☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #11849

אשכול אן א טיטל #11849

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11849

— » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 7:56 pm

· #384041

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 8:18 pm

· #384045
הערט זיך שרעקליך. אבער וואס איז די אנדערע צד פון די מעשה? מען קען נישט פסק'נען אן הערן ביידע צדדים. שמוע בין אחיכם.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 8:19 pm

· #384046
איך האב גרויס מיטלייד!

פארוואס האסטו דיך דערשראקן ווען מען האט געסטראשט מיט באשמוצען ? באשמוץ !

צום לעצט אויב ווילסטו נישט כזאל דיר באשמוצען קום זאפארט אריין מיט דיר רב׳ס נאמען !!

סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 9:18 pm

· #384050
ר' יוד, איך האב שרעקליך מיטלייד מיט דיין חבר, אבער אויב אפעלירסטו פאר הילף ווי די קעפל פונעם אשכול לויטעט, דאן געב אהער דעם רב'ס נאמען און עס וועט זיין בע"ה א פרייליכע ענדע.

גראף » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 9:27 pm

· #384054
מען האלט אין איין קומען דא מיט רשעות'דיגע מעשיות אבער מען הערט כמעט קיינמאל נישט דער צווייטע צד. אויב איר דארפט פשוט א פלייצע זיך אויס צו וויינען, נאו פראבלעם, אבער אויב דו ווילסט אויפטוהן דעמאלס לאמיר הערן דער רב'ס צד און טאמער איז ער טאקע א באנדיט זאלסטו אויך ארויפלייגן זיין נאמען, וירא העם וישפוט.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 11:40 pm

· #384065
מאך זיכער: א יעדער גלייבט די מעשה וואס דו פארציילסט100%. אבער מ'קען דאך נישט זאגן אז אלע רבנים אדער די מערסטע פון זיי זענען אזוי שטארק פארדארבן און קארופטירט. איך לויף אדורך אין מיין קאפ די אלע רבנים וואס איך קען אין מאנסי, און איך ווייס אז קיין איינער פון זיי איז נישט מסוגל צו אזעלכע אכזריות'דיגע און רשעות'דיגע מעשים...!

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 12:07 am

· #384067
וואס ווילסטו?

diff » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 1:47 am

· #384082
סתם נייגעריק. וואס זוכט אין כולל א יוד וואס מאכט שוין חתונה

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 3:05 am

· #384084
די צוויייטע זייט מטבע;

געווען א איד געהייסן משה, געווען בטבע א כעסן און א אכזר, פשוט אזוי, פלעגט אריין רייסן אין די קינדער ביטערע קלעפ פאר גארנישט ממש. געווען אמאל ביים שבת טיש וואס איינער פון די קינדער זיינע האבן געהאלפן סערווירן, און ביים אריינברענגען די פיש איז עס בטעות אראפגעפאלן, דער טאטע האט גענומען די מאור ושמש וואס איז געלעגן אויפן טיש (א תלמיד חכם) און אריין געהאקט די ספר אויפן קינדס קאפ אפאר מאל ביז די קינד איז געפאלן באוואוסטלאז, אבער
דער טאטע האט ווייטער געמאכט קולות אפי' די קינד איז געלעגן אויפן ערד האלב אויסער זיך. ווען די מאמע האט געטרייט צו בארואיגן די מצב האט דער טאטע זיך גענומען שרייען אויפן מאמע אין פארענט פון די קינדער ("כ'וואלט דיר געדארפט אפגט'ן, ביסט א זירא"). נאך אפאר מינוט איז דאס קינד געווארן געפירט צום שפיטאל, די גאס האט געהערט אז חייםל האט זיך צוקלאפט ווען ער איז אראפגעפאלן פון בעט!

ויהי היום די קינדער ווערן עלטער און ליידער ציהט זיי לינקס, זיי האלטן נישט מיט אין קלאס, זיי גייט נישט אן די לערנען און מדות טובות.

איין טאג כאפט די מנהל א שמועס מיטן קינד פרעגן היתכן זיין התנהגות איז אזוי שוואך, הערנדיג דאס קינד דערציילן ווי דער טאטע פשוט טיילט מכות פאר די מאמע ברבים און ווי דער טאטע קען פאר כעס צושיסן דישעס, האט די מנהל מחליט געווען אז דא מוז מען אריינמישן א רב.

די מנהל רופט אן די רב ווי די משפחה דאווענט יעדע וואך, דער שאקירטע רב האט גלייך גענומען די זאך אין די הענט אריין און גערעדט מיטן קינד און מיט די מאמע און מחליט געווען אז פאר'ן וואוילזיין פונעם קינד דארף מען תיכף ארויסטראגן די קינדער פונעם שטוב!

וכך הווה. כאטש אלע "גוטע אידן" וואס האבן זיך אריין געמישט, האט דער רב געפילט א חוב קדוש צו העלפן די קינדער און ווייב, און מיטן הילף פון קרובי משפחה האט ער ארויסגענומען די קינדער פון די רשעות'דיגע הענט פונעם טאטן.

די טאטע אויפן גאס האט פארקויפט אז דער רב איז א פשוטע קינד כאפער, א שייגעץ וואס צוברעכט א משפחה. אפילו ווען דער רב האט באקומען heat פון גוט הארציגע אידן האט ער געשוויגן כדי אפהיטן די כבוד פונעם טאטע.

ווען ס'איז געקומען צו די חתונה האט דער חתן געבעטן דעם רב בתחנונים אז די טאטע זאל נישט אנטייל נעמען אינעם חתונה ווייל ער קען נישט מוחל זיין אויף די רשעות וואס ער האט געכאפט, אבער דער רב פיהלט ווי נישט ווי א טאטע בלייבט א טאטע און בעהט די חתן כאטש לאזן די טאטע אונטערפירן די חופה, וכך הווה..

רבותי כ'זאג ענק צו דער מעשה כ'האב יעצט דערציילט איז אמת ויציב.

diff » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 3:34 am

· #384088
זי פלעגט רייצן דאס קינד אויפן טאטע. און נאכדעם געשפילט תםעוואטע. אמת ויציב. פארדעם מאכן זיי קינדער
ער זאל זיך אינגאצען ארויסלאזען פון זייער חינוך. אויך נישט פארהאנדלען מיט די מוסדות. אלעס לאזען צו איר

קרעקער » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 3:32 pm

· #384118
סאיז א געוויסע רשעות ווען מגלייבט אז סקען נישט זיין אז דער רב אדער עסקן איז אזא אכזר, און סמיז זיין א צווייטע זייט צום מטבע
דע מענטעלעטי הערט מען אפט ווען מנעמט נישט אהן א קינד אין חדר, סמוז זיין אז עפעס האט דער יונגערמאן געטוהן, וכנה ביי יעדע מחלוקה שלום בית
להוי ידוע סזענען דא יונגעלייט פרויען מיידלעך בחורים וואס גייען אדורך טעראר און אביוז פין ברוטאלע רבנים ועסקנים, אהן קיין שום צווייטע זייט צום מטבע

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 4:00 pm

· #384121
קרעקער

להוי ידוע ס'זענען דא יונגעלייט פרויען מיידלעך בחורים וואס גייען אדורך טעראר און אביוז פין ברוטאלע רבנים ועסקנים, אהן קיין שום צווייטע זייט צום מטבע

איך אגרי מיט הינדערט פראצענט!! טאקע נישט אלעמאל, אבער ליידער גענוג מאל.

כפתור » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 10:54 pm

· #384146
מאך זיכער
איך האב א חבר וואס איז גראדע נישט קין אנטי חרדי און אויך נישט קיין חלק אין די נייע ליבליכע אידנטום באוועגונג... ער פארמאגט נישט קיין סמארטפאון און איז מקפיד אויף רבינו תם זמן

איך האב שטארק מיטליידט מיט דיין חבר, אבער די אנפאנג פון דיין תגובה קלעבט עפעס נישט.
"ער איז גראדע נישט קיין אנטי חרדי" דאס קוקט אויס ווי איינער וואס איז נישט אנטי אבער אויך נישט קיין גרויסער חרדי, אפשר טראדישענאל.
א סמארט פאון האט ער נישט, איז מקפיד אויף רבינו תם זמן, לערנט און כולל נאך אזויפיל יאר.
ער קוקט אויס גאנץ א פרומער איד...ווייט פון נישט אנטי-חרדי
ביטע זיי מסביר פון וואס מ'רעדט דא

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 11:31 pm

· #384149
קיינער לייקענט נישט אז כאטש איינער אין די מעשה איז א משוגענער.

diff » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 5:56 am

· #384155
דער פראבלעים פון די רבנים איז וויזוי זיי זענען אונז מחנך. אויסער דרך ארץ פארן מנהל לערנט די ישיבה גארנישט

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 1:18 pm

· #384186
טאקע נישט. אפילו די מינימאלע ספעלינג לערנט מען נישט. דאמב.

diff » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 2:35 pm

· #384196
Seems that smelling must be obsessed with spelling

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 3:54 pm

· #384200
אז דו ווילסט קענסטע 😛
👍

(אדער קען זיין אז ביי ענגליש נעמסטו גוגעלע'ן צו הילף?....)

גראף » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 4:33 pm

· #384202
@שטאפענע קאפעליטש, דו רעדטס פון מאך זיכער'ס מעשה? דו ווייסט דערפון?

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 6:22 pm

· #384203
קרעקער
סאיז א געוויסע רשעות ווען מגלייבט אז סקען נישט זיין אז דער רב אדער עסקן איז אזא אכזר, און סמיז זיין א צווייטע זייט צום מטבע
דע מענטעלעטי הערט מען אפט ווען מנעמט נישט אהן א קינד אין חדר, סמוז זיין אז עפעס האט דער יונגערמאן געטוהן, וכנה ביי יעדע מחלוקה שלום בית
להוי ידוע סזענען דא יונגעלייט פרויען מיידלעך בחורים וואס גייען אדורך טעראר און אביוז פין ברוטאלע רבנים ועסקנים, אהן קיין שום צווייטע זייט צום מטבע

ס'איז א געוויסע רשעות ווען מגלייבט אז סקען נישט זיין אז דער רב אדער עסקן איז זיך מוסר נפש פאר א צווייטען!

קרעקער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:45 am

· #385398
ס'איז א געוויסע רשעות ווען מגלייבט אז סקען נישט זיין אז דער רב אדער עסקן איז זיך מוסר נפש פאר א צווייטען!

אחרי רבים להטות. מעגליך סאיז דא א זייער קליינע פראצענט וואס יא אבער רובא דרובא דרבנים געבען נישט קיין הוד פאר דיר

היסטאריע האט געוויזן אז רוב פון די רבנים און עסקנים מיינען נאר זייער כבוד און געלט

לייג צו; און פאר ניאוף תאוות שררה און אויכ אזאנע וואס האבען פשוט ליב צו זעהן אנדערע ליידען, א געעויסע סארט געמיינע תאווה

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:25 pm

· #385402
קרעקער
סאיז א געוויסע רשעות ווען מגלייבט אז סקען נישט זיין אז דער רב אדער עסקן איז אזא אכזר, און סמיז זיין א צווייטע זייט צום מטבע
דע מענטעלעטי הערט מען אפט ווען מנעמט נישט אהן א קינד אין חדר, סמוז זיין אז עפעס האט דער יונגערמאן געטוהן, וכנה ביי יעדע מחלוקה שלום בית
להוי ידוע סזענען דא יונגעלייט פרויען מיידלעך בחורים וואס גייען אדורך טעראר און אביוז פין ברוטאלע רבנים ועסקנים, אהן קיין שום צווייטע זייט צום מטבע

יא: אבער ס'איז אבסורד צו זאגן אז אלע, אדער די מערסטע רבנים זענען אכזרים און רשעים. זיכער איז דא א געוויסער עלעמענט וועלכע האבן אן אגענדא. אדער וויללן זיי ווערן מפורסם דורך באגראבן יענעם. די זענען סייווי אויף די זייט. או זיי ווערן ממילא באטראכט פאר משוגעים...!

א איד » פרייטאג יוני 22, 2018 10:51 am

· #406948
דו מעשה האט שוין א פרייליכע ענדע?

פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 26, 2020 6:28 am

· #449645
מאך זיכער
א איד
דו מעשה האט שוין א פרייליכע ענדע?

yes it has but i dont have a yiddish keyboard now i will write another time the whole story


נו, יעצט אז די האסט געלינקד דעם אשכול צו @פארוואס'נס אשכול, זייט מוחל און ענדיגט צו די מעשה.

פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 26, 2020 6:31 am

· #449646
.

במדבר » דינסטאג מאי 26, 2020 9:04 pm

· #449707
אימגלויבליך! א ענדליכע מעשה...

https://www.youtube.com/watch?v=D1B4JqCcBvo