☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שבת אחים עפענט א מוסד!!!!

שבת אחים עפענט א מוסד!!!!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11841

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:22 pm

· #383751
שבת אחים עפענט א מוסד!!!!
פין געוויסע קוועלער איז מיר אנקומען די בשורה אז שבת אחים האט געעפענט א מוסד, וואס ער טוט דארט אין דער מוסד, קענט איר זיך אליין פארשטעלן, איר דארפט נישט קיין גרויסע רמזים, אפשר אין די פוסטריט פין די פוסטריט, ווער ווייסט?

טאמער וועט ער לייקענען אז לא היה ולא נברא, לייג איך דו צו א ראיה ברורה וואס רעדט מער ווי טויזענט ווערטער כידוע...
📎 20170830_161031-1-1.jpg

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:17 am

· #383812
כהאב מורא די שילד איז עלטער פון שבת אחים מיט א שיינע פאר יארע.

איך עפען גראדע א מוסד פאר ״ספעציעלע קינדער״ דו קענסט זיין די ערשטע פאציענט.

נ״ב ווען איך פאהר דורך די שולד טראכט איך צונוצן די בילד פאר מיין אוואטאר. איך וועל מוזן רופן א מיטינג מיט דעם שטרענגן אויפזעהר דא, און אנפרעגן וואס מקען דא טוהן אין אזא מצב. אפשר א תענית ציבור מיט א הכנה דרבא וואלט שטארק ארויסגעהאלפן די מצב. און ווער רעדט נאך טאמער קען איך פארשאפן די ערשטע דרוק פונעם לולב הגזול פונעם שאגת ארי.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:06 pm

· #383858
יישר כח פאר דיין אפער צו זיין ביי דיר א פאציענט, אבער כ'מוז אפזאגן, ווייל כ'האב גאר מורא אז בא ללמד ונמצא למד, און איך האב שטארק נישט קיין חשק צו זיין דיין מלמד.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 9:57 am

· #383887
א געשאסנע פאל שיסט מען נישט צוריק.