פליקעראיך בין נישט קיין וועטער חברה מאן, אבער וואס שטערט מיך אז קיינער רעדט נישט פונעם פאלגענדען פאקט. אז דערמיט וואס דער האריקען האט זיך א שליידער געטון לינקט צי די וועסט זייט פונעם פעניסעלע האט זיך די שאדן פארמינערט מיט כאטש 50 פערצענט, ווייל די לינקע זייט פונעם שטורם וואס וואלט געברויכט מקלען לאנד, וועט נאר זיין איבער וואסער, נישט אזוי?
וואס איך ציטער אביסל איז אבער אז היות די בולזיי איז איבער וואסעכ וועט זיך עס שטארקן און ווען עס וועט סוף כל סוף ארויס גיין איבער לאנד וועט עס זיין גאר שטארק איבער אטלאנטע, ווייל איבער ווארעם וואסער ווערט אירמא שטארק.
גיי ווייס, מה דאך אלע גלאנציגע קעפ קענען נישט אויסרעכענען וואס און ווי ס'וועט זיין, עאכ''ו איך וועל זיכער נישט
איך בין אויך נישט קיין וועטער מאן, איך ליין אבער אסאך פון אנדערע...
דיין ערשטער פונקט איז וואויל גערעכט, עס גייט טאקע שאטן ווייניגער יבשה צוליב דעם, אבער נישט קיין פופציג פראצענט, וויבאלד 30 פראצענט דיזעסטער וואלט ממילא געבליבן אויפן וואסער ארום פלארידע.
דאס וואס דו ציטערסט האסטו נישט וואס מורא צו האבן. ווילאנג דער צענטערפונקט - די 'אויג' איז נישט אויפן וואסער, גייט עס נישט ארויפפארן מער. ווי עס קוקט יעצט אויס גייט די אויג גרייכן די בארטענעס פון פלארידע מארגן פארמיטאג און פון דארט גייט עס בארג אראפ, עס קען זיך אבער נאך טוישן און נישט אנקומען צום יבשה מארגן אבער דאן באטרעפן אטלאנטא - אדער סיי וועמען - פיל מעכטיגער.