☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ווען פאעזיע קלעבט צום וואנט

ווען פאעזיע קלעבט צום וואנט

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11702

עזרא » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:15 am

· #381930
ווען פאעזיע קלעבט צום וואנט
טוה דיך אן די הויזן
ווארף ארויס די שיך
קריך ארויס פון בוידעם
לויף אריין פון טיר

קלאפ אראפ דעם לולב
שאקל מיטן האן
הענג דיך אויפן גארטל
און לעב א גוטן טאג

פייפ ארויס א שברים
דריי א היסב בעט
שמייכעל צו דיין טאכטער
גראגער אויף די וועלט

שרייב אונטער די טראקטער
קראכן זאל די באנק
לייג צוזאם דעם רעקל
די תפילין אינעם שאנק

קום שוין נישט אהיים
ס'ווערט שוין באלד ביינאכט
גיס שוין אויס די קאווע
טרונק נישט אויס דעם שלאס

פארוואס זאל לידער גראמען?
ווען פאעזיע קלעבט צום וואנט
אראפ שוין מיט די יוצרות
פארדריי מיך נישט דעם קאפ!