טוה אויס דיין נאמען
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11688
טוה אויס דיין נאמען
טוה אויס דיין נאמען.
שמעק דיינע ברילען.
עפען אויף דאס אטעם.
קריך אויפן אייביגקייט.
די וואסערן פארשטייף.
דאס צודעק באגרייף.
דעם שלעכטס פארדריי.
ענטפער דאס גערודער.
פארשווייג די כוחות.
נעם ארום דאס רואיגקייט.
טרעט אויפן נעפל.
בלאז דעם שטיין.
לעש אויס די צייט.
פארגין דעם געבעט.
צעבויגענע פוסלעך.
געשטעלטע הערצער.
שמיר די בלאטע.
שפיר דאס לויטערקייט.
פרעג דעם שיינקייט.
באפיץ דאס שוועל.
קייטל דאס אויג.
פיר דעם ניר.
שטויס דאס הארץ.
גלעט דעם מח.
...פארדריי דאס קאפ...
פארוואס אין פאעזיע? אפשר ליבערשט אין שמייכל?
Re: טוה אויס דיין נאמען
הערליך! ס'האט נאר איין חסרון, ס'גראמט צופיל.
Re: טוה אויס דיין נאמען
ביי טייל פון די פראזן האב איך אינזין געהאט ספעציפישע זאכן ביים שרייבן. ביי אנדערע האב איך סתם געלאזט אזא סארט מעדיטאציע איבערנעמען דאס פעדער. הכלל, כ'האב שפעטער געטראפן שיינע זאכן אין אלעס.
זיי קענען גענוצט ווערן אלס אינדאקציע פאר מעדיטאציע.
די קריטיקירער זענען אויך נישט אפגעפרעגט לפי זווית ראייה שלהם.
א לאך אין קאפ
דריי א טראפ
שכל שטאפ
מיט שטותים
פיטער אונז
מיט קיין קונץ
פאר דיר א געווינס
פלוצים
וואו דיין געפיל
וואס דיין ציל
פשוט דיין וויל
כ'זאל קליקן
אויף דיין אשכול
פיין און וואויל
כ'בין נישט פויל
כ'וועל קוקן.
א לייק נישט ממש
צובראכן זיי נישט
פון ווערטער נאריש
כ'קען שיקן
ווערטער הערן
געפילן אומקערן
שרייבערס בלאק שטערן
און דערשטיקן
Re: טוה אויס דיין נאמען
זאגט נאכנישט אלעס.
ווארום נשים דעתן קלות.
לפני בעליהן נגשים.
כי אין חכמה לנשים.
לייק מאכט אויס ווייניג.
יותר ממה שהפר מניק.
הפרה רוצה להניק.
על רגל אחת שטייענדיג.
געשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)
שמעקעדיגגעשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)
אוי! איי געסס ער האט דיר געמיינט...
Re: טוה אויס דיין נאמען
שמעקעדיגגעשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)
ווילאנג די נאמען איז נאכנישט גענצליך אויסגעטוהן איז נישטא קיין ברילן געשמעקעריי.
קל וחומרשמעקעדיגגעשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)
ווילאנג די נאמען איז נאכנישט גענצליך אויסגעטוהן איז נישטא קיין ברילן געשמעקעריי.
גערעכט, דאס נישט ליב האבן די ברילן שמעק, איז וויבאלד די ביסט מיטן אלטן נאמען
ווען די ווערסט א נייער, לאכסטו פון יענעם שמעק די האסט א אנדערע וויזיע.
אבער מיין נאמען איז דאך שמעקעדיג
אז איך טוה עס אויס קען איך נישט שמעקן
רויעך אן פייער
מ'דרייט די אייער
נישט געשטויגן
פון לופט אויסגעזויגן
האקט אין קאפ
מיט א ליידיגע טאפ
לאטע אויף א לאטע
ווי א יתום אן א טאטע
נאר איינס פון צוויי אויגן
מיט א הויקער איינגעבויגן
א קאליקע מיט א שטעקן
צוריסן ביי אלע עקן
נישט ווערד דאס פאפיר
א הויז אן א טיר
מער לאך ווי וואנט
פעלט צוויי פיס און א האנט
ברענגט פון גארנישט א ריאה
מער שכחה ווי פיאה
עסט לופט און שפייט גאז
פארנעפלט יעדעמ'ס דעת
רעדט נישט צו די זאך
נעגל אין קאפ אנשטאט דאך
לאזט אונז איבער לעהר
ליידיג ווי די מייל ארום סקווירא
פארלוירן צומישט און אליין
ווי א הונטל אויף א טריקן ביין
"טוה אויס דיין הויזן"
שטעל דיך איינגעבויגן
אפאר פעטש מלמטה
אונז זעמער נישט דיין שמאטע.
רויטע....!!!!!!!
😂
שמעקעדיגאבער מיין נאמען איז דאך שמעקעדיג
אז איך טוה עס אויס קען איך נישט שמעקן
שוין ווייטער טראגסטו דאגות........
דאס איז אלץ ווילאנג האסט נישט זיך אויסגעטוהן די נאמען, טראגסטו די זארגן
טוה עס אויס ווי קל וחומר הייסט וועט דיר אלעס פארשטענדליך ווערן.
(
כל זמן מען דרייט זיך מיטן אלטן הויקער טראגט מען די דאגות..)
Re: טוה אויס דיין נאמען
גיב נאר א קוק
פון א פיוט אזא הבל וריק
האבן ביימער גענומען שפראצן
פון אלטע זקנים וואס קלאצן
ער גייט אונז מוסר'ן וועגן לעהר
דער אלטער רויטער בער
בלויז אויף צו קיצלען זיין תחתון
צו באגניגן זיין ביצה דעם צעקראכטן
ווערד געווען דאס רויע שטיקל
אים צו לאזן ס'האנט געבן א רוק'ל
געקומען קוויטשן ווי א פייגל
נאכן שלאפן ווי חוני המעגל
קומט שוין אנדערע איבערלייגן
פונעם ראסטיג סטראפ נישט אפנייגן
שטעלט מיין ארט און שאטן
כאילו מ'רעדט דא פון א קטן
קטני עבה ממתניך
והרי שלך לפניך
מיטן פיר-און-זעכציגסטל שוין געשלאגן
אלס פאר אביסל נקמה דעריאגן
די חלומות זענען בייזע געווען
ווארום די ערוועקונג איז מעיד אויף דעם.
Re: טוה אויס דיין נאמען
יוש אזא פיינעם לאך געהאט, @רויטע @שלום @ קל וחומר, אזוי געשמאק צו ענדיגן דעם טאג, און דאס איז שוין נאך א גאנצע טאג פיינע אינטערטעינמענט.
נאך אזאנע געשמאקע מילתא דבדיחותא פאסט צו לערנען א פיינע פאר שעה
Re: טוה אויס דיין נאמען
העי, דער שטיסל
קומט אויך כאפן אביסל
פון א קליין ניסל
בויעט מיר אויף א שטות'ל.
א גאנצע מבין אויף ארט
צו 'קינד-ערליך' צוגעשארט
כ'בין גרייט צו גיין אויף פארהער
יסודות פון ארט ווער קען מער.
הער אויף שפעטן פון מיינע יצירות
קיינער איז שולדיג אויף דיינע עצירות
קום מיר נישט אין פנים לאכן
ווען דו האלטסט אינמיטן מאכן
לאז דעם משא גיין
און פאר קינוח נוץ א שטיין
ווייל דאס האט רעמברענדט גענוצט
ווען ער האט זיין אויל געפיצט.
דער אונגארישע צונג
וועט אויף וויין אויך בלאזן א לונג
שיטן אויפן טעם דעם ביטערן
ווייל אים ברויך מען מיט צוקערליך פיטערן.
Re: טוה אויס דיין נאמען
דער עולם איז אין די גיסטע,
פון אפאר שורות פיסטע,
אויסגעוואקסן אזא גאנצע ליסטע.
פון זאצן וואס קען נישט זיין ערגער,
פון דאקטאר בערגער,
געהאט דערין כוונות טיפע,
אבער מקבל געווען א נזיפה,
און אונז שמאלע קעפ,
מיינען דאס איז קרעפ.
קל וחומר, זאגט כמין חומר,
קול מבשר ואומר,
געדאנקען ער שפינט,
שיין ס'שטימט,
לאזט זיך נישט ווען דער עולם קרומט.
דערנאך דעם בת קול יוצאת,
נעמט זיך טיילן מוצא'ס,
האקט שטיקער לינקס און רעכטס,
ס'טוהט וויי און שטעכט.
פלוצלינג איז דא דעם אלמן זקן וכסיל,
און ווייזן ער קען בעסער ער וויל,
און מען זיין שוונצנות, האקט ליצנות,
פליקט אהן קיין רחמנות.
און דער מיט די וואנצעס רויט,
קומט אונז שינדן די הויט,
מיט ווערטער אן קיין דעה,
נאר ביזי מיט די אייער.
מיט דעם איז תם ונשלם,
מיין ערשטע גראם,
וואס כ'האב אין מיין לעבן געמאכט,
און הויעך געטראכט,
ווייל אז בערגער האט דא א האנט,
קען איך אויך ווייזן מיין טאלאנט,
און פון מיין פעדער זיך דערמאנט,
און ענק גייען ליידן אנגעהויבן פון היינט...
יוא!!!!!!! איז דעיס גוט!!!
איך גלייב נישט וואס איך ליין
א אשכול אזוי שיין
ארויס פין די ראמען
מלא טעם די גראמען
זאגסט די בדחנים
אז מכאן יצאו החזנים
פאר אונז אלע א פרנסה קלה
משמח זיין חתן וכלה
גראדע האלט איך אז בערגערס פאעזיע האט עפעס אין זיך. איך מיין ער האט אבער פארפלאנטערט מיט translation.
Re: טוה אויס דיין נאמען
געוואלד! פון מאדערנער ארט איז מען צוריקגעפלויגן צו אלטמאדישע גראמען.
Re: טוה אויס דיין נאמען
בת קולגראדע האלט איך אז בערגערס פאעזיע האט עפעס אין זיך. איך מיין ער האט אבער פארפלאנטערט מיט translation.
בערגער זאגט גוט. ער רעדט אבער אין אן אנדערע דייעלעקט.
קל וחומר'ס שטיקל איז גוט פאר פאן. (דווקא גאנץ גוט פאר אן אמעטאר)
ער שארפט זיין פעדער
כ'וועל ווייזן יעדער
פון היינט און ווייטער
בין איך א קנאקער
כ'בין נישט קיין בעטער
צוזאם פארן ווערטער
איינע פונעם אנדערער
קומט מיר פאר מאדנער
גריצעלט אינעם אויער
ווי א קראצעדיגן טראקטער
קומט ער שפעטער
ער שפירט באקוועמער
שטעלט זיך אהער
ווי אן אויפגעקלערטער
מיט דעם איך ווער
אויס צוריקגעבליבענער
קוים ארויס פון פעמפער
קשיות אויפן באשעפער
פון גוישע ערטער
נישט קיין קראנטער
צו זיין אינטערעסאנטער
סתם לקנתר
אויפן אדמיניסטראטאר
קענסטו גיסן א בור
אויפווייזן טעראר
ווי וואנט טו הער מאר
אפילו איך קלער
ס'פוסט און לער
קום דא אהער
לאז פאלן א טרער
צוזאמען איז גרינגער
אידישקייט איז שווער?
ס'נישט אזא בער
געב נאר א קער
צוריק צו אונזער הער
זיי נישט דער יעניגער
אנטלאפן ביי מרור
חכי עד יעבור
מיט א טאן א פרייליכער
זיך זעצן צום שור הבר
אלע וועלן ווייזן מיטן פינגער
אויף דעם טאג ווארטן מיר!
טוה אויס דיין נאמען
וואס עס האבן אנגעקליבן אין דיר
אלע קריטיקירער
שלעכט זאגער
און סימפאטאקירער
טוה אויס דיין נאמען
וואס איז אנגעקליבן אין דיר
קענסט נישט
ווייסט נישט
טארסט נישט
טוה אויס דיין נאמען
וואס איז אייגענטלעך
נישט אויף שטענדיג
נישט ריכטיג
נישט דיינס
טוה אויס דיין נאמען
און באווייז
דיין רצון
דיין מח
דיין נשמה.
טוה אויס דיין נאמען
וואס זייעט זאמען
דיר צו פארדומען
פארקלעבט דיין גומען
טוה אויס דיין נאמען
וואס טוט דיר באגראבן
וואס וועסטי שוין האבן
ביסט אן מנהארץ
די פון חומר קרוץ
ביסטא רשע עריץ
טוה אויס דיין נאמען
מיט פאלשע סטיגמעס
ביסטא נערנים דוגמא'ס
וואס קענסטע
אלעס מעסטע
טוה אויס דיין נאמען
קלייד עס פונדאסניי
צו די שונאים א שפיי
געדיר א באניי
ס'גרינג
כאנאנים אות היי
טוה אויס דעם נאמען
וואס האסט באקומען ביים געבוירען
קלויב א ניק, אפילו המן
א נייער וועג דורך די טויערן
געשריבען געמעקט
געהאקט גערעגט
צוזאמען מיט די פרישע פריינט
באקומען אומצאליגע פיינט
כ'וויל פין דער ניק אנטלויפן
מיין אלטער נאמען צוריק קויפען
ניק זיי געזונט, איך בעט דיר מחילה
איך בלייב בעסער מיט די נאמען פין מילה
הער אויף צו האקן און בראקן
א ניק קען מען טוישן ווי זאקן
אבער דער אמת'ער מעשה
ווי בוימל אויפ'ן וואסער
אז נישט דער נאמען איז שולדיג
נאר זיין געדולדיג
ויברח משמו און פין זיין ניק
און שפיגעל גיב אבער א קוק
ביסט דער זעלבער נער ווי צוואנציג יאר צוריק
.
Re: טוה אויס דיין נאמען
שטופ אריין טיפער
זופ עס גוט אדורך
כאפ א בליק דערויף
דאן שיק עס צו נאסקייט
לאז די קאליר צוגיין
דאן נעם נאך איין
טוה איבער דאס זעלביגע
ווי לאנג די ווערסט צופרידן
הייב זיך אויף און כאפ א בליק
אויפן בארג צוריק
א בכי של שמחה
מיט א פילע ליידיגקייט
זיי מקיים דעם תמחה
דיינע שפירן פארוויש.
דאס איז שוין מער אויף שלום בערגער נוסח.
קל וחומרהעי, דער שטיסל
קומט אויך כאפן אביסל
פון א קליין ניסל
בויעט מיר אויף א שטות'ל.
ר' מאיר הוה דייק ב"שמא" (יומא פג:), און ער איז חייש ל"מיעוטא" (חולין יא:)...