☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א נייע גור'ע מוסד אין בארא פארק

א נייע גור'ע מוסד אין בארא פארק

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11889

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:17 pm

· #385428
א נייע גור'ע מוסד אין בארא פארק
אדמור מגור האט באפוילען צו עפנען נייע מוסדות נאכדעם וואס די אלטע הנהלה האט נישט איבערגעגעבען די באורד לשולחיו א טיילונג און גור! לכבוד דיי נייע יאר

מפיל קינד » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:04 pm

· #385440
הייבט נישט אן צו זיין קיין טיילונג. עטליכע גבירים זענען נישט העכסט צופרידן געווען אויף די פארוואלטונג פון יגדיל תורה, נאכדעם ווי די עסקנים און אדמינעסטעראטאר האט זיי נישט אפגעגעבן דעם פולסטן רעספעקט האבן זיי בהסכמת דעם רבי'ן שליט"א געעפנט א נייעם מוסד. די הנהלה רוחני' פון ביידע מוסדות ארבעטן דערוואל פולקאם אינאיינעם, ביידע זענען אונטערן רבי'ן שליט"א.

דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז קאמפעטישען איז א גוטע זאך און האט שוין געברענגט פיל גוטס פאר כלל ישראל.

די אלטע הנהלה איז ביז יעצט געפירט געווארן דורך פאמאראנץ פון ירושלים, ער וועט עס ווייטער פירן און ער איז געווען דער וואס איז יעצט געקומען צו פארן צו עפענען דעם נייעם מוסד.

גראף » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:03 pm

· #385471
איך האב געהערט פון איינעם אז דער נייער מוסד איז פאר די גאר פרומע וואס ווילן טוישן ווי אזוי די גער'ע מיידלעך זעהען אויס....

יעלה ויבא » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:53 pm

· #385480
Re: א מוסד אין בארא פארק
האט מיר א גערער געזאגט אז יגדיל תורה האט זיך נישט גענוג צוגעשטעלט צו די תקנות בעניני טעכנאָלאָגיע, האט די רבי מחליט געווען א וואך פאר די זמן אויפצומאכן א נייע מוסד.

lead, follow, or get out of the way!

אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:51 pm

· #385509

דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז קאמפעטישען איז א גוטע זאך און האט שוין געברענגט פיל גוטס פאר כלל ישראל.



חוץ קאמפעטישן פין זיין ברודער'ס זוהן.

מפיל קינד » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:34 am

· #385525
גראף
איך האב געהערט פון איינעם אז דער נייער מוסד איז פאר די גאר פרומע וואס ווילן טוישן ווי אזוי די גער'ע מיידלעך זעהען אויס....

עס איז אמת, אפיציעל שיקן אהין די פרומע וואס ווילן נישט אז זייערע טעכטער זאלן אויסקוקן ווי זייערע ווייבער...
בלייבט נאר איבער צו זען פון וואו זיי וועלן מחליט זיין צו נעמען זייערע שנירן.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:42 am

· #385528
איך קען די מענטשן וואס זיצן אין אפיס (פיהרן אן) פון די אלטע הנהלה. (אב ובנו). דארט איז געווען א סאך אומ-צופרידנקייט. ווייל זיי האבן געטון ככל העולה על רוחם. אויך איז דא דארט א יונגערמאן וועלכער גייט מיט לאנגע, צופלויגענע פיאות. אזוי אויך זיינע יונגלעך. וואס זיי טרייען ניטאמאל צו באהאלטן אונטער'ן ..."אתרוג"...קאפל, כנוסח גער. אבער די שטוב איז .."מאדערן"...אויפ'ן העכסטן גראד. אויך כנוסח גער.אט דער יונגערמאן איז א געפערליכער טו פעיסער. ער קומט צו יענעם אין שטוב/מוסד און שפיאנירט אויס וואס ער דארף. און נאכדעים ארבעט ער אקעיגן. ער איז מסתמא איינער פון די אויפשטענדלערס/קאנספיראטארס.

יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. אבער מכח כמה טעמים וויל איך נישט אריינגיין אין מער פרטים.

איי וועט דער עולם פרעגן..."פון וואו ווייסט בערל בעל עגלה אט די אלע פרטים. ער איז דאך נישט קין גערער...?! איז דער תירוץ. א ס'איז דא א תירוץ. נאר מ'וועט עס נישט ארויסשרייבן מכח כמה טעמים, וד"ל...!