☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » בי"ד קען מאכן יענעם אויס איד...

בי"ד קען מאכן יענעם אויס איד...

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1177

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 10:01 pm

· #27235
בי"ד קען מאכן יענעם אויס איד...
איך האב געזעהן זייער א אינטערסאנט שטיקל הגהות חתם סופר (או"ח סי' ל"ט), ווי ער שרייבט אז די ראשי בני ישראל קענען זיך צאמזעצן און מאכן יענעם אויס איד, און יענער זאל ווערן א גוי גמור אפילו להקל, וזה לשונו: "כמו שיש יכולת ביד בית דין וראשי העם להפקיר ממונו של איזה אדם הפקר ב"ד הפקר כמו כן יש בכוחם של ראשי בני ישראל להתקבץ ולהתאסף יחד ולהבדיל ולהפריד מבינם המורדים ולהמיר מהם קדושת ישראל ויחזרו להיות גוים גמורים ואפילו להקל".

(ווען די רבנים ווייסן ווען דערפון, וואלטן זיי מפקע געווען קדושת ישראל פון אלע וואס האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט... 😉 )

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 10:17 pm

· #27242
שמואל הלוי

אפילו להקל!! wow!
וואס דו זאגסט אז די רבנים וואלט זיי מפקיע געווען - איך מיין אז אסאך פון זיי וואלטן זיך געפריידט צו ווערן מופקע... 😉

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 10:30 pm

· #27250
ער שרייבט אויך אז די כח איז אמאל גענוצט געווארן? און וואס פאר א בי"ד דארף דאס זיין? יעדע בי"ד פון ג' מומחים? בי"ד הגדול שבירושלים?

משה געציל » זונטאג יולי 22, 2012 11:00 pm

· #27267
זעט אויס אז דעמאלטס האט מען נאך געדארפט א בי״ד פארדעם, היינטיגע צייטן איז אכשר דרא ב״ה בפרט אין וויליאמסבורג ווי מאכען איינעם אויס איד איז פון די גרינגסטע זאכען.

דבילה » מאנטאג יולי 23, 2012 12:03 am

· #27284
שמואל הלוי
איך האב געזעהן זייער א אינטערסאנט שטיקל הגהות חתם סופר (או"ח סי' ל"ט), ווי ער שרייבט אז די ראשי בני ישראל קענען זיך צאמזעצן און מאכן יענעם אויס איד, און יענער זאל ווערן א גוי גמור אפילו להקל, וזה לשונו: "כמו שיש יכולת ביד בית דין וראשי העם להפקיר ממונו של איזה אדם הפקר ב"ד הפקר כמו כן יש בכוחם של ראשי בני ישראל להתקבץ ולהתאסף יחד ולהבדיל ולהפריד מבינם המורדים ולהמיר מהם קדושת ישראל ויחזרו להיות גוים גמורים ואפילו להקל".

(ווען די רבנים ווייסן ווען דערפון, וואלטן זיי מפקע געווען קדושת ישראל פון אלע וואס האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט... 😉 )

אינטרעסאנט ווי די אלע שאבעס-שרייערס אין ירושלים האבן פון דעם חת"ס פארגעסן!

נולד מאוחר » מאנטאג יולי 23, 2012 1:00 am

· #27298
מען טאר דאס נישט מגלה זיין.
באלד וועט זיין א ליין ביים ב''ד פין די אלע וואס האלטן ביי גארנישט ,זיך בעטן מען זאל זיי בייפרייען .
א ב''ד וואס האט שכל וואלט געמאגט אזא סערוויס אין געמאכט מיליאנס.

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 2:09 pm

· #27448
שמואל הלוי
איך האב געזעהן זייער א אינטערסאנט שטיקל הגהות חתם סופר (או"ח סי' ל"ט), ווי ער שרייבט אז די ראשי בני ישראל קענען זיך צאמזעצן און מאכן יענעם אויס איד, און יענער זאל ווערן א גוי גמור אפילו להקל, וזה לשונו: "כמו שיש יכולת ביד בית דין וראשי העם להפקיר ממונו של איזה אדם הפקר ב"ד הפקר כמו כן יש בכוחם של ראשי בני ישראל להתקבץ ולהתאסף יחד ולהבדיל ולהפריד מבינם המורדים ולהמיר מהם קדושת ישראל ויחזרו להיות גוים גמורים ואפילו להקל".

)

איז דא א שטיקעל נאכדעם וויאזוי ער ענדיגט צו די שטיקעל? עפעס מאכט נישט קיין סענעס דא?!

בכלל, אפשר זאגסט אביסל איבער די הגהת חתם סופר? איז זאכען וואס דער חתם סופר האט אליינס געשריבען? אדער זאכען וואס מען האט מלקט געווען בשמו?

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 2:12 pm

· #27451
פריינדליך
איז דא א שטיקעל נאכדעם וויאזוי ער ענדיגט צו די שטיקעל? עפעס מאכט נישט קיין סענעס דא?!

איך האב צוגעשריבן פונקטליך די מקור ווי ס'שטייט, און אויב שטימט דיר נישט עפעס דאן זיי מוחל און נעם ארויס דיין גרויסן גראבן שו"ע און קוק עס נאך.

ניו יארק » מאנטאג יולי 23, 2012 3:55 pm

· #27496
ווער וויל זיך צאמשטעלן מיט מער אלץ בי"ד? איך האב א ליסט פון מענטשן וואס וואלטן ווען געוואלט זיין גוים אבער זיי זענען נעבעך געבוירן געווארן אלס אידן (עפ"ל) איך וואלט זיי די טובה געטון.

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 23, 2012 4:13 pm

· #27515
אפקעינהו רבנן לקידושין מיניה - די רבנן קענען מאכען יענעס קידושין אויס קידושין, דאס זאגט דער נוסח "הרי את וכו' כדת משה וישראל". די קינדער ווערען נישט קיין ממזרים למפרע היות זי איז געוועהן א פניה. זעה דארט דעם העליכען תוספות אויף עמוד א'.

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 4:21 pm

· #27522
נוי יארק
ווער וויל זיך צאמשטעלן מיט מער אלץ בי"ד? איך האב א ליסט פון מענטשן וואס וואלטן ווען געוואלט זיין גוים אבער זיי זענען נעבעך געבוירן געווארן אלס אידן (עפ"ל) איך וואלט זיי די טובה געטון.

פאר נישט אריין און די שמיעס, ווייל ליידער האב איך געזען ווי א ארקענטע מחנך רעדט זיך זייער אפ, אז אלמלא מען זאל געבן די אויסוואל פאר אונזערע 15 17 יעריגע בחורים אז זיי קענענן אליינס נעמען די אויסוואל ווי אזוי זיי ווילען אנגיין און לעבן וואלט מען זייער אנטוישט געווארען פון די מספר וואס וואלטען געגאנגען אנדערש ווי די ווילסט,

יענער האט די מסקנה אז מען רעדט נישט גענוג פון ידיעת השם מציאת השם וואס אידישקייט איז אא"וו, עס איז אבער א ווייטאגליכע מציאות,

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 23, 2012 4:42 pm

· #27538
Re: בי"ד קען מאכן יענעם אויס איד...
א פלא פין א זאך.
עס שטייט נישט אין היסטארי אז מען זאל איינעם האבען געמאכט אויס איד, למשל א משומד וואס וויל נישט געבען א גט ועוד ועוד.
גיי קלער אריין וואס געשעהט מיט די ווייב פין איינער וואס ווערט אויס איד, א גט קען ער נישט געבען, און געשטארבען איז ער נישט.

על כל פנים, ווער וויל זיין א גוי לויט די חתם סופר?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נס קאווע » דינסטאג יולי 24, 2012 4:46 pm

· #28044
ווייניג פון די וואס זוכן די היתר דארפן צוקומען דערצו

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 4:49 pm

· #28045
לכאורה איז דאס אן ארגומענט פארן ארויסשניידן רעפארמער פון כלל ישראל, ניין? די שאלה איז ווי די נפק"מ כאפט. אז דער רעפארמער בי"ד קען נישט ארויסשניידן דעם חת"ס פון כלל ישראל?

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 4:58 pm

· #28049
לפי ידיעתי איז א שטיק צייט צוריק פארגעקומען א זיצונג פון אסאך רבנים, און מען האט געפלאנט ארויסצושטעלן דעם באקאנטן זינגער/רב פון כלל ישראל. עס איז נישט געקומען לידי מעשה מחמת כמה סיבות, אבער כפי השמועה איז דאס געווען דער פלאן.

נס קאווע » דינסטאג יולי 24, 2012 6:12 pm

· #28094
(כמעט)נישטא ווער זאל עס אפקויפן

איחוד פעלד » דינסטאג יולי 24, 2012 8:33 pm

· #28168
איז ליפא א גרעסערע פראבלעם ווי דער אינטערנעט??

הצד השווה שביניהם אז די רבנים האבען מורא אז ביידע וועלען זיי אונטערייסען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:04 am

· #28790
און דאס ברענגט מיר צו די מחשבות פון די היינטיגע רבנים.

אין שו"ע איז דא הלכות ווען א שחיטה איז כשר און ווען פסול. אבער היינטיגע רבנים, כדי צו זיין "גודרין גדר ועומדין בפרץ" האבן מוסיף געווען אז ווער עס האט אינטערנעט, איז שחיטתו פסולה.

דאס טייטש, אז טאמער א שוחט האט באמת א יצה"ר, און באהאלט אינדערהיים סיי וועלכע כלי, קומט אויס אז ער איז מכשיל כלל ישראל מיט זיין שחיטה פונקט ווי פינקל? כאטש ע"פ הלכה האט ער מקיים געווען די שחיטה אליין מיט אלע הידורים ע"פ שו"ע?

קענען זיי דאס טון? און אויב יא, ווי נעמען זיי די אחריות דערויף? און אז אנדערע זענען מחולק מיט זייער מיינונג? קען מען עפעס ארומשפילן מיט אידישקייט אזוי ווי א שפילצייג? איז טאקע "אין לך אלא כהן שבימיך" באמת, אז זיי קענען טון בדורינו וואס חז"ל האבן געטון בשעתם?

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:17 pm

· #28839
די רבנים קענען נישט אסר'ן קיין שחיטה מצד די הלכה (ניטאמאל דעת בעל הבית) זיי קענען סך הכל בעטן זייערע מענטשן אז זיי זאלן קויפן א פלאץ ווי מ' נעמט נאר חשובע שוחטים וואס זענען חשוב אין זייערע אויגן

פריינדליך » פרייטאג יולי 27, 2012 12:41 pm

· #29271
שמעקעדיג
אבער היינטיגע רבנים, כדי צו זיין "גודרין גדר ועומדין בפרץ" האבן מוסיף געווען אז ווער עס האט אינטערנעט, איז שחיטתו פסולה.

וועלכער רב אדער רבי האט אזוי געזאגט?

קיינער האט דאס נישט געזאגט,

זר זהב » פרייטאג יולי 27, 2012 1:04 pm

· #29287
דאכט זיך רב וואזנער און מהר"א

פריינדליך » פרייטאג יולי 27, 2012 1:37 pm

· #29306
זר זהב
דאכט זיך רב וואזנער און מהר"א

מהר"א האט עס נישט געזאגט, און הרב וואזנער האט עס נישט געשריבען,

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 27, 2012 2:20 pm

· #29317
פריינדליך
זר זהב
דאכט זיך רב וואזנער און מהר"א

מהר"א האט עס נישט געזאגט, און הרב וואזנער האט עס נישט געשריבען,

גיב א קוק דא

ער פירט אויס צום סוף: הנימוק: דברי הגר"ש וואזנר והאדמו"ר מסאטמר, לפיהם, שוחט שברשותו מכשיר עם אינטרנט, שחיטתו פסולה.

פריינדליך » פרייטאג יולי 27, 2012 5:31 pm

· #29352
שמעקעדיג
פריינדליך
זר זהב
דאכט זיך רב וואזנער און מהר"א

מהר"א האט עס נישט געזאגט, און הרב וואזנער האט עס נישט געשריבען,

גיב א קוק דא

ער פירט אויס צום סוף: הנימוק: דברי הגר"ש וואזנר והאדמו"ר מסאטמר, לפיהם, שוחט שברשותו מכשיר עם אינטרנט, שחיטתו פסולה.

אדמור מוהר"א האט געזאגט ברבים אז זיינע שוחטים/מלמדים/סופרים/כלי קודש קענענן נישט האבען קיין אינטערנעט, זיי וועלען פארלירען זייער פאסטען אויב מען וועט זיי כאפען מיט אינטערנעט,

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 5:45 pm

· #29354
קיין אינטערנעט בכלל? אפילו געפילטערטע און אפילו אין א אפיס (נאך די מלומדות)?