בין א וועב דיזזינער כ'קען דאס טוען פון עני בעיסמענט, אלץ איך דארף איז אפטימום.
מוסדות פארן קינדער? דא אין מאנסי געונג אין נאך.
חברים? כ'קען זיך שנעל מאכן נייע חברים אין מאנסי
משפחה? כטרעפ זיי פונקט איינמאל א יאר ביי פעטער פינחס מאכט חתונה,
לעסט טיים איי טשעקט איז די הייוועי אריין אין שטאט עוועילבעל ווען פעטער פנחס מאכט חתונה!
גראסערי? דא היינט גרעסערע אין באקוועמער אין לעיקוואד ווי בארא פארק,
מיין שווער? כ'קען עיהם פיינט האבן פון 40 מייל אוועק, דארף נישט זיין דווקא אפאר בלאקס אוועק.

אלא מאי, אינגאנצן משוגע בין איך דאך נישט,
איי מין איך צורייס נישט קיין הונדרעטע יעדער מאל כגיי קטנן,

גאנץ פשוט, איין זאך איז דא אין בארא פארק וואס איז נישט דא אין מאנסי.
א ביהמ"ד וואס האט מנינים 4 פארטאגס אין שטינקט ווי קיינמאל ביפאר!
לעבן זאל משה מצגר!!!!

קורקלענד » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:15 pm

· #385622
פרעג דיין ווייב. איך גלייב אז זי איז די מניעה, און פאר איר איז שומר שבת נישט קיין נעסעסיטי. אלזא וואס האלט איר יא צוריק?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:20 pm

· #385623
Re: דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת
קורקלענד
פרעג דיין ווייב. איך גלייב אז זי איז די מניעה, און פאר איר איז שומר שבת נישט קיין נעסעסיטי. אלזא וואס האלט איר יא צוריק?
מן הסתם באקומט זי געקאכטע בעיבי סעלמאן מיט געפילטע פיש פון איר מאמע, וועכענטליך.

אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:43 pm

· #385626
שוין, מען ברויך וואוינען נעבן די מאמע, און ווען די טאכטער ווערט א אייגענע מאמע, דארפען איר טעכטער וואוינען נעבן איר.

עס זאל זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט, טרארארא

קאצקע ציקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:13 am

· #385627
😂

מפיל קינד » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:21 am

· #385631
באקאנט די מעשה פון דעם וויליאמסבורגער אינגערמאן וואס מען האט געטראפן וויינען איין פרייטאג נאכמיטאג ביים ווינקל פון הופער קארנער ווייט עוו.

פארוואס וויינסטו אזוי? פרעגט אים א דורכגייער. "מיין שוויגערס קושקע איז אריינגעפאלן דעם דעם סויער לאך!".

פארדעם וויינט מען אזוי?

?פארשטייסט נישט, פארוואס צאל איך 3200 יעדן חודש רענט דא אין וויליאמסבורג? צו קענען אויפפיקן די קושקע יעדן פרייטאג נאכמיטאג פונעם שוויגער. די אויסגעהארעוועטע קושקע איז מיר יעצט דא אריינגעפאלן, קומט נישט צוו וויינען אצינד?...."

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:46 am

· #385632
שטאפענע קאפעלוטש: זייער גוט ארויסגעברענגט. איבער דעם ריח פון שומר שבת קענמען זיך נאך דינגען. אבער ס'איז דאך דא דער באקאנטער מאמר..."על טעם וריח אין להתוכח"...נאר אז ס'איז נישטא נאך אזא ביהמ"ד ווי שומרי שבת אין אמעריקע זיכער נישט. נאר איך מיין אז אין די גאנצע וועלט אויך נישט. איך בין נישט געווען לעצטנס אין ארץ ישראל ווייס איך נישט וואס דער געשמאק פון ..."איצקוביץ"...איז. אבער ווען איך קום אריין אין ביהמ"ד שומרי שבת ווער איך באצויבערט פון די פילע מניינים און די אלע אידישע שלעפערס וועלכע דרייען זיך דארט ארום. און זיי געפונען דארט זייער היים. איך האב עס אמאל מגדיר געווען אלס די אידישע יונייטעד נעישאנס. עפעס א מין סוג של קיבוץ גליות. און דער איינער מענטש וועלכער שטייט אונטער אט די אלע אקטיוויטעטן. ה"ה ר' משה מעצגער שליט"א וועלכער איז אן אמת'ער עוסק בצרכי ציבור באמונה. ער קען פונקט אזוי ארויסשלעפן א בעג אנגעפולט מיט גארביטש ווי להבדיל ארומלויפן ארגאניזירן א מניין אדער לויפן צו ליינען פאר'ן עולם פון איין מנין צום צווייטן. און ער טוט עס מיט'ן זעלבן ברען און התלהבות ווי גלייך ער וואלט עס געטון דאס ערשטע מאל. בכל יום יהיו בעינך כחדשים...!און ער איז אויך א גרויסער תלמיד חכם און א בעל גמילת חסד אויף פארשידענע דרגות (לעוולס).

ער איז דער דריטער דור בן אחר בן פון די מייסדים פונ'ם ביהמ"ד שומרי שבת. וועלכע איז געגרינדעט געווארן בערך אין יאר 1929 למספ'. ווער ס'איז א ביסל באקאנט מיט די היסטאריע פון שומרי שבת ווייסט אז זיי האבן זיך אפגעריסן פון אנ'אנדערע קהילה און ביהמ"ד. ווייל א סאך פון די מעמבערס אין יענע תקופה זענען נישט געווען קיין שומרי שבת. דאס איז נישט געווען קיין פעלער אדער צוריקהאלט צו זיין א מעמבער אין די קהילה. האבן א פאר בעלי מסירות נפש. און משה מעצגער'ס זיידע בתוכם זיך אפגעטיילט און געמאכט א באזונדערע קהילה און ביהמ"ד וואו מ'האט נאר געקענט זיין א מעמבער אויב מ'איז א שומר שבת...דאס איז דער מקור פון דעם נאמען...!

או אינו » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:54 am

· #385634
Re: דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת
יש מקום לומר אז לעבן אין סיטי ערלויבט די מענשטן זיך צי אנטוויקלען מיט א רייכערע אין ברייטערע בליק אויף לעבן. ספעציעל דא אין נוי יארק מיט אזא שטארקע מולטי קאלאר פין כל קצוי תבל. גייען וואוינען אין מאנרא מאנסי לעקוואד וועט מיך ניטאמאל מאכן פאר א גיטע פארמער, נישטא ווי. מיין איינציגע האפונונג וועט זיין דאס ביסל ליסט פונעם וועקער.

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:36 am

· #385640
קורקלענד
פרעג דיין ווייב. איך גלייב אז זי איז די מניעה, און פאר איר איז שומר שבת נישט קיין נעסעסיטי. אלזא וואס האלט איר יא צוריק?

סאיז תנאי כתובה? זיץ אין שומר שבת אין זאל זי צאלן דרענט

תורה ומדע » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:52 am

· #385643
ציני אייך אוועק פון בארא פארק צו א סאבארב למשל סיגעיט אדער סטעטן איילענד, וועט איהר האבען אללע מעלות.

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:07 pm

· #385674
שומר שבת איז די איינציגסטע ביסקיסע ווי מ׳מעג ע״פ הלכה דאווענען.

די רויטע רבי דאווענט דארט כסדר. ער איז דאך א ״סעלעב״ אין בארא פארק. כהאב אים פונקט נעכטן באגעגענט אין פראנט פון שומר שבת, ער געט מיר א שאקל מיטן קאפ. דעס בין איך אים ווערט. נאך מיין מסי״נ פאר אים... יא יא... פארדעם באצאלסטו פאר דיין פאסט קעסטעל אין ב״פ א חודש אזא שיינע פאר אלפים צוקענען וואוינען אין אזא עיר ואם ווי די רויטע רבי איז די אויפזעהער פון די סטראבּערי בראקל שייטלעך מיט האַט קאפס.

כפתור » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:35 pm

· #385730
או אינו
יש מקום לומר אז לעבן אין סיטי ערלויבט די מענשטן זיך צי אנטוויקלען מיט א רייכערע אין ברייטערע בליק אויף לעבן.


דערווייל קוקט אויס ווי די האסט דווקא א שמאלע בליק..

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:21 am

· #385733
שבת אחים
שומר שבת איז די איינציגסטע ביסקיסע ווי מ׳מעג ע״פ הלכה דאווענען.

די רויטע רבי דאווענט דארט כסדר. ער איז דאך א ״סעלעב״ אין בארא פארק. כהאב אים פונקט נעכטן באגעגענט אין פראנט פון שומר שבת, ער געט מיר א שאקל מיטן קאפ. דעס בין איך אים ווערט. נאך מיין מסי״נ פאר אים... יא יא... פארדעם באצאלסטו פאר דיין פאסט קעסטעל אין ב״פ א חודש אזא שיינע פאר אלפים צוקענען וואוינען אין אזא עיר ואם ווי די רויטע רבי איז די אויפזעהער פון די סטראבּערי בראקל שייטלעך מיט האַט קאפס.

קען איך אפשר וויסן פון וועלכער רויטער דו רעדסט?

נישט געוואוסט אז @רויטע וואנצעס איז א בארא פארקער.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:09 am

· #385780
אדמו״ר מקאסוב, איך רוף אים דער רויטער רבי ווייל ער איז א רויטע פרה אדומה.



diff » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:04 pm

· #385787
דו ביסט געבוירן פאר די מוסדות. און פארזיי לעבסדו

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:51 pm

· #385808
diff
דו ביסט געבוירן פאר די מוסדות. און פארזיי לעבסדו


אויך דו געבוירן אויפ א דאך א פארטיזאנ שיך פין שיף דיףף פרוש מבטל געליג ן אינטער נתניץהו גיווארנט דערוועגן רשע למה סוכה רעתו מוסד גיעבן גיעלט פאר.ןפארזיי פארזי רבי׳ חסידיות עבד נרצע נוס ח ספרד גושפנקא שלאכטפעלד מתי יבא אינטרן שווער לעבסדו .מוסדות שלא לר אש ולו לזנב בוחר גע ווה ן פון אי ן פארטזיי שמש מקוה גפלץע ף

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 1, 2017 2:30 am

· #385838
דער געוואגטער יונגל: איך געב זיי דיר אוועק בחינם...! אבער שבת אחים האט עס זייער גוט אראפגעלייגט. מ'קען כמעט זאגן דאס ווערטל אז איין ווארט איז ווערד א טויזנט סמייליס...!

diff » זונטאג אקטאבער 1, 2017 4:48 am

· #385846
לאכטס לאכטס און בויטס ווייטער דער רבינ'ס מוסדות your the joke

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 1, 2017 6:23 am

· #385849
דיףף:במחילת כבודך האישי/ת טוסטו נאר באשטעטיגן וואס שבת אחים האט געזאגט...!

איך ווייס נישט אויב דו שרייבסט בכוונה אויף דעם סטיל , אזוי ווי א געוויסער ניק (דער הערר נריה בען/בן נריה). אבער בכל אופן מ'קען קוילערן פאר געלעכטער וויאזוי די ווערטער און זאצן קומען ארויס. צומאל קענמען אויך פארשטיין דעם מעסעדזש וואס דו ווילסט איבערגעבן. נאך עטליכע מאל איבערליינען דאס געשריבענע ווארט/ווערטער...!

diff » זונטאג אקטאבער 1, 2017 6:38 am

· #385851
שבת מיינט אז כמיין עם. גראדע האט ער זיך שיינערהייט ארויסגעדרייד פון אונזערע פראבלעימען. כבין זיכער אז אין הימל איז מען דזעלבע אנטוישט פון וואס סאיז געווארן

diff » זונטאג אקטאבער 1, 2017 7:27 am

· #385854
diff
כבין זיכער אז אין הימל איז מען דזעלבע אנטוישט פון וואס סאיז געווארן

סניש ריכטיג צושרייבן קלאר לדוג'. ג-ט איז זייער ברוגז אויף וואס איז געווארען פון זיין תורה אז ער וויל עס צירוק

diff » זונטאג אקטאבער 1, 2017 9:16 am

· #385857
רוב היינטיגע ווילדקייט קומט פון נסתר. ווען אלע תנאים וואלטן עוסק געווען אין דעם וואלט געווען אין הלכה כר"ש ווי ביי נגלה
ווי יונג חתונת, גרויסע משפחות, כולל, מוסדות, צדקות וכו

diff » זונטאג אקטאבער 1, 2017 9:25 am

· #385858
פ"וו איינער וואס זאגט אל תבטחו בנדיבים בבן אדם. מעג צולייגען זאכן צו אינזער נעשה ונשמע

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 15, 2017 8:33 pm

· #386564
ווייל תצא רוחו ישוב איז תשובה מאהבה.

סמבטיון » זונטאג אקטאבער 15, 2017 9:10 pm

· #386567
ווער סעהאט פארשטאנען 50 פראצענט פון דיףף'ס תגובות זייט ער שרייבט דא ביי אונז אין שטיבעל זאל ביטע אויפהייבן די האנט.

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 2:12 am

· #386595
📎 download.jpg.

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 2:23 am

· #386600
וואלווי
📎 download.jpg.

וואלף. אויפהייבן די הענט. נישט אראפלייגן.

דו ביסט לכאורה שוין יוצא מיט דיין אוואטער במילא.

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 2:24 am

· #386601
איך האב געמיינט די אנדערע פיפציג פערצענט...

נקודת-אמת » מיטוואך מערץ 14, 2018 9:20 am

· #397423
שומרי שבת
berlbalaguleh
שטאפענע קאפעלוטש: זייער גוט ארויסגעברענגט.
איבער דעם ריח פון שומר שבת קענמען זיך נאך דינגען. אבער ס'איז דאך דא דער באקאנטער מאמר..."על טעם וריח אין להתוכח"...
נאר אז ס'איז נישטא נאך אזא ביהמ"ד ווי שומרי שבת אין אמעריקע זיכער נישט.
נאר איך מיין אז אין די גאנצע וועלט אויך נישט. איך בין נישט געווען לעצטנס אין ארץ ישראל ווייס איך נישט וואס דער געשמאק פון ..."איצקוביץ"...איז.
אבער ווען איך קום אריין אין ביהמ"ד שומרי שבת ווער איך באצויבערט פון די פילע מניינים
און די אלע אידישע שלעפערס וועלכע דרייען זיך דארט ארום. און זיי געפונען דארט זייער היים. איך האב עס אמאל מגדיר געווען אלס די אידישע יונייטעד נעישאנס. עפעס א מין סוג של קיבוץ גליות.

די נקודה וואס שומרי שבת איז מעהר ווי אלע אנדערע שטיבלעך אין די וועלט איז מחמת די פלאץ איז גאר קליין לעומת די כמות פון מניינים וואס ווערן געפירט דארט.
זכרון משה אין ירושלים און איצקוביץ אין בני-ברק זענען היבש גרעסער אין שטח, און דער חידוש פון שומרי-שבת אז אין אזא קליין שטח האט מען געמאכט אזא מאכטפולע שטיבלעך.
און לכאורה די הצלחה דערפון איז די ציהל וואס די מייסדים האבן געהאט אז אין זייערע שוהל זאל מען נישט פאהרן צו די ארבעט שב"ק נאכן דאווענען
און כדי דאס זיכער צו מאכן האט מען געדאוונט שפעט און לאנג אז מ'האט געענדיגט דאווענען נאך 11:30 און דאן איז מען שוין ניט געפאהרן ווייל ס'איז געוועהן צו שפעט אריין צו פאהרן
און בזכות שמירת שב"ק האט דער ביהמ"ד זוכה געוועהן צו אזא הצלחה, ע"פ דרך הטבע איז נישטא קיין הסבר פארוואס ס'זאל אזוי מצליח זיין.
צו באטאנען די פעולות פון די גבאי ר' הילל סיי אין צו שטעלן פאר די משולחים און אנדערע קשי-יום צו עסן דארטן אונטן,
און ווער רעדט נאך פון די היטשע'ס וואס ער ערלעדיגט קיין מאנסי לעייקוואד און אפי' מיאמי און ק. טאהש...

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 14, 2018 11:18 pm

· #397494
נקודת אמת: און דער גבאי ראשון ר' משה מעצגער, הי"ו. וועלכער איז אן אייניקל פון איינעם פון די מייסדים פון דעם ביהמ"ד. ער איז אין א בחינה א צדיק נסתר. ביטע לאכטס נישט. ס'איז נישט קיין הגזמה. ראשית כל, איז ער א איד א גרויסער תלמיד חכם. ער האט 2 זוהן וועלכע האבן .."סמיכה"...! ער אליינס איז פון פאך אן אקאונטענט (רואה חשבון). ער האט אויך א ביזנעס. א פוירניטשור געשעפט. אבער ער לאזט אלעס אפ. און זיין גאנץ חיות איז פון אנפיהרן די מניינים. און בכלל מענעדזשן דעם פלאץ. ס'איז ביי איהם בכלל נישט קיין פחיתות הכבוד ארויס צושלעפן זעק מיט גארביטש. און די געוואלדיגע חסד וואס גייט ארויס פון דארט. ווען איך בין געווען אין .."יאר"... און כ'האב געדאוונט פאר'ן עמוד מיט א פריה מנין, פלעג איך איהם זעהן אריינקומען אין ביהמ"ד פארטאגס מיט פארבלאטיגטע שיך. ווייל ער ארבעט אויכעט אין חסד של אמת פון ר' מענדל ראזנבערג הי"ו. און זיי געבן זיך אפ מיט באגראבן מתי מצוה...!