☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11699

כוכב » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 11:52 am

· #381833
ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"
טו טו טורורו טו, דער רבי איז שוין דא-טא, דע רבי איז שוין דא. דער בער איז אויפגעשטאנען פון שלאף, #נעווער סעי נעווער.
קוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאטער! (קרעדיט: מאיר גוטמאן, בארא פארקער שמש ענד קא.)
מזל טוב מזל טוב, ראובן האט מיך א נאמען געגעבן חיים שטערן, פארט פון זיינע משוגעתן, קרא שמו בישראל, כ'ווארט יעצט מיין מזל זאל זיך טוישן.
כא'געזאגט פאר ראובן ער זאל זיך אויסטון זיין שניפסל און באזייטיגן די בליי פון זיין אויער און די רויטע פעדער פון זיין הוט, מ'קען נישט אזוי פירן קיין פארמעסט, מ'דארף ארומטשילן מיט'ן עולם, קלאפן פלייצעס און גלעטן בערד (קרעדיט: אפטעמיסט), און אזוי ווערט א מצב, קיינער גייט נישט קלינגען דיין בעל און זיך פארנויגן 'געערטער מאיעסטעט כ'האבן אן ארטיקל פאר אייער עקסעלענץ.'
טאכלעס גערעדט, א פארמעסט איז אין גאנג, מ'גייט אריינשיקן ארטיקלען און דער עולם גייט רייך ווערן פון די גיפט קארדס, איך בין איינע פון די זשאזשעס, סאו פליז, די סיסטעם איז נישט ריגגד, קיינער זאל מיך נישט שיקן קיין ארטיקלען.
אסאך שיינע ארטיקלען זענען שוין אריינגעקומען (כ'ווייס אבער נישט געהעריג פון וועמען, ראובן האלט מיך אין דער טונקל) און מ'דארף און מ'קוקט ארויס אויף נאך.
די דעדליין איז טייט, ר"ח אלול, די פיש אין וואסער ציטערן שוין, ווער ס'איז "אין" זאל שיקן אן אישי פאר ראובן און ווען מ'קען ערווארטן זיין ארטיקל, ווער עס דארף נאך חיזוק קען קומען צו מיר אין אישי און כ'על אים פרובירן צו מחזק זיין אז ער זאל שרייבן.
נאך איין פוינט, "שרייבן פארמעסט" איז עפעס א זויערע קעפל, בערך ווי "א ווארט פון דער רעדאקציע", כ'דארף עפעס יוניק, עפעס פריש, ווער האט א גוטן טעגליין? ווער קען מאלן עפעס א שיינע מאסקאט ווי זושאלע פון קינדליין? וואו זענען מיינע גראפיקער? עפעס א שיינעם לאגא, רויטע ביזטא? די עד פאר'ן פארמעסט אין וועקער איז געווען טויטע באנקעס לדעתי, האט אויסגעזען ווי א נוסח המציבה, מ'דארף אביסל גוטע ברענדינג פאר דעם פראיעקט. ווארפטס אריין אייערע געדאנקען און שפעקולאציעס און לאמיר מאכן קאווע שטיבל גרעיט עגעין לעיק נעווער עווער בעפאר.
#דער_אלטער_פאטער_יאנקעב_ער_איז_א_הייליגער_מאן

כוכב » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 11:59 am

· #381835
דאס וואס איינער האט געשריבן דארט אין אשכול אז דער שרייבן פארמעסט איז אין גאנג פון די לעצטיגע כשרונות פארמעסטן איז סתם דאמירן בעלמא ווייל מיר האבן געהאט דא א פאעזיע פארמעסט מיט אזעלכע לייבן ווי קאווע טרינקער און לעמאן זשוס זכותם יגון ואנחה, נאך ווען יענער איז געווען אין די ווינדלען און דאס האט נאכגעפאלגט מיט דער היסטארישער שושנים פארמעסט.

כוכב » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 3:48 pm

· #381861
איך האלט באמת אז ווען ס'קומט צו שרייבן פיקציע איז די הימל די לימיט, לערנט אייך פון יצחק וואלד, איין חודש שרייבט ער א חלום וואס לא היה ולא נברא, די נשמה נעמט ער מיר ארויס ביז מ'טרעפט דעם צולייגער אין בעט אונטער די קאלדרע, א צווייטע מאל שרייבט ער א מעשה וואס האט נעכטן געקענט געשען מיט מיר און דיר און ס'אנטהאלט נישט עפעס באזונדערס, ס'הענגט אין דער לופטן, ס'מיינט נישט גארנישט און ס'זאגט נישט גארנישט, קיינער ווייסט נישט וואס די מעשה דארף צו קויפן, ס'איז א ראמאן אן קיין ראמאנס און א דראמא אן קיין דראמא, און דאך מאכט עס א גוטע געשיכטע!...
והנוגע לענינינו, אז איר ווילט שרייבן א געשיכטעלע פאר'ן שרייבן פארמעסט, געדענקט אז די סקיי איז דע לימיט. קענסט שרייבן א סייענס-פיקשען סטארי ווי הארי פוטער און שלשה אחים, און פונקט אזוי קענסטו גיין ביז צום אנדערן עקסטרעם און באזירן א געשיכטע אויף ווירקליכע איבערלעבענישן פון טאג צו טאג, און בויען די קערעקטערס אויף דיינע ארומיגע מענטשן וועמען דו קענסט.
אלנפאלס, איך קוק ארויס צו ליינען דיין ארטיקל וואס דו שיקסט אריין, צי קאמעדיע צי דראמא, סיי וועלכע זשאנער פון סטארי-טעלינג דו וועסט אויסוועלן, וועט עס מיר זיכער פאראינטערסירן, געדענק נאר, לאז די פאנטאזיע שפינען דעם געוועב און נאגל דיך נישט אראפ צו קיין שום דאגמעס.
בהצלחה
#טירן_טויערן_וועלן_זיין_אפן

קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:10 pm

· #382178
אלע ארטיקלען וואס שרייבערס שיקן אריין פאר דעם פארמעסט גייט אריינגיין אינעם וועקער?

פליקער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:34 am

· #382223
Re: ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"
'שריפט שטיבל' דאס איז וואס איך העט וועין געקלערט
איך קלער אז דער געווינער זאל באקומען עפעס א טיטל אויף זיין ניק, ווי א סערטיפייד 'שריפטלער' אנשטוט 'שר האלף'

כוכב » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:30 pm

· #382263
כהאב באמת נישט קיין אנונג ווער עס האט שוין יא אדער נישט אריינגעשיקט אן ארטיקל, אבער נאכ'ן ליינען דעם שבת דער ראדמינער פראצעס פון @אנאנים וויל איך דא עפענען א פעטיציע אז געוואגטקינד ווי ראובן רופט אים, זאל אריינשיקן אן ארטיקל צו דעם פארמעסט.
ער האט א כוח פון שילדערונג חד בדרא. ווען ער האט אראפגעמאלן די רויעך פון די דאמף שיף וואס פארלאזט די האפן אין פראנקרייך האב איך געשפירט ווי די רויך קנוילן פאטשן מיר אין פנים און דערשטיקן מיין אטעם.
ווער עס וויל אונטערשרייבן די פעטיציע זאל געבן א לייק. (כ'הא א לייק דעפיציט, ווארף אריין א לייקל צוויי און האב אינזין בשם כל ישראל ועל דעת מרן מהראנאנים ז"ל וכל הצדיקים. טענקס.)
#גיימער_קיין_דותן

מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:24 pm

· #383875
Re: ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"
איך בין געווען זיכער אז ס'וועט זיך רודערן.
דער רודערער איז איינגעשלאפן ביים רודער?