געפילטע פיש
ווען מ'וואקט אריין אין בית המקדש וועט זיין אויסגעשורעט קיאסק'ס ווי מ'וועט קענען אריבערוואקען און אריינפאנטשען אייער אינפארמאציע, אויב זענט איר שוין אמאל געווען דארט וועט אייך די קאמפיוטער דערקענען מיט פעיס רעקאגנישען, און דארט וועט זיין אפשענס, עולה, חטאת, תודה, אא"וו, געענדיגט מיט די ארדער קען מען סווייפען די קרעדיט קארטעל אדער וועט מען קענען אויפשרייבען, און די בהמה סוחרים וועלן גלייך ווערן נאטיפייעד מיט די ארדער, ביז צוויי מינוט וועט ער אריין וואקען מיט די קיען שעפסעלעך און תורים בני יונה וואס איר האט געארדערט און א לעמפעל וועט זיך אנצונדען אינעם לשכת בית המוקד מודיע צו זיין פאר די כוהנים אז א איד ווארט.
עס גייען מער נישט זיין די סארט קרבנות בכלל, א חטאת? ס'וועט נישט זיין מער קיין יצה"ר, מער וועט מען נישט זינדיגן, און ס'איז נישטא מער קיין עולות וחטאות.
בהמה סוחרים? כ'האב געמיינט אלע בהמות גייען וואקסען אויפן בוים! 😂
עס וועט מער נישט זיין קיין האנדל-וואנדל. מען גייט ליגן בלויז אין רוחניות. לערנען תורה מיט הקב"ה און מקיים זיין האדם לא נברא אלא להתענג על ה'.
מיינסט עס וועלן זיין בהמה סוחרים מיט בלויע העמדער און שמוציגע הויזענס מיט די הויכע שטיוול-שיך? אפשר די חסידי אומות העולם... נישט קיין אידן.
געפילטע פישאויפן בית המקדש וועב זייט וועט מען קענען מיטהאלטן אויף א לייוו וועב קעם וואס ס'גייט פאר אין גאטס הויז, מ'וועט קענען הערן די שירת הלויים און נתעורר ווערען צו תשובה, די עולם פון די מעמדות וואס זענען געבליבען אינדערהיים וועט קענען מיטהאלטן די עבודה פון זייער שבט, און דארט וועט מען אויך אפדעיטען די עולם וועגן קאנסטראקשען און רענאוועישענס וואס קומט פאר אין און ארום דעם בית המקדש כדי צו פארמיידען איבעריגע קלעטערען און טרעפיק.
נתעורר ווערן צו תשובה? ווי געשמועסט, ס'וועט מער נישט זיין אויף וואס תשובה צו טאן.
קאנסטראקשענ'ס און רענאוועישאנס? אויפן דריטן ביהמ"ק וועלכע גייט אראפקומען משוכלל מן השמים, באש אתה עתיד לבנותה?
קלעטערען און טרעפיק? ארץ ישראל גייט דאך זיין גרויס ווי די וועלט, און בכלל, האלטסט אז מען גייט פארן צום ביהמ"ק מיט אודיסיס, אדער קומען צו פליען מיט א עירבאס A380??
אדער אפשר מיט די FUTURE קארס וועלכע קענען זיך אויפהייבן און פליען און געענדיגט מיט טרעפיק? אדער יעדער גייט האבן קפיצת הדרך א_ווי דער בעש"ט הק'?
געפילטע פישדי בית דין הגדול אין לשכת הגזית וועט זיצען און דן זיין וואס די דין איז לגבי שבת און זמנים אויף די אידען וואס זענען אין די העכערע רוימען, אדער אויפן לבנה, אויב מיינט קאנטראלד מאשינען גייט אריין אין כלל פון מלאכת מחשבת אסרה תורה אדער נישט. אפוינטמענטס וועט די גרינגסטע זיין צו מאכן אויפן וועב סייט, און זיי וועלען אויך האבן א אנליין שאלות ותשובות אפטיילונג.
וואס מיינט איר, מ'גייט צוריק גיין צו די דארק עידזשעס און מ'גייט אויפהייבען פאקלען מודיע צו זיין פאר די בני הגולה ווען די חודש איז מלא צי חסר?
שאלות ותשובות אפטייילונג. וועט אויך מער נישט זיין. יעדער איד וועט אלעס וויסן, ומלאה הארץ דעה את ה', מ'ועט מער נישט פרעגן קיין שאלות, ס'וועט נישט זיין מער קיין ספיקות, תשבי יתרץ ק"ו, ס'וועט מער נישט זיין קיין מחלוקת, מ'פסק'נט ווי שמאי נישט ווי הלל, און אלע דרכים גייען ווערן איינס. צו וואס וועט מען דארפן א וועב-קעם? מ'גייט דאך קענען זעהן מסוף העולם ועד סופו, ווי דער הייליגער חוזה!
אויפהייבן פאקלען, נאו מאר! יעדער וועט זעהן בעיני הרוחני, און וויסן ברוח קדשו. נישטא מער קיין שליחות, די גאנצע וועלט לעבט אינאיינעם ווי איין גרויסע דערפל, אין גן עדן!!!
איך מיין אז מען איז דא זייער מגשם דעם גאנצן ביאת הגואל. מיר קענען עס נישט פארשטיין מיט אונזערע גשמיות'דיגע פליישיגע אויגן.
כ'מיין דער אשכול זאל ווערן אפגעשפארט.