☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מיין יום טוב

מיין יום טוב

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11880

ימים ידברו » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:24 pm

· #385188
מיין יום טוב
איך מיין עס וואלט געווען אינטערסאנט ווען יעדער שרייבט די אייגענע יום טוב, ווי אזוי איז אריבער ביי אים, זיין שיל, שטאט, קהלה, רבי אדער רב, ווער איז געווען דער חזן, וכו' איך פערזענדליך בין געווען אין אומאן, פון אומאן וועט מען פיל הערען און ליינען, אפשר וועל איך צוריק קומען צו מיין פערזענדליכע יום טוב, אבער איך מיין ס'וואלט געווען זייער אינטערסאנט ווען יעדער טיילט מיט זיין אייגענע דריי טעג יום טוב,

diff » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:16 pm

· #385229
תפילה יפה לכבוד סליחות ערב ראש השנה.
מי שענה לעם ישראל בחורבן בית השני הוא יעננו.
מי שענה לעשרה הרוגי מלכות הוא יעננו.
מי שענה לבר כוכבא ומאות אלפי ישראל שנהרגו בנפילת ביתר הוא יעננו.
מי שענה להנביא זכריה בן יהוידע הכהן בירושלים הוא יעננו.
מי שענה לגדליהו בן אחיקם בירושלים הוא יעננו.
מי שענה ליהודי שפירא, וורמייזא ומגנצא בגזירות תתנ"ו הוא יעננו.
מי שענה ליהודי פולין ואוקראינה בגזירות ת"ח-ת"ט הוא יעננו.
מי שענה להרוגי הצלבנים באירופה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי פס במרוקו הוא יעננו.
מי שענה לרבי יהוסף בן שמואל הלוי הנגיד‎
עם קהילתו הקדושים בגרנדה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי יארק ונורוויץ באנגליה הוא יעננו.
מי שענה להאנוסים בספרד בשנות האינקוויזיציה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי צרפת במשך כל שנות הטבח הוא יעננו.
מי שענה ליהודי גרמניה בשעת גזירתיו של מרטין לותר הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנהרגו בגלל עלילת דם הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנהרגו בפוגרום'ס ברוסיא הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנשלחו להגולאג'ס הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנרצחו בחברון תרפט הוא יעננו.
מי שענה לאבותני בליל קריסטאלנאכט הוא יעננו.
מי שענה להקדושים שנרצחו בבאבי יאר ואודסה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי געטאו של ווארשא הוא יעננו.
מי שענה לשש מיליון יהודי אירופה במלחמות עולם השני הוא יעננו.
מי שענה להבחורים חרדים שניתגייסו או שיושבים בכלא בגלל גזירת הגיוס הוא יעננו.
מי שענה לכל האמהות שמתו בשעת לידה הוא יעננו.
מי שענה לכל התינוקות של בית רבן שמתו או שנרצחו הוא יעננו.
מי שענה לכל הצדיקים והחסידים והתמימים והישרים שנרצחו על קידוש השם בכל דור ודור הוא יעננו.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:27 pm

· #385232
Re: מיין יום טוב
הייסט׳ס די סעודות זענען ביי דיר נישט געלונגען און דער חזן האט געשלעפט און ער איז געווען הייזעריק, די חלות זענען נישט ארויס געקומען רונדיג, און דער זיץ איז געווען לעבען א דרילינג פון זעקס יעריגע, מ׳האט דיר ארויס געכאפט די יערליכע עליה ביים פארקויפען און דער טאבאק האט פארלוירען איהר שמעק, די האניג האט זיך אויסגעגאסען אויף די נייע בעקיטשע און דער קאפ פון די פיש האט דיר צוריק געבליקט, די נייע מעסער האט אריינגעשניטען אין די פינגער און די בלאטע ביי תשליך האט פארשמוצט די שיך, שבת שובה דרשה האט דער רב ארויס געברענגט אלע דיין עבירות און יעדער האט צו דיר געקוקט און דאס איז אלץ נאך דעם וואס די ווייב האט געבעטען אז דו זאלסט גייען קיין אומן.

דאס נעם איך ארויס פון דיין תגובה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:37 pm

· #385237
diff
תפילה יפה לכבוד סליחות ערב ראש השנה.
מי שענה לעם ישראל בחורבן בית השני הוא יעננו.
מי שענה לעשרה הרוגי מלכות הוא יעננו.
מי שענה לבר כוכבא ומאות אלפי ישראל שנהרגו בנפילת ביתר הוא יעננו.
מי שענה להנביא זכריה בן יהוידע הכהן בירושלים הוא יעננו.
מי שענה לגדליהו בן אחיקם בירושלים הוא יעננו.
מי שענה ליהודי שפירא, וורמייזא ומגנצא בגזירות תתנ"ו הוא יעננו.
מי שענה ליהודי פולין ואוקראינה בגזירות ת"ח-ת"ט הוא יעננו.
מי שענה להרוגי הצלבנים באירופה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי פס במרוקו הוא יעננו.
מי שענה לרבי יהוסף בן שמואל הלוי הנגיד‎
עם קהילתו הקדושים בגרנדה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי יארק ונורוויץ באנגליה הוא יעננו.
מי שענה להאנוסים בספרד בשנות האינקוויזיציה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי צרפת במשך כל שנות הטבח הוא יעננו.
מי שענה ליהודי גרמניה בשעת גזירתיו של מרטין לותר הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנהרגו בגלל עלילת דם הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנהרגו בפוגרום'ס ברוסיא הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנשלחו להגולאג'ס הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנרצחו בחברון תרפט הוא יעננו.
מי שענה לאבותני בליל קריסטאלנאכט הוא יעננו.
מי שענה להקדושים שנרצחו בבאבי יאר ואודסה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי געטאו של ווארשא הוא יעננו.
מי שענה לשש מיליון יהודי אירופה במלחמות עולם השני הוא יעננו.
מי שענה להבחורים חרדים שניתגייסו או שיושבים בכלא בגלל גזירת הגיוס הוא יעננו.
מי שענה לכל האמהות שמתו בשעת לידה הוא יעננו.
מי שענה לכל התינוקות של בית רבן שמתו או שנרצחו הוא יעננו.
מי שענה לכל הצדיקים והחסידים והתמימים והישרים שנרצחו על קידוש השם בכל דור ודור הוא יעננו.

זאג נאר. דו האסט שייכות מיט מושב זקנים?

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:53 pm

· #385238
פארוואס טראכסטו דאס איז זיינס?
ספר הפנים
https://www.facebook.com/groups/141577886025229/permalink/184141601768857/

diff » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 7:15 pm

· #385239
קורקלענד

זאג נאר. דו האסט שייכות מיט מושב זקנים?

סמשמע אז דו ביסט וואס לייקענט אז סאיז מאתו

קורקלענד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 8:00 pm

· #385242
הקטן
פארוואס טראכסטו דאס איז זיינס?
ספר הפנים
https://www.facebook.com/groups/141577886025229/permalink/184141601768857/

איך האב עס נישט געשריבן ווייל איך האלט אז די אויבנדערמאנטע פזמון עס איז מושב'ס פעדער. איך האב עס געשריבן ווייל ס'הייבט אן אויסזעהן מער און מער ווי @diff האט עפעס אויך אזא ענליכע אנטי חרידיזם סינדראם. און צו די אנטי חרידיזם האט ער אויך גענומען א קרוסעיד חרוב צו מאכן דעם שטיבל.

diff » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 8:19 pm

· #385243
דיין אגענדע איז נישט דער שטיבל'ס
אין צייטוויליג

ימים ידברו » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 9:05 pm

· #385245
יעצט גרעדט צו א חבר פון בארא פארק זאגט ער אזוי! אנגעהויבען יום טוב און סקולען געווען א לשנה טובה מיט פאליציי און בארקעידס אויף די גאס, דערנאך שחרית דעם ערשטען טאג אין מונקאטש וואס מהאט גענדיגט נאנט צו זייגער זעקסף מעריב מיטעל נאכט אין סקווירא בארא פארק מיט בערך 20 אידען שחרית דעם צווייטען טאג אין קלויזענבורג מהט גענדיגט 430 זייער זעלטען פריה לכבוד שבת קודש פרייטאג צו נאכטס אין שומרי שבת שחרית שבת אין באבוב ממש א מחי' געווען שלוש סעודות אין אכסניא און מעריב ביים זמן אין שומרי שבת א יום טוב צו געדענקען

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 9:16 pm

· #385247
ימים ידברו
יעצט גרעדט צו א חבר פון בארא פארק זאגט ער אזוי! אנגעהויבען יום טוב און סקולען געווען א לשנה טובה מיט פאליציי און בארקעידס אויף די גאס, דערנאך שחרית דעם ערשטען טאג אין מונקאטש וואס מהאט גענדיגט נאנט צו זייגער זעקסף מעריב מיטעל נאכט אין סקווירא בארא פארק מיט בערך 20 אידען שחרית דעם צווייטען טאג אין קלויזענבורג מהט גענדיגט 430 זייער זעלטען פריה לכבוד שבת קודש פרייטאג צו נאכטס אין שומרי שבת שחרית שבת אין באבוב ממש א מחי' געווען שלוש סעודות אין אכסניא און מעריב ביים זמן אין שומרי שבת א יום טוב צו געדענקען

ער איז בכלל נישט געגאנגען אין בית הכבוד דעם גאנצן יום טוב?

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:04 pm

· #385249
מיר האט א חבר געזאגט אז ער האט זיך געדרייט אין ראחמיסטריווקא און אריין געפאלען אין סקולען און פאר א שבת תשובה דרשה קיין ראסלאוויץ.

תנחום » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:38 am

· #385264
מיין רב האט געזאגט די שבת שובה דרשה פארן ליינען נאכן זיין זיכער אז קיינער גייט נישט קומען נאכמיטאג...

בת קול » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:17 am

· #385275
נאך מיין צדיקל א לויף
אויב סהאט ביי דיר א פשט
איז וויאזוי איך האב יום טוב
הנאה געהאט

פון שוהל קוים א קלער
פון זיך קוים א טראכט
געהערט תקיעת שופר
ווען מיטן קליינטשיגס פארבראכט

געטיילט אסאך נאשעס
ביז די טאטעס קומען אהיים
יעצט זאג מיר נאר אז נישט
אזוי וועט מיין גאנצע יאר גיין!

ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:52 am

· #385291
צום גדלי נאכמיטאג אין א ווינקעל פון ווילאמסבורג האט א רב פון אפסטיעיט זיך איינגעהילט אין א טלית געדאווענט מנחה און זיך אויפגשטעלט ביי א מיקראפון אין א לאקאל וואס איז נאך דאווענען דארט אויף בארג פאר צען יאר און מען האט נאר פראקלאמירט געווארען אלץ אפגעקויפט, אויפגששעלט זאגען די שבת תשובה דרשה, פארשידענס איז דארט געזאגט געווארען גראדע שבת נאכמיטאג קומט פון דער רב פערל ווערטער היצט פארגעסענדיג אז יעצט איז נאר כמו שבת תשובה האט ער יא געזאגט עטליכע זאכליכע פראזען וואס איז כדי צו מיט טיילען פאר די ליינער,
היסטאריע חזר'ט זיך איבער, אינטערסאנט אלץ אייניקעל פון ישמח משה זי"ע האט ער געטון ווי די באוויסטע מעשה פון די פעטער פון ישמח משה זי"ע וואס רביה"ק זי"ע ברענג און על הגאולה, אז דער פעטער האט געהאט א קלער אז דער שבתי צבי איז יא עפעס ווערט, און זיין רעביצין האט אים מעורר געווען אז ער וואשט נישט מים אמצעים, האט ער זיך אויפגטשעלט שבת אינדעפריה און ער האט געזאגאט א דרשה נאכזאגענדיג די גמ' הפורש מן מינות מיית, און מ'האט תיכף אויסגערופען כוהנים ארויס, ופרחה נשמתו בתשובה מעלייתא, אזוי אויך דער זעכענצטער דור נוטר, האט זיך אויפגעשטעלט שבת גדלי' נאכמיטאג, און געזאגט בערך אזוי, "געניק געשפילט פאליטיק מברויך זיך ערינסט צום גיוס, און מדארף מאכען מחאות איבער די גאנצע וועלט,"
יעצט פרעגט זיך די פראגעס, ווער האט געשפילט פאליטיק? ווער זאל אויפהערען שפילען פאליטיק? וואסערע מחאות מעג מען יא וואס נישט? מ'מעג שוין אפשפארען די בי קיו אי? מדארף זיך נאך אלץ שטעלען. אפשר דארף מען יעצט אנפרענגען ביים גור'ן אדער בעלזא'ן? אפשר דארף מען רשות פון סרוצקין און הרב שטיינמאן? אפשר האט ער געמיינט זיך יא אראפצוזעצען מיט מאיר פרושן? אפשר איז דאס געווען א פאליטישע שפיל? אפשר האט שוין דער תוא"י רבי אים יא גערופען? איז שוין הרב אורבאך אויס גר? פיל מער קשיות לאזן מיר דאס איבער ווען ער פארט אויף אריזאנע זיך ווארימען דאן ענטפירט מען קשיות! ביז דערווייל איז ימים ידבבו מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן וועלן מיר געוואיר ווערען דעתו הגדולה,
דאס איז זיכער ער איז נישט געשטארבען נאך די דרשה, זעהט אויס סווייטער געווען אזא פאליטישע שפיל מיר ווארטען צו הערען און זעהן ווי אזוי האט הרבנית טראנא ע"ה געזאגאט מיר זענען נישט מתפלל פאר אונזער שונא מפלה נאר יר בעטען פאר אריכות ימים וועט מען אלעס זעהן קלאר בעזתו יתברך שמו

אייז קריעם » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:55 pm

· #385302
diff
תפילה יפה לכבוד סליחות ערב ראש השנה.
מי שענה לעם ישראל בחורבן בית השני הוא יעננו.

נו דאס בעט מען טאקע אז אינזערע תפילות זאל יא אנגענימען ווערן אזויווי אברהם בהר המורי' נישט אזויווי למשל אברהם אבינו ביי סדום.
שטעל דיך פאר אז דער אויבערשטער נעמט אן דיינע תפילות אז יודישקייט זאל אינטערגיין?

diff » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:24 pm

· #385305
דערפאר גייט'ס נישט אינטער אפילו ער האט'ס פיינט כב'

diff » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:29 pm

· #385306
@ימים היט דיינע ביינער. די ווייסט נישט ווערס דע מין

טשעסטער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:03 pm

· #385310
ימים ידברו
צום גדלי נאכמיטאג.....

איר וועט איבערהערן די דרשה וועט איר עס בעסער פארשטיין

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:52 pm

· #385329
ימים ידברו
יעצט גרעדט צו א חבר פון בארא פארק זאגט ער אזוי! אנגעהויבען יום טוב און סקולען געווען א לשנה טובה מיט פאליציי און בארקעידס אויף די גאס, דערנאך שחרית דעם ערשטען טאג אין מונקאטש וואס מהאט גענדיגט נאנט צו זייגער זעקסף מעריב מיטעל נאכט אין סקווירא בארא פארק מיט בערך 20 אידען שחרית דעם צווייטען טאג אין קלויזענבורג מהט גענדיגט 430 זייער זעלטען פריה לכבוד שבת קודש פרייטאג צו נאכטס אין שומרי שבת שחרית שבת אין באבוב ממש א מחי' געווען שלוש סעודות אין אכסניא און מעריב ביים זמן אין שומרי שבת א יום טוב צו געדענקען


זיכער געווען א master צימישעניש פאר'ן שטן כמעט ווי שמעלקע. ער האט נאר פארגעסען אריינגיין א תפילה צו לעלוב 50.

א בעסערע עצה וואלט אפשר געווען צו אנהייבן טאקע א יעדע תפילה אין די אלע שפעטע פלעצער און ארויס גליטשען אין מיטען דאווענען גומר זיין אין שומר שבת, אזוי וואלט דיין חבר געקענט אינגאנצען אויסמיידען דער יום הדין.

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:18 am

· #385396
טשעסטער טייערער ביסט זייער גערעכט איך האב עס איבערגהערט עס איז כמים קרים לנפש עייפה ווי וואנט מאר, די ווילאמסבורג שטיקעל איז א היט

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:42 pm

· #385403
ימים ידברו:לויט ווי איך הער זאגן האסטו געהאט א סאך מאגן ברענעניש דעם פארגאנגענעם יו"ט.דו האסט עפעס גענימען פאר דעם?. אזוי ווי אלקא סעלצער גאממיעס. אדער זענטעק. מ'קען נישט ארומגיין מיט א ברענענדיגן מאגן 3 טעג יו"ט. ס'קומט סוכות. זעה באווארן דיך פון פריער...!

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:16 pm

· #385407
איין ענטפער בעסער ווי די צווייטע קיפ איט אפ