מאיר פרוש ר"ה אין וויזניץ מאנסי
האב איך באקימען ציגעשיקט אפאר בריווען פון ביידע צדדים אז עפעס ערנסט איז פארגעגאנגען דארטן ראש השנה אין וויזשניץ מיט מחאות און הריגות
איך ווייס ניט וועמען צו גלייבען,
ווייסט איינער מער פרטים ??
לייבעלעהאב איך באקימען ציגעשיקט אפאר בריווען פון ביידע צדדים אז עפעס ערנסט איז פארגעגאנגען דארטן ראש השנה אין וויזשניץ מיט מחאות און הריגות
איך ווייס ניט וועמען צו גלייבען,
ווייסט איינער מער פרטים ??
📎 1-5062254089509797909.pdf
Re: מאיר פרוש ר"ה אין וויזניץ מאנסי
ווי זענען די פאר? דערווייל זעה איך נאר איינס
א אידווי זענען די פאר? דערווייל זעה איך נאר איינס
📎 2017-09-25-PHOTO-00000856.jpg
די מוחים שרייבן אז מ'האט זיי געשטויסן אין די "האקעלסטע פלעצער" אבער בילדער איז נאר דא פון די הענט און די קני. איך וויל זעהן בילדער פון די "האקעלסטע פלעצער"
Re: מאיר פרוש ר"ה אין וויזניץ מאנסי
הייסט׳ס די מעסיגע, אויסגעהאלטענע קנאים פארשטייען אז מ׳זאל מוחה זיין שבת נאכמיטאג, ווייל דער רבי זי"ע וואלט קיינמאל נישט צוגעלאזט אז מ.פ. זאל קומען דאווענען אין ביהמ"ד.....
א. האבען זיי עפעס א מקור אז דער רבי זי"ע האט איינעם ארויסגעווארפען פון ביהמ"ד? איך ווייס אז א ליטווישע ראש ישיבה האט זיך אויפגעטוהן צום סאטמארער רבי׳ן אז אין זיין ייבה האט דער גבאי געגעבען אן עליה פאר א. סופר, און איינער פון די בחורים זיינער האט עס ארויסגעכאפט מוחה צו זיין. דער סאטמארער רבי׳ן איז דאס זייער נישט געפאלען, און ער האט געזאגט "אוועק נעמען יענעמ׳ס עליה? ווי מעג מען?"
ב. דער רבי זי"ע האט עפעס רעכטען אויף יענעמ׳ס ביהמ"ד? פארוואס דארף וויזניץ זיך קימערען מיט זיין מיינונג?
ג. טאמער די מעשה איז ווי ס׳שטייט, זעי איך נישט ווי זיי קענען האבען טענות. אז דו קומסט שטערען, נעמט מען דיר ארויס. אז דו שטעלסט זיך קעגען, קען עס וויי טוהן און דער שולד איז נאר דיינס.
ד. וואלט מען געלאזט די קינדער שטייען קוקען ווי אידען זענען מחלל שבת? ווי לאזט מען די קינדער צוקוקען אזא פאסקודנע מעשה ווי א מעמד הפגנה קעגען א מענטש אום שבת שובה נאכמיטאג? דארפען די קינדער לערנען אז א מחלוקת אין דעות מיינט מ׳מעג יענעם באשייגעצען? דארפען זיי וויסען אז על דעת עצמם מעג יעדער מתיר זיין יענעמ׳ס בלוט? טאמער וויזניץ פארשטייט אז שומרים קארטלעך טויגען נישט, איז דאס פונקט אזוי געפערליך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
היסטערי: אין די כ יארן האט איינער געהאנגען א פאשקוויל פרייטיג ביים זמן אקעגען ר הרב ר יצחק מיאר לעווין אינעם אלטן סאטמערען בית המדריש ..ווען דער רבי איז אריין אין ב"מ דאווענען מנחה האט ער געהייסען דעם משמש ר יחזקל ווערצבערגער היד עס אראפרייסען אפי אין שב"ק!!!! ער האט זייער נישט גאהאלטען פון די צוווילדיווטע שטיק וואס אפאר ציהיצטע בחורים אין אינגעלייט טיען על דעת עצמן !!!!עס איז געדריקט פון עם א ש"ש תורה וועגען דעם ווי ער רופט זיי ""מחריבי קרתא""" וכו'
ס'געווען עפעס א קארט לעצטע וואך וועגן די פראטעסטירער?
אדמו"ר מ'וויזניץ-ירושלים באזיכט ביי מאיר פרוש
📎 ויזניץ ירושלים אצל מאיר פרוש - Copy.jpg
שמעון וואלףאדמו"ר מ'וויזניץ-ירושלים באזיכט ביי מאיר פרוש
ער וויל אים אוועק כאפן פון זיין ברודער פון מאנסי?
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/abroad/274999.html">http://www.kikar.co.il/abroad/274999.html</a>
האדמור מויזניץ בית שמש האקט ביי זיין פתיחה פאר די יונגעלייט קעגן די וואס זענען מוחה אויך ר' מאיר פרוש נ"י