☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11867

אשכול אן א טיטל #11867

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11867
בלאט: 1 2

diff » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 9:55 am

· #385063
וועניש די התנגדות וואלט ליטוואק אויך געפארן. סגנוג אז סדא וואס זאגען פארקערט
און דער וואודרידזשער רב האט אייניקלעך וואס גייען, און זיי קימערט זיך ווייניג מיט ׳וואס וואלט ער געהאלטען?׳

diff » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:45 am

· #385065
כותב אדמו"ר האמצעי דברים אלו שרעק"א הכחיש מכתב שיצא בשמו נגד החסידים. הרי שאין כאן רק שמיעה, רק מדובר כבר במכתב המועתק שצריכים לזייפה. דעת לנבון נקל שלדבר זה אינו מספיק בביטול כ"מסורות חסידיות" ו"כמובן". כל שכן שהמכתב משקף כמה פרטים של רעק"א הידועים לנו, ולא היו ידועים לחסידים ברוסיא. ויתירה מזו, אדמו"ר האמצעי מספר שנתן לרעק"א שני חלקים משו"ע הרב וגם ספר התניא, וראה במכתב חתנו של רעק"א רבי חיים שמואל בירנבוים בעל מעשה חשב, שכותב שזוכר שבין ספריו היה ספר התניא ואם שו"ע הרב ג"כ זאת לא יזכור. <a class="postlink" href="http://www.otzar.org/wotzar/Book.asp?549&BOOKS&page=73">http://www.otzar.org/wotzar/Book.asp?549&BOOKS&page=73</a> על כל פנים יש לנו אישור על שני פרטים, שלא היה מתנגד לבעל התניא והחזיק ספר החסידות שלו בביתו, וגם מסתבר שזאת קיבל מאדמו"ר האמצעי כנזכר באגרת הנ"ל.

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:52 am

· #385067
ליטוואק פון טשיינע זאג נאר חסידות איז שבתאואת? יא צו א טעות ענטפער נאר דאס !

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:53 pm

· #385084
לערן דער בריוו פון רעק"א, און דערצייל מיר זיין טעות.

אבער יעצט פארשטיי איך דיר שוין. וויבאלד די התנגדות צו ברסלב האט נישט קיין ווארט תוכן, קיינער האט נאך קיין ווארט נישט געברענגט פון פריערדיגע אויף דעם, דעריבער קען מען נישט זאגען אז ס׳איז א טעות. נאר ווען ס׳האט עפעס צו דער זאך קען מען עס אפפרעגען.
עט׳ץ זענען געוואלדיג! קאפויער!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:55 pm

· #385085
ימים ידברו טעג רעדן אבער קיין מוח רעדט נישט דא .............. אזויפיל וואנזיניגע שטותים אין איין שאס אן קיין ספעיס צווישן די ווערטער דארף מען קענען

קודם וואס הייסט יעדער האט איינגעזען אז די התנגדות צום בע"ש איז געווען א טעות ? פון ווי נעמסטו דעס

צווייטנס זינט ווען איז שוין די מחלוקה נישט חי וקים ? עס איז אפשר נישט אויף יענע עקסטרעימע פארמאט אז מ'זאל זיך זעצן שבעה ווען א מתנגד ווערט א חסיד אבער די התנגדות איז נאךגעהעריג דא דאס קען מען זעין ביי מצוה טאנץ ווען די מתנגדים לויפן ארויס און בכלל זיי לאכן פון אלע חסידישע זאכן פונקט ווי אמאל ווייל ס'איז עמטליך אפגעטיילט צווישן צווי עדהס אידן און ס'האט באקומען א נאמען חסידיש ליטוויש דערפאר איז די התנגדות אויס ?? וואס פארא שטותים איז דאס

לגבי ברעסלעב איז די זעלבע טשערנאבל איז געווען און איז היינט נגד די דעה פון ברסלב נו וואס טוט דאס עפעס באשטעטיגן

סאטמאר רב וואלט בלי ספק ניט געלאזט ווער האט דאס אפגעמאכט הרב מנשה פילאפף בעיסט דאס אויף אייגענע מיינונגען פון וואנעט ווייסט ער ?? מסתם איז עס געבויעט אויף די זעלבע עקלדיגע מיינונגען ווי דיר אז דארט גייט מען נאר זינדיגן חזירים

און בנוגע סקולענע רבי קודם כל איך גלייב נישט ער האט געזאגט פאר איינעם נישט צו פארן לויט ווי עס קוקט יעצט אויס וועלן זיינע גבאים אים נאך אהין שלעפן איין טאג......און אפילו אויב ער האט עס יא געזאגט ער איז עפעס דער מכריע הדור ? ער איז עפעס דער מכריע פאר חסידות ? ווער עס איז סרים למשמעתו זאל אים פאלגן אבער וואס איז די אפווענד אויף אנדערער איך פארשטיי עס אינגאנצן נישט

הגע בעצמך ביז האי יאר איז די גרעסטע ראי' קעגן דאס פארן געווען ר' יעקב מאיר אבער האי יאר ווען ער איז יא געפארן נעם איך ארויס פון טאש סקולען רבי א מין פארדרייטקייט דאס ?

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:02 pm

· #385086
אזוי ווי א ליטוואק פארשטייט נישט צו חסידות איז די זעלבע איינער וואס איז נאך קיינמאל געוועין אין אומאן קען דאס נישט פארשטיין, עס איז אזוי ווי א language barrier א ליטוואק פארשטייט נישט קיין טיש און קיין חסידיש ווארט עס איז עים אינגאנצן פרעמד, די זעלבע איז מיט די וואס האבן קיין שייכות מיט ברסלב עס איז נישט מעיגלעך במציאות פאר זיי צו פארשטיין וואס ברסלב מיינט און וואס אומן ראש השנה מיינט.
וזהו עס איז א שאד אלע טענות און הוכחות ווייל מען וועט זיך מילא נישט פארשטיין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:38 pm

· #385092
וואס איז דער נוסח ׳פארשטייט נישט׳? ניין, ער האלט אנדערש. אפשר פארשטייט דער ברסלבער נישט דער וויכטיגקייט פון בלייבען אין שטוב יו"ט?

לגבי די התנגדות איז עס פונקט פארקערט. די התנגדות צו ברסלב איז געבויט אויף גארנישט. וועסט מיר נישט טרעפען קיין סקווערער\בעלזער וכו׳ וואס קען זאגען אז דאס איז די התנגדות. נאר אז ׳מ׳האט נישט געהאלטען׳, נישט קענענדיג אויסזאגען פון וואס מ׳האט נישט געהאלטען. התנגדות צו חסידות איז נישט קטנות ווי מצוה טאנץ און טיש, אבער ס׳פעלט נישט קיין מענטשען וואס קענען איבערגעבען, נישט אייגענע השערות נוסח אליאך, נאר קראנטע יסודות כפי המקובל. דאס מיינט נישט מ׳דארף זיצען שבעה פאר א זון וואס גייט חסידיש, אבער א דעה איז עס. התנגדות צו ברסלב איז טאקע עפעס וואס זאל בעסער פארגעסען ווערען, גאר ווייל ס׳האט נישט קיין תוכן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:04 pm

· #385098
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דער נוסח ׳פארשטייט נישט׳? ניין, ער האלט אנדערש. אפשר פארשטייט דער ברסלבער נישט דער וויכטיגקייט פון בלייבען אין שטוב יו"ט?

זאג נאר אז א גדול לערנט אגאנצן טאג און האט נישט קיין צייט זיך אומציקוקן אויף זיינע קינדער עד כדי כך אז ער ווייסט אפילו נישט צו זיינע קינדער זענען אינדערהיים אדער אין שפיטאל און אני הקטן שבקטנים האלט אז דאס איז נישט תורהדיג און נישט מענטשליך און ער פארשטייט נישט די וויכטיג קייט און די מצוה פון חינוך בין איך זיין בר פלוגתא? אדער איך פארשטיי פשוט נישט וואס דאס מיינט ליגן אין לערנען??

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:32 pm

· #385099
גר ותושב
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דער נוסח ׳פארשטייט נישט׳? ניין, ער האלט אנדערש. אפשר פארשטייט דער ברסלבער נישט דער וויכטיגקייט פון בלייבען אין שטוב יו"ט?

זאג נאר אז א גדול לערנט אגאנצן טאג און האט נישט קיין צייט זיך אומציקוקן אויף זיינע קינדער עד כדי כך אז ער ווייסט אפילו נישט צו זיינע קינדער זענען אינדערהיים אדער אין שפיטאל און אני הקטן שבקטנים האלט אז דאס איז נישט תורהדיג און נישט מענטשליך און ער פארשטייט נישט די וויכטיג קייט און די מצוה פון חינוך בין איך זיין בר פלוגתא? אדער איך פארשטיי פשוט נישט וואס דאס מיינט ליגן אין לערנען??

דו ביסט דא נישט דער נושא. האסט אריינגעלייגט א פאר מינוט טראכטען צו פארשטייען זיין הנהגה? האסט געקלערט אין די גאנצע ארום און ארום? אדער סתם געשאסען א הרגש? ליין ווייניגער מעשה ביכער און בוי א אידישקייט אויף שכל און טראכטען.

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:33 pm

· #385101
די האסט אפילו פרובירט צו פארשטיין אנדערע? צו מיט דיין קרומע ליטפישע קאפ קוקסטו אלץ וואס איז אנדערש פון דיר קרום.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 8:52 pm

· #385108
איך ווייס אז ס'איז דיר שווער צו כאפען, אבער איך בין אויך נישט די נושא דא. בלייב מיט די נושא און לאז אפ אלע אנדערע

diff » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 7:28 am

· #385126
דער קשיא איז פ"וו יא פארן נישט פ"וו נישט. פ"וו רעכנט'מ זיך נישט מיט די התנגדות אזוי ווי מיט עם. צדיקים האבן געזאגט וואס ער זאגט. זאגט מען אויבן פארקעט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 9:39 am

· #385130
די נידון איז נישט ממש פארען, די נידון איז ר׳ נחמן בכלליות. די התנגדות איז בכלל נישט געבויט, זיין שיטה איז אין זיין ספרים. ביז ווילאנג קיין עמטליכע התנגדות, נישט מעשה׳לעך, באווייזט זיך נישט, בלייבט ער א רבי ווי אלע רבי׳ס.

לדעתי, די התנגדות צו ברסלב איז נישט אלץ ברסלב און ר׳ נחמן, נאר צוליעב דעם אז ברסלב פאדערט פערזענליכע עבודה מער ווי סיי וועלכע קרייז. אנדערע קענען אפשר רעדען דערפון, אבער למעשה איז דער פערזענליכע עבודה פון דער מענטש ווייניגער וויכטיג ווי זיין קרייז שייכות. דאס קענען זיי נישט דערליידען. ווען איינער האט נישט קיין אידישע חינוך, איז עס אפשר בעסער אז די קרייז האלט איהם אין די ראמען. אבער איינער וואס האט א אידישע חינוך, איז עס בעסער ווען ער ווייסט זיין פערזענליכע פליכטען און אז מ׳קען זיך נישט פארלאזען אויפ׳ן ציבור

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 9:43 am

· #385131

U nailed it!!!

גר ותושב » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 10:01 am

· #385133
📎 IMG-20170920-WA0007.jpg

אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 10:39 am

· #385135
ימים ידברו
ליטוואק פון טשיינע זאג נאר חסידות איז שבתאואת? יא צו א טעות ענטפער נאר דאס !

ווען די וואלסט געוויסט וואס איז שבתאות, און וואס איז חסידות, וואלסטו געוויסט אז דער אמת'ער אמת איז אז יא. תורת החסידות האט אין זיך חלקים פין שבתאות. דער שאלה איז
א. זענען די יסודות טאקע פין שבתאות.
ב. איז עס געכשר'ט געווארען דורך א כלי שני.
ג. אויב יא, איז וואס?

יעצט גיין ברעך דיר קאפ וואס גענוי איז דער תורת השבתאות און וואס איז תורת החסידות פין בעל שם טוב.

איך פארגין נישט צו מאכען ליטוואק מער גערעכט. אבער לדעתו פארמאגט תורת החסידות בכלל נישט קיין תורה, ממילא קען ער נישט האלטן אז חסידות מיט שבתאות גייען צוזאמען.

diff » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 12:27 pm

· #385142
אויב ווענט זיך עס אין זיך, קענמען אזוי פאלן ווי שטייגן. ומה הועילו חכמים בתקנתם
זייט ווען דארף חסידות א ספר. אויך דאכצעך ד התנגדות איז נישט אויף ליקוטי מוהר ן

ימים ידברו » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:07 pm

· #385143
איך בין יעצט אהנגעקומען אין אומאן איך זאג אייך עס איז פיל ערגער ווי כהאב געמיינט איך וועל ממשיך זיין נאך יום טוב א גיט גבענטשט יאר

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:33 pm

· #385145
ימים ידברו
איך בין יעצט אהנגעקומען אין אומאן איך זאג אייך עס איז פיל ערגער ווי כהאב געמיינט איך וועל ממשיך זיין נאך יום טוב א גיט גבענטשט יאר

אינגערמאן אויב סאמת וואס די שרייבסט האסטו שוין מחלל יו״ט געוועהן.

שוין העמיר דארפן זיכען א זכות אויף דיר !

ימים ידברו » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:27 pm

· #385189
חס ושלום נישט מחלל יו"ט געווען איינער האט עס געפאסט שפעטער

גרויסע מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:10 pm

· #385194
ימים ידברו
חס ושלום נישט מחלל יו"ט געווען איינער האט עס געפאסט שפעטער

זייער א שוואכע תירוץ.

אין די אשכול האסטו שוין נישט וואס אריין צו רעדן.

ואתכם הסליחה !!

ימים ידברו » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:12 pm

· #385196
אה גרויסע מענטשלע די ביסט דער מכבד אדער מעכב?

גרויסע מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:13 pm

· #385209
ימים ידברו
אה גרויסע מענטשלע די ביסט דער מכבד אדער מעכב?

פאר איינער וואס איז דא מיט אן אנגענדע צו רעדן לגיונות בין איך א מעכב

גר ותושב » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:17 pm

· #385335
C/P
הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שכטר מגדולי מנהיגי חסידות ברסלב ששהה באומן לאחר שלושים שנה שהה במתחם קריה נאמנה שלח קהילת 'קרן אור' שבנשיאותו – העלייה ביום הראשון נמכרה ב 72 אלף דולר, העלייה ביום שני נמכרה בסכום עתק של 300 אלף דולר תרומה לבניית בית המדרש קבע לקהילה באומן והערב תיערך הנחת אבן הפינה. בית המדרש יכלול בית מדרש אולמות ומקווה לטובת האלפים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:22 pm

· #385411
א רחמנות! מ'האט דאך געקענט עפעס אויפטוהן מיט די געלטער. חתונה מאכען יתומים, בויען בתי מדרשים ווי ס'פעלט אויס ועוד.

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:05 pm

· #385441
די געלט איז צו בויען א נייע בית מדרש אין אומאן.

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:22 pm

· #385445
נישט געענטפערט

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:37 pm

· #385448
גר ותושב
תרומה לבניית בית המדרש קבע לקהילה באומן והערב תיערך הנחת אבן הפינה. בית המדרש יכלול בית מדרש אולמות ומקווה לטובת האלפים.

ליטוואק פון בודאפעסט
א רחמנות! מ'האט דאך געקענט עפעס אויפטוהן מיט די געלטער. חתונה מאכען יתומים, בויען בתי מדרשים ווי ס'פעלט אויס ועוד.

גר ותושב
די געלט איז צו בויען א נייע בית מדרש אין אומאן.

אבער דער בחור כאפט נישט. ער שרייבט:
diff
נישט געענטפערט

קענסט מסביר זיין פארוואס נישט?

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:41 pm

· #385449
ליטוואק פון בודאפעסט
א רחמנות! מ'האט דאך געקענט עפעס אויפטוהן מיט די געלטער. חתונה מאכען יתומים, בויען בתי מדרשים ווי ס'פעלט אויס ועוד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:47 pm

· #385451
ווען אידען וואוינען אין א שטאט, דארפען זיי א ביהמ"ד. וויבאלד מ׳וואוינט נישט אין אומאן, פעלט די גאנצע זאך נישט אויס.

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:11 pm

· #385468
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען אידען וואוינען אין א שטאט, דארפען זיי א ביהמ"ד. וויבאלד מ'וואוינט נישט אין אומאן, פעלט די גאנצע זאך נישט אויס.

איך האב נייעס פאר אייך, עס איז דא א קהלה מיט א מוסדות אין אומאן א גאנץ יאר.

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:15 pm

· #385481
Ukraine: Photos, Hagaon Rabbi Yakov Meir Shechter mispallel at Mekomos Hakedoshim <a class="postlink" href="https://t.co/U6nvIOtZmB">https://t.co/U6nvIOtZmB</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:56 pm

· #385488
גר ותושב
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען אידען וואוינען אין א שטאט, דארפען זיי א ביהמ"ד. וויבאלד מ'וואוינט נישט אין אומאן, פעלט די גאנצע זאך נישט אויס.

איך האב נייעס פאר אייך, עס איז דא א קהלה מיט א מוסדות אין אומאן א גאנץ יאר.
דו לעבסט אין שקר!
דו ווייסט אז וואס דו זאגסט איז סתם געדרייט א קאפ! נאר פאר׳ן פארטיי האסטו געמעגט!

דער קהלה דארט האט גענוג און נאך פלעצער צו דאווענען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:02 pm

· #385489
ליטוואק פון בודאפעסט
גר ותושב
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען אידען וואוינען אין א שטאט, דארפען זיי א ביהמ"ד. וויבאלד מ'וואוינט נישט אין אומאן, פעלט די גאנצע זאך נישט אויס.

איך האב נייעס פאר אייך, עס איז דא א קהלה מיט א מוסדות אין אומאן א גאנץ יאר.
דו לעבסט אין שקר!
דו ווייסט אז וואס דו זאגסט איז סתם געדרייט א קאפ! נאר פאר׳ן פארטיי האסטו געמעגט!

דער קהלה דארט האט גענוג און נאך פלעצער צו דאווענען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האב זיך באצויגן צו די ווערטער

ליטוואק פון בודאפעסט
ווען אידען וואוינען אין א שטאט, דארפען זיי א ביהמ"ד. וויבאלד מ׳וואוינט נישט אין אומאן, פעלט די גאנצע זאך נישט אויס.

איר זאגט אז מען וואונט נישט זאג איך אייך אז מען וואוינט יא איך האב נישט גערעדט צו מען האט יא אדער נישט גענוג פלאץ צו דאווענען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:07 pm

· #385490
דאס איז ביי מיר געבאדען אין שקר. דו ווייסט אז ס׳איז בכלל נישט נייטיג, און די דריי הונדרעט טויזענט דאללאר איז ארויסגעווארפענע געלט, נאר אבי מ׳זאל זיך צודרייט מכאן וועגען די לאקאלע ׳קהלה׳ דארט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:44 pm

· #385499
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז ביי מיר געבאדען אין שקר. דו ווייסט אז ס׳איז בכלל נישט נייטיג, און די דריי הונדרעט טויזענט דאללאר איז ארויסגעווארפענע געלט, נאר אבי מ׳זאל זיך צודרייט מכאן וועגען די לאקאלע ׳קהלה׳ דארט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די זייגסט אויף טויזנט די האסט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין קהלה האב איך געזאגט אז יא חלס גמרנו איך האב נישט געזאגט אז ער גייט עס בויען פאר די פרענקישע קהלה די בית מדרש וואס ער גייט בויען איז פאר זיין אייגענע קהלה פאר ראש השנה שבת חנוכה ראש חודש ניסן און שבועות עס האט נישט קיין שייכות איינס מיטן צווייטען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:59 pm

· #385504
דו האסט נישט געזאגט?! האסט דאך יא געזאגט! האסט גע׳ענטפערט די טענה מיט די שקר.
דו ביסט די בזיון פאר ברסלב. דו ברענגסט די פארטיי שקר פאר זיי אויך. מיט וואס ביסטו יעצט בעסער ווי סקווער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:45 pm

· #385521
ליטוואק פון בודאפעסט
דו האסט נישט געזאגט?! האסט דאך יא געזאגט! האסט גע׳ענטפערט די טענה מיט די שקר.
דו ביסט די בזיון פאר ברסלב. דו ברענגסט די פארטיי שקר פאר זיי אויך. מיט וואס ביסטו יעצט בעסער ווי סקווער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הרב ליטוואק פון אונגארן איר פארשטייט נישט וועל איך מסביר זיין צום דריטן מאל איר האט געזאגט אז אין אומאן וואוינט מען נישט האב איך אייך פארציילט א נייעס אז מען מוואוינט יא דארט איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז מען גייט אבער בויען פאר די דארטיגע קהילה די שוהל און אויב איר האט נאך אלס נישט פארשטאנען ווארט אפאר וואכן אפשר וועט איר דעמאלט פארשטיין.

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:48 pm

· #385522
איים סארי איך זעי יעצט אז די קאפי פעיסט וואס איך האב דא גערעינגט נעכטן זאגט יא אז עס וועט זיין פאר די קהילה אין אומאן אבער עס איז נישט ריכטיג די בית מדרש גייט זיין פאר קריה נאמנה פאר די זמני הקיבוץ ווי אויבן דערמאנט.

סקרן » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:04 pm

· #411979
נאכאמאל?

גר ותושב » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:41 pm

· #411994
סקרן
נאכאמאל?

עס הייסט אז יא
בלאט: 1 2