☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » וועקער 9 - "ווען איז די משנה געשריבען געווארען"

וועקער 9 - "ווען איז די משנה געשריבען געווארען"

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11682

shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 8:57 am

· #381217
וועקער 9 - "ווען איז די משנה געשריבען געווארען"
איך וויל געבען א פערסאנאלע שכוייח פאר הרב מיכל הירש פאר די חידוש וואס ער האט מיר מחדש געווען.

כל ימי הייתי מצטער אויף די 'חסורי מחסרי והכי קתני'. ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי אפאלוג'טיקע צום בעסטען, און ווי א פוילע תירוץ אויף א גוטע קשיה. רח"ל מהאי דעתא.

יעצט, נאכען ליינען די ארטיקעל, איז דעם חסורי מחסרי די פשוט'סטע און מערסטע אויסגעהאלטענע תשובה ווען, למשל, זיי האבען געטראפען א סתירה אין די רייד פון א תנא.

ביי אונז אין חדר האבען מיר געלערנט מיט א פשטות אז רבי האט געשריבען די משנה. קען אויך זיין ווען מיין רבי האט געזאגט "מסדר געווען די משנה" האב איך פאלטש פארשטאנען. בכל אופן קומט דיר א תשואת חן פאר'ן עקלערען א זאך וואס האט מיר געפעלט אין הבנת התלמוד.

קורקלענד » מוצ"ש אוגוסט 5, 2017 10:54 pm

· #381410
שיינע ארטיקל. שטארק הנאה געהאַט.

בן נריהו » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 9:25 am

· #381546
יסוד המשנה ועריכתה, הרב ראובן מרגליות

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/20976">http://www.hebrewbooks.org/20976</a>

מי אני » זונטאג יוני 26, 2022 6:35 pm

· #503035
📎 1.jpg דער יש"ר מגוריציאה אין זיינע הערות אויפ'ן בחינת הדת.

היסטאריע » זונטאג יוני 26, 2022 8:05 pm

· #503040
דער שי"ר האט א לענגערע שמועס וועגען דעם און אלע אמאליגע שרייבעכץ, ווי ער ברענגט ארויס בטוט"וד כדרכו ווי אמאהל האבען זיי נישט געהאט דער שטארקע כח הכתיבה צו קענען ארויסברענגען א זאך דורך שרייבען ווי עס באדארף צו זיין, ער ברענגט אסאך משלים אויף דעם פין תנ"ך און משניות, ווי ער איז ווייזט אויף אז אמאהל האט מען געקענט באמת דורך שרייבען צוויי ווערטער מיינען א גאנצע פשט'ל פין א חסורי מחסרא והכי קתני.

און באמת אין מדרש תנאים ברייתא דל"ב מדות הייסט עס טאקע סדור שנחלק, וואס דאס מיינט אז מען דארף צולייגען צו א פסוק ווען עס שטימט נישט פין פריער און שפעטער. און דארט מתחת לקו ברענגט דער מו"ל דער פסוק כי רגע באפו חיים ברצונו, אז עס איז כאילו עס שטייט כי ברגע יהיה מות באפו, וברגע יהיה חיים ברצונו. און דער פסוק שרייבט נאר האלב, פארלאזענדיג זיך אויף דער קורא אז ער וועט שוין כאפען אליין.

כרם זית » זונטאג יוני 26, 2022 11:16 pm

· #503057
Re: וועקער 9 - "ווען איז די משנה געשריבען געווארען"
מזמור שי''ר... כי יש''ר...

די געדאנק אז ווען די גמרא זאגט חסירא מחסירא, שטייט עס באמת יא אין די משנה בצחת לשון הקודש ווערט שוין געברענגט פאר שי''ר. אין נספח 'שבע חקירות' לספר 'מנחת עני' להרי''ד זינצהיים ז''ל, ווערט עס געברענגט בשם ספר 'שארית יוסף'. אויך ר' אברהם בן הגר''א ברענגט די געדאנק בשמו פון זיין טאטע. אלס דוגמא ווייסט ער אן די ערשטע משנה אין ביצה 'שאפר כירה מוכן היא', אז די ש גייט ארויף אויף די ווערטער 'ומודים' לפי צחות לשון הקודש ולא קשה קשיות הגמרא.

היסטאריע » מאנטאג יוני 27, 2022 12:30 pm

· #503089
דער חילוק איז נאר, אז לויט דער שי"ר איז עס דער היפוך פין צחות. בכלל נישט קיין גדולה. זיי האבן פשוט נישט געהאט די כלים. ער ברענגט דער באקאנטער פסוקים ווי דער נביא פארהערט די כהנים אין טומאה וטהרה, ווי מען קען נישט מסביר זיין בפשטות וואס דארט טוט זיך, אדער דער פסוק מיט דער לחם הפנים פין דוד.