☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11843

ימים ידברו » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 10:22 am

· #383888
הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
אוי מי הי' לנו ווי אזוי קען ק"ש דורך לאזען א פטירה פון א גדול בישראל ווי הגאון הגדול רבי יחיאל טויבער זצ"ל אן א גהעריגע הספד און א טרער אויף אזא גאון וצדיק!
רבי יחיאל זצ"ל האט נישט אינטערסירט געווען און כבוד כי הוא זה, ער האט נאר פארנעמען ערינסטקייט מיט לימוד התורה ויראת ד' טהורה, ער איז בטול ומבוטל געווען פאר א ערליכער איד, אבער שקר האט ער פיינט געהאט בתחלית השנאה,
והי' ראשית מלאכתו געבוירען הארט פאר די קריג ביי חשובע עלטערין הרב אהרן ז"ל און געווען צוויי יאר ווען די ביטערע קריג האט אויסגעבראכן גהערט פון זיין עלטערע ברידער רבי עזריאל יבלחט"א די מסירת נפש וואס זיי האבען געהאט רבי עזריאל האט אבבאכט גגעבן אויף די קינדער זייענדיג 7 אדער 8 יאר ער האט געטראגען אחריות ווי א צוואנציג יעריגען,
שפעטער האבען זיי געוואינט אין ארץ ישראל זיי האבען פשוט נישט געהאט וואס צו עסען
דער פאטער ר' אהרן ז"ל האט אויפגעהויבען דאס גאנצע משפחה געפליכטעט קיין אמעירקע און ג'האט א געז סטעישאן! זיינע בחוירם האבען גארבעט שווער אין ביטער פאר די פרנסה אבער יעדער איז אויסגעשטיגעם ספעשאל
דער רבי יחיאל זצ"ל האט גלערינט און נייטרא ישיבה דערנאך און שערי יושר און פאפא
חתונה געהאט קיין סקווירא, געווארען א איידעם ביי החסיד הישיש מורינו הרב מאיר יודא וואזנער שליט"א לאורך ימים אין זיך מדבק געווען בלב ונפש צום אלטער סקווערא רבי רבי יעקב יוסף זצ"ל, ווען סקווירא איז אריבער מרועה לרועה ואכמ"ל האט ער גענימען זיין וואנדער שטעקען און זיך באזעצט און מאנסי גלערינט און בית המדרש עליון געהארוועט און געטראסקעט שטיקער
רבי יחיאל האט געהאט א ביטול פאר ראחמיסטריווקא רבין שליט"א און פלעגט פארען א' סליחות הושענא רבה,
ווי אויך האט ער ליעב געהאט זייער שטארק די שיעורים פון די פני מנחם מגור זצ"ל ועוד רבות,
רבי יחיאל האט הוראה געהאט פון די פאפא רב זצ"ל און קאשוי רב זצ"ל [ממש אפשר די איינציגסטער דער קאשוי רב האט געגעבען זייער שווער הוראה פארהעדענדיג יעדער סעיף ממש] דער מנחת יצחק דער שבט הלוי ועוד גדולי הוראה וואס האבען מפליא געווען זיין בהירות
און די ל' יארען האט רבי יחיאל מיט די הילף פון זיין גרויסען ברידער הרב עזריאל שליט"א געפינט א כולל פאר חושן משפט צו דורך הארווען חושן משפט מיט א קלארקייט אוועק צו שטעלן דיינים! זכה רבי יחיאל צו מחזיר זיין לימוד חושן משפט לנחלת הכלל! הונדרעטער דיינים זענען אים צו פארדאנקען,
ממוז זיך אפשטעלען דא איין מיניט רבי יחיאל האט געריסען שטיקער פון זיך און פון די לומדי כולל נישט צולאזענדיג קיין הזנחה ביים לערנין ער איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים!
זיין דאווענען איז געווען מיט א אש להבה זיינע דרשות זענען געווען צום פינטעל נישט מאירך געווען נאר צום נקידה,
רבי יחאיך האט ממאס געווען בכל גיניוני כבוד נישט פאגרירט און ערגעץ נישט געגאנגן צו אסיפות הרבנים נישט געזאגט דעה'ס נאר געטון וואס ער האט צו טוען מיט א אמת און מיט א ערליכקייט,
ער האט מעמיד געווען א שיינע שטוב רבנים וחתנים רבנים מרביצי תורה והוראה זיין זינען זענען אלע יושבי אהל ללמוד וללמד לשמור ולעשות און איידימער פקיע' שמייהו
זיין איידעם הרב משה פליישמאן א דיין און מכון להוראה, זיין איידעם הרב אליעזר ראובן קרויז א מרביץ תורה און ישיבות מפרסמות, זיין איידעם הרב ישעי ווויינבערגער א מורה הוראה און מנהל מוסד תורת הבית וואס פירט אן די הערליכע פרוייעקט יעדען בין הזמנים לתורת החתנים, זיין איידעם הרב ראובן לעפקאוויטש א משגיח בישיבת הג"ר משה גרין שליט"א, און זיין איידעם הרב מרדכי ווייס מרביץ תורה בלאנדאן

ימים ידברו » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 10:59 am

· #383893
איך וויל ממשיך זיין וועגען הרב יחיאל זצ"ל, ער האט געשריבען טויזענטער תשובות להלכה אין ד' חלקי שו"ע, אן זיין נאמען און די די קובצים משיב הלכה פון די כולל,
ער איז כמעט נישט געזיצען ביי דיני תורה'ס די לעצטע דרייסיג יאר ער איז געווענדליך זעזיצען אין כולל אביסעל געפארען נאך געלט זינט זיין גרויסער ברידער האט אויפגגעבען די החזקת הכולל,
הרב בערל קארניאל שי' איז געשטאנען לימין קדשו מיט החזקת הכולל, ער האט אהערגשטעלט די מייסטעטישע בנין, וואס רופט ארויס רעספעקט פאר דיינים און דיני תורה,
איך וויל דערמאנען עטליכע גרויסע וועלטס דיינים תלמידי מכון להוראה, ווי הג"ר אברהם ברוך ראזענבערג, הג"ר סנדר גראס ראב"ד ביד"ץ אבן המשפט, הג"ר דניאל געלדצהעלער, הג"ר יוהסף בנציון ראטענבערג חדב"ן האדמור וויזניץ, הג"ר אברהם ברוינשטיין, הג"ר משה גביוף, הג"ר חיים וואלף ווייס, הג"ר מרדכי באבד ראבד מכון להוראה, הג"ר וואלף בריעף, הג"ר משה פליישמאן, הג"ר פינחס סענדראוויטש, הג"ר פנחס ראבינאוויטש ראב"ד ביד"ץ עזר ומשפט, ועוד עשרות
זיינע מחותנים זענען, הרב משה שפוטץ משיכון סקווירא, הגאון הרב לייבל ווייס נכד המנחת יצחק זי"ע דיין בלאנדאן ומו"ץ עדה החרדית, הרב בנש"ק ישראל פרידמאן מבארא פארק, הרב ישראל צבי פעלברבוים ממאנסי, הרב יעקב מרדכי וויינבערגער בעל תפלה ומוהל מומחה ומפורסם בבארא פארק, הרב יוחנן צעהנווירטה מנהל רוחני ומומחה בחינוך ב"פ - ולייקוואד, יבלח"ח הגאון רבי יוסף עמרם ווייסמאנדעל זצ"ל ראש ישיבית נייטרא, הרב קרויז ז"ל הרב פליישמאן ז"ל, ועוד

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 4:07 pm

· #383904
ימים ידברו: איך געדענק איהם פון פאפא ישיבה/ביהמ"ד. ער האט אייביג געלערנט בהתמדה רבה. און זיין קול תורה אדער לערענן פאר זיך אדער זיך מפלפל זיין מיט א חברותא, האטציך שטענדיג געהערט בין כותלי ביהמ"ד...יהא זכרו ברוך...!

סדרן » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 9:09 pm

· #383963
אפגעטיילט.

ימים ידברו » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 10:23 pm

· #383966
איך זעה מ'האט געמאכט א באזינדער אשכול, ס'איז דבר בעתו צו פארבלייבען א מזכרת פון אזא גדול בענקים שכוח מנהל!
איך האב נאר געזעהן ער האט פארפאסט א ספר מיט די נאמען כסא משפט א הערליכער חיבור אויף חושן משפט,
ביי די לוי' האט הרב בערל קארניאל יד ימינו ומנהל הכולל והבי"ד, ארויסגברענגט עטליכע הערליכע שטריכען פון זיינע ריינע מידות, צווישען זיי פארענדיג מיט אים נאך געלט, האט ער קיינמאל נישט גפרעגט נאך גייענדיג צו א גביר וויפול האט ער געגעבען? נאך א אקציע האט ער קיינמאל נישט געפרעגט וויפול האט די כולל געמאכט! ער האט געטון זייעניגע נישט נייגעריק אדער אנדערע זייטיגע זאכען, נאר די ענין, ער דארף גיין נאך געלט אלעדיגט ולא יותר, ביי די געלט גייערס ווייסען די יצר הרע צו דורכשמיסען וויפול האט ער געגעבען, פארוואס דאס יאר ווייניגער, צולייגענדיג וואס גיייט דא פאר, אדער ס'נישט לכבודי וכו', ער האט געהארוועט אויף מדות טובות און אויף אלע מעלות שמנו חכמים,
די לעצטע תקופה האט ער געדאווענט אין סטולינ'ער בית המדרש אויף מעין סטריט אין מאנסי, זיצענדיג אויף די אינטערשטע שירה געהארוועט בלעטרע גמרא!
עס איז כדי ווער עס ווייסט א עובדה אדער א זכר טוב צו פאראייביגען מיט מהנה זיין די ציבור שכוח!
ועל זה נאמר זכר צדיק לברכה

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 12:39 am

· #383969
ימים ידברו: איך בין סתם נייגעריג צו וויסן וואס די אויסערליכע סיבה פון זיין פטירה איז געווען. צו איז ער געווען נישט געזונט פאר א לענגערע צייט...? ווייל ער איז דאך געווען פארהעלטניסמעסיג א יונגער מענטש. (געווען אין ביהמ"ד ווען איך בין געווען אין כיתה י')...!

ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 11:18 am

· #383998
איך בין נישט באקאנט די פטירה איך גלייב ביי די שבעה רעדט מען דערפון

ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 11:19 am

· #383999
דינסטאג נאכט קומט פאר א הספד און בית המדרש וכולל מכון להוראה

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 12:50 pm

· #384113
ימים ידברו
איך וויל דערמאנען עטליכע גרויסע וועלטס דיינים תלמידי מכון להוראה, ווי הג"ר אברהם ברוך ראזענבערג, הג"ר סנדר גראס ראב"ד ביד"ץ אבן המשפט, הג"ר דניאל געלדצהעלער, הג"ר יוהסף בנציון ראטענבערג חדב"ן האדמור וויזניץ, הג"ר אברהם ברוינשטיין, הג"ר משה גביוף, הג"ר חיים וואלף ווייס, הג"ר מרדכי באבד ראבד מכון להוראה, הג"ר וואלף בריעף, הג"ר משה פליישמאן, הג"ר פינחס סענדראוויטש, הג"ר פנחס ראבינאוויטש ראב"ד ביד"ץ עזר ומשפט,ר' עמרם האניג, דומ"צ אנטווערפן ועוד עשרות

דער שכן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 3:35 pm

· #384119
ימים ידברו
אוי מי הי' לנו ווי אזוי קען ק"ש דורך לאזען א פטירה פון א גדול בישראל ווי הגאון הגדול רבי יחיאל טויבער זצ"ל אן א גהעריגע הספד און א טרער אויף אזא גאון וצדיק!
רבי יחיאל זצ"ל האט נישט אינטערסירט געווען און כבוד כי הוא זה, ער האט נאר פארנעמען ערינסטקייט מיט לימוד התורה ויראת ד' טהורה, ער איז בטול ומבוטל געווען פאר א ערליכער איד, אבער שקר האט ער פיינט געהאט בתחלית השנאה,
והי' ראשית מלאכתו געבוירען הארט פאר די קריג ביי חשובע עלטערין הרב אהרן ז"ל און געווען צוויי יאר ווען די ביטערע קריג האט אויסגעבראכן גהערט פון זיין עלטערע ברידער רבי עזריאל יבלחט"א די מסירת נפש וואס זיי האבען געהאט רבי עזריאל האט אבבאכט גגעבן אויף די קינדער זייענדיג 7 אדער 8 יאר ער האט געטראגען אחריות ווי א צוואנציג יעריגען,
שפעטער האבען זיי געוואינט אין ארץ ישראל זיי האבען פשוט נישט געהאט וואס צו עסען
דער פאטער ר' אהרן ז"ל האט אויפגעהויבען דאס גאנצע משפחה געפליכטעט קיין אמעירקע און ג'האט א געז סטעישאן! זיינע בחוירם האבען גארבעט שווער אין ביטער פאר די פרנסה אבער יעדער איז אויסגעשטיגעם ספעשאל
דער רבי יחיאל זצ"ל האט גלערינט און נייטרא ישיבה דערנאך און שערי יושר און פאפא
חתונה געהאט קיין סקווירא, געווארען א איידעם ביי החסיד הישיש מורינו הרב מאיר יודא וואזנער שליט"א לאורך ימים אין זיך מדבק געווען בלב ונפש צום אלטער סקווערא רבי רבי יעקב יוסף זצ"ל, ווען סקווירא איז אריבער מרועה לרועה ואכמ"ל האט ער גענימען זיין וואנדער שטעקען און זיך באזעצט און מאנסי גלערינט און בית המדרש עליון געהארוועט און געטראסקעט שטיקער
רבי יחיאל האט געהאט א ביטול פאר ראחמיסטריווקא רבין שליט"א און פלעגט פארען א' סליחות הושענא רבה,
ווי אויך האט ער ליעב געהאט זייער שטארק די שיעורים פון די פני מנחם מגור זצ"ל ועוד רבות,
רבי יחיאל האט הוראה געהאט פון די פאפא רב זצ"ל און קאשוי רב זצ"ל [ממש אפשר די איינציגסטער דער קאשוי רב האט געגעבען זייער שווער הוראה פארהעדענדיג יעדער סעיף ממש] דער מנחת יצחק דער שבט הלוי ועוד גדולי הוראה וואס האבען מפליא געווען זיין בהירות
און די ל' יארען האט רבי יחיאל מיט די הילף פון זיין גרויסען ברידער הרב עזריאל שליט"א געפינט א כולל פאר חושן משפט צו דורך הארווען חושן משפט מיט א קלארקייט אוועק צו שטעלן דיינים! זכה רבי יחיאל צו מחזיר זיין לימוד חושן משפט לנחלת הכלל! הונדרעטער דיינים זענען אים צו פארדאנקען,
ממוז זיך אפשטעלען דא איין מיניט רבי יחיאל האט געריסען שטיקער פון זיך און פון די לומדי כולל נישט צולאזענדיג קיין הזנחה ביים לערנין ער איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים!
זיין דאווענען איז געווען מיט א אש להבה זיינע דרשות זענען געווען צום פינטעל נישט מאירך געווען נאר צום נקידה,
רבי יחאיך האט ממאס געווען בכל גיניוני כבוד נישט פאגרירט און ערגעץ נישט געגאנגן צו אסיפות הרבנים נישט געזאגט דעה'ס נאר געטון וואס ער האט צו טוען מיט א אמת און מיט א ערליכקייט,
ער האט מעמיד געווען א שיינע שטוב רבנים וחתנים רבנים מרביצי תורה והוראה זיין זינען זענען אלע יושבי אהל ללמוד וללמד לשמור ולעשות און איידימער פקיע' שמייהו
זיין איידעם הרב משה פליישמאן א דיין און מכון להוראה, זיין איידעם הרב אליעזר ראובן קרויז א מרביץ תורה און ישיבות מפרסמות, זיין איידעם הרב ישעי ווויינבערגער א מורה הוראה און מנהל מוסד תורת הבית וואס פירט אן די הערליכע פרוייעקט יעדען בין הזמנים לתורת החתנים, זיין איידעם הרב ראובן לעפקאוויטש א משגיח בישיבת הג"ר משה גרין שליט"א, און זיין איידעם הרב מרדכי ווייס מרביץ תורה בלאנדאן


יישר כוחכם!

א בילד פון דעם גאון וצדיק ביטע.

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 6:04 pm

· #384131
מהאלט שוין נאך די שבעת ימי האבל גדולי הרבנים וועלן היינט מספיד זיין אויף די צעטליך שטייט סגייט רעדען הרב עזריא טויבער מייסד מכון להוראה אחיו הגדול של יבלח"ח הנפטר הגאון האדיר זצ"ל הג"ר רפאל שאהר שליט"א הג"ר מנחם מאיר ווייסמאנדעל שליט"א הג"ר ירוחם אולשין שליט"א און מוועט מכתיר זיין א נייע רב בית המדרש ווייסט ווער וועם מוועט מכתיר זיין?

א איד » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 11:24 pm

· #384148
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
וועם האט מען מכתיר געווען?

לך לך » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2017 1:05 pm

· #384264
זיין זוהן
א גור'ער

ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:39 am

· #384475
לשאלת הרבים בנו בכורו מורינו הרב יצחק משה שליט"א נכתר להיות רב ביהמ"ד מכון להוראה הרב יצחק משה איז זייער א חשובער אינגערמאן לערינט מיט תלמידים אין גיבערס זייענדיג מקושר לאדמורי גור איידעם בייהרב אלעזר צבי ברויער משיכון סקווירא
אלטס ראש הכולל און ראש בית דין איז ער נישט אויפגענימען געווארען לכארוה די בית דין איז הרב מרדכי באבד דער ראב"ד און די כולל תחת הרב בערל קארניאל מנהל

א איד » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:20 pm

· #384495
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
א בילד פון עם האט איינער אפשר?

א איד » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:53 pm

· #384502
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
שכח
איך האב געמיינט צו בעטן א בילד פונעם נייעם זוהן, די נייע גאב"ד?

סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:00 am

· #384503
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
געב א לייק אז דו האסט הנאה

א איד » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:42 am

· #384511
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
נו יעצט ביזטו צופרידן?

יתרו » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:36 pm

· #384518
גענדענק אז בימי חורפי בין איך אמאל אריינגעגאנגען אין מכון להוראה לערנען, נעבען מיר האט איינער איבערגעלאזט א האט קאפ פון א קאפי, מיטאמאל האבן זיינע לעזער אויגן געכאפט אז אפשר וויסט נישט דער נייער אינגערמאן פונעם יהרג ואל יעבור איסור פון נישט טרינקען קאפי אין בית מדרש, ער איז געקומען צולויפן מיט איין אימפעט מיר אריינגעגעבן א פסוק כמו שצריך, כהאב אויסגעווארט ביז די ענדע און איפ גענטפערט מיא א רואיגקייט דאס איז נישט מיינע, געדענק איך נישט צו ער האט זיך אנטשולדיגט.

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:57 pm

· #384529
יתרו הרב יחיאל איז געווען זייער שארף ער האט נישט געהאט קעגען דיר אדער קעגין איינעם ער דארף קיינעם נישט איבערבעטעןער פארשטייט אז אין ארבעט הערשט נישט קיין הפקרות מטרינקט נישט משמיעסט נישט משלאפט נישט די ניווא ערינסטקייט האט ער גענמאנט פון זעך און פון זיינע כולל אינגעלייט ער האט נישט געדולדעט אז די בתי ד' זאל זיין א מקום ווי מענטשען רעסטען און פראדוסען נישט ער איז געווען גרעכט לכאורה די זיי מוחל און בעט אים איבער פאר חוזק מאכען פון אזא ערינסטקייט

יתרו » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:05 pm

· #384530
אויב עפעס ברויך ער מיר איבערבעטן, איך געדענק איך בין געווען באליידיגט און אשפר אביסעל פארשעמט, ווייל ער האט מיר נישט געפרעגט צו עס מיינס פאר ער האט מיר געגעבן א פסק (ווי אזוי עס וואלט זיך פארלאנגט מחוקי התורה והיושר). אבער איך בין דא מגלה אז איך בין אים מוחל בלב שלום.
#ריגעלע ריגעלע רוגז

יתרו » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:14 pm

· #384531
לגבי די עצם איינרעדענישט אז מען לערענט און מען פראדוסט מער ווען מען טרינקט נישט קיין קאפי אין בית מדרש, איז לכאורה הוילע דמיונות. אני הגבר ראיתי עניי כהאב געזעהן מקום תורה'ס אין דער וועלט מיט נאך אזעלעכע הצלחות ווי אין מכון להוראה, אלל אובער כמעט טרינקט מען קאפפי און עס נעמט נישט אוועק כן כי הוא זה פון די ערענטסקייט פונעם מקום, פארקערט לכאורה פראדוסט א מענטש מער ווען ער קען אריינזיפן א זיפ קאפין אינמיטען א שווערע ר' חיים.

עם כל זה איז ער בארעכטיגט צו זיין מיינוג און מעג אסר'ן קאפפי אין זיין בית מדרש אבער מען ברויך וויסן וויפיל געוויכט צו לייגן דערויף.

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:01 pm

· #384537
אויך פארציילט מען אז ער פלעגט אריינשפריצן וואסער אין בית הכבוד טאמער א יונגערמאן איז געזעסן לענגער ווי ער האט געהאלטן עס איז דער שיעור.
זכותו יגן עלינו

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:58 pm

· #384548
מאי בי רבנן? וכן איפסקא בשו"ע.

diff » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:08 pm

· #384552
קאווע?

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:11 pm

· #384553
יתרו וכל שאר חכמי קאווע שטיבעל! א' שכוח פאר אייער גיטהארציגע מחילה רבי יחיאל וועט אייך מכיר טובה זיין בעולם הבא, יעדע צער פאר יעדע מענטש בעולם הזה טראגט דארט א ווערט און אז איר זענט א מוחל ברבים, וועט ער אייך מכיר טובה זיין לזכות לבנים העוסקים בתורה בלי קאפי טרינקען באמצע אמן כן יהי רצון,
ב' סטאקע דא זעלטענע מקומות התורה ווי מרייכערט און מזיפט קאפי אמת,
אבער הרב יחיאל טויבער איז בארעכטיגט צו זיין שטרענגע וועג פינטעל, איך זאג נאר פון ווי ער קומט ער האט גארבעט א יא רביי די דיימאנדס און ער האט געזהן די פסקים וואס דע רבעל הבית האט געגעבען פאר יד עובדים האט ער געמאכט א קל וחומר מה דאך עולם הזה חיי שעה איז דער בעל הבית שטרענג עולם הבא עולם הנצחי א וודאי

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:17 pm

· #384555
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
די חילוק איז, אין א אוניווערזיטעט לעב, שרייט מען נישט אן. פארוואס? ווייל מ׳דארף לאזען דער מענטש אליינס מחדש זיין און אליינס אויסארבעטען די חכמה און כ"ש אין תורה. דאס קען מען נישט צווינגען. פון געצווינגענע, שמירת הסדרים לערנען, קומט שוואכע פארשטייערס, מו"צ׳ן וואס קענען הונדרעטער דפים בעל פה און פארשטייען גארנישט.
תורה איז נישט קיין סחורה, ס׳איז עפעס העכער און טיפער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:36 pm

· #384567
צו מ'קען יא צו מ'קען נישט, איך רעד פון הרב יחיאל טויבער איך רעד דא נישט מער פון זיין אייגענע דעה און אידעלאגיע, קומט יתרו און ער פארציילט א פערזענדליכע געשיכטע האב איך א פראבלעם ב"ה ער האט לבסוף מוחל געווען, הודו לד', דאס קומט דא פיין אריין, הגם איך האלט ער האט אים נישט געוואלט אטאקירען, אבער דאס האט מען שוין אפגרעדט,
קומט יעצט דער ליטוואק, ער גייט אריין אין א טיפע שמיעס, צו מ'זאל יא פאניגען אינגעלייט אין כולל, אדער נישט והא ראי אז אין אינווערסטי טוט מען נישט אזוי זייער פיין וואס האט דאס מיט הרב טויבערס פטירה? טעני בחיטים והודו בזכר קדשו? וואס האט הודי מיט כיש? ענטשולדיגט פאר דיר אזוי אנשרייען, עס איז בכללנישט עטיש עפען אויף א שמיעס צו מ'זאל זיין שטרענג מיט כולל אינגעלייט צו נישט וואס האט דאס מיט די ביאגראפיע פון הרב טויבער?
און אז די ווילסט דוקא גראדע מכון להוראה, האט ארויסגעגעבען מעכטיגע כלים פאר חושן משפט נישט מער ווי הרב אברהם ברוך ראזענבערג איז געניק ווער עס ווייסט ער איז א יחיד הדור! מ'קען האבען טענת אקעגין זיינע פסקים אבער זיין מוח זיין ידיעות זיין היקף איז מורא'דיג, וווען משה רבינו באקימט שוחד ח"ו זעהט ער נישט די אמת יעוור עיני חכמים אבער משה רבינו איז א חכם!
אברהם ברוך ראזענבערג איז א יחיד הדור און דארט ווי ער באקימט נישט קיין שוחד קען ער ארויסגעבען א דבר ברור ובהיר ואין כמותו פינטעל,

מפוזרי » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 8:32 pm

· #384581
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
ימים ידברו

אברהם ברוך ראזענבערג איז א יחיד הדור און דארט ווי ער באקימט נישט קיין שוחד קען ער ארויסגעבען א דבר ברור ובהיר ואין כמותו פינטעל,


אשרי העם שככה לו!

#וירא בצר להם בשמעו את רינתם

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 11:41 pm

· #384590
Re: הגאון רבי יחיאל טויבער ז"ל, ראב"ד מכון להוראה
"אברהם ברוך ראזענבערג איז א יחיד הדור און דארט ווי ער באקימט נישט קיין שוחד קען ער ארויסגעבען א דבר ברור ובהיר ואין כמותו פינטעל"

ימים ידברו; איך קען ר' אברהם ברוך ר"ב כ'בין שוין געזיצן ביי א ד"ת ביינעם, און ער איז טאקע איינס און דער וועלט, אבער כ'מיין אז ס'האט מן הסתם נישט מיט מכון להוראה קיין סאך, אדרבה פרעג דיך נאך ביי מענטשן וואס געדענקן עם נאך פון זיינע אינגע יארן, ער איז אן עילוי אייביג געווען סיי אלס קינד און סיי אלס בחור, כ'האב גערעדט צו מענטשן וואס האבן געלערנט מיט עם.

כ'מיין אז די מעשה גייט פארקערט, מכון להוראה קומט היפש קרעדיט פאר עם