די טיילונג
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11698
די טיילונג
ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט הערט מען אלס מענטשען וואס זענען נישט צופרידען מיטן "סיסטעם", אלע פראבלעמען וואס מ'האט בלעימד מען גלייך אויפן סיסטעם, הצד השווה וואס באדערט מענטשען איז די קאנטראל וואס איז משעבד איינער וואס טראכט נאר א משהו אנדערש פון די אנגענומע מיינונג פון די סביבה, דאס אנטי-אינדיווידואליטעט עטיטיוד וואס הערשט במחנינו אונטערדרוקט א יעדער וואס פרובירט נאר צו טרעפן זיין פינטעלע זיך. נישטא דא קיין פלאץ פאר גארנישט ניי. דאס זוהן דארף אויסזעהן פונקט ווי זיין טאטע, וואס מאכט נאך זיין פאטער -וואס האט עס גראדע געמיינט אמת'דיג- אבער בדורנו זה איז עס אסאך מאל בלויז פון דרויסן, נאכצומאכן יענער אין אויסזעהן די זעלבע ווי יעדעם, הן ברוח והן בגשם.
ווי יעדער איז עדות, איז אין די לעצטע תקופה צוהט די שטריקן גאר שטארק אויף רעכטס, און א מיינאראטי עסקנים ואישי ציבור און עקסטרעמע רבנים שטעלן אראפ די טאון פון די קומענדיגע דורות וואס ווערן ב"ה פרומער און פרומער כן ירבה וכן יפרוץ. דאס ערשיינונג חזר'ט זיך איבער טעגליך בכל מיני הינזיכטן, און מ'קען זאגן ס'איז אכשר דרא אויפן העכסטע דרגא. מאידך גיסא וועט קיינער נישט לייקענען, אז מבפנים האט מען געכאפט א שיפע דריי אויף לינקס, הן די גאס איז נישט אזוי ווי אמאל וואס דאס איז משפיע דיירעקט אויף אונז הייפעלע יודען, און פארשטייט זיך ווען ס'מקיום געווארען די פסוק ומלאה הארץ דעה, מיט די ערפונדונג פון די אינטערענעט, ווי אינגערלייט און ווייבלעך קריכן ארויס צוביסלעך פון זייערע פארמאכטע לעכער וואס מ'האט זיי מחנך געווען די אלע יארן, און זייערע לייף סטייל שטומט נישט היינט מיט זייערע סביבה, טו סעי זע ליסט. דאס סתירה פראסקעט אין פנים, און מ'ציעט אונז פון ביידע זייטן מיט אייזענע כחות.
ווען אימער איך ברענג ארויף דעם שמועס ביי שאלעשידעס, איז מערווייניגע די נחמה אז מ'וועט נישט קענען ווייטער אזוי אנגיין, ס'איז אוממעגליך! סוף כל סוף גייט דא בעל כרחו זיין א טיילונג! די חעברע ציען אזוי שטארק אויף רעכטס אז א גרויסן עולם וועט זיך מער נישט לאזן פירן אזוי, און ס'וועט געשעהן עווענטיאל א געהעריגע טיילונג. און אונז חברים זענען זיך מנחם איינער דער צווייטען אז מ'דארף נאך דורך שטופן א פאר יאר אבער מ'וועט אי"ה איינטאג אנקומען צו דעם, מ'וועט קענען פירן אידישקייט מיט שטאלץ אהן די אלע עקסטרעמע מנהגים און מנהיגים.
אזוי בליקענדיג און דעם נייעם וועקער (5), זעה איך אז קטלא קניא איז פיין מסכים מיט מיר. אזוי שרייבט ער: "עס פרעגט זיך שוין נישט די שאלה פון עד מתי, ווייל עס איז נישט מעגליך אז אונזער דור וואס האלט ביי אזוי ווייניג מיט אזא דעקאדענטע פירערשאפט זאל קענען אויפצוען א דור ווי אונז. ערגעץ וואו וועט עס קראכן!" און אזוי הער איך כסדר ווי מענטשען פלוידערן אז וואן דעי קומט די קראך.
אבער די מיליון דאלאר פראגע וואס מוטשעט מיר איז ווי איז די קראך? פארוואס האט דאס נאכנישט עמטליך פאסירט? אויב ס'איז דא אזא גרויסן עולם וואס באלאנגט נישט דא, פארוואס מאכט מען נישט איינמאל פאר אלעמאל שבת פאר זיך? איך פרוביר שוין צו אויס ארבעטען פלענער, אויב געשעהט יא א טיילונג, ווי טיילט מען דאס איין? יעדע וועט טיילען כלל ישראל ווי ער האלט מ'דארף שניידן, אריינקומענדיגע די וואס ער האלט זענען מיט איהם בדעה אחת - און ארויסווארפן ס'איבעריגע אויף די אנדערע זייט מחיצה..
עד שבאה מלך שפירא און מיר אויפגעוועקט פון מיין חלום.. פריי דיך נאך נישט אזוי שנעל.. קיין טיילונג פאסירט גארנישט אין די ניר פיוטשער. "עס איז אמת אז א סך חרדים זענען נישט צופרידען וכו' אבער איך האלט נישט אז מ'קען ערווארטן אן אויפשטאנד. למעשה קוקט אויס אז די אינטעלעקטואלן זענען צופרידן צו בלייבן אין זייערע קהילות אפילו אויב זיי זענען נישט בסדר מיט אלעם וואס זיי זעען. וכו'. דהיינו אז מ'קען נישט אוועק גיין ווייל ס'וועט יצא שכרו בהפסדו, דאס לעבען וועט זיין פיל גרינגער און לייכטע אויב באשליסט צו בלייבן, עס לוינט זיך צו קאמפראמייזן דאס ביסעל הרחבת הדעת, פאר א ראויגע לעבען. אין אנדערע ווערטער, אונזער סיסטעם איז אזוי שטארק אז איינער וואס גייט ארויס אביסעל פון די סיסטעם איז שוין אוטומאטיש ארויס פון די סיסטעם, און די סיסטעם איז, אז איינער וואס איז ארויס פונעם סיסטעם, איז שוין נישט א חלק פונעם סיסטעם.
איז דא דא איינער וואס קען מיר נאך געבען האפענונג? גיי איך נאך דערלעבן א טיילונג? און אויב שוין יא א טיילונג, וועט עס זיין גענוג שטארק, אז ס'וועט מיר לוינען צו זיך אריבער כאפן אהין? ועל כולם איז שייך צו מאכן א טיילונג וואס מיינט נאך אלס זיין א חרדי אבער אהן די אלע קרעפ און פרעשור? וועט זיין א טיילונג וואס מ'וועט זיך מוזן מוסר נפש זיין צו זיין א חלק דערפון? וועט דאס זיין ג'אסרט דארך די הייליגע רבנים אלס די נייע משכילים?
אדרבה, וואס וועט דא זיין?
נ. ב. ווי איר זעהט דאס איז געשריבן געווארען לאנג צוריק, כ'האב געהאפט צו פארבעסערן די שפראך און גראמאטיק אבער לא עלתה בידי. די עיקר איז די מעסעדזש..
טאמער וועט זיין א טיילונג וועט עס זיין פין די פרומע וואס וועלען ארויסווארפן די נישט פרומע, מען וועט אסר'ן מוסדות צו נעמען קינדער פין שטיבער מיט סמארטפאנס, אדער אפילו פין שטיבער וואס איינער פין די עלטערן ארבעטן אויף א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, און די אידן וועלען בעל כרחם מוזען עפענען אייגענע מוסדות.
דערווייל וועט מען דאווענען אין איינעם, אבער די קינדער פין די אינטערנעט מוסדות וועלען ארויסקומען אנדרעש און די קינדער פין די נייע מוסדות וואס וועלען ווערען רבנים וועלען נישט קענען פסק'ענען שאלות פאר די פרומע קהילות, זייערע הכשרים וועלען זיין ווי היינט א"י.
אבער עס וועט נעמען צוואנציג דרייסיג יאר ביז דאס וועט למעשה זיך פארמירען, און די יארן קען מען נישט אנהייבן ציילען פאר מוסדות פאר אינטערנעט משפחות ווערען געגרינדעט.
למעשה גייט עס לכאורה קיינמאל נישט געשעהן, ווייל עס איז דא מער ווי צויי סאטמארע קהילות, און לאמיר זען זאגען אז סאטמאר איז גענוג גרויס און קען באשטיין צו פארלירן א האלבער עולם, וועט נאך זיין גענוג און נאך רבי'ס וואס וועלען זאגען נאך חסידים און אננעמען קינדער פין אינטערנעט שטיבער.
איז לעת עתה איז עס א שיינער חלום, און גייט לכאורה נישט געשעהן.
חלומות באספמיא
אפילו די וואס לעבן א אנדער סטיל לעבן זייט די טעכנעלאגיע פארפלייץ, זענען נישט סטאביל צו זייער מהלך, איין טאג איז ער אזוי און א צווייטע טאג אזי, ד.ה. עס וועט נישט סטאביליזרען זיך א אנדערע סארט מחנה חוץ די א.ט.ד. וואס גייען אינגאנצן אוועק און לאזן קלין די אידישע מחנה פין זייער footsteps,
די טיילונג קען מען היינט זעהן פאסירן זייער שנעל ווען אין נייע געגנטער וואס וואקסן לעצטנס ארויס ווי שוואמען אין די ערטער ווערן זייער שטארק צוטיילט די סארט מענטשן, פרימערע קרעמלן באזינדער די אנדערע סארט ווילן זיך שיידן און זיין פאר זיך, אמאל איז אנדערש געווען.
איך מיין אז דער טיילונג איז שוין פעסט דא צו מ'רופט עס ביים נאמען צי נישט
איש את רעהוחלומות באספמיא
אפילו די וואס לעבן א אנדער סטיל לעבן זייט די טעכנעלאגיע פארפלייץ, זענען נישט סטאביל צו זייער מהלך, איין טאג איז ער אזוי און א צווייטע טאג אזי, ד.ה. עס וועט נישט סטאביליזרען זיך א אנדערע סארט מחנה חוץ די א.ט.ד. וואס גייען אינגאנצן אוועק און לאזן קלין די אידישע מחנה פין זייער footsteps,
די טיילונג קען מען היינט זעהן פאסירן זייער שנעל ווען אין נייע געגנטער וואס וואקסן לעצטנס ארויס ווי שוואמען אין די ערטער ווערן זייער שטארק צוטיילט די סארט מענטשן, פרימערע קרעמלן באזינדער די אנדערע סארט ווילן זיך שיידן און זיין פאר זיך, אמאל איז אנדערש געווען.
אויב אזוי איז זייער גוט. נישט אזוי האט די נביא געזאגט עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעפים אם ה' האלקים לכו אחריו ואם הבעל לכו אחריו.
הער אויס, אז די חרדים וועלען נישט זיך אויס מענטשלען און אויף הערען צו פאניגען דאס מענטשהייט וועט מען מוזען די צווייטע אפשען כדי צו סארווייווען. מי יתן אז מ'זאל שוין אפ אטעמען פון די גזירות המתגברות מידי יום ביומו.
ליפאאיך מיין אז דער טיילונג איז שוין פעסט דא צו מ'רופט עס ביים נאמען צי נישט
ס'קען זיין אז ס'פעסט ביי רובא דרובא פונ'ם ציבור אין הארץ. אבער פון בסתר כבגלוי, ריעליסטיש און פראקטיש גערעדט, איז נישט אזוי שנעל.
וואלווי: אבער א גרויס חלק פארוואס דער עולם איז אנגעווייטאגט. חוץ די ממשות'דיגע פיזישע שוועריגקייטן וואס די היימישע מוסדות החינוך מאכן אן. איז דאס היפאקריטישקייט פון א סאך פון די רבנים. וועלכע זיי און זיייערע קינדער לעבן א גוטן טאג. פארזארגט מיט אייגענע הייזער און וואקאציעס אין פלארידא און קאליפארניע עטליכע מאל א יאר. און דער המון עם מוטשעט זיך זיייער שטארק אויף פרנסה. און מיט מסדר זיין נארמאלע דירות און לעבנ'ס באדינגונגען פאר זיך און פאר זייערע קינדער. און די רבנים און מנהיגים פון זייערע הויעכע פאזיציעס קומען אויף מיט נייע גזירות חדשים לבקרים צו מאכן מער שוועריגקייטן. און די פאני זאך איז אז די בנש"ק'לעך און די גבירים זענען עקזעמפט פון די אלע זאכן...! פארוואס זאלל זיך דער הייליגער רב וועלכער זארגט אזוי שטארק פאר מיין רוחניות, זיך נישט אינטרעסירן צו איך האב פון וואס צו מאכן שבת. אדער זונטאג. אדער איך און מיינע קינדער האבן א דאך וואו אריינצושטעקן די נאז. און דעם גאנצן גוף...!
Re: די טיילונג
ווי לאנג די נישט פאנאטישע האלטען זיך ׳שוואכער׳ אין אידישקייט, וועלען זיי זיך נישט קענען אפטיילען. אז דו זעסט א צורך צו מאכען א טיילונג, מאך זיכער צו זיצען און לערנען, דאווענען ערליך, און היטען מצוות ערליך, כדי די טיילונג זאל קומען פון אן ערליכער פלאץ, און נישט פון די סקריקין. אנישט, וועט די שלעגעריי ווידער זיין אהרן זלמן לייב, ציונות און נאך אזעלכע אומווירדיגע נאנסענס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: די טיילונג
כ'ווייס נישט ווי ליפא זעהט עס. איך זעה נאר ווי יעדער שטעלט זיך צו ווי וואוילע קינדער צו יעדער תקנה וואס פאלט איין פאר די רבי אדער מנהל המוסד. אנגעהויבן פון די פונקטליכע לבוש, מעיקאפ ווער ס'מעג פירן דאס קאר, און געענדיקט ביי טעקנאלאדזשי געצייגן.
ווען מ'האט גהאנדעלט מיט אלע פירצות במשך די יארן, איז לכאורה געווען א מיעוט וואס האט זיי געבאדערט. אבער היינט אין 2017 איז דאס נוגע פאר א ריזן חלק פון די עלטערן. א ריזיגע חלק שעלטן אריין אבער האבן נישט קיין אנדערע ברירה, א חלק פייפן אריין במישרין ובעקיפין. בעיקר הייבט זיך אהן אלע ווילדע תקנות פון גאר עקסטרעמע עלעמנטן וואס זענען משכנע א מנהיג, ער מאכט שטרענגע תקנות, און פון דארט מאכן אלע מוסדות נאך איינס ביי איינס, ווייל זיי ווילן אויך זיין אויף די פרומע ליסט. איך וואלט ווען ג'חלומט און געהאפט צו לאזן די מיעוט זיך אפטיילן און לאזן מנוחה דאס רעשט הייפעלע יודן. אלס בלייבט ביים אלטן, נאר נארמאלע...
ווען מהאנדלט מיט אזא ריזן ציבור וואלט שוין געמעגט זיין א היימישע קרייז, וואס איז ערליך און אויסגעהאלטן אבער נישט מיט די שטרענגע משוגע'סן.
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אלע מוסדות גייען צוביסלעך אסרן סמארטפאון'ס אפילו לצורך פרנסה.
אפשר איין טאג וועלן זיי אסרן פליפ פאונס אויך, ווייל כולו חדא גזירה הוא. און מיינסט איינער גייט שטעלן א ווידערשטאנד? יו וויש!
מ'זעט עס טאקע נישט אבער ס'איז palpable אין די לופט ווי הייסע פולווער וואס וויל אויסשיסן
Re: די טיילונג
ריכטיג, אבער לכאורה פאר די זעלבע סיבה וואס ס'האט נישט געקראכט ביז היינט, וועט אזוי זיין ווייטער . מה היום מימיים. בעיקר האב איך מורא, אז די גרעסטע פראבלעם איז, אזוי ווי ליטוואק איז מרמז, אז אויב וועט די קראך יא קומען וועט עס זיין דורך די גאר שוואכע עלעמענטן, ווייל בלויז זיי האבן די גאטס. די אלע מענטשען אינדערמיט וועלן בלייבן און די פארנאטישע חדר. און דעמאלס האב מען גארנישט דערפון.
Re: די טיילונג
אויב היסטאריע חזרט זיך איבער, דאן איז עס זייער ווייט פון טיילונג, ווייל א סאקסעספולע טיילונג ווערט נאר געמאכט ווען פרימע טיילן זיך אפ פון ווייניגער פרימע, נישט די ווייניגער פרימע פין די פרימע.
נעמט א משל פון די לעצטע געלינגענע טיילונינגען. בני יואל זיך אפגעטיילט פון די מאנרוי מוסדות, ווייל מאנרוי איז נישט געווען געניג פרים. מען האט געכאפט א מוסד נעמען פין די מדינה, זיך אפגעטיילט סאקסעספולי און געמאכט שבת פאר זיך און פארשטייצעך אליין אנגעהויבן נעמען בשעה טובה. תיכף דערנאך נאך א טיילונג.
סאקסעס קומט נאר ווען מען ניצט די רעליגיע קארטל בצירוף אביסל דזשיהאד און א טיילונג איז אין די מעיקינג.
משא''כ דא ביינינז איז די מוסד בתוקפו און שטיפן ארויס די אינטעלאגן און וועלן מצליח זיין. אינטעלאגן זענען צי קליג צי מאכן אפטיילונג, וואס מען ברויך טיען מצליח צי זיין איז ברענען די פרימע ביז זיי ברויכן זעלבט הייבן פיס. ווי למשל ר' שמעון יואל וו''ב'ס נייע מיידל סקול, ווייל די תקנות המסדות זענען נישט געניג פרים.
@פליקער האט עס גאנץ גוט ארויס, די איינציגסטע וועג פאר א טיילונג איז נאר דורך די זעלבע קאנצעפט אבער מער ראדיקאל. און אונזער סיסטעם אזויווי עס איז וועט נישט ווערן צופיל שוואכער. וואס מיינט אז ס'וועט נישט ווערט זיין אויף דאס וואס מיר האפן.
נעמליך אבער טראכט איך אז עס קען אפשר קומען דורך אן אנדער אופן. דהיינו. עס וועט אויפשטיין א רבי חדש. מעגליך חדש ממש, מעגליך שיתחדשו... וואס נאכ'ן זעהן וואס די פירות וואס די איצטיגע מהלך ברענגט איהם, און אז עס איז ווייט פון ריכטיג. סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחברו. וועט ער דאן באשליסן צוטוהן אביסל פארן ציבור און אסאך פאר גאט. און וועט פארמאל דערקלערן און אנערקענען אז דער סטאלינער איז גערעכט. און וועט מאדיפיצירן זיינע מוסדות און איפרעסטראקטור לפי צורך השעה. ס'וועט נישט גיין גרינג אבער א טיילונג וועט עס קענען אנמאכן.
קורקלענד@פליקער האט עס גאנץ גוט ארויס, די איינציגסטע וועג פאר א טיילונג איז נאר דורך די זעלבע קאנצעפט אבער מער ראדיקאל. און אונזער סיסטעם אזויווי עס איז וועט נישט ווערן צופיל שוואכער. וואס מיינט אז ס'וועט נישט ווערט זיין אויף דאס וואס מיר האפן.
נעמליך אבער טראכט איך אז עס קען אפשר קומען דורך אן אנדער אופן. דהיינו. עס וועט אויפשטיין א רבי חדש. מעגליך חדש ממש, מעגליך שיתחדשו... וואס נאכ'ן זעהן וואס די פירות פונעם איצטיגע מהלך ברענגט איהם, און אז עס איז איז ווייט פון ריכטיג אזויווי עס איז. סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחברו. וועט ער באשליסן צוטוהן אביסל פארן ציבור און אסאך פאר גאט. און וועט אנערקענען אז דער סטאלינער איז גערעכט. און וועט מאדיפיצירן זיינע מוסדות און איפרעסטראקטור לפי צורך השעה. ס'וועט נישט גיין גרינג אבער א טיילונג וועט עס קענען אנמאכן.
די אמת איז אז ס'שוין דא א שטיקל אויפוואכונג און דעם דיירעקשאן. נעם למשל א יואל ראטה. ער איז טאקע ווייט פון מעינסטרים, אבער דאך מיט צוואנציג יאר צירוק איז נישט געווען א מדובר פון אזא זאך. בכלל די געדאנק אז א גרויסע חלק בני הקהילה פון די עסטעבלישמענט האבן זיך זייערע אייגענע משפיעים וואס איז אויך נישט עפעס וואס איז אמאל געווען. ועל כולם די גאלדענע אינטערנעט וואס איז די וויהיקעל וואס האט געברענגט אפענקייט. מ'קען זוכען דא אין גארטען. די ווועקער, וואס איז אן אפישיעל פרינט עדישען פון מיינונגען פון פרומע יודען וואס וואוינען אין חרדישע געגענטער דוקא, איז א שטארקע ראי' אז ציבוסלעך קומען די אינערליכע געפילען צום אויבערפלאך און ווערען מער למעשה'דיג. און דאס איז אויך נישט געווען צען יאר צירוק. ס'איז טאקע נאך גאר ווייט, אבער ס'דא א מעגליכקייט אז ציביסלעך זאל דורך שניטליכע פרומע יודען אביסעל אפשאקעלען פון די עסטעבלישמענט טעראר.
יואל ראטה טוהט טאקע גוט, אבער לדעתי איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז ס'וועט נישט אנגיין אזוי אויף אייביג. ווייל זייער אסאך פון וואס ער טוהט איז מעגליך נאר ווייל אן דעם וואלט ער זיך נישט געקענט אויפבויען, ממילא טוהט ער דאס זעלביגע ווי אונדזערע האבן געטוהן ווען זיי האבן זיך געבויט. אבער איינמאל ער וועט זיך עסטאבלישן שטארק, און די אלע היינטיקע מעלות זיינע וועלן זיך פלוצים איבערדרייען צו חסרונות וועט ער געבן א דריי מיטן וויידל און א גוטן טאג.
סתם א קאנספיראציע. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט זיין אפעראציע צו וואוסן באמת.
נעגעל וואסער
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אפשר קענסטו זאגן מער דערוועגן? איז דאס טאקע אזוי? למשל וועלכע מוסדות? און וואס גענוי מיינט א בדיקה?
עס ליגט מיר אין קאפ אז אפאר יאר צוריק איז שוין געווען דא אן ענליכער אשכול. איינער ווייסט וואס איך מיין? מען האט דיסקוסירט טיילונג, צי עס קומט, צי עס איז שוין דא, אא"וו.
איך מיין מער ווי איינמאל. איך געדענק פון
@יחיאל יעקבזון זנ"ל. (קען זיין ס'איז לעצטע אשכול דא...)
דאס אפשר
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5885">viewtopic.php?f=24&t=5885&start=0</a><!-- l -->
נע, יענץ איז אן אנדער נושא בכלל.
מסתמא איז עס די פאלגענדע, אבער נישט זיכער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/389">viewtopic.php?f=8&t=389</a><!-- l -->
לדעתי איז דאס נאר א מעטיר אוו טיים. אין צוואנציג ביז דרייסיג יאהר ארום, וועט אן ארטאהדאקסישער איד האבען א גרעסערער בחירה ווי פרום אדער חסידיש ער וויל זיין. די גרויסע רבי׳שע הויפען וועלען צוזאמען פאללען, און דאס לעוועל פון פרומקייט וועט אריבער גיין פון דעם היינטיגען ״קהילה השתייכות״ צו ״משפחה השתייכות״. אזוי אז אזוי ווי היינט איז ניכר אז למשל דער סאטמערער חסיד איז כלומר׳שט פרומער ווי דער רוזינער חסיד. אינעם פיוטשער וועלט וועט דאס ניט זיין במציאות מכמה טעמים מובנים וידועים ליודעי חן. (עס איז שוין הייינט ווינציגער ווי אמאהל. און דאס איז די סיבה אז די מוסדות און חסידישע הויפען פרובירען איינצופיהרען תקנות בע״כ פונעם ציבור). א חרדישער איד וועט שיקען זיינע קינדער אין א כללי מוסדות אדער א כלל חסידי מוסד. און דאס פרומקייט לעוועל וועט זיך ווענדען אין די אינדיוודועללער שטובער. אויף וויפיעל דער טאטע און די מאמע זענען באמת יראי השם וועלען די קינדער נאך גיין. אזיסט און אויף וויפיעל נישט וועט זיך די מוסד קענען שטעללען אויפען קאפ.
וואס וועט קאנטריביוטען דערצו וועט אויך זיין די געאגראפישע פארשפרייטונג פונעם ציבור. עס וועט נישט מעגליך זיין צו האבען אינעם זעלבען שטאט צעהן פארשידענע מוסדות מיט אנדערע לעוועלס אוו פרומקייט. ממילא וועלען די אללע פראבלעמען פון פיער פרעששור זיך ממילא צו גיין. נאר וואס דען מען וועט מוזען מחנך זיין די דורות מיט אן אמת, אהנע בלאף.
Re: די טיילונג
שמעקעדיגנעגעל וואסער
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אפשר קענסטו זאגן מער דערוועגן? איז דאס טאקע אזוי? למשל וועלכע מוסדות? און וואס גענוי מיינט א בדיקה?
מיינסט ערנסט?
אין לעיקוואד מוזען יעדער טאטע מאמע אראפ קומען צו אן אינטערוויו איידער מ׳נעמט אריין א קינד. איך האב געמוזט זיצעו אין פראנט פון דריי נערישע פרויען פאר מיין טאכטער, און מיין ווייב האט געמוזט מיטקומען פאר מיין זוהן.
גיי ליין ווייבער פורום׳ס ווי מ׳רעדט פון טוישען קליידער פאר די אינטערוויו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Yes, I'm really clueless
Re: די טיילונג
ליטוואק פון בודאפעסטשמעקעדיגנעגעל וואסער
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אפשר קענסטו זאגן מער דערוועגן? איז דאס טאקע אזוי? למשל וועלכע מוסדות? און וואס גענוי מיינט א בדיקה?
מיינסט ערנסט?
אין לעיקוואד מוזען יעדער טאטע מאמע אראפ קומען צו אן אינטערוויו איידער מ׳נעמט אריין א קינד. איך האב געמוזט זיצעו אין פראנט פון דריי נערישע פרויען פאר מיין טאכטער, און מיין ווייב האט געמוזט מיטקומען פאר מיין זוהן.
גיי ליין ווייבער פורום׳ס ווי מ׳רעדט פון טוישען קליידער פאר די אינטערוויו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב גערעדט פון א חסידישע סקול. מ'דארף אריבער קומען צום סקול אפיס און עפעס א רעבעצין באטראכט איר פון קאפ ביז פיס און אויך אלעס אינדערמיט. דערנאך דארף מען אינטערשרייבן אז מ'גייט חלילה אנטוהן א לאנגע ליסטע פון ג'אסרטע קליידער.
קוקט מיר אויס אז ווייל אין לעיקוואד איז מען געווארען מער ליבעראל, עשה לו עזר כנגדו און מ'מוז זיין שטרענג אויף פארקערט, כדאי זיכער מאכן אז די גאר מאדערנע חברה קומען נישט קאליע מאכן די אנדערע.
ס'איז דא א בדיקה אין די גמרא אויף די מיידעל איז א בתולה אדער נישט, לכאורה וואלט מען געברויכט איינפירען דער בדיקה אויף אלע מיידלעך יערליך צו זעהן אויב זיי זענען נאך טאקע א בתולה כדת משה וישראל און זענען ראוי אנגענומען ווערען אין די מוסדות.
א טיילונג געשעהט לאנג פאר מ'כאפט זיך און מ'געבט עס א נאמען! ווען די אונגארישע טיילונג האט פאסירט האבען ביידע קבוצות לאנג געהאט אייגענע מוסדות'ן.
ווען מ'האט א נאמען געגעבען די 'השכלה' זענען די ערשטע משכילים לאנג געווען אין קבר.
ווען מ'וועט א נאמען געבען אונזער יעצטיגע אויפוואכונג וועלען אונזער לעפצען שוין זיין דובבות בקבר.
איז דען דא דא איינער וואס האלט אז די אויפוואכונג/טיילונג/השכלה האט זיך נאך נישט אנגעפאנגען?
עד כדי כך?
אמאליגע טיילונגען ביי יודען איז געשעהן אדורך רבנים וראשי עם
היינטיגע טיילונגען ביי אינדז גייט ציגיין מער אויף א וועג פון רעוועלושען סטייל, וואס פלעגט אלטס געשעהן דורך די מאסען נישט דורך די פירער
אמאהל האבען פשוטע עמך יודען נישט געהאט קיין כח צו קענען מאכען א רעוועלושען ווייל די רבנים וראשים האבען זיי אינטערדרוקט
היינט א דאנק דעם הייליגען אינטערנעט קענען אפילי אינדז פשוטע מענטשען מאכען א רעוועלושען
און יאפס, אפשר א טיילונג האט זיך נאכנישט אנגעהייבען אבער א רעוועלושען האלט שוין טיעף אינמיטען
א רעוועלושען מיינט נישט קיין טיילונג, מדארף נישט אוועקגיין איינע פין אנדערען, מדארף אינסייד מאכען דעם רעוועלושען, צו מאכען זאכען בעסער
יעדער פון אינדז קען ביישטייערען צום רעוועלושען, סיי דורכען אינטערנעט סאשעל מידיע און סיי דורך פערזענדליך פארהאלטען רבנים ועסקנים פאר זייערע עוולות
אויב 200 יונגעלייט וועלן פארהאלטען יעדע רב ועסקן פאר זיינע רשעות, יעדע ראש ישיבה פארען ארויסווארפען א בחור, יעדע פרינצעבעל פארען נישט אנעמען א מיידעל, און זיך נישט לעקען זייער מחילה און חאנפען מיט א פיפציגער ביי א שמחה, מוועט זיי זאגען אין פנים ביזט א אכזר, דעמאלטס וועט זיך אויפהערען דאס רשעות, און אינדזער יודישע וועלט וועט ווערען בעסער
קרעקער: איך בין מסכים מיט 99% וואס דו זאגסט. נאר מ'דארף דאך רעזערווירן עפעס פאוער פאר די מנהלי ומנהלות הישיבות וה'סקולס. אין געוויסע אויסנאם פאללן זאללן זיי האבן א רעכט ארויסצושיקן א יונגל/בחור אדער א מיידל פון זייער מוסד. פארשטייצעך. דאס אויך נאר נאכ'ן טרייען פארשידענע אופנים פון אקאמאדירן דעם סטודענט און זיין משפחה. למשל ווען איינער אדער איינע איז א חוטא ומחטיא אדער א העצער און צושטערער און ווילל זיך בשום אופן נישט אונטערווארפן די נארמאלע תקנות און רעגולאציעס. אויך נאכדעים וואס מ'האט שוין פרובירט אלערליי אלטערנאטיווע מעטאדן. אויך נאכדעים וואס מ'האטציך דערגרונטעוועט פארוואס דער בחור אדער מיידל ווילל דווקא רעבעלירן. און מ'איז שוקל דעם מצב בכובד ראש. זאלל מען יא קענען אונטערנעמען עפעס אן אקציע...! נאר נישט זיך ארומווארפן מיט אידישע קינדער. און נאכדערצו מיט אלערליי פאלשע כוונות און היפאקריטישקייט. און איפה ואיפה. פי' דאבל סטענדערדס...!
די נישט אריינעמען יעדן אין אונזערע מוסדות האלט און איין ארויפקומען דא אין יעדע נושא כאילו נאר דאס איז די פראבלעם. לדעתי איז א טיילונג גאנץ ווייניג אנגעהאנגען אין יא אדער נישט אריינעמען. עס איז דא צענדליגע אנדערע געזעלשאפטליכע פראבלעמען וואס שטייגן איבער די אריינעמען/ארויסווארפן פראבלעם.
זיך אפטיילן און פאבריצירען אן אלטערנאטיווער געזעלשאפט איז נישט קיין ענטפער פאר די יסודות׳דיגער פראבלעמען וועלכער ליגען אונטער די אויבערפלעכליכער חסרונות און אזויגערופענער רשעות. די פראבלעמען זענען זייער טיעף און רירען אהן פראגעס אין דיעות און אמונה, שידוכים, הלכה, לימודי חול, מסורת החסידות, פרנסות, וכדו׳.
נאכמער, פאבריצירען א מער מאדערנער געזעלשאפט איז נישט א נייער זאך. איהר קענט רוהיגערהייט שיקען אייערע קינדער אין בית יעקב אדער אין אן אנדערע כלליותדיגער מוסד און דאווינען אין א מער מאדערנערער שוהל. נאר איהר ווילט דאס נישט אפשר, ווייל דאס קומט כמובן מיט איהר אייגענע סעט פון פראבלעמען.
אונטערשטער שורה. א יעדער סיסטעם איז אין א קאנסטענט צורך פון אפגרעידס און מעינטענענס. לדעתי, בלייבט א חסידישער איד אוואו איהר געפונט זיך אצינד. נאר לייגט צו א פליציה אינעם מאדיפיקאציע און מאדערניזאציע פונעם אונזער טייערע געזעלשאפט, באר כרוה שרים ונדיבי עם.
ברענגסט גוט ארויס מיין תגובה, און טאקע דערפאר איז נישט א טיילונג וואס אינדז דארפען מער - אוועקציגיין פון וואו אינדז זעמער, נאר א רעוועלושען און מאכען טשעינדזשעס דא וואו אינדז זעמיר,
מיט קוראזש קענען מיר אסאך באווייזען,וכמה שכתבתי לעיל בתגובה הקודמות
שמעקעדיגנעגעל וואסער
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אפשר קענסטו זאגן מער דערוועגן? איז דאס טאקע אזוי? למשל וועלכע מוסדות? און וואס גענוי מיינט א בדיקה?
עטליכע פון די וואס האבען ארויסגעמופט פון קעי דשעי באשרייבן דעם ענין ווי די ווייב האט געדארפט אריבערגיין א בדיקה פונעם וועד המוסדות/צניעות וואס האט איר דערנאך געשיקט צו עפעס א רעבצין פאר בדיקות 'בחורין ובסדקין'.
ווייסט טאקע נישט פון וואס זיי רעדן?
איך ווינדער אויב דו אלע וואס ווילן טאקע א טיילונג אדער א שטארקע טויש , ווילן זיי פשוט א בעסערע אידשקייט, אדער ווילן זיי באמת א בעסערע לעבן און די העק מיט אידשקייט? ספארקויפט זוך פשוט בעסער ווען מזאגט אטענטישע אידשקייט.
Re: די טיילונג
ווער זאגט דיר אז ס׳איז בכלל דא א זאך ווי ׳די אלע׳? אפשר איז יעדער איינער א יחיד פאר זיך. דער וויל דאס און דער וויל יענס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אמת. אבער צו אלע אקעי רוב מענטשען וועם איך האב געהערט האקן אויפן סיסטעם מיט א פעשן, נאכן רעדן מיט זיי אביסעל לענגער האב איך נישט געהערט אזא פעשן פאר קיין שום אידשקייט אישו. זיי האבן קיינמאל נישט געקרעכטס אויף וויפיל מחללי שבתים וכדו' סאיז דא היינט.
Re: די טיילונג
האסט געשפרינגען נושאים. ווען איינער קרעכצט נישט אויף יענעמ׳ס חילול שבת (אחוץ ווען יענער שטערט זיין ביזנעס, אדער דער ווי"ו פון זיין האטעל) אבער קרעכצט אויף זיין אייגענע פעלערס אין עבודת ה׳, ביסטו צופרידען? און ווען ער קרעכצט נישט צו דיר אויף דעם, נאר צו א צווייטען, ביסטו צופרידען? און ווען ער האלט פריוואטע זאכען פריוואט און ער קרעכצט צו קיינעם ווייל אין זו דרכו, אבער אויף א ציבור׳דיגע זאך ווי דער סיסטעם רעדט ער יא אויס, ביסטו צופרידען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נולד מאוחראיך ווינדער אויב דו אלע וואס ווילן טאקע א טיילונג אדער א שטארקע טויש , ווילן זיי פשוט א בעסערע אידשקייט, אדער ווילן זיי באמת א בעסערע לעבן און די העק מיט אידשקייט? ספארקויפט זוך פשוט בעסער ווען מזאגט אטענטישע אידשקייט.
א בעסערע לעבן מיז קומען מיט א קאמפראמיס פון רעליגיע? ס'דא אזעלכע וואס ווילן א שטארקע טויש פאר א בעסערע לעבן אן אפעקטירן אידישקייט.
ווי שווער דארף אידישקייט מאכן דאס לעבן?
די קהילה נאכן קריג האט זיך אוועק געשטעלט אויף די יסוד פונעם טיילונג על דרך הסלולה מתלמידי החתם סופר, דאס מיינט נישט צוטוהן מאכן פון די מענטאליטעט פון די אמעריקאנע אידנטום, צוריק איינפלאנצן די אונגארישע סארט איד וכל המסתעף, די אייגענע רבנים, די אייגענע מוסדות, און אזוי אויך די אייגענע תומכים, און דורך דעם איז מען אפגעטיילט בחומה בצורה פון אלדאס בייז, נאר אנשטאט וואס אין אונגארן איז געווען א נאטורליכע איד מיט איינגעווארצלטע יראת שמים, און בנוסף לזה האבן די קהילות זיך אפגעטיילט פון די משכילים, האט מען דא אין אמעריקע געלייגט די גאנצע חינוך אויף די טיילונג, וואס דאס האט נאטורליך אריינגענומען רודפ'ן אלע וואס האלטן נישט ווי אונז, און אפשיי פון א ליטווישע, פולישע, גאליציאנע, און אפילו א אונגארישע איד וואס איז נישט מיט געגאנגען מיט די נייע סארט חינוך, פון זיין אפגעטיילט אין א מדינה בתוך מדינה, וואס דאס איז געווען די יסוד פון די קהילה, און די יראת שמים פון די פרישע דור, נאר נישט אלע רבנים האבן אויפגעשטעלט די סארט מהלך, וואס האט געברענגט אז יארן שפעטער ווי מ'שטיימיר יעצט, טרעפט מען זיך אז די אנדערע סארט איד איז פונקט אזוי אפגעהיטן ווי אונז און אפשר נאך מיט א שטערקערע יראת שמים, וואס שטייט נישט נאר אויף זיין פרומער פון די איבריגע, נאר די חינוך איז אוועקגעשטעלט אויף אמונה און הכנעה צו זייערע רבנים, וואס דאס ברענגט נאר אז די מוסדות זאלן פרובירן צו ווייזן, אז זיי זענען יא פרומער און מאכן תקנות שאין רוב הצבור יכול לעמוד בה, אנשטאט דעם, קען מען לייגן א דגוש אויף עכטע יראת שמים, און נישט זיך שוקל זיין מיט דעם אנדערען צבור, צו וויסען ווי חשוב אונז זעמער, א שטייגער ווי איינער מיט low confidence וואס קוקט צוריק יעדע פאר טריט אויב ער איז נארמאל אין א צווייטנס אויגן.
נולד מאוחראיך ווינדער אויב דו אלע וואס ווילן טאקע א טיילונג אדער א שטארקע טויש , ווילן זיי פשוט א בעסערע אידשקייט, אדער ווילן זיי באמת א בעסערע לעבן און די העק מיט אידשקייט? ספארקויפט זוך פשוט בעסער ווען מזאגט אטענטישע אידשקייט.
נולד מאוחר: און דערפאר וועסטו עס טאקע פארשטיין א ביסעלע שפעטער. וואס רוב עולם (גם אני בתוכם) וויל, איז א יודישקייט וואס איז אויסגעהאלטן עפ"י שולחן ערוך ומנהגי ישראל האמתיים. און די אלע בויך קוועטשענישן און גרימענישן וואס האבן זיך אנגעזאמלט במשך פון די יארן, וועלכע זענען אמאל געווען די פריוואטע .."חומרות" און סתם משוגעת'ן פון יחידים וועלכע האבן אפשר געליטן פון עפעס א פארמאט פון או.סי.די. און זענען לעצטנס געווארן א נחלת הרבים. עד כדי כך אז מ'צווינגט שוין דערויף. די אלע זאכן זאללן בטל ווערן און פארגעסן ווערן. ממילא וועט דאס אידישקייט נישט זיין צו לאסט. און ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק ..."דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום"...!
כהאב געפרעגט א נארמאלע קשיא און געוואלדיג האט עס געמעקט ווייל סאיז אים נישט געפאולן...
אלזא איז עס געווארן פארזיגלט אלץ ליצנות משו״ע... קיין תירוץ האט ער נאכאלץ נישט...
שולחן ערוך איז הלכה, געבויט אויף פוסקים וואס זענען געבויט אויף גמרא, נישט א.ס.ד.
חומרות וואס געוויסע הייבן אהן, נישט מיט מקורות, און ווערען א נחלת הכלל, ווי אסאך מנהגים וואס זענען היינט אין די חרידישע מקומות, זענען אויסגעזויגן פין פינגער.
.
Re: די טיילונג
מ'ברויך מאכן א טיילונג אין דיזע אשכול באלד... ביטע זיך האלטן צו די נושא.
נעגעל וואסערמ'ברויך מאכן א טיילונג אין דיזע אשכול באלד... ביטע זיך האלטן צו די נושא.
כהאב נאכנישט געליינט די אנפאנג פון די אשכול אבער כזעה נאכנישט די גרויסע ״פארדרייטע נושא״ דא? חוץ אז דעס איז א טריק ווי אזוי מיך שטול צומאכן ווען ענק האבן נישט קיין זאכליכע תירוצים.
אויב רעדט מען דא פון ״די טיילונג״ איז די ״שלחן ערוך״ essential ווייל איבערדעם איז געוועהן א גרויס חלק פון די מחלוקה, די משכילים האבן נישט געוואלט אננעמען די שלחן ערוך אלץ ״תורה מסיני״.
יעדע זאך וואס שטימט נישט מיט ענקערע אגענדא איז א פארדרייטע אשכול?
עני וועי... נעקסט.........
@געוואלדיג, שכוח פארן טאקע פארדרייען די אשכול און אויסמעקן מיינע תגובות סתם אזוי ווייל ענק האבן נישט וואס צו ענטפערן.
דו ביסט געקומען אויף ק״ש נאך מיר און דו האסט יעדע נארמאלע ניק פון דא פארטריבן. איך אפפרישעט נישט דיין פאראכאפן ק״ש און עס מאכן א דופליקעט פון אייוולעט.
קאווע שטיבל איז געוועהן א פרייע מקום פון ווארט. איך האב נישט געמאכט קיין ליצנות פונעם שלחן ערוך נאר געפרעגט א פשוטע קשיא.
בכל אופן וואס מ׳גייט מיר פון היינט און ווייטער מעקן גייט שטיין א מינוט נאכדעם אויף פאליש און א ספעציעלע אשכול
״געמקעטע ק״ש תגובות״
ביסט נישט אינגאנצן בעלבאס דא. איך האב דא געשריבן איבער 4000 תגובות.
אמאליגע צייטן האט מען קיינמאל נישט אויסגעמעקט אזא זאך
איך גיי דיך נישט דילדן מעהר אז דו מעקסט מיר פאר די שיקסט מיר א אישי, איך בין נישט דא צובויען פאר דיר קיין מוסדות און זיין אינטערטעיניג אינטער א קאמיוניסטשיע פארום ווי היינטיגע ״קאווע שטיבל״ וואס האט געמעקט אפילו תגובות אויף רעב אהרן... טוה מיר א טובה???
# חוצפה #עזות #דיקטעטרשיפ
מיינסט טאקע??? אויב ווארפסטו מיך ארויס פון דא קומט א פארום וואס גייט הייסן ״נייע קאווע שטיבל״ 7/24 מיט באצאלטע שרייבער, וואס גייט דיך איינשלינגען. דו גייסט נישט גנבנן ק״ש און עס מאכן פאר אייוועלט אויף מיין זייגער...
ער מיינט אז ער איז א גרויסע טאטע ווען ער מעקט עס אויס. סה״כ ווייסט עס אויף שוואכקייט און סקומט פון נישט האבן וואס צו ענטפערן.
#א פשוטע אוממענטש
כקען ענק איין זאך זאגן
״ענק שפילן זיך מיט פייער״
איך בין גרייט לדורן לתפילה ולמלחמה.
איך מאך אפאר פאון קאולס און איך קען האבן 200,000 דאללער אין אפאר מינוט פאר די צוועק.
ס׳גייט זיין א פרייע פארום אויף אידיש ווי יעדער גייט קענען אויסדרוקן זייערע מיינונגען. אדער גייט עס הייסן ״קאווע שטיבל״ אינטער די היינטיגע הנהלה אדער גייט עס הייסן ״נייע קאווע שטיבל״ אינטער שבת אחים.. וועלטס ענק, ענקערע געפעכטן.
אויף ק״ש גייט זיכער זיין ״א טיילונג״ אויב די נערישע איגנאראנט כתה א' מעקעריי הערט זיך נישט זאפארט אויף, און ק״ש סטאנדארטן ווערן צוריקגעלייגט ווי די אמאליגע גיטע צייטן.
ק״ש טיילונג איז נאנט...! איר זענט געווארענט!
Re: די טיילונג
די טיילונג פון וואס מיר רעדן דא איז בעצם וואס מיר ווילן אבער ס'איז פארבינדן מיט שוועריקייטן צו אויספירן למעשה, אבער אז די קענסט מיט א פאר פאון קאולס מאכן שבת פאר זיך גאו פאר איט! זה נהנה וזה נהנה.