קאנצעפט
זאגסט מורא'דיג גוט, און כ'קען טאקע פארשטיין דעם פאוסט שרייבער, אבער וועסט אויך פארשטיין אז די עסקנים האבן נישט געקענט לאזן אפן א בילד פון די נקבה, און נאכער זאל אויף אלע כל העולם כולו בילדער זאל מען זען די סקולענע רבי אויפ'ן סקרין און דערנעבן די לעידי קאראקטער... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס, ס'איז געווען גענוג פאני צו זען אויף אלע בילדער די ריזיגע ווערטער "לעט'ס גאו מעט'ס" העכער די קעפ פון די חשוב'ע רבנים...
ס'איז פשוט, דער גוי הייבט נישט אן צו פארשטיין צו אונזער אידישער קולטור, און פון זיין קוק-ווינקל קען זיין אז ער איז זייער גערעכט. אגעין, אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן מיט א געוואלדיגע תמימות (רייט, שוין צו שטארקע פארמאכטקייט) און די חסידים וואלטן זיך נישט געפינען באקוועם זיך צוזאמענצוקומען דארט.
יא יא, האסט עס זייער גיט ארויסגעברענגט, און דאס איז וואס ווייטאגט אזוי.
די עסקנים האבען עס נישט געקענט לאזען אויפגעדעקט ווייל "זאל מען זען די סקולענע רבי אויפ'ן סקרין און דערנעבן די לעידי קאראקטער... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס"
פארוואס נישט?
מיר מאכט עס פערפעקט סענס. איך זעה א איינגעסענע קורופטירטע קאנסעפט און פילינג וואס מאכט אונז אנקאמפטערבאל מיט אזא סצענע.
וואס ברענגט צו דיין צווייטע פוינט פון
"די חסידים וואלטן זיך נישט געפינען באקוועם זיך צוזאמענצוקומען דארט"
און אונז פילען אויך נישט באקוועם צו זעהן א שטיקל אויפגעדעקטע פוס, פונעם קני צום קנעכל פון א זעקס יעריג מיידל (אדער דריי יאר ביי בעסערע) וואס פארט אויף א בייק און קאנטרי!
אויב איינער האט א אישוי ווען ער זעהט א נקבה קערעקטאר [און איך דרוק 'קערעקטאר'! עס אז נישט א בילד פון א נקבה, נאר -א גאנץ צניעות'דגע- קערעקטאר] אדער מיין פינעף יערג מיידל'ס פיס, איז ער אין מיין עפיניען פונדעמענטאלי מעסד אפ.
און די זאגסט, און מענטשן ניצען דעס אייביג "אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן מיט א געוואלדיגע תמימות"
סא ווען גייט מען דעס אפשטעלן?
מ'טוט קרומע זאכען ווייל אונז זעמער אזוי נתחנך און אונז קענען נשט פארנעמען נארמאלע מענטשליכע זאכען, אבער משטעלט עס נישט אפ. מ'טוישט נישט גארנישט און אונזער קינדער'ס חינוך!
און סעדלי אויך פארוואס, ווייל אונז זענען נתחנך געווארען נישט צו קענען פארנעמען נאך א העכסט נארמאלע קאנסעפט. CHANGE! אז אויב וואס 'מע' טוט איז ראנג און פאדרייט, טוישט מען! נישט מ'טוט עס ווייטער ווייל 'מ'טוט עס'