☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א חתן'ס ספיקות

א חתן'ס ספיקות

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11852
בלאט: 1 2

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:26 am

· #384722
דע היינטיגע סיסטעם איז ווי קורח'ס אלמנה. קום האסטו עפעס ביזדו יעדען שולדיג. האסט א קינד בוי אונז מוסדות זאלן וכו

בהצלחה » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:52 am

· #384726
diff
די היינטיגע ווייבער און קינדער זענען געספוילט. אזא געבן ברענגט ניש הנאה You feel a fool

אויב דיין געבן איז פשוט ווייל די ווילסט אז דיין ווייב זאל דיך מחשיב זיין, האסטו נאר גענימען און בכלל ניש געגבן


מתוך שלא לשמה בא לשמה!

עס שאדט נישט בפרט ביי חסד טהון פאר א צווייטען, הנותן צדקה בשביל שיחיה בני ה"ז צדיק גמור.

יעדער איינער האט אינטרעסען, אבער נישט אלמאל,

אסאך מאל מאכט זיך א גוטע מינוט וואס מען טהוט אין קיין חשבונות, נישט קיין פראבלעם אויב מערסעטנ'ס האט מען אינטרעסטס

אזוי איז די וועלט געבויט!

עס ארבייט גאנץ פיין, לפחות ביי די יודען, זוכער!

מיר'ער בחור » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:02 pm

· #384743
הקטן

געבן פאנגט זיך אן אסאך פאר א משפחה מיט קינדער.
יא, אבער איך מיין אז ס'איז דא א שטיקל חילוק פון געבן פאר א ווייב אין געבן פאר די אייגענע קינדער, ווען בשעת וואס געבן פאר א ווייב מיינט אין רוב פעלער אז מ'געבט פאר א צווייטן, איז לגבי געבן פאר די קינדער לכאורה מער א בחינה פון געבן פאר זיך אליינס, אין דאס איז לפענ"ד די עיקר הנאה פון משפיע זיין בכלל.

דער דאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:27 pm

· #384750
אין רוב פעלער איז געבן און געבן פאר א ווייב אן אינוועסטמענט, וואס צאלט זיך אויס מיט זיכערע רווחים, וואס מיינט בעצם געבן פאר זיך אליינס..

בהצלחה » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:25 pm

· #384756
דער דאס
אין רוב פעלער איז געבן און געבן פאר א ווייב אן אינוועסטמענט, וואס צאלט זיך אויס מיט זיכערע רווחים, וואס מיינט בעצם געבן פאר זיך אליינס..


גיט ארוס געבערנגט די פאונט!

diff » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 8:48 pm

· #384836
אברעימל
די טעם פארוואס מען האט חתונה איז ווייל דער באשעפער וואס האט באשאפן דעם מענטש און פארשטייט אים דאס בעסטע, זאגט אז לא טוב היות האדם לבדו, ס׳איז נישט גוט פאר א מענטש צי זיין אליין, דעריבער אעשה לו עזר כנגדו אז ער זאל האבן מיט וועם צי וואוינען.

אדה"ר האט עס געלייקענט מערער מאל. דע פירסט לעידי האט געהארגעט איר מאן

בהצלחה » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:32 am

· #384862
diff
אברעימל
אדה"ר האט עס געלייקענט מערער מאל. דע פירסט לעידי האט געהארגעט איר מאן



חוה האט אויך געהארגעט איר מאן, וועגען איר איז אדם הראשון געשטארבען, די מדרש זאגט אז זי האט נישט געוואלט אז עהר זאל בלייבען לעבען אין נאר זי זאל שטארבען, האט זי געמאכט זיכער אז זי גייט אויך מיט איהר אין קבר

diff » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:15 am

· #384865
<a class="postlink" href="http://folkmasa.org/b/mi_sipurp.php?mishtane=100">http://folkmasa.org/b/mi_sipurp.php?mishtane=100</a>

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:33 pm

· #384887
מיר'ער בחור
הקטן

געבן פאנגט זיך אן אסאך פאר א משפחה מיט קינדער.
יא, אבער איך מיין אז ס'איז דא א שטיקל חילוק פון געבן פאר א ווייב אין געבן פאר די אייגענע קינדער, ווען בשעת וואס געבן פאר א ווייב מיינט אין רוב פעלער אז מ'געבט פאר א צווייטן, איז לגבי געבן פאר די קינדער לכאורה מער א בחינה פון געבן פאר זיך אליינס, אין דאס איז לפענ"ד די עיקר הנאה פון משפיע זיין בכלל.

וואו לאנג דו פילסט ווען די געסט פאר דיין ווייב אז דו געסט פאר א צווייטען, האסטו נאך נישט חתונה געהאט.
איין וועג פין דאס דערהערן איז: חתונה האבן מיינט אויסברייטן דער "זיך", דאס איז דער קאנסעפט פין פלג גופא. והיו לבשר אחד

דאס איז נישט עפעס עבסטרעגט מישוגים. דאס איז פראקטיש גוט חתונה געהאט.
ליב האבן איז נישט עפעס וואס מען פאלט אריין אין עס
ליב האבן איז ארבעט, זיסע ארבעט


און געבן איז נישט ווייל ס'איז א גיטער אינוועסמענט (איך זאג נישט אז ס'לוינט נישט)

בהצלחה » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:39 pm

· #384888
אזוי שיין געזאגט! יעדער'ס ווארט א דיאמנט! יישר כוח

מיש-נייעס » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:38 pm

· #384891
איך האלט אז די גייסט גארנישט קלוגער ווערן פון פרעגן דא אויף קאווע שטיבל

און אפילו א מחנך און א עקספערט וועטדיר אויך נישט קענען קלאר מאכן

ביי יעדעם שטעלט זיך אנדערש אויס דאס בילד

ביי וועם עס ארבעט זיך אויס, און ווער עס האט גוטע הדרכה (אן פרומקייט פערדישקייט) איז איהם חתונה האבן א שטיקל נחמה אויפן בעל כרחך אתה חי

ביי וועם נישט איז עס א נחמה אויפן בעל כרחך אתה מת...

דו וועסט עס אליין זעהן נאך א שטיק צייט, פון שרייבערליך און הסברימ'ליך וועסטו נישט כאפן דעם ענין

ווייל חוץ די מצוה וואס שטייט אין די תורה
און חוץ דאס האבן קינדער
און חוץ די ענין ווי אזוי ר' אביגדור מילר לייגט עס אראפ אלס שלימות פון תיקון המידות
און חוץ דאס ענין פון ביאה (וואס איך האף אז דאס ציעט דיך יא, ווייל אויב נישט דארסטו הילף)

חוץ פון די אלע זאכן איז עס א נייע לעבן וואס די וועסט אליין פארשטיין ווען די וועסט כאפן צו ס'איז מצא אדער מוצא... נישט פון קיין שאלות און קשיות

הצלחה מרובה

diff » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:47 pm

· #384892
If she hates her parents and school. She may become one with u. Most today are already made. and with them to become one means a cancer in one body.

diff » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:00 pm

· #384893
.

diff » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 4:03 pm

· #384896
סלוינט נישט חתונה האבן מיט א פרוי נאר פאר ביאה. די אנדערע דריי איז דער חתן נישט אינטערסירט

מיר'ער בחור » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 4:40 pm

· #387103
first of all, א פערזענדליכ'ער יישר כח to each and every one וואס האט אראפגענומען פון זייער צייט, אין קאפ, אין מיך געטרייט צו העלפן/ענטפער'ן כפי השגת ידיהם.

והשנית, טוה איך נאכאמאל אפעליר'ן צום ציבור חכמים ונבונים וואס זענען משיג די עניינים, אז זיי זאלן פראבירען צוצולייגן from their point of view די בליק זייערע אויפ'ן נושא אדער אפילו א touch אהין א נקודה אהער... אין איכ'על מערצעשעם אויך צולייגן צו די שמועס לפי קט השגתי.

מיין issue אין קורצן איז בערך אזוי. (אויב ס'שייך, פאר איר ענטפערט, please כאפט א בליק אין לייען דורך מיינע תגובות ביז אהער אין דעם אשכול) איך בין א חתן פאר'ן חתונה, אין ס'עגבערט מיר אין איך פראביר צו פארשטיין, די סיבה פארוואס א מענטש זאל בידיים זיך אריינלייגן אין אזא האקעלע מצב פון marriage, [פארשטייט זיך אליינס, אז איך שמועס לגבי אלע אנדערע עניינים וואס א משותף'דיגער לעבן ברענגט, חוץ פון די עניין וואס פארדעם איז א פילגש פונקט גענוג] סיידן אויב ער ווייסט די סיבה וואס ליגט אונטער זיין רצון דערצו, וואס דאס איז נישט מיין case, אין וואס א טאג נענטער ס'ווערט צום יום החופה, קען איך מיר נישט ארויסזעהן פונעם דילעמע.

קאוריג » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 5:47 pm

· #387113
מיר'ער

צו מיר זעהט אויס אז די ברויכסט וויכטיג כאפן א שמועס מיט דיין כלה

פארוואס זאג איך דאס?

די טבע פון די בריאה איז אז א חתן כלה פאלן אין ליבע, די געפילן נעמען איבער דעם שכל, זיי געפונען א חן איינער אינעם צווייטנס אויגן און מ'וויל פשוט זיין צוזאמען, די אלע ארומיגע חיובים, פרעשור'ס און לייעביליטי'ס קומען נאך מיט די צייט, און ביז דעמאלטס איז די קשר פון איינעם צו צווייטן גענוג שטארק אז ס'וועגט איבער די שוועריקייטן (שטייצעך אז מיט די צייט קען אויספעהלן צו ארבעטן אויף די קשר, צו אימפראווען די מערידזש, אבער ס'איז געבויעט אויף א יסוד פון ליבע)

ביי דיין פאל, אויב דיר עגבערט די קשיות, איז עס א פשוטע צייגעניש אז דו ביזט נישט עקסיידעד צו זיין מיט איר, פיהלסט נישט קיין חשק צו ארויסגיין פון דיינע עלטערנס און זיין מיט דיין באשערטע אין א אייגן ווינקל, צו פארמירן א חברותא'שאפט וואס וועט זיין שטערקער פון יעדע חברותא וואס דו האסט ביזט יעצט געהאט, פון דיין קשיא זעהט אויס איינס פון די צוויי 1) אדער האסטו גאר ווייניג קשר געהאט מיט איר צווישן בעשוי/ווארט/תנאים, קוים וואס די ווייסט ווער די פערזאן מיט וועם דו גייסט חתונה האבן איז 2)אדער אז דו ווייסט יא ווער זי איז, און דו האלטסט נישט ביים אויסשטעלן דיין לעבן די זעלבע וועג ווי איר....

אויב די סיבה איז נומער איינס, ווען איך בין ווען דיין חתן רבי וואלט איך געראטן זאלסט זיך טרעפן מיט דיין כלה, און דורכשמועסן מיט איר, און זיך אביסל באקענען

אויב די סיבה איז נומער צוויי, זיי מוחל און זיי אפען מיט דיינע עלטערן, און זאג זיי אז דאס איז נישט וואס דו האסט געוואלט

מיר'ער בחור » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 11:18 pm

· #387155
wow, דו האסט אנגעכאפט דער עניין ביים קארג, פלעין אין פשוט, עברי מיט טייטש, "love", דאס איז עס, אין התינח אין א געזונטע נארמאלע סאסייעטי, משא"כ אין אונזער איין און צוואנציג'סטער יאר הונדערט חאריידיזם סאסייעטי, מוז מען עס א נאמען געבן לא טוב היות.. וכל שום וחניכא דאית לי'.
ועכשיו אז אונז האלטן מיר שוין דא לאמיר אביסעלע פארשטיין וואס מיינט דאס די צויבער ווארט love.
לענ"ד פאסט דא די ווארט וואס מ'זאגט נאך פונעם קאצק'ער אז ס'נישט פשט אז יענער האט ליב פיש נאר ער האט זיך ליב במילא עסט ער פיש ... וק"ל.
חוץ אויב מ'רעדט פון unconditional love-אהבה שאינה תלויה בדבר וואס דאס אליינס דארף א הסבר פונקטליך וואס ס'מיינט.
אדער גאר האט דאס נאר מיט רגש/געפיל/הארץ אין נישט מיט קיין down to earth הסברים בכלל.

cictim » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:30 am

· #387159
די אייבערשטער האט באשאפען א בריאה וואס רופט זיך "אהבה", למשל ווען איינעם געפעלט א געוויסער ספארטס שפילער, אדער להבדיל א רבי, און ער האט אויפגעבויט זיין "אהבה" צו דער מענטש, וועט עם גארנישט אפהאלטן פון דעם נישט קיין טענות און נישט קיין עוונות, דאס איז א געזונטע טבע וואס דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אינעם מענטש, וואס ווילאנג דער מענטש האט נאכנישט אויפגעבויט די געפיל דערפון, ווייסט ער טאקע נישט וואס עס פעלט עם, אבער איינמאל ער האט דאס, פארשטייט ער נישט ווי מ'קען לעבן אן דעם, וואס אויף דעם זאגט די פסוק "לא טוב היות האדם לבדו", על פי חסידות פארשטייט מען אז, כל מה שברא הקב"ה בעליונים האט ער געמכט כדוגמתו בתחתונים, אין די תכלית פון אהבה איז אנצוקומען לאהבה אותו ולדבקו בו, אבער אודאי דארף מען זיך לאזן פון די מענטשליכע געפיל פון פאלן אין ליבע, און נישט חקר'נען אויב עס איז תלוי' בדבר אדער נישט, און אז די וועסט עס נוצען ריכטיג וועט דיר קיין שום שוועריקייט נישט אפהאלטן פון די אהבה.

וואלווי » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:33 am

· #387162
קאוריג
מיר'ער

צו מיר זעהט אויס אז די ברויכסט וויכטיג כאפן א שמועס מיט דיין כלה

פארוואס זאג איך דאס?

די טבע פון די בריאה איז אז א חתן כלה פאלן אין ליבע, די געפילן נעמען איבער דעם שכל, זיי געפונען א חן איינער אינעם צווייטנס אויגן און מ'וויל פשוט זיין צוזאמען, די אלע ארומיגע חיובים, פרעשור'ס און לייעביליטי'ס קומען נאך מיט די צייט, און ביז דעמאלטס איז די קשר פון איינעם צו צווייטן גענוג שטארק אז ס'וועגט איבער די שוועריקייטן (שטייצעך אז מיט די צייט קען אויספעהלן צו ארבעטן אויף די קשר, צו אימפראווען די מערידזש, אבער ס'איז געבויעט אויף א יסוד פון ליבע)

ביי דיין פאל, אויב דיר עגבערט די קשיות, איז עס א פשוטע צייגעניש אז דו ביזט נישט עקסיידעד צו זיין מיט איר, פיהלסט נישט קיין חשק צו ארויסגיין פון דיינע עלטערנס און זיין מיט דיין באשערטע אין א אייגן ווינקל, צו פארמירן א חברותא'שאפט וואס וועט זיין שטערקער פון יעדע חברותא וואס דו האסט ביזט יעצט געהאט, פון דיין קשיא זעהט אויס איינס פון די צוויי 1) אדער האסטו גאר ווייניג קשר געהאט מיט איר צווישן בעשוי/ווארט/תנאים, קוים וואס די ווייסט ווער די פערזאן מיט וועם דו גייסט חתונה האבן איז 2)אדער אז דו ווייסט יא ווער זי איז, און דו האלטסט נישט ביים אויסשטעלן דיין לעבן די זעלבע וועג ווי איר....

אויב די סיבה איז נומער איינס, ווען איך בין ווען דיין חתן רבי וואלט איך געראטן זאלסט זיך טרעפן מיט דיין כלה, און דורכשמועסן מיט איר, און זיך אביסל באקענען

אויב די סיבה איז נומער צוויי, זיי מוחל און זיי אפען מיט דיינע עלטערן, און זאג זיי אז דאס איז נישט וואס דו האסט געוואלט


קאוריג, די שרייבסט זייער גוט און ריכטיג. איך וואלט עס נאר עדזשאסטעד אביסעל בנוגע דעס וואס די הייבסט אן אז ס'זעט אויס אז ער דארף וויכטיג כאפן א שמועס מיט זיין כלה.

די שיינע הנחה איז נאר "אויב" די סיבה איז נומער 1.יעצט, אפילו דעמאלטס וואלט איך נישט געלייגט גרויס האפענונג אויף דעם, הגם, ס'איז גאנץ א נער'ישער איינפיראכטס במקומותנו אז מ'קען בכלל נישט די כלה, דאך ווי איך פארשטיי פון לייענען די תגובות איז עס מער נוטה צו נומער 2 אז עפעס ערנסט שטערט עם, אבער לאו דוקא נומער 2 אז ער ווייס ווער זי איז און זי איז דאס וואס שטערט עם, קען גאר זיין ס'איז עפעס אנדערש, ס'איז מן הסתם אסאך מער ווי סתם ער קען נישט די כלה.

איך וויל נישט סאונדען פעסעמיסטיש אבער ס'איז היבש אן עגבערניש אין זיין שטימע וואס איז מער ווי די נארם.

מער א פראפשעינעל אדער עכט קלוגע העלפ וואלט געווען די סאלאושען פשוט צו דערגיין וואס גריבעלט דא. ס'מוז נישט זיין אז ס'דא א פראבלעם און מ'קען חתונה האבן און האבן א זיס לעבן, אבער עפעס איז דא אונטערען אויבערפלאך און ס'איז אסאך בעסער פשוט צו וויסען וואס דאס איז ווייל מיט אווערנעס קען מען אסאך פארשטיין און אויפטוהן ווי איידער דאס צו לאזען באגראבען.

די אלע טעמים פארוואס מ'האט חתונה? ענפערט איינער בעסער פונ'ם צווייטען. שטילט עס אפ דעם גריבעלען? זעט נישט אויס.

וואלווי » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:43 am

· #387164
מיר'ער בחור
wow, דו האסט אנגעכאפט דער עניין ביים קארג, פלעין אין פשוט, עברי מיט טייטש, "love", דאס איז עס, אין התינח אין א געזונטע נארמאלע סאסייעטי, משא"כ אין אונזער איין און צוואנציג'סטער יאר הונדערט חאריידיזם סאסייעטי, מוז מען עס א נאמען געבן לא טוב היות.. וכל שום וחניכא דאית לי'.
ועכשיו אז אונז האלטן מיר שוין דא לאמיר אביסעלע פארשטיין וואס מיינט דאס די צויבער ווארט love.
לענ"ד פאסט דא די ווארט וואס מ'זאגט נאך פונעם קאצק'ער אז ס'נישט פשט אז יענער האט ליב פיש נאר ער האט זיך ליב במילא עסט ער פיש ... וק"ל.
חוץ אויב מ'רעדט פון unconditional love-אהבה שאינה תלויה בדבר וואס דאס אליינס דארף א הסבר פונקטליך וואס ס'מיינט.
אדער גאר האט דאס נאר מיט רגש/געפיל/הארץ אין נישט מיט קיין down to earth הסברים בכלל.


LOVE איז אן ענהענסדט פארעם פון פרענדשיפ וואס איז א טריט מער פון קאנעקשען וואס איז דער יסוד פון לאוו.

דער ווארט פונ'ם קאצקער אדער UNCONDITIONAL זענען מעזשערמענטס אדער גרעידס פון די סארט לאוו אבער נישט די דעפענישען דערפון.

רגש/געפיל/הארץ איז נישט מער ווי די TOOLS פון די מענטש צו קאנעקטען ווייל מען דארף נוצען מח און חושים אויך.

ואדרבה, LOVE איז זייער א DOWN TO EARTH זאך מיט אסאך טיפע הסברים.

מיר'ער בחור » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 7:36 am

· #387166
וואלווי

די שיינע הנחה איז נאר "אויב" די סיבה איז נומער 1.יעצט, אפילו דעמאלטס וואלט איך נישט געלייגט גרויס האפענונג אויף דעם, הגם, ס'איז גאנץ א נער'ישער איינפיראכטס במקומותנו אז מ'קען בכלל נישט די כלה, דאך ווי איך פארשטיי פון לייענען די תגובות איז עס מער נוטה צו נומער 2 אז עפעס ערנסט שטערט עם, אבער לאו דוקא נומער 2 אז ער ווייס ווער זי איז און זי איז דאס וואס שטערט עם, קען גאר זיין ס'איז עפעס אנדערש, ס'איז מן הסתם אסאך מער ווי סתם ער קען נישט די כלה.

איך וויל נישט סאונדען פעסעמיסטיש אבער ס'איז היבש אן עגבערניש אין זיין שטימע וואס איז מער ווי די נארם.

איך וועל טרייען צו מסביר זיין מיין אישו אביסל בעסער.
ס'איז definitely נומער איינס, וואס דאס מאכט עס פאר א שטיקל נומער צוויי פראבלעם, ווייל מיט א צוגאנג צום שידוך מיט א נומ. 1 לייגט איר אויפ'ן הנחה אז זי איז נישט מער ווי די טיפיקעל נארם, און איך האלט אז איך דארף עפעס מער פון דעם.

אבער מיין עיקר איבעיא איז געווען, אז כ'האב געוואלט פארשטיין די סיבה המכריע, וואס איז מושך דער מענטש צו אפלאזן זיין צורת החיים as it is אין אריינשטעלן דארט א שותף, אין אויף דעם איז די ריכטיגע תשובה, פשוט "LOVE" במלוא מובן המילה אן קיין איבריגע פירושים.
יעצט, געווענדליך ווי אזוי ס'גייט צו, איז אז קודם קומט די רצון און דאס פירט צו טוהן עפעס דערוועגן, משא"כ מיט אונזער "סיסטעם" דארף עס גיין פארקערט.

וואלווי » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:06 pm

· #387186
אויב די ווייסט ביי דיר אז דאס וואס ביסט אזוי חוקר ודורש קומט פשוט פון וועלען באקענען זיך מיט די נושא פון לאוו און וועלען באקענען זיך מיט דיין כלה פון די נאנט פשוט צו ריעליסטיש אז מ'האנדלט מיט א מענטש נישט מיט סתם א נאמען קען איך פארשטיין דיין שמועס מיט'ן הסבר אז ביסט מער א דורך געטראכטער מענטש און נישט אויבער פלעכליך.

יעצט, ווען די שרייבסט די פאלגענדע שורות:

מיר'ער בחור
אבער מיין עיקר איבעיא איז געווען, אז כ'האב געוואלט פארשטיין די סיבה המכריע, וואס איז מושך דער מענטש צו אפלאזן זיין צורת החיים as it is אין אריינשטעלן דארט א שותף, אין אויף דעם איז די ריכטיגע תשובה, פשוט "LOVE" במלוא מובן המילה אן קיין איבריגע פירושים.
יעצט, געווענדליך ווי אזוי ס'גייט צו, איז אז קודם קומט די רצון און דאס פירט צו טוהן עפעס דערוועגן, משא"כ מיט אונזער "סיסטעם" דארף עס גיין פארקערט.


אויב מיינסטו צו זאגען אז יעצט האסטו עס בעסער ארויס ווייל די פארשטייסט אז ס'דא אן ענין פון לאוו פשוטו כמשמעו דעמאלטס שטייסטו גאנץ גוט אפי' נאך בעסער ווי חתן דעלמא.

אבער מאך זיכער אז די שלאפסט נישט איין ביי די קשיא פון "וואס איז מושך דער מענטש צו אפלאזן זיין צורת החיים as it is אין אריינשטעלן דארט א שותף" ווייל אז א מענטש קען האבן עפעס א בעסערע זאך זאל ער דאס נישט האבן נאר ווייל יעצט איז אויך גוט? פארוואס זאל ער זיך נישט פארגינען נאך בעסער. עכ"פ זע אז די סיבה פון די קשיא איז נישט ווייל ס'באדערט דיר עפעס אדער די האסט מורא. מאך זיכער אז ס'איז פשוט ווייל די ווילסט ארויס האבן דאס לעבן, עפעס אזא בחינה פון די וויין מבינים וואס הייבן אויף די וויין באטל אויף אן ענגעל און רוקן די ברילן אין א זייט און קנייטשען איין די אויגען און דערנאך זאגען זיי פשיהא! דאס איז פיינע וויין. אבער נישט ווי די חברה וואס טוען די זעלבע זאך ווייל זיי ווילען זען צו עס איז דא א הכשר אדער אפשר איז דער בעל מכשיר א ציוני ר"ל...

אגב, ס'דא א מיסקאנסעפשען ביי אסאך אז מ'האט חתונה וועגען אויף שטעלען א יודישע שטוב און ציען לעכטיגע דורות. דעס איז אויך א טעם פאר חתונה האבן ווייל פרי' ורבי' איז אויך א מצוה. אבער מצות נישואין איז דוקא א חלק פון מצות קידושין וואס איז אומאפהענגיג פון פרי' ורבי' ווייל ס'איז א מצוה בפני עצמו און די יסוד דערפון איז אהבה בין איש לאשתו pure and simple.

מיר'ער בחור » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:54 pm

· #387192
וואלווי: באמת א ש'כח פון טיפן הארצן פאר'ן מיך העלפן אויסקלארן די עניין.

וואלווי

אגב, ס'דא א מיסקאנסעפשען ביי אסאך אז מ'האט חתונה וועגען אויף שטעלען א יודישע שטוב און ציען לעכטיגע דורות. דעס איז אויך א טעם פאר חתונה האבן ווייל פרי' ורבי' איז אויך א מצוה. אבער מצות נישואין איז דוקא א חלק פון מצות קידושין וואס איז אומאפהענגיג פון פרי' ורבי' ווייל ס'איז א מצוה בפני עצמו און די יסוד דערפון איז אהבה בין איש לאשתו pure and simple.
איך פארשטיי אז דו האסט גענוצט די לשון "מצוה" לגבי אהבה בין איש לאשתו, נאר אלס א metaphor בעלמא, אבער דו מיינסט נישט באמת די דקדוק הלשון, בין איך גערעכט?

וואלווי » זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:40 am

· #387215
[ציטאט אראפגענומען]


יא און ניין. איך האב אויך געשריבן אז חתונה איז א טעם פאר קיום העולם. קוק אין חינוך ביי מצות עשה פון ושמח את אשתו די רייכע לשון פון לעבן צוזאמען מיט א ווייב און האבן נאר אהבה צו איר און נישט א צווייטען וויייל די "ענד ריזאלט" איז טאקע צו קענען האבן קינדער.

אבער עונה איז קלאר מדינא א מצוה פאר זיך אפי' אז ס'איז א הכשר פאר א צווייטע מצוה. ס'איז נאר א מחלוקת צו עונה איז א לא תעשה פון לא תגרע אדער לכתחילה א מצוה, לויט'ן רמב"ם, און אזוי איז דער פשטות אז ס'נאר א לא תעשה, אבער אנדערע ראשונים האלטען אז ס'איז א מצוה לכתחילה.

עיין כאן לשונו הטהור בתשובות מחנה חיים ד"ה ונעל"ד:
📎 מחנה חיים.pdf

וואלווי » זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:03 am

· #387217
המבטל מצוות עונה עובר בלאו (רמב"ם אישות יד, ז, טו; שו"ע אה"ע עו, יא). אם אינו מתכוון לצערה אינו עובר בלאו (סהמ"צ לרמב"ם לאווין רסב, מבי"ט ג, קלא). אבל עובר על איסור דרבנן (מרן הרב קוק הובא בתחומין א' עמ' 9). ויש אומרים שגם כשאינו מתכוון לצערה עובר בלאו מהתורה (שו"ת מהר"ם אלשיך נ). כתבו רס"ג (מצווה עב); האשכול (כז, כ), שיש גם מצוות עשה לקיים העונה, וכן דעת רשב"א ואוהל מועד. והגר"י פערלא ביאר, שהוא על פי הפסוק הקודם (שמות כא, ט): "כְּמִשְׁפַּט הַבָּנוֹת יַעֲשֶׂה לָּהּ".

יש אומרים שבנוסף לכך, ממה שנאמר (דברים כד, ה): "וְשִׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ אֲשֶׁר לָקָח", למדנו שמצווה לאיש לשמח את אשתו במצוות עונה, ואמנם מצווה זו נאמרה לגבי שנה ראשונה, אולם למדנו מכך שמצווה על האיש לשמח את אשתו במצוות עונה בהיותו עימה, ומה שנאמר לחתן הוא, שבשנה הראשונה לא יצא לצבא ויבטל את מצוות עונה. כ"כ סמ"ק מצווה רפה, אוהל מועד (דרך יא, ב), וספר חרדים כ, ח. ורבנו חננאל (פסחים עב, ב) למד מצוות עשה של עונה ממה שנאמר אחר מתן תורה: "שׁוּבוּ לָכֶם לְאָהֳלֵיכֶם" (דברים ה, כז).

:LINK

ph.yhb.org.il/14-01-02

וואלווי » זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:12 am

· #387218
[ציטאט אראפגענומען]


לאמיר עס אויסגראדען. דער שואל מוטשעט זיך פארוואס פעלט אויס חתונה צו האבן. במשך די שמועס קומט ארויס אז די זאך וואס שטעלט עם די מערסטע צופרידען איז דער קשר בין איש לאשתו.

אלס א סייד נאוט נאך מיין תגובה לייג איך צו אז ווען מ'רעדט אין דער וועלט וועגען די מטרה פון חתונה ווערט אסאך אריין געדרייט דעם רצון ה' פון אויפשטעלען ערליכע יודישע דורות, און כדי דאס צו באווארענען און קענען זיין פאקעסד אויף מטרת נישואין שרייב איך אז קידושין און נישואין (וואס כשלעצמו האט טאקע נישט פרשה פאר זיך אין די תורה) נעמט אין זיך אריין מצוה עונה און ושמח וכו' וואס זענען די פיזישע עקספרעשען פין לאוו, ממילא פון דעם זעט מען אז לאוו איז דער תורה'דיגע כונה פון חתונה האבן להתיר לב השואל מספיקו.

און וועגען דעם ברענג איך אויך די צוויי מראה מקומות פונ'ם חינוך און מחנה חיים

יעקב מענטש » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 4:05 pm

· #387466
עי' במלבי"ם אויף יצירת חוה, ווי ער איז מבאר די חילוקים פון א מענטש צו א בהמה ווען ס'קומט צו א ווייב, ס'וועט היבש קלארער ווערן.

קאצקע ציקער » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2017 6:42 pm

· #390328
@מיר'ער בחור דא קענט איר הערן א שיעור פון הרב המחנך עוסק בעניני שלום בית הרב ר'דוד לעווי וואס ער רעדט פון דיין קשיא און נאך שמעו ותחי את נפשכם


<a class="postlink" href="http://www.kolhalashon.com/New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=2272-20150630-220548-">http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... 30-220548-</a>שיעור_לחתנים.mp3&ShiurNum=2
בלאט: 1 2