☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד

סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11868
בלאט: 1 2

מוזיק עקספערט » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:38 am

· #384685
סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
ווי יעדער ווייסט האט דוד גרינפעלד דער קאונסולמאן פון בארא פארק געמאלדן אז ער לויפט נישט פאר נאך א טערמין ווען מ'האט שוין נישט געקענט מעלדן קיין קאנדידאטור ווייל ער האט געוואלט אריין שטעלן קלמן יעגער, אבער למעשה האט יוני הייקינד געמאלדן פאר עטוואס מער ווי א חודש צוריק אז ער לויפט דאכצעך מיר אויף די ווארקינג פאמיליע פארטיי, און יעצט ערווארט מען א היציגע פארמעסט אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, בערך א 2 וואכן צוריק האט הערשי טישלער געמאלדן אז ער לויפט אויף עפעס א דריטע פארטיי אבער ער איז גאר א שוואכע קאנדידאט און איז נישט ערווארטעט אנצוציען צו שטארק, נאר אויף אזוי פיל יא אז אנאליסטן זאגן אז ער גייט צונעמען שטימען פון יעגער און מיט דעם העלפן הייקינד, עמער ווארטן און זען וואס דא וועט זיך אלס אויסקאכן.

Sent from my 5056N using Tapatalk

קורקלענד » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 8:29 am

· #384692
האט איינער מער אינפארמאציע אויף דעם הערשי טישלער? איך בין נייגעריג ווער ער איז און פארוואס ער זוכט צו לויפן?

מוזיק עקספערט » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:57 am

· #384779
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
קורקלענד
האט איינער מער אינפארמאציע אויף דעם הערשי טישלער? איך בין נייגעריג ווער ער איז און פארוואס ער זוכט צו לויפן?
איך מיין אז איך האב אים...
הערשי טישלער איז דער טאטע פון די טישלער ברודער אברהם און משה וואס זענען עטליכע יאר צוריק געלאפן קעגן שמחה פעלדער און דוב הייקינד אנציענדיג דאכצעך 10% פון די שטימען
הערשי איז געווארן אנגעקלאגט אין 2012 אויף עטליכע קלאגעס און איך מיין אז ער איז אפילו געזעצן
כאפ א בליק דא, איך בין כמעט זיכער אז ס'איז ער
<a class="postlink" href="http://jewishvoiceny.com/index.php?option=com_content&view=article&id=1958:father-of-tischler-brothers-indicted-on-fraud-charges&catid=115:politics&Itemid=298">http://jewishvoiceny.com/index.php?opti ... Itemid=298</a>

Sent from my 5056N using Tapatalk

פערינא » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 8:29 am

· #384784
ס'איז ברייט באקאנט אז הערשי טישלער האט געקענט זינגען אין זיך ארויס דרייען פון גיין זיצען. ער איז געזעצען על קידוש השם. אזא קאנדידאט דארף מען טאקע.

צו ער גייט געווינען צו נישט. האב רעספעקט פאר איינער וואס איז געגאנגען זיצען נישט צו מסרן.

איסר האטלקי » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:48 pm

· #384844
איך האב א חשש אז ער איז בלויז אונטערגעשטעלט פון הייקינד אוועקצונעמען אטענציע פון יעגער און דערמיט דערכאפן דעם מאכט.

יעלה ויבא » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:14 pm

· #384845
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
און? ער איז נישט בארעכטיגט?

lead, follow, or get out of the way!

קורקלענד » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:31 pm

· #384847
אין מיינע אויגן זעה איך ממילא נישט וואס די חילוק זאל זיין ציווישן יעגער און הייקינד. לעת עתה זעהט אויס אז איך וועל שטימען פאר טישלער.

איסר האטלקי » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:37 pm

· #384848
קורקלענד
אין מיינע אויגן זעה איך ממילא נישט וואס די חילוק זאל זיין ציווישן יעגער און הייקינד. לעת עתה זעהט אויס אז איך וועל שטימען פאר טישלער.

פאר די הייקינד משפחה האב איך טראסט. זיין טאטע דוב געט זיך אוועק לטובת הכלל ווען אימער ער קען.
יעגער קען איך נישט, אבער חזקה שליח עושה שליחתו. איך זע ווער עס האט אים אריינגעשטעלט ווייס איך וואס צו ערווארטן...

גראף » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:45 pm

· #384849
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
קענען נאר דעמאקראטן שטימען אין דער פריימערי אדער ריפובליקענס מעגן אויך?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

קורקלענד » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:10 am

· #384851
גראף
קענען נאר דעמאקראטן שטימען אין דער פריימערי אדער ריפובליקענס מעגן אויך?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נאר דעמאקראטן. אבער אויף דעם איז נישט געווען קיין פריימעריס, וויבאלד גרינפעלד האט עס אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל קיינער נישט קענען לויפן קעגן יעגער. הייקינד און לכאורה אויך טישלער לויפן נישט אויף די דעמאקראטישע פארטיי.

מוזיק עקספערט » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:31 am

· #384854
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
פערינא
ס'איז ברייט באקאנט אז הערשי טישלער האט געקענט זינגען אין זיך ארויס דרייען פון גיין זיצען. ער איז געזעצען על קידוש השם. אזא קאנדידאט דארף מען טאקע.

צו ער גייט געווינען צו נישט. האב רעספעקט פאר איינער וואס איז געגאנגען זיצען נישט צו מסרן.
זייער שיין אבער דעס ווייזט אז ער איז קארופטירט, ס'איז דא גענוג קארופטירטע פאליטישענס, איך דארף נישט נאך איינס!

Sent from my 5056N using Tapatalk

מוזיק עקספערט » זונטאג אקטאבער 1, 2017 3:37 am

· #385841
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
המודיע גייט אפהאלטן א דיבעיט מיט אלע 3 קאנדידאטן אקטאבער 29

Sent from my 5056N using Tapatalk

diff » זונטאג אקטאבער 1, 2017 5:35 am

· #385848
דאכטעך יעגער איז אויך געווען אין דע UJO Menczer CORRUPTED MET COUNCIL on Jewish Poverty

מוזיק עקספערט » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 4:56 pm

· #386793
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
יעגער האט ארויסגעשיקט אין די פאסט א גאנצע שמוציגע צייטונג קעגן הייקינד, האט דאס איינער געזעהן און קען עס דא ארויף שטעלן?!

Sent from my 5056N using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:48 pm

· #386856
קורקלענד
אין מיינע אויגן זעה איך ממילא נישט וואס די חילוק זאל זיין ציווישן יעגער און הייקינד. לעת עתה זעהט אויס אז איך וועל שטימען פאר טישלער.


איך קען נישט זען ווי איינער זאל גיין וואיטען פאר יעגער אפי' מיט עקספעריענס און קאנעקשען'ס ... נאך די אומ-דעמקרעטיק לעצט מינוטוגער טעיקאווער.

ווען יעגער איז קודם געלאפען אין פלעטבוש פאר'ן נס, האט ער פארקויפט ער איז פאר זיי, און לאו ענד בעהאלד, פון איין מינוט אויפ'ן צווייטען מיינט ער נאר בארא פארק!!!

SOS

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 5:22 pm

· #387682
די פארמעסט איז געגאנגען זייער שמוציג, ס'איז א גאנצע קונץ ווער קען מער באשמיצן די צווייטע!!!
די עולם ראסט זיך ביים האלץ ממש, יעדער מיט סברות לכאן ולכאן.
וואס איז זיכער איז אז הייקענד האט אסאך א בעסערע מארקעטינג ווי יעגער
אבער ערספערינעס אין פעהיג פארן גזאב איז יעגער בעסער

ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 5:37 pm

· #387684
ווער דארף ערספערינעס? זאל זיך יעגער האלטן מיט זיין ערספערינעס

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 5:59 pm

· #387686
שטאפענע קאפעליטש

אבער ערספערינעס אין פעהיג פארן גזאב איז יעגער בעסער

בעסער פאר וועם? וואס האבן מיר פון זיין עקספעריענס און פעהיגקייטן ווען ער ניצט עס אויס נאר פאר זיך? און האט אינזין קיינער חוץ אפאר יחידים וואס זיצן ביים שיסל אין די דריי בארא פארקע מעגא מוסדות.........

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:16 pm

· #387688
שטאפענע קאפעליטש

וואס איז זיכער איז אז הייקענד האט אסאך א בעסערע מארקעטינג ווי יעגער

אויב קען יעגער נישט אפי' ארגאנעזירן און פירן א קאמפעטענטע קאמפיין, וויאזוי זעסטו אין איהם פעהיגקייטן? בכלל האט יעגער וכת דיליה געהאלטן אז ס'זיינס פשוט ווייל ער האט גע'חלומ'ט אז די קאופ וועט פאראיבער גיין גלאטיג. און ווייל די מוסדות זענען די וואס מאכן די בחירה. אונז שטימען סך הכל............ אבער די בחירה דארף מען לאזן פאר דעת תורה...............

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:49 pm

· #387691
лпم iοوԴ
איינער קען מיך מאכן א קלארע סך הכל? פאר וועם שטימען די מוסדות? וועלכע קאנדידאט וויל מיר העלפן מוסדות און וועלכע וויל העלפען פלעינע מענטשן?

די גרויסע מעגא מוסדות וואס האבן אונטער גרינפעלד געקריגן שווערע געלטער שטיצן יעגער. זיי האבן לכתחילה געהאט אין פלאן אז יעגער זאל אריינקומען אן קיין וואלן. דערווייל איז עס זיי נישט געלונגען.

א חבר מיינע האט געהאט א לאנגע שמועס מיט יוני הייקינד, וואו ער האט איהם געפרעגט היתכן די מער געלט די מוסדות קריגן די העכער טרייבן זיי ארויף שכר לימוד און זייטיגע פרייזן, און האט איהם פארגעהאלטן הלמאי זאל מען ברענגן פראגראמען דירעקט פארן מוסד ווען די ציבור איז בכלל נישט נהנה דערפון? אויך האט ער איהם אנגעוויזן אז ס'נאך נישט געווען אזעלכע גוטע צייטן פאר מוסדות ווי ס'דא היינט צוטאגס, און זיי קריגן היינט מער פראגראמען און געלטער ווי סיי ווען פריער אין היסטאריע, װעל כולם האלטן זיי און איין סקיי ראקעטן זייערע פרייזן אויף אונז.........

אויף דעם האט ער רעאגירט אז באמת האלט ער אויך אזוי און אז ס'איז זייער נישט יושר'דיג, ווי אויך ווייסט ער אז די געלט מאכט רייך אפאר יחידים און די רעשט מוטשעט זיך. אבער וויבאלד די מוסדות האבן א קאלעקטיווע קאנטראל דארף זיך יעדער פאליטיקאנט צושטעלן צו זיי. און ער האט קלאר מודה געווען אז אויב ער געווינט וועט ער זיך לכאורה פונקט אזוי דארפן צושטעלן צו די יחידים פשוט ווייל זיי האבן זייער א שטארקע כח.

ער האט אבער געזאגט אז ס'וואלט זיך געדארפט גרינדן א קאלעקטיווע גרופע פון היימישע אידען מיט א בלאק וואס זאלן צוזאמען שתדלן לטובת די אינטערעסן פונעם חלק הציבור וואס בלוטיג'ט, און זיכער מאכן אז זייער אינטערעסע ווערט אויך געדעקט, און טאמער נישט וועלן זיי ארויסלייגן אדער אינדארסירן אייגענע קאנדידאטן. אזוי וועלן די מוסדות דארפן האלטן אקאונטעביליטי פארן אינטערעסע פונעם ציבור. ווייל אז נישט וועלן די פאליטיקאנטן וויסן אז זיי זענען איינגעשטעלט.

איך פערזענליך האב שטארק הנאה געהאַט פון זיין אויפריכטיגקייט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:13 pm

· #387694
קורקלענד: די עיקר וואס מ'דארף קוקן ביי די 2 קאנדידאטן, ווער ס'וועט העלפן יחידים אויך. נישט די גרויסע מוסדות און אינסטיטוציעס. אזוי ווי דב הייקינד האט חוץ זיינע פאליטישע, צומאל באמבאסטישע סטעיטמענטס, אויך געהאלפן יחידים וועלכע האבן זיך גענייטיגט אין הילף. אין דעם פאל האט יוני הייקינד זכות אבות. ער איז מער א פאפוליסטישער קאנדידאט. געוויינטליך מיינט פאפוליזם א סתירה צו אן עסטאבלישמענט קאנדידאט. אבער זיין טאטע, דב הייקינד האט געהאט אן אפענע טיר און אפענע אויערן צו העלפן יחידים אויך...! קלמן יעגער איז א מענטש וואס מ'האט קיינמאל פריער נישט געהערט פון איהם. און נישט ווייל ער איז אזא הצנע לכת...!

איין זאך איז אבער נאך ב"ה בעסער ביי אונז היימישע אידן. נישט אזוי ווי אין די אלגעמיינע פאליטישע וועלט. אז מ'גיסט עמערס מיט שמוץ פון איין קאנדידאט אויפ'ן צווייטן. כאטש ס'האטציך אנגעהויבן מיט עפעס נישט אזא געהויבענעם איד אין דעם פריערדיגן אסעמבלי פארמעסט. ווען איין קאנדידאט האטציך געוואלט אהערשטעללן אלס גאון וצדיק , קדוש וטהור. און דעם אנדער'ן קאנדידאט (אינקאמבענט) אראפלייגן אלס א שייגעץ. האטציך צום סוף אויסגעשטעלט אז ער איז גארנישט אזא נקי כפיים. און דער צווייטער קאנדידאט איז גארנישט אזא שייגעץ. אבער דער בהמה און קארופטירטער יונג (וועם איך קען נאך פון די גירסא דינקותא) האט ב"ה מיאוס פארלוירן. און נאכ'ן קאמפיין איז ארויסגעקומען (נישט פון זיין צד שכנגד) אז ער האט זיך געוואלט ארויסדרייען פון באצאללן זיינע קאמפיין ארבעטער מיט'ן תירוץ אז זיין לעפטאפ קאמפיוטער איז געגנב'עט געווארן. אויך אין זיין ריעל עסטעיט ביזנעס איז ער נישט געוען אזוי איי איי איי. א סאך גוי'אישע טענענטס פון זיינע בילדינגס האבן זיך אפגערעדט אויף איהם...! און אונזער איצטיגער קאנדידאט הרב הצדיק, קדוש וטהור וויל זיך אויכעט א ביסל פארשטעללן אלס כמעט א ל"ו צדיק. ער לויפט ארום זיך פאטאגראפירן מיט באקומען ברכת קדשם פון די צדיקי הדור...!

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:32 pm

· #387696
איך האב הנאה פון דעם פלאן פון יוני, אבער מאכן א בלאק וואוט פון יחידים, די קאנדידאטן וועלן פארטרעטן דעם דעת הקהל נישט דעת המוסדות.

איין פראבלעם איז נאר דא דערמיט, אז די וואס וועלן זיך ארויסשטעלן אלס קאמפיין פירער דארפן זיין קינדערלאזע עסקנים...

איסר האטלקי » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 12:53 am

· #387709
איך האב מיך גראדע פריער געטראפן פערזענליך מיט הייקינד, ער איז זייער צום זאך! געענטפערט שיין און קלאר צו יעדעם, אהערגעשטעלט זייער א פראפעסיאנאלן רושם. דאס קומט שוין נאך וואס איך האב מיך עמטליך געטראפן מיט יעגער און געמיינט אז ער איז דער איינציגער געלונגענער קאנדידאט אויפן בעלאט.

איך האלט אז הייקינד זאל זיך מער ארומדרייען אין בארא פארק דער עולם זאל זיך מער באקענען מיט אים.

קורקלענד » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 2:44 am

· #387713
איסר האטלקי

איך האלט אז הייקינד זאל זיך מער ארומדרייען אין בארא פארק דער עולם זאל זיך מער באקענען מיט אים.

ער דרייט זיך אגאנצן טאג ארום אין ב''פ רעדנדיג צו סיי ווער. ווידעראום דער יעגער קלעבט נאר צו די עליטע קלאס.

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 29, 2017 10:42 am

· #387794
.
📎 IMG-20171029-WA0000.jpg

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 29, 2017 12:31 pm

· #387800
קורקלענד: פשט אין דעם עד קען גיין ביידע וועגן. אבער בכל אופן איז עס א סאפיסטיקירטער וועג פון איבערגעבן א מעסעדזש...!

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 29, 2017 12:38 pm

· #387801
לדעתי ברענגט אזא עד פארקערטע רעזולטאטן.

יעקב מענטש » זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:38 pm

· #387803
געוואלדיג
לדעתי ברענגט אזא עד פארקערטע רעזולטאטן.

וואס איז גאנץ מעגליך געווען די כוונה פון דעם מפיץ...

בכל אופן, איז די גאנצע פארמעסט א שטיק גרויל

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:41 pm

· #387807
ערהאלטן אין אישי מיט א פארלאנג ארויפצושטעלן:

אויב מעגליך ביטע ארויפשטעלן


דעיוויד גרינפעלד האט ארלעדיגט:
אפצושפארן די ביעמס אין ווילי אז ס'זאל זיין לא לי ולא לך.
אריינצולייגן צעהן מיליארד אין א נייע פארק.
געבויט א ביסקיסע פאר צוויי מיליארד.
ארלעדיגט סעקיוריטי נאר פאר גרויסע מוסדות.
צו נידערן די ספיד לימיט צו פינף און צוואנציג מייל א שעה.
אויפצוהאלטן די 52 ביהמ''ד צוויי יאר.
געברענגט שווערע געלטער פאר באבוב 48
אויס צו שטאפירן די סיטי מיט ספיד קאמערעס צו שטראפן סיי ווער עס דרייווט א אויטוי.
טראנספארמירט אוישען פארקוועי צו פארקינג לאט.
ועולה כל כולם: האט גוט אנגעפילט די קאסע פון מעט קאנסול.

שכל וואלט געזאגט אז ווער עס איז געשלאגן געווארן פון גרינפעלד'ס ספיד קאמערעס זאל שטימען פאר הייקינד..... אבער ליידער איז אונזער עם חכם ונבון....... אדער אפשר וועלן זיי זיך יא כאפן????????????

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:04 pm

· #387809
יעקב מענטש
געוואלדיג
לדעתי ברענגט אזא עד פארקערטע רעזולטאטן.

וואס איז גאנץ מעגליך געווען די כוונה פון דעם מפיץ...

אויב ביזטו מסופק ווער דער מפיץ איז, קלמן יעגער (מכיר אותו?...) האט געהאלטן א רעדע אין כולל סאטמאר 53 בהשתדלות ר' נפתלי משה אינדיג, דארט האט ער געזאגט גענוי די ווערטער פארן עולם!
מיט זיין גרויס פיקחות האט ער מבאר געווען אז הצלה נעמט נישט אן קיין בחורים און אויך נישט חברים און שומרים, דעריבער מאכט נישט קיין סענס אז מיר זאלן אים אריינוועלן פאר קאונסלמאן...

גענוג קלאר??

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:25 pm

· #387810
און הרהגה"צ ר' קלמן יעגער שליט"א איז דער ל"ו צדיק און מחבר פון ספרים. געלערנט אין כולל עטליכע יאר נאכ'ן חתונה ביז דער ריחיים על צווארו האט איהם געצווינגען ארויסצוגיין זוכן פרנסה. און וואס האט ער געטון פאר פרנסה. ער האט געטרונקען קאווע מיט בילל דע בלאזיא און די אנדערע גדולי הדור. און זיך אפגעפיקטשערט מיט פרעזידענט אבאמא ירום הודו, ווען ר'איז געקומען באזוכן ניו יארק.

מנשה פילפ אדער שמואל שלמה טעללער ועללן נאך זאגן (א יעדער פון זיי אויף זייער אייגנארטיגן וועג) אז זיי האבן זיך געדרייט ביים רבי'ן זי"ע און זיי האבן אליין געהערט ווי דער רבי האט געזאגט אז ס'איז כדאי צו וואוטן פאר אזא קאנדידאט ווי ר' קלמן יעגער שליט"א. ער איז נישט קיין ציוניסט...!

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 10:52 pm

· #387946
📎 434322382_228250.jpg📎 435826373_168820.jpg📎 434323106_227240.jpg

איך האב נישט וואס צי צילייגן, פארוואס איז די קאמפיין אראפ אזוי שמיציג? און רוב מענטשן ווילן נישט אזא שמיץ קאמפיין, ווייטער די פּאר משתלטים כל הציבור וואס קאנטראלירן די מוחות,

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 8:30 am

· #387960
פעך! פשוט א גרויל.

סמבטיון » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:44 am

· #387969
מיר געפעלט ווי די פאר אנדרייערס רעדן בשם גאנץ בארא פארק, ב"פ איז נישט נאריש, ב"פ וויל דאס , ב"פ וויל יענץ, הלאו?! האט מיר איינר אמאל געפרעגט וואס איך וויל אדער וואס איך האלט? אז עטס ווילטס ווייזן איינער דעם אנדערן ווער עס קען אפירקראצען מער שמוץ איינער אויפן צווייטן , שיקטס עס דורך אימעיל פון איין קאמפעין צענטער צום אנדערן , ענק דארפן נישט אנחזרן די גאנצע שטאט מיט פאוסטערס און מיט שלעפן דעם המון עם אין ענקער קריג.

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:55 am

· #387975
דעי פאסטערס הענגן אויף די גאסן ? איך מיין ס'צירקעלט נאר ארים אויפן אינטערנעט.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:28 am

· #387976
סמבטיון
מיר געפעלט ווי די פאר אנדרייערס רעדן בשם גאנץ בארא פארק, ב"פ איז נישט נאריש, ב"פ וויל דאס , ב"פ וויל יענץ, הלאו?! האט מיר איינר אמאל געפרעגט וואס איך וויל אדער וואס איך האלט? אז עטס ווילטס ווייזן איינער דעם אנדערן ווער עס קען אפירקראצען מער שמוץ איינער אויפן צווייטן , שיקטס עס דורך אימעיל פון איין קאמפעין צענטער צום אנדערן , ענק דארפן נישט אנחזרן די גאנצע שטאט מיט פאוסטערס און מיט שלעפן דעם המון עם אין ענקער קריג.

סמבטיון: יא. אבער ס'איז דא א שטיקל חילוק. יוני הייקינד און זיין קאמפיין מאשין קומען איהם נישט אראפלייגן ווי עפעס א ל"ו צדיק אדער גאון הדור. נאר ווי א פשוט'ער פאליטיש'ן וועלכער זאגט צו צו העלפן די איינוואוינערס פון די געגנט מיט זייערע פראבלעמען. ער איז אויך א שומר שבת. קיינער איז נישט בודק די ציצית ביי איהם. משא"כ די קאמפיין מאשין פון קלמן יעגער ארבעטן אויף 2 דיירעקשנס. ערשטנס שעטללן זיי אראפ דעם הייליגן איד , דעם ישיבה'שן יונגערמאן ר' קלמן יעגער אלס א היימישער, ליטווישער יונגערמאן א בן ישיבה. א לעיקוואודער יונגערמאן. אבער אונז אלע ווייסן אז ער דאוונט נישט שחרית ביז 10 אזייגער. און נאכדעים גייט ער צו א שיעור אין כולל. און דעם ברייטן ישיבה'שן קאפעלוטש מיט די בעקישע האט ער נאר אנגעטון לתפארת הקאמפיין. דאס איז איין חלק.. וואס ס'גייט נאך מיט. אבער ער און זיינע קאמפיין מענטשן (מיט זיין הסכמה) ארבעטן אויף קעסל און כלים צו באשמוצן דעם קעגנזייטיגן קאנדידאט, יוני הייקינד. כאילו מ'גייט דא אויסוועהלן א ראש ישיבה אדער אדמו"ר...! ס'איז אין די בחינה פון וויאזוי ס'שטייט אין פסוק..."ולא תעלה במעלות על מזבחי"...דו זאלסט נישט ארויפגיין אויף די מעלות פון די ערליכע אידן וועלכע זענען זיך מקריב אויפ'ן מזבח פאר'ן באשעפער, כביכול..."אשר לא תגלה ערותך עליו..." ווייל אז דו וועסט אזוי טון, וועט זיך אויפדעקן דיין אייגענע שאנד...! איך מיין א יעדער בר דעת כאפט דעם פוינט...!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 10:28 pm

· #388294
א חבר מיינער זאגט מיר אז ער גייט נישט וואוטען, ווייל איין שטימע מאכט נישט אויס.

- אבער אז יעדער וועט מאכען דעם חשבון בלא בלא בלא?

- גערעכט. אבער איין שטימע מאכט נאכאלס נישט אויס...

[ער טענה'עט אז איך דארף שוין יא גיין, ווייל צוויי שטימעס איז שוין יא עפעס...]

בן אדם » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 11:28 pm

· #388300
איינער קען מיר העלפן דיסיידען פאר וועמען צו שטימען?

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 1:35 am

· #388307
פאר דיין טאש!

ליפא » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 2:57 pm

· #388345
<a class="postlink" href="http://www.easypolls.net/poll.html?p=59fa05b4e4b04d6fbe2d16f1">http://www.easypolls.net/poll.html?p=59 ... 6fbe2d16f1</a>

בן אדם » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 3:48 pm

· #388346
זריזים מקדימין למצוות

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 3:59 pm

· #388347
הרהגה"צ ר' קלמן יעגער שליט"א זאלל נאר נישט טון אזוי ווי זיין פארגענגער, דער אנדערער גאון וצדיק ומחבר ספרים האט געטון. ויהי אחרי מות. נאכדעים וואס ער האט פארלוירן די עלעקשאנס האט ער געטענה'ט אז מ'האט אועקגעגנב'עט זין לעפטאפ. ממילא, קומט דאך אויס אז מ'מוז נישט באצאלן פאר די פאלשע ארבעטער וועלכע האבן ממילא נישט פארדינט קיין שכר. ס'זענען עניוועי געווען א פאר בחורים וואס מ'האט נישט געהאט אנגענימען אין ישיבות.

וועט דער גאון וצדיק דנן טענה'ן אז ער איז געווען ביי זיין שווער אין לעיקוואוד פאר שבת. און זיין לעפטאפ איז פארלוירן געווארן ערגעץ אין בעיסמענט פון בית מדרש גבוה. צווישן די קאוט רעק און די בית הכסא'ס. אדער לעבן די מקוה. אה...ס'נישט דא קיין מקוה אין במ"ג. אנטשולדיגט פאר''ן טעות א מקוה איז נאר דא ביי די האסידים...!

קומט איינער א מחוצף און אפיקורס און זאגט אז ר' קלמן יעגער שליט"א האט נישט קיין שווער אין לעיקוואוד. ער וועיסט אפילו נישט וויאזוי לעיקוואוד זעהט אויס. און די לעצטע מאל וואס ער איז געווען אין א שול איז געווען אין א קאנסערוואטיוו טעמפל אין מאנהעטן. און וואס א מקוה איז האט ער געזעהן אויף א קליפ ווי א חב"ד 'סקער אידענע איז מסביר פאר אופרא ווינפריה דעם גאנצן ענין...!

אבער יוני הייקינד איז דער שייגעץ און ציוני (בן ציוני) וואס מ'וואלט נישט אנגענימען אין הצלה, שומרים אדער חברים.

יעצט וועט ר' קלמן שליט"א זיין געצוואונגען צוריקצוגיין אין כולל און לעבן פון דעם תמיכה געלט וואס ער באקומט א יעדן חודש...!

נ.ב.:התנצלות והבהרה: איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט קיין איינעם פן די קאנדידאטן. מצדי זאללן זיי ביידע געווינען. און מאכן א ראטאציע. אזוי ווי די חברי כנסת המינים אין די מדינה הטמאה. (עפ"ל). דאס איז נאר געווען א פראוו צו געבן א שטיקל שילדערונג ווי מ'פארדרייט די אישוס. מ'וויל פארקויפן פאר'ן עולם לאקשן. כ'האב מורא אז אויב מ'וועט האלטן ביים אויסוועהלן א מגיד שיעור אדער משגיח אין א ישיבה וועט מען נישט וועהלן פאר קיין איינעם פון די קאנדידאטן. איז ביי מיר חשוב'ער דער קאנדידאט וועלכער איז נישט קיין צבוע און שטעלט זיך נישט אהער ווי דער גרויסער גאון וצדיק וואס ער איז נישט. און נאכדערצו באשמוצן דעם צד שכנגד...!

קורקלענד » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 3:59 pm

· #388348
ליפא
http://www.easypolls.net/poll.html?p=59fa05b4e4b04d6fbe2d16f1

וואונדערבאר!!! טישלער וועט מעגליך אנציען מער שטומען ווי יעגער!

אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 12:15 am

· #388359
די וואס זענען העכסט אינטערעסאנטער ווי טראמפ מיט היללארי. עס איז אויך מער נוגע, מען רעדט געלט, איי געלט, און גאר אסאך געלט.

גרויסע מענטשעלע » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 1:29 am

· #388371
Re: סיטי קאנסול פארמעסט צווישן קלמן יעגער און יוני הייקינד
חרפה ובושה ווי ווייט דער וועלט האט זיך דערקייטעלט אזא טשיפ קאמפיין..

כלבאשבוע » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 2:55 am

· #388375
דער גרינפעלד איז מקיים רצחת וגם ירשת, לא די ער האט גע׳גזלט דעם דעמאקראטישן טיקעט פירט ער א געפערליכער פערזענליכער שמוציגע קאמפיין קעגן הייקינד

עפעס זאגט עס אויפן מענטש

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 1:07 pm

· #388390
איך האב אזא מאדנע שאלה, ביידע קאנדידאטן זענען מסכים אז ב"פ איז פול מיט פראבלעמען וואס מען דארף א לייזונג דערצו. אויב יעגער פאררופט זיך מיט זיין עקספיריענס פון יארן לאנג, איז דאך שווער, פארוואס האט ער נישט דעליווערט די אלע זאכן ביז היינט? פארוואס פארדינט ער א צווייטן שאנס בעפאר מען גיט יוני אן ערשטן?

מוזיק עקספערט » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 1:55 pm

· #388393
לויט הערשי טישלער איז ער ערווארטעט צו זיגן די פארמעסט נאכדעם וואס ער האט אפירגעקראצט א ליבערמאן אנקעטע וואס האט אויסגעפרעגט 5000 מענטשן פאר וועם זיי גייען שטימען און פאלגנד זענען זיינע נומערן:

פון 1900 אויסגעפרעגטע פרויען:
טישלער: 39 פראצענט
יעגער: 36 פראצענט
הייקינד:21 פראצענט
און 4 פראצענט זענען undecided

פון 3100 אויסגעפרעגטע מענער
טישלער: 37 פראצענט
יעגער: 33 פראצענט
הייקינד: 22 פראצענט
און 8 פראצענט זענען undecided

ונראה מה יהיו חלומותיו....

ליפא » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 1:57 pm

· #388394
וועלכע ליבערמאן

מוזיק עקספערט » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 2:02 pm

· #388396
ליפא
וועלכע ליבערמאן

איך מיין אז ער ווייסט אויך נישט...
בלאט: 1 2