☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך גיי ליידיג

איך גיי ליידיג

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1181

זר זהב » מאנטאג יולי 23, 2012 1:21 am

· #27301
איך גיי ליידיג
איך זיץ ביים קאמפיוטער און איך ווער משוגע, איך ווייס נישט וויאזוי איך קען זיצן 5 שעה אין איין צו ביים קאמפיוטער. איך האב שוין אפילו נישט וואס צו קוקן אדער לייענען. ס'האלט שוין אזוי ווייט אז איך לייען אויף וויקיפידיע איבער אלע אמעריקאנע ראודס אינטערסטעיט ראודס און קלענערע קאונטי ראודס, פון וואו ביז וואו רוט 209 לויפט, ס'גאנץ אינטערעסאנט אבער ס'מאכט א שרעקליכן העדעק. ווער האט דאס געשריבן אזוי פונקטליך מיט אלע דעטאלן? ס'מוז זיין דער וואס האט געבויעט דעם ראוד אליין, איך קען נישט אנגיין אזוי ווייטער אזוי.

פאר ליידיגיין האב איך אפגעליינט א גאנצע דיסקאשען וואס גויים האבן צי ס'גוט צו וואוינען אין עללענוויל, פארוואס ליגט מיר עללענוויל אזוי אין קאפ נאך פון אלץ קינד? קיין איינע פון די 4 סאטמארע קעמפס זענען נישט דארט וואסי פשט ?

און וואס טוט זיך מיט מאנטיסעלא, וואודרידזש, פאלסבורג?
די גויים זענען ווי נישט ווי לאקי אז זיי קענען אפילו רעדן פון וואוינען דארט, אויף אונדז האט מען ארויפגעלייגט א גלות בתוך גלות צו וואוינען אין די טייערע סיטי'ס וואו אלע בענעפיטיעריס וואס א סיטי האט איז פאר אונד גארנישט קיין געוואונס.
וואס זאל איך יעצט טון ווייטער איך זעה אז מ'לאזט דא אין דעם אפטיילונג דרייען א קאפ, סוי קיין טאנעס צו מיר קענסטע נישט האבן איך גיי פלעין אראפ פון זינען. בין איך אליינס דעפרעסט דא? וואו גיי איך פון דא איך בין נאכנישט מיד.

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 1:38 am

· #27304
אינטערנעט /קאמפיוטער/טעכנאלאגיע אדיקשאן

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 23, 2012 1:40 am

· #27305
טעלעפאן
אינטערנעט /קאמפיוטער/טעכנאלאגיע אדיקשאן

209\עלענוויל עדיקשאן.

זר זהב » מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 am

· #27309
Zzzzzzzzzzzzzzzzzzzzzzzz

זר זהב » מאנטאג יולי 23, 2012 1:46 am

· #27311
געפילטע פיש
טעלעפאן
אינטערנעט /קאמפיוטער/טעכנאלאגיע אדיקשאן

209\עלענוויל עדיקשאן.

איך האב גראדע ליעב געעאגרפיע. און ראודס/וועגן אסטאנישן מיך.

זר זהב » מאנטאג יולי 23, 2012 1:46 am

· #27312
טעלעפאן
אינטערנעט /קאמפיוטער/טעכנאלאגיע אדיקשאן

איך בין נישט קיין עדיקט. איך זוץ דא ווייל איך האב נישט עפעס בעסערס.

zurich » מאנטאג יולי 23, 2012 2:11 am

· #27320
זר זהב
איך זיץ ביים קאמפיוטער און איך ווער משוגע, איך ווייס נישט וויאזוי איך קען זיצן 5 שעה אין איין צו ביים קאמפיוטער. איך האב שוין אפילו נישט וואס צו קוקן אדער לייענען. ס'האלט שוין אזוי ווייט אז איך לייען אויף וויקיפידיע איבער אלע אמעריקאנע ראודס אינטערסטעיט ראודס און קלענערע קאונטי ראודס, פון וואו ביז וואו רוט 209 לויפט, ס'גאנץ אינטערעסאנט אבער ס'מאכט א שרעקליכן העדעק. ווער האט דאס געשריבן אזוי פונקטליך מיט אלע דעטאלן? ס'מוז זיין דער וואס האט געבויעט דעם ראוד אליין, איך קען נישט אנגיין אזוי ווייטער אזוי.

פאר ליידיגיין האב איך אפגעליינט א גאנצע דיסקאשען וואס גויים האבן צי ס'גוט צו וואוינען אין עללענוויל, פארוואס ליגט מיר עללענוויל אזוי אין קאפ נאך פון אלץ קינד? קיין איינע פון די 4 סאטמארע קעמפס זענען נישט דארט וואסי פשט ?

און וואס טוט זיך מיט מאנטיסעלא, וואודרידזש, פאלסבורג?
די גויים זענען ווי נישט ווי לאקי אז זיי קענען אפילו רעדן פון וואוינען דארט, אויף אונדז האט מען ארויפגעלייגט א גלות בתוך גלות צו וואוינען אין די טייערע סיטי'ס וואו אלע בענעפיטיעריס וואס א סיטי האט איז פאר אונד גארנישט קיין געוואונס.
וואס זאל איך יעצט טון ווייטער איך זעה אז מ'לאזט דא אין דעם אפטיילונג דרייען א קאפ, סוי קיין טאנעס צו מיר קענסטע נישט האבן איך גיי פלעין אראפ פון זינען. בין איך אליינס דעפרעסט דא? וואו גיי איך פון דא איך בין נאכנישט מיד.
האב איך פאר דיר אינטערסאנטע נייעס מ'קען אויך לערנען אויפן אינטערנעט...
ס'דא א סייט וואס הייסט היברו בוקס אין דארט קען מען אריינכאפן ידועות,און אויך מקיים זיין מצוות לימד התורה!!
אזוי קענסטו אריינכאפן צוויי פויגלעך מיט איין שאס. סיי דיין אדיקשאן,ס'דאך אויך אינטערנעט. און אויך והגית!! 😂

ידען » מאנטאג יולי 23, 2012 7:47 am

· #27331
זר זהב

דיין ליידיג גיין האט מיר געמאכט דעם צופרי. און מיין ווייב פרעגט מיר יעצט וואס איז אזוי אינטערעסאנט אז איך ראל מיך אזוי פון געלעכטער...

דעינעש » מאנטאג יולי 23, 2012 8:22 am

· #27334
געהערט אמאל א אויסדריק;
Q: To where are you going;
A: I am going crazy:

כ'האף אז נישט דאס מיינסטו: כלשון המשנה, בטילה מביאה לידי שעמום.

עניוועי, אז ביזט געגאנגען ליידיג מן הסתם ביזטו צוריק געקומען פול,

ני, וואס האסטו קונה געווען ??

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 9:22 am

· #27343
כ'ווייס וואס דו שפירסט. כ'האב אויך אמאל אפגעליינט וויקיפידיע איבערן 9W. אויך טרעף איך מיך אמאל ביים קאמפויטער, הגם כ'האב די וועלט'ס אינטערעסע, ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן. ס'ברויך א שטיקל שטיפ זיך צו אריענטירן. לייג דיר אוועק נושאים וואס דו גלייכסט דורך צו טוהן, בוקמארק סייטס וואס זענען דיר אינטערעסאנט. ווען דו ביסט גליקליך און דו האסט פרייע צייט, נעם דיך צו א נושא און זייער א סיסטעמאטישע וועג, נישט קליקן אויף וויקיפעדיע פון לינק צו לינק. הלוואי ווען איך האב די צייט.

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 10:01 am

· #27352
לערען דעם דף היומי וועט דיר גוט זיין, מקען זיין א בלאט פאראויס כדי נישט צו זיין אן אגודיסט

זר זהב » מאנטאג יולי 23, 2012 10:27 am

· #27355
אזוי ווי ר' משה זאבערמאן טוט

זר זהב » מאנטאג יולי 23, 2012 10:35 am

· #27361
דעינעש
געהערט אמאל א אויסדריק;
Q: To where are you going;
A: I am going crazy:
ני, וואס האסטו קונה געווען ??

קונה געווען א גוטן שלאף,, דעטס איט... נעכטן האט געהערשט א שטארקער דעפרעשאן אזש ס'האט "ידען" פרייליך געמאכט 😉

ידען » מאנטאג יולי 23, 2012 11:26 am

· #27379
יואליש
כ'ווייס וואס דו שפירסט. כ'האב אויך אמאל אפגעליינט וויקיפידיע איבערן 9W. אויך טרעף איך מיך אמאל ביים קאמפויטער, הגם כ'האב די וועלט'ס אינטערעסע, ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן. ס'ברויך א שטיקל שטיפ זיך צו אריענטירן. לייג דיר אוועק נושאים וואס דו גלייכסט דורך צו טוהן, בוקמארק סייטס וואס זענען דיר אינטערעסאנט. ווען דו ביסט גליקליך און דו האסט פרייע צייט, נעם דיך צו א נושא און זייער א סיסטעמאטישע וועג, נישט קליקן אויף וויקיפעדיע פון לינק צו לינק. הלוואי ווען איך האב די צייט.

איך האב זייער אסאך צייט, נאכדערצו יעצט ווען כאב נישט א געהעריגע זשאב ל״ע, אבער איך וויל אלעס וויסן און מיין פראבלעם איז אז כאב ציפיל בוקמארקס וואס צו לייענען און אפי׳ מיט קאווע שטיבל בינעך נישט פערטיג. 😞

Help

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 23, 2012 3:52 pm

· #27495
צופיל בוקמארקס, עפעס וואס קיין זיין אינטרעסאנט פאר מיר, שעק מיר אפאר לינקס. ייש"כ.

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 4:37 pm

· #27535
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1186">viewtopic.php?f=24&t=1186</a><!-- l -->

איך האב נישט געשריבן קיין נעמען...

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:12 am

· #31098
zurich
זר זהב
איך זיץ ביים קאמפיוטער און איך ווער משוגע, איך ווייס נישט וויאזוי איך קען זיצן 5 שעה אין איין צו ביים קאמפיוטער. איך האב שוין אפילו נישט וואס צו קוקן אדער לייענען. ס'האלט שוין אזוי ווייט אז איך לייען אויף וויקיפידיע איבער אלע אמעריקאנע ראודס אינטערסטעיט ראודס און קלענערע קאונטי ראודס, פון וואו ביז וואו רוט 209 לויפט, ס'גאנץ אינטערעסאנט אבער ס'מאכט א שרעקליכן העדעק. ווער האט דאס געשריבן אזוי פונקטליך מיט אלע דעטאלן? ס'מוז זיין דער וואס האט געבויעט דעם ראוד אליין, איך קען נישט אנגיין אזוי ווייטער אזוי.

פאר ליידיגיין האב איך אפגעליינט א גאנצע דיסקאשען וואס גויים האבן צי ס'גוט צו וואוינען אין עללענוויל, פארוואס ליגט מיר עללענוויל אזוי אין קאפ נאך פון אלץ קינד? קיין איינע פון די 4 סאטמארע קעמפס זענען נישט דארט וואסי פשט ?

און וואס טוט זיך מיט מאנטיסעלא, וואודרידזש, פאלסבורג?
די גויים זענען ווי נישט ווי לאקי אז זיי קענען אפילו רעדן פון וואוינען דארט, אויף אונדז האט מען ארויפגעלייגט א גלות בתוך גלות צו וואוינען אין די טייערע סיטי'ס וואו אלע בענעפיטיעריס וואס א סיטי האט איז פאר אונד גארנישט קיין געוואונס.
וואס זאל איך יעצט טון ווייטער איך זעה אז מ'לאזט דא אין דעם אפטיילונג דרייען א קאפ, סוי קיין טאנעס צו מיר קענסטע נישט האבן איך גיי פלעין אראפ פון זינען. בין איך אליינס דעפרעסט דא? וואו גיי איך פון דא איך בין נאכנישט מיד.
האב איך פאר דיר אינטערסאנטע נייעס מ'קען אויך לערנען אויפן אינטערנעט...
ס'דא א סייט וואס הייסט היברו בוקס אין דארט קען מען אריינכאפן ידועות,און אויך מקיים זיין מצוות לימד התורה!!
אזוי קענסטו אריינכאפן צוויי פויגלעך מיט איין שאס. סיי דיין אדיקשאן,ס'דאך אויך אינטערנעט. און אויך והגית!! 😂

איך לאמיך שוין אפ פון דעם גאנצן אינטערנעט!
אז מ'קען אויך לערנען אויפן אינטערנעט...

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:41 pm

· #63763
איך גיי יעצט ליידיג ווייל היינט ארבעט מען נישט

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:06 pm

· #63780
מיקוה נייעס
איך גיי יעצט ליידיג ווייל היינט ארבעט מען נישט


כ'גיי דיר נישט אנטיילען וואס צו טון , אבער קענסט נעמען עפעס א ענין און דורך טון אויף דיין קאמפיוטער.

אני הקטן קוק אויף די סוגיא פון "אין מערבין שמחה בשמחה" וואס מ'לערענט עס ארויס פון לבן הארמי'ס ווערטער "מלא שבוע זאת" די וואכעדיגע פרשה.

דרך אגב אן אינטערסאנטע זאך, איינער פרעגט אן א דיין א שאלה, זי האט געהאט א בעיבי צו זי מעג גיין צו די חברטע'ס חתונה יענע וואך מיט איר בעיבי(אוי דארף זי דאקטאר) אלץ אין מערבין שמחה בשמחה. בארואיגט ער איר אז אין מערבין שמחה בשמחה איז ביי צוויי שמחות ביי איר אליין, אבער די חברטע'ס חתונה איז נישט איר'ס, אפילו זי וויל לויפען אהין מיטן קינד דריי טאג נאכן געבורט...

אויך איז דא א מחלוקות הפוסקים צו ביי שבת זאגט מען אין מערבין שמחה בשמחה.

אויך איז אינטערסאנט צו ליינן צו מ'מעג עסען היינט טורקיס להלכה, (אוי ס'שמעקט שוין פון מיין שכן'ס טורקי...)

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:21 pm

· #63786
ווער ס'האט היינט נישט וואס צו טון, קען מיר קומען העלפן אין מיין ארבעט.
איך ארבעט יא היינט.
(אזוי וועליך קענען האקן מער תגובות)

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:23 pm

· #63788
outspoken
מיקוה נייעס
איך גיי יעצט ליידיג ווייל היינט ארבעט מען נישט


כ'גיי דיר נישט אנטיילען וואס צו טון , אבער קענסט נעמען עפעס א ענין און דורך טון אויף דיין קאמפיוטער.

אני הקטן קוק אויף די סוגיא פון "אין מערבין שמחה בשמחה" וואס מ'לערענט עס ארויס פון לבן הארמי'ס ווערטער "מלא שבוע זאת" די וואכעדיגע פרשה.

דרך אגב אן אינטערסאנטע זאך, איינער פרעגט אן א דיין א שאלה, זי האט געהאט א בעיבי צו זי מעג גיין צו די חברטע'ס חתונה יענע וואך מיט איר בעיבי(אוי דארף זי דאקטאר) אלץ אין מערבין שמחה בשמחה. בארואיגט ער איר אז אין מערבין שמחה בשמחה איז ביי צוויי שמחות ביי איר אליין, אבער די חברטע'ס חתונה איז נישט איר'ס, אפילו זי וויל לויפען אהין מיטן קינד דריי טאג נאכן געבורט...

אויך איז דא א מחלוקות הפוסקים צו ביי שבת זאגט מען אין מערבין שמחה בשמחה.

אויך איז אינטערסאנט צו ליינן צו מ'מעג עסען היינט טורקיס להלכה, (אוי ס'שמעקט שוין פון מיין שכן'ס טורקי...)

ווי קען איך אדוירך טוהן דו אלע זאכן ?

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:27 pm

· #63789
ביי מיין רב, דיין און מגיד שיער הגאון הגדול GOOGLE

אבער פאר די טורקי שמעק מוזטו קומען צו מיר אהיים , אדר בעסער צו מיין שכן...

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 7:57 pm

· #64248
מיקוה נייעס
איך גיי יעצט ליידיג ווייל היינט ארבעט מען נישט

איך קען פלעצער וואו מען ארבעט נישט א גאנץ יאר אויך. למשל ירושלים. ביי די לוי' פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל איז ארומגעפארן א קאר מיט א מייק וואס האט אויסגערופן "ביטול מלאכה". ס'איז נאך דערווייל נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר אז מ'זאל זיך צוריק נעמען ארבעטן. ארבעט נישט דער עולם...
(געהערט פון הבדחן "פינקי" וועבער א לאנגע צייט צוריק.)