☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11872
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:03 am

· #384794
דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה
ר' מענדל ווייס, ע"ה איז געווען א וואוילער איד. א פשוט'ער,תמימות'דיגער, ערליכער איד. ער האט אין זיינע שפעטערע יארן ליידער געליטן אויף א (מענטל) מחלה וואס איז געווען גענעטיש אין זייער משפחה. ער האט געהאט אן עלטער'ן ברודער, חיים יאנקל, ע"ה וועלכער האטציך נעבעך ארומגעדרייט אין עולם התוהו פאר א שיינע ביסל יארן. איך געדענק איהם נאך פון ווען איך האב געלערנט אין ישיבה. ער איז שוין דאמאלס געווען אנדערש. און זיך אויפגעפיהרט מאדנע...!

בו בזמן איז ר' מענדל געווען א נארמאלער מענטש. א בעל בת'ישער איד. איך געדענק איך פלעג איהם זעהן ביי מנחה מעריב אין פאפא בית המדרש. ער איז געווען שיין אנגעטון. ער האט געמאכט א רושם ווי אן אנגעזעענער בעה"ב. נאר זיי האבן ליידער געהאט א גענעטישע מחלה וועלכע האטציך פראגרעסיוו פארערגערט...!

אין משך פון די יארן האטציך די מחלה ליידער גובר געווען אויף איהם. ביז ער איז צוגעקומען צו דעם שפל המצב וואס מיר האבן איהם געזעהן אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן. ר'האטציך נישט געטוישט קיין וועש און נישט געהאלטן ריין. די קינדער האבן געהאט זייער א נישט שיינעם שם הכינוי פאר איהם. איך האף ער האט זיי מוחל געווען בעולם העליון.

ער איז געווען א מיטגעמאכטער מענטש. א פארצרה'טער איד. אבער לפי ידיעתי איז ער געווען ווייט פון א צדיק נסתר. אפילו קוים א תלמיד חכם. אפילו אויב יא האט ער זיך קיינמאל נישט צוגעזעצט אדער באטייליגט אין א שיעור אין ביהמ"ד...בגן עדן תהא מנוחתו...!

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:13 am

· #384795
ר' בערל; שכוח פאר דעם ריפארט, כ'גדענק עם נאך, גוט, ווען ער האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג, שפעטער האט ער זיך געדרייט אין ב.פ. און אויך אין פלעטבוש. כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט זיך אויסגעדריקט, אז דאס מערסטע חסד האבן די מאדערענע פלעטבוש אידן געטוהן פאר עם.

און דאס וואס איר פארציילט וועגן זיין עבר, געדענק איך אויך אז ס'געווען אזוי, נאך אלץ קינד האב איך דאס געהערט, עניוועי יהא זכרו ברוך.

אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:05 pm

· #384807
יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.

ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:48 pm

· #384811
ר' מענדל האט א שטיק צייט זיך געדרייעט אין טאהש. און מ'האט געזאגט אויף עהם אז ער באהאלט עפעס פונעם פשוט'ן ציבור.

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:50 pm

· #384812
און איך האב עים געזעהן לערנען זוהר מיט כתבי הארי.

אפשר האט ער עס געטון כדאי מיך צו ווייזן אז ער איז א צדיק נסתר... איי דאנט קנוי

אויך, זיינע אויגן זענען געווען שרעקעדיג שארף!

כלבאשבוע » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:11 pm

· #384817
א חברה טעראריסטן לשם שמים (מסתמא מבית מדרשם פון רודפי מענדל וועכטער) האבן אים אמאל געקידנעפט און אפגערייניגט בעל כורחו, פארשטייט זיך אז סהאט געהאלפן א רעטעך

ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:19 pm

· #384819
כ'ווייס אז דער סקווערע רבי האט עהם אמאל געגעבן טויזענט דאלער, און ווען איינער האט עהם געפרעגט צו ס'אמת, האט ער געוויזן מיטן פינגער שאאא

קרעקער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:29 pm

· #384822
איז אמת אז ער האט געפאקעט גרויסע געלטער? אזוי האט מען געשמועסט, אויב יא וואו איז דאס געלט? ער האט יורשים?

ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:32 pm

· #384823
ער פלעגט שיקן געלט קיין ארץ ישראל מיט א שליח, אבער דער שליח האט נישט געוואלט זאגן ווער ער איז

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:36 pm

· #384824
אישתישבי
יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.

אישתישבי: אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. איך האב איהם קיינמאל נישט געזעהן זיצן ביי א שיעור אדער זיך מפלפל זיין אדער שמועסן אין לערנען מיט איינעם. נאר תיכף נאך מעריב אי ער געגאנגען אהיים. מעגליך ער האט געלערנט און געהאט שיעורים אין נגלה און נסתר. נאר פאר ווער ס'האט איהם געזעהן אין ביהמ"ד האט ער געמאכט א רושם פון א פשוט'ן אבער ערליכן, איידעלן בעה"ב...!

איש את רעהו » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:49 pm

· #384827
געקענט האב איך אים נישט
אבער מענטשן וואס האבן באחרת ימיו מיט אים מטפל געווען פארציילען נוראות'דיגע סיפורים, ווער ווייסט עפעס מער וועגן די עובדות ?

בן אדם » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 5:29 pm

· #384831
געהערט אמאל פון א איד - וואס ר' מענדל האבן א קביעות ביי זייינע שבת סעודות - ווי ער האט אמאל געקרעכטסט אויף דעם היינטיגן דור אז פארפאלן, אזוי גייט עס היינט, רב שטיינמאן ווערט אן אפיקורס און מענדעלע ווערט א צדיק נסתר... ר"ל

אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:19 pm

· #384832
ער פלעגט צומאהל זיצען אין בית מדרש אין קוקען אזעלכע פאפירן, און ווען איינער איז צוגעגאנגען האט ער עס אוועק געדרייט, און געזאגט אז עס איז נישט דיינע ענינים.

לכאורה כדברי קאצקע.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:28 pm

· #384834
אישתישבי: איך בין נאכנישט זיכער אויב קאצקע צוקער האט געזאגט וואס ער האט געזאגט, מיט א טאן פון ליצנות. ניין. ח"ו ליצנות. נאר מיט א שמייכל אויף זיינע ליפן...!

ישראל גלויבער » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 9:46 pm

· #384839
ס'דא ל''ו נסתרים, און אז אפאר ליצים גלייבן נישט, ווערט עס נאכנישט אויס.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:05 am

· #384850
ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:44 am

· #384855
איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:10 am

· #384860
ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא

גרויסע מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:06 am

· #384868
Re: דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה
א בילד האט איינער פין איהם ?

cictim » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:18 am

· #384869
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/231348">viewtopic.php?p=231348#p231348</a><!-- l -->

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:47 pm

· #384876
קאצקע ציקער
ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא

קאצקע צוקער: יא. און אן א שמייכל אויף די ליפן. ס'איז געווען אין א שפעטע שעה ערב שבת קודש ווען איך האב געדארפט פארן קיין מאנסי אויף א שמחה אין די משפחה. איך האב באקומען א פלעט טייער תיכף ביים אנהייב פון פאליסעידס פארקוועי. ווען איך האב געהאלטן אינמיטן ארויפדזשעקן דעם קאר און ארויסנעמען דעם ספעיר טייער, רוקט זיך אן א (מאדערן געקליידעטער) איד און טראגט זיך תיכף אן מיר צו העלפן. ער האט מיך נישט געלאזט גארנישט טון. ער האט אליין ארויסגענומען דעם רעדל פון טראנק און כהרף עין האט ער אראפגעדרייט דעם פעלער'דיגן רעדל און עס געטוישט. ווען איך האב איהם געוואלט לכתחילה צוהעלפן מיט עפעס האט ער מיך נישט געלאזט. ער האט אפילו אריינגעלייגט דעם געדעמעדזש'טן רעדל אין טראנק פון מיין קאר. אינצווישן האביך איהם געפרעגט פאר א נאמען. האט ער מיר געגעבן א נאמען און א געגנט ארום מאנסי וואו ..."ער וואוינט".. (העיווערסטראו)...ווען איך האב איהם געוואלט באדאנקען און איך דריי מיך אויס איז ער מער נישט געווען דארט. ס'איז געווען א סאך טרעפיק אויפ'ן פאליסעידס דאמאלס און ס'איז נישט גרינג געווען ארויפצוגיין צוריק אויפ'ן הייוועי. און ער איז נעלם געווארן כהרף עין.

ווען איך האב נאכגעקוקט אין די לאקאלע טעלעפאן בוך און אויך פון די ארומיגע געגנט איז נישט געווען אזא נאמען דארט. איך האב אויך געפרעגט א סאך מענטשן פון מאנסי און קיינער האט נישט געקענט אזא מענטש...!

ס'קען זיין אז ער איז געווען א פשוט'ער בשר ודם. נאר זייער א וואוילער איד. אבער דער חידוש איז אז ער איז שוין געווען אנגעטון שבת'דיג. און ער האט געמאכט די גאנצע מלאכה מרישא ועד גמירא. און אלעס זייער געשיקט און שנעלל. וואס איך וואלט זיכער נישט געקענט טון אליינס. און איך בין נאך אנגעקומען ב"ה קיין מאנסי א סאך פאר'ן זמן שב"ק...!

נ.ב.: קיין גוגל איז נאך דאמאלס נישט געווען. און אפילו ווען איך האב שפעטער (מיט א פאר יאר) גע'גוגל'ט דעם נאמען איז גארנישט ארויפגעקומען...!
און וויאזוי דער איד און בלאט זאגן...ויהי לפלא...!

איש את רעהו » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:57 pm

· #384882
א איד וואס איז פערזענליך פארמישט געווען אין א פלאות'דיגע מעשה וויאזוי א איד איז געהאלפן געווארן ביי רבי מענדל האט מיר פארציילט משונה'דיגע פלאות'דיגע הנהגות וואס ער האט געזען ביי רבי מענדל
אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)

ישראל גלויבער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:00 pm

· #384883
berlbalaguleh
ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.

שיין זעען אויס די ל''ו נסתרים לויט דיין שיטה.. ווי די מארשעלס אויפן פליגער וואס יעדער דערקענט זיי..
האסטו אמאל געהערט ווי ר' שלמה'לע לייגט אראפ א פיגור פון א ל''ו-ניק? דווקא פראסט און ווילד, אז דער בעל עגלה זאל עהם פאר קיין ספק נישט דערקענען אלץ עפעס א יש.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:25 pm

· #384886
ישראל גלויבער: איך גיי יעצט נישט רעדן דוקא וועגן ר' מענדל ווייס, ע"ה. נאר בכלליות. א קאנדידאט צו זיין א נסתר. וואס קען מעגליך זיין. איז א פשוט אויסזעעהענדער מענטש, וועלכער ווייזט נישט ארויס עפעס ספעציעלע רוחניות'דיגע התעלות סיי אין עבודת ה' און סיי אין לערנען. און נישט א מענטש וואס עפ"י הלכה טאר ער נישט דאווענען מיט די קליידער וועלכע ער האט אנגעטון. נאר מ'טאר נישט מאכן א ברכה און זאגן א אידיש ווארט אין זיינע ד' אמות. וועלכער נעכטיגט איבער ווער ווייס וואו אין זיינע אומריינע בגדים, וועלכע ער טראגט פון טאג צו טאג און וואך צו וואך. אזא מענטש קען בשום אופן נישט פאררעכנט ווערן פאר א קאנדידאט צו זיין א צדיק נסתר.

אין איינס פון די שטעט וואו איך האב געוואוינט אלס יונגל איז געווען א בריאה וועם מ'האט גערופן ..."דער גראבער שוחט"...ער איז געקומען צו א יעדן קידוש אין א יעדן ביהמ"ד. און זיך דארט אנגעשטאפט. (כ'וועל נישט זאגן אנגעפרעסן.) ער האט נאך אריינגעלייגט שטיקער קוגל אין זיינע קעשענעס און אהיימגעטראגן וואו ס'איז נישט געווען קיין עירוב.

מ'האט געשמועסט (אונז יונגלעך) אז ער איז געווען א שוחט. נאר מ'האט איהם מעביר געווען פון שחיטה. און ער האטציך אויך אראפגענומען די בארד. וואלט דען איינעם איינגעפאללן צו האבן א הווה אמינא אז דער העסליכער, אפשטויסנדיגער מענטש איז א קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק...?!

elter-zeide » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:04 pm

· #384889
אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)

קיק וואס רש"י זאגט אויף "וידעים לשבטיכם" שֶׁהֵם נִכָּרִים לָכֶם, שֶׁאִם בָּא לְפָנַי מְעֻטָּף בְּטַלִּיתוֹ, אֵינִי יוֹדֵעַ מִי הוּא וּמֵאֵי זֶה שֵׁבֶט הוּא, וְאִם הָגוּן הוּא, אֲבָל אַתֶּם מַכִּירִין בּוֹ, שֶׁאַתֶּם גֻּדַּלְתֶּם אִתּוֹ, לָכַךְ נֶאֱמַר וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם (רש"י דברים א' פ' י"ג).

פרעג אידן פון דיין שטאט וואס זענען דא אויפגעוואקסן אין אין האבען די אויגען אויפן פלאטץ, נישט ערגאטץ א פארווארפן דערפל אויף יענע עק וועלט, וואס ווייסען נישט פון רעכטץ אין לינקס, אין זיכען דיר איינרעדען מעשות וואס קלעבט זיך שנעל אויף פרלוירענע נשמות, זיי זענען גרויסע מומחים אין דעם,

מיש-נייעס » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:28 pm

· #384890
מיין טאטע האט מיך אנגעווארנט נישט צו שטיין אין זיינע ד' אמות ווייל ער איז א מניוול, יעדער האט זיך א וועג אפצוטייטשן א מענטש, איך האב מיין טאטן קיינמאל נישט געפרעגט פון ווי ער ווייסט


נ.ב. מען האט סיי ווי נישט געקענט שטיין אין זיינע ד"א, ווייל עס איז געגאנגן פון אים א שלעכטער ריח

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:31 pm

· #384903
מיש נייעס: ייש"כ. די דזשענעריק בעלי מקובלים און באבא'ס האמיר שוין געזעהן וויפיהל זיי זענען ווערט. נישט מער ווי אן אויסגעבלאזענע איי. ווי מ'פלעגט זאגן ביי אונז אינדערהעים. ביי די טראגישע מעשה מיט די 3 ישיבה בחורים (יא, ישיבה בחורים, יו גאייס. יו נאו האא יו אאר.). בשעת מ'האט זיי געהאלטן אינמיטן זוכן האבן זיך געיאוועט אלערליי ..."מקובלים"... און אנדערע שארלאטאנ'ען וועלכע האבן געזאגט די זעלבע ווי די חרטומי פרעה. איינער האט געזאגט אז מ'זאלל זוכן דא. און איינער האט געזאגט אז מ'זאלל זוכן דארט. און א דריטער. אן..."אדמו"ר"...האט געזאגט אז אויב זייערע מאמעס וועללן באקן חלות, וועללן זיי אפיהרקומען פון זייער געפענגעניש...און אונז ווייסן מיר דאך דעם טראגישן סוף פון די געשיכטע. א פאטראל פון די טמא'נע צה"ל האט זיי נעבעך געטראפן אונטער א שטיין געהרג'עט דורך די אלוועלטליכע רוצחים די פאלעסטינער אראבישע מערדערס...!

ישראל גלויבער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:39 pm

· #384918
הרב הקדוש ר' מענדל איז אויך געהארגעט געווארן?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:32 pm

· #384921
דאס איז סתם א סארקאסטישער סטעיטמענט אן א ציל. דו ווייסט גאנץ גוט דעם פוינט פון מיין תגובה...!

ישראל גלויבער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:35 pm

· #384922
berlbalaguleh
דאס איז סתם א סארקאסטישער סטעיטמענט אן א ציל. דו ווייסט גאנץ גוט דעם פוינט פון מיין תגובה...!

איך ווייס אז ביסט אויפן גערעגטער זייט, אבער איך בין נישט שולדיג, ענטפער מיר, וויאזוי איז ר' מענדל געשטארבן. כדרך כל הארץ?

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:44 am

· #384940
זיכער. אבער, די פוינט איז, אז ווייל עטליכע אזוי גערופענע מקובלים האבן געזאגט אומפארשטענדליכע זאכן שלא מן העניין, מאכט דאס איהם נאכנישט פאר א קאנדידאט פון א ל"ו צדיק...!

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:48 am

· #384952
דער גאלדענער אדלער
כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט זיך אויסגעדריקט, אז דאס מערסטע חסד האבן די מאדערענע פלעטבוש אידן געטוהן פאר עם.


אמת ויציב. איך קען פערזענליך די מענטשען וואס האבן פאר עם מקדיש געווען א צימער אין הויז פאר לאנגע תקופות מידי לילה בלילה ער זאל האבן ווי צו שלאפן. בשעת וואס מ'איז ביזי צו ר' מענדל איז געווען א ל"ו צדיק, וואלט איך געקלערט אז די אלע בעלי חסד זענען אפשר די ריכטיגע ל"ו צדיקים!

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:55 am

· #384954
שמעון וואלף
איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון


ס'געווען אינע פון זיינע מצוות אייביג צו שטעלן תיקון.

נאך א מנהג טוב האט ער געהאט, נאר צו טרינקען סעלצער פון א פרישע באטל, די ל"ו זוכערס וועלען אודאי זאגען אז ס'איז געווען עפעס העכערס דוגמת א פרישע אומגענעכטיגע מאטראץ פאר סקווערע רביס, אבער שטילערהייט האביך אמאל געהערט פון עם דער טעם איז ווייל א פרישע באטל איז שטארק געזי סעלצער און ס'פרישט אויף...

מי יעמוד בסוד קדושים.

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:43 pm

· #384961
וואלווי
שמעון וואלף
איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון

דוגמת א פרישע אומגענעכטיגע מאטראץ פאר סקווערע רביס. מי יעמוד בסוד קדושים.

איך מעג פרעגן וואס דא שטייט? אדער איז עס א טעות?

diff » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:47 pm

· #384967
ערליכע יודן שלאפן נישט אויף א צווייטענס מאטראץ וד'ל

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:55 pm

· #384972
diff
ערליכע יודן שלאפן נישט אויף א צווייטענס מאטראץ וד'ל

פארוואס נישט. בעסער געפרעגט, ווער שלאפט דען נישט

diff » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:38 pm

· #384981
אין האטעלן אידא אסאך וואס שלאפן נישט. כהאף ביי דיר אין טאהש קען מען יא just kidding

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:10 pm

· #384989
diff
אין האטעלן אידא אסאך וואס שלאפן נישט. כהאף ביי דיר אין טאהש קען מען יא just kidding

איך גלייב עס נישט.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:45 pm

· #384991
פרעג. כבין זיכער אז סאיז איינגעפירט אין סקווירא

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:23 pm

· #385006
diff
פרעג. כבין זיכער אז סאיז איינגעפירט אין סקווירא

כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אין סקווער

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:23 pm

· #385013
Re: דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה
diff
ערליכע יודן שלאפן נישט אויף א צווייטענס מאטראץ וד'ל

וואס איז דער וד"ל?

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:45 pm

· #385015
די סיבה

diff » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:56 pm

· #385020
כהייב נישט אן מיט עם

מערכת אזהרות הפורום
געשיקט געווארן: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:40 pm
פון: געוואלדיג
צו: diff

רשימת האזהרות הבאה ניתנה ע"י סמכות של מנהלי פורומים ומנהלים ראשים.
ניבול פה איז אויסדריקלעך פארבאטן אפילו נישט אן ליין

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:10 pm

· #385022
קאצקע ציקער: עיין מאחורי הפרגוד...!

נאר ס'איז דא א מעשה מיט איינעם פון די תלמידי הבעש"ט הק' (איך נעם נישט קיין אחריות אויף די מעשה. אבער אונז גלייב מיר באמונה שלימה, אז אויב איז עס עכט נישט געשעהן, האט עס אבער געקענט געשעהן...) איך מיין מיט'ן קאזשניצער מגיד. וואס ער האט נישט געקענט שלאפן אויף א בעט וואס א צווייטער איז שוין געשלאפן. איז ער אמאל געקומען באזוכן ביי אן אנדער'ן צדיק. און דער צדיק דער בעל מכניס אורח האט אריבערגערופן דעם טישלער, אן ערליכן, פשוט'ן איד פון שטעיטל. און ער האט באשטעלט ביי איהם ער זאלל מאכן א ניי בעט. מיט א נייעם שטרוי זאק פאר א מאטראץ. און ווען דער צדיק איז אנגעקומען, און ר'איז געווען שטארק מיעד פון וועג האט איהם דער מכניס אורח מכבד געווען זיך אנצולאאנען. און ר'האט איהם געזאגט א דאס איז א נייע בעט. אזוי ווי דער צדיק האטציך אראפגעלייגט האט ער אנגעהויבן שטארק צו קרעכצן און שרייען פאר יסורים. און ער האט געזאגט אז ער קען אין דעם בעט נישט שלאפן. ווען דער מכניס אורח האטציך געוואונדערט און ר'האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער קען נישט שלאפן אין דעם בעט האט דער צדיק דער אורח געזאגט אז ער שפיערט א געוואלדיגע עצבות און מרה שחורה ווען ער לייגט זיך אריין אין דעם בעט. האט דער מכניס אורח אריבערגערופן דעם טישלער און ר'האט איהם געפרעגט...וואספארא מחשבות האסטו געהאט בשעת דו האסט געמאכט דאס בעט...? אפשר נישט קיין גוטע מחשבות, ח"ו...האט דער טישלער געענטפערט אז וויבאלד ער האט געוואוסט אז ער גייט מאכן א בעט פאר אזא הייליגן צדיק וואס קען דערקענען די מחשבות וואס דער בעל מלאכה האט געהאט ביי די ארבעט, האט ער שטארק מהרהר בתשובה געווען. און ר'האט געארבעט מיט א צובראכן הארץ. און דער צדיק האט דאס מרגיש געוון...!

נ.ב.: די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אבער אזוי געדענק איך צו האבן עס געליינט אין א מעשה ביכל אלס קליין יונגל...!

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:19 pm

· #385024
diff
כהייב נישט אן מיט עם

מערכת אזהרות הפורום
געשיקט געווארן: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:40 pm
פון: געוואלדיג
צו: diff

רשימת האזהרות הבאה ניתנה ע"י סמכות של מנהלי פורומים ומנהלים ראשים.
ניבול פה איז אויסדריקלעך פארבאטן אפילו נישט אן ליין

נו, זיכער. ווייל אויב נישט וועללן מיר ח"ו אויסזעהן אזוי ווי דער פאליש, זיכרונו לק'---. דארט איז דא (געווען) אן אספסוף פון פערווערטעד שרייבערס און ליינערס וועלכע האבן זיך באלעקט מיט ניבול פה מעשיות ועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. איך האב נאר איינמאל פארבלאנדזשעט אהין. און מיין יצר הרע פון נייגעריגקייט האט מיך צוגערעדט אז איך זאלל אויפמאכן איין אזא אשכול/מעשה. נאך פאר איך האב געענדיגט צו ליינען די מעשה איז מיר אזוי שטארק געקומען צו ברעכן אז איך בין אנטלאפן פון דארט מיט הענט און פיס. און כ'האב קיינמאל נישט צוריקגעקוקט...איך הער אז ס'האטציך שוין ב"ה פארמאכט..!

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:08 pm

· #385036
לשון הרע איז די זעלבע עבירה, אבער לענינינו ווי קומט דא ניבול פה, תורה היא וללמוד אני צריך. וואס איז די מקור וואס דו שרייבסט אז מ'טרונקט נישט אין סקווער פון א אפענע באטל

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:17 pm

· #385040
ישראל גלויבער: איך האב עס נישט געשריבן. נאר אויב דו פרעגסט מיך קען איך דיר זאגן. איך האב טאקע אהבת ישראל. אבער יענעם'ס דזשערמס ביניך נישט מחוייב איבערצונעמען...! ס'איז א גוטער מנהג...!

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:20 pm

· #385041
אקעי, סאו אין טעמי המנהגים דארף מען צוצייכענען, מקור? המקובל הנסתר ר' מענדעלע שקורין.. חחחח וכו'.

diff » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 2:48 am

· #385057
berlbalaguleh

נו, זיכער. ווייל אויב נישט וועללן מיר ח"ו אויסזעהן אזוי ווי דער פאליש, זיכרונו לק'---. דארט איז דא (געווען) אן אספסוף פון פערווערטעד שרייבערס און ליינערס וועלכע האבן זיך באלעקט מיט ניבול פה מעשיות ועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. איך האב נאר איינמאל פארבלאנדזשעט אהין. און מיין יצר הרע פון נייגעריגקייט האט מיך צוגערעדט אז איך זאלל אויפמאכן איין אזא אשכול/מעשה. נאך פאר איך האב געענדיגט צו ליינען די מעשה איז מיר אזוי שטארק געקומען צו ברעכן אז איך בין אנטלאפן פון דארט מיט הענט און פיס. און כ'האב קיינמאל נישט צוריקגעקוקט...איך הער אז ס'האטציך שוין ב"ה פארמאכט..!

סדא אסאך צו לערנען פון די מעשיות.
ק"ש איז פאר אייוועלט צענזור אין פאליש פאר ק"ש צענזור און אומפארגין מיט פריוואטע אשכולות מאחורי כאילו מאיז נישט ממילא אויפן נעט

כלבאשבוע » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:18 pm

· #385469
יארצייט איז היינט

📎 mv.jpg
בלאט: 1 2