☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #11689

אשכול אן א טיטל #11689

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11689

— » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 12:22 am

· #381524

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איש חזון » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 12:58 pm

· #381702
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=0B3bgv6vNc0rYYk1wLUd4NGJuT2s">https://drive.google.com/open?id=0B3bgv ... Ud4NGJuT2s</a>

שמערל » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:55 pm

· #381712
כ'ווארט שוין א וואך מען זאל עפענען די אשכול, איך זאל זיך קענען באדאנקען, די ארטיקל איז געווען פאר מיר די מערסטע אינהאלטסטרייך און כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט עס צו ליינען.
מיר האט מער באאיינדרוקט די געדאנק אז די ישיבות אין ליטא איז געווען א מקום מוכשר פאר אזוינע בעלי כשרון ווי ר' אליהו'ס פערסאנאלע גדלות. עס קען זיך אלס מאכן א יוצא מן הכלל אין א ישיבה, אבער די ארטיקל גיט דעם איינדרוק אז טאלאנט און מחשבה איז געווען א לכתחילה און א ארויפגעקוקטע זאך ביי די גדולי בעלי מוסר וראשי ישיבת ליטא, דאס איז לדעתי א מורא'דיגע חידוש, ווייל היינט איז ביי די ליטווישע די פרט נאך שוואכער ווי ביי חסידים. ס'איז מיר אינטרעסאנט פארוואס נאכן קריג האבן אלע מקימי עולמות הישובות סיי אין ארץ ישראל און זיי דאהי, וואס זיי זענען דאך געקומען פון דעם זעלבן חדר, פארוואס האבן זיי אויפגעשטעלט אזא שווארצע אידישקייט, ווי יעדע זיק פון ארט איז בעל יראה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 6:09 pm

· #381760
איך וואלט נישט געדאנקט לעיקוואד פאר די דריי אין דיין רשימה. הרב אהרן האט נישט געוואוינט אין לעיקוואד, און זיין השפעה אין ישיבה איז געווען גאנץ שוואך. דעריבער זענען רוב זיין ׳תלמידים׳ אדער אמעריקאנער תם קעפ (אפילו די וואס קענען לערנען) אדער אינגאנצען אייגענער מענטשען, מושפע פון אנדערע.
לדעתי, דער חילוק צווישען ליטא און היינט איז די גויישע וועלט. ליטא האט פארמאגט משכילים און געבילדעטע מענטשען, שרייבערס און שעפערישקייט. אמעריקא איז באפעלקערט מיט, אלץ א כלל, אומגעבילדעטע גאס חיות. אין אזא גרויסע מדינה מוז זיין גענוג אויסנאמעס, אבער שעפערישקייט איז נישט קיין אמעריקאנער תכונה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמערל » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 6:22 pm

· #381762
ס'פארא נארישקייטן. אין יעדע סאסייעטי קולטור און ראסע אין די גאנצע וועלט איז דא ארטיסטן, זאל עס זיין מעלער צו זינגער צו עפעס אנדערש, זענען אלס דא מענטשן מיט א נשמה' דיגן געפיל צו עפעס ארטסי. ביי חרדים ווי רוב לעבן איז איבער קאנפארמען צו אנדערע, איז סעלף עקספרעשן און ארט א זעלטענעהייט, אבער מער שרייט ארויס אז ביי די ליטווישע איז עס ממש אומעקזיסטירבאר. והדבר אומר דרשוני.

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 8:21 pm

· #383958
מיין פעיוואריט ארטיקל פון וועקער נומער ניין. איך האב גארנישט געוואוסט איבער דער געוואלדיגע פערזענליכקייט. אדאנק פארן שרייבן.

בן נריהו » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 8:38 pm

· #383961
הוגה
מיין פעיוואריט ארטיקל פון וועקער נומער ניין. איך האב גארנישט געוואוסט איבער דער געוואלדיגע פערזענליכקייט. אדאנק פארן שרייבן.

נעגעל וואסער » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 10:36 am

· #383994
אויב איך וואלט געדארפט אויס וועהלן איין ארטיקל פונעם גאנצן וועקער וואלט דעס געווען די געווינער. זייער גוט אראפגעלייגט און באמת אינפארמאטיוו.

הוגה » מאנטאג אפריל 2, 2018 4:28 pm

· #398836
איך געדענק נישט די pseudonym וואס דו האסט גענוצט אבער ס'משמע אז דו ביסט אויך די שרייבער פון "שלא שינו את לשונם" אינעם צוועלפטע וועקער. איך וויל דיר שטארק באדאנקן פאר די העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל, שטיקער היסטאריע וואס וואלטן נישט געווען באקאנט פאר אונז ווען נישט דיר. א גרויסע יישר כח.

מפוזרי » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:43 pm

· #400058
דא איז דער מאמר אויף הערצל:
http://cloud.tapatalk.com/s/5ad6851cc68f5/%D7%A2%D7%9C%20%D7%94%D7%A8%D7%A6%D7%9C.pdf
גענומען פון דא:https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=450059#p450059
אני כשלעצמי פארשטיי איך נישט די התנצלות און פארוואס עס פעלט אויס. די ווערטער זענען נאך היינט אקטועל, נישט ווייניגער ווי אמאל, און אפשר מער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 29, 2018 8:59 pm

· #400954
היינט נאכט, ט"ו אייר, די יארצייט.
זי"ע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תנחום » פרייטאג אוגוסט 3, 2018 2:34 pm

· #410462
<a class="postlink" href="http://onegshabbat.blogspot.com/2011/02/blog-post.html">http://onegshabbat.blogspot.com/2011/02/blog-post.html</a>

הוגה » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 9:06 pm

· #413356
כ'האב זייער הנאה געהאט פון די בריוו אהין און צוריק צווישן משה חזן און @אנאנים אין וועקער 14. דו קומסט ארויס זייער שטארק און קלאר אין דיין אנטווארט. יישר כח פארן מיר רייכער מאכן מיט די ידיעות אין א וויכטיגע קאפיטאל אין אידישע היסטאריע.