☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב

פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1167
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 12:40 am

· #26779
פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
דיע וואס ווילן מקפיד זיין דעם שבת נישט צו לערנען תורה (חוץ מעניני התענית) האבן אויף וועם זיך צו פארלאזן.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 12:43 am

· #26781
אזוי אויך נישט פארגעסן אנצוגרייטן דעם שבת אלע גוטע זאכן "כסעודת שלמה בשעתה", ס'איז די איינציגסטע מאל וואס ווערט דערמאנט אין שו"ע אז מען זאל אנגרייטן אזא סארט סעודה, וזה לשון המחבר:
אם חל תשעה באב באחד בשבת, או שחל בשבת ונדחה לאחר השבת, אוכל בשר ושותה יין בסעודה המפסקת ומעלה על שלחנו אפילו כסעודת שלמה בעת מלכותו. (מיהו צריך להפסיק מבעוד יום).

לאדיך אפ » זונטאג יולי 22, 2012 1:22 am

· #26799
וועגן סעודת שלמה המלך, דער משנה ברורה קען עס נישט אראפשלינגן... ס'דאך דאך די ניין טעג!

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 1:31 am

· #26803
וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 12:19 pm

· #26876
געפילטע פיש
וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?

מ'דארף עניוועי אהיים גיין זיך אנטון וואכעדיג

אלבערט » זונטאג יולי 22, 2012 1:22 pm

· #26908
ביז ווען מעג מען עסן שבת נאכמיטאג?

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 1:22 pm

· #26909
שמואל הלוי
געפילטע פיש
וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?

מ'דארף עניוועי אהיים גיין זיך אנטון וואכעדיג

אבער שיך איז איינע פון די חמשה עניים! ווי קען מען גיין מיט שיך תשעה באב אויף די נאכט?

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 1:24 pm

· #26910
מ'גייט אהיים פון שול פאר בין השמשות מיין איך. מעריב דאווענט מען שוין מיט די וואכענדיגע בגדים

zamel » זונטאג יולי 22, 2012 1:30 pm

· #26911
אין סאקמאר פירט מען זיך אז מען גייט אהיים נאך מנחה און מען פראוועט של"ס אינדערהיים, דערנאך ווערט מען משוגע מיט די צייט פון שקיעה ביזן צאת ווען מען טוט זיך אן וואכענדיג און מען גייט צוריק צו מעריב און איכה.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 22, 2012 1:34 pm

· #26914
zamel
אין סאקמאר פירט מען זיך אז .... מען ווערט משוגע מיט די צייט פון שקיעה ביזן צאת


א חלק פון די עינויים..

נס קאווע » זונטאג יולי 22, 2012 1:47 pm

· #26926
וואס טוט זיך וועגן וואשן וועש זינטיג נאכמיטאג ס' דאך שוין י אב נאך חצות און ס' נישט פון די חמשה עינוים וואס ווערן נדחה פון שבת

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 2:01 pm

· #26934
נס קאווע
וואס טוט זיך וועגן וואשן וועש זינטיג נאכמיטאג ס' דאך שוין י אב נאך חצות און ס' נישט פון די חמשה עינוים וואס ווערן נדחה פון שבת

איך האב געפרעגט א דיין און ער האט געענטפערט אז זונטאג איז זיכער אסור א גאנצן טאג, און אפילו ביינאכט מוצאי דהיינו אור ליום י"א אב איז אסור מפני כבוד התענית, אבער מאנטאג צופרי מעג מען שוין תיכף און מען דארף נישט ווארטן ביז חצות.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 2:02 pm

· #26936
אלבערט
ביז ווען מעג מען עסן שבת נאכמיטאג?

ביז א מינוט פאר די שקיעה.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 2:05 pm

· #26937
ביז א רגע פאר.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 2:07 pm

· #26939
מ'דארף מוסיף זיין אביסל אזוי ווי יוכ"פ

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 2:08 pm

· #26941
שמואל הלוי
נס קאווע
וואס טוט זיך וועגן וואשן וועש זינטיג נאכמיטאג ס' דאך שוין י אב נאך חצות און ס' נישט פון די חמשה עינוים וואס ווערן נדחה פון שבת

איך האב געפרעגט א דיין און ער האט געענטפערט אז זונטאג איז זיכער אסור א גאנצן טאג, און אפילו ביינאכט מוצאי דהיינו אור ליום י"א אב איז אסור מפני כבוד התענית, אבער מאנטאג צופרי מעג מען שוין תיכף און מען דארף נישט ווארטן ביז חצות.

ביזט זעכער? ווייל לויט ווי ס'זעט אויס איז נאר בשר ויין אסור ביינאכט נאך א ט"ב נדחה, כ'וועל מוזן פרעגען.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 2:12 pm

· #26944
איך זאג דיר וואס דער דיין האט מיר געענטפערט, אז דו ווילסט קענסטו עקסטער פרעגן.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 2:19 pm

· #26949
שמואל הלוי
איך זאג דיר וואס דער דיין האט מיר געענטפערט, אז דו ווילסט קענסטו עקסטער פרעגן.

איך גלייב דיר אז דו האסט געפרעגט, אבער קוק אריין אין משנה ברורה תקנ"ח סק"ד אבל בלילה אסור וכו': היינו רק באכילת בשר ושתיית יין, אבל בתספורת מותר לכולי עלמא.

zamel » זונטאג יולי 22, 2012 2:21 pm

· #26951
אויף דברים שבצנעה איז א שטארקע שאלה אויב עס איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, רמא פסקענט אסור,משנה ברורה האט צדדים להקל, מען ברויך עס דורך שמועסן מיט א מורה הוראה.
אויף זונטאג נאכט איז דא וואס האלטן אז עס איז אסור משום אבילות דיום אבער רוב פוסקים זענען יא מתיר, אבער עס איז נאך אלץ וויכטיג זיך צו דורך שמועסן מיט א מורה הוראה.

נס קאווע » זונטאג יולי 22, 2012 2:29 pm

· #26952
וועלכע דיין? אויב כ' מעג וויסן

קלאר » זונטאג יולי 22, 2012 6:07 pm

· #27083
וואס טוט זיך מיט נעמען א שויער ערב שבת?
אין גליון מעין גנים ברענגט ער, אז עס נישטו קיין שום היתר זיך צו זייפן געהעריג ערב שבת חזון

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 23, 2012 1:53 am

· #27317
געפילטע פיש
שמואל הלוי
איך זאג דיר וואס דער דיין האט מיר געענטפערט, אז דו ווילסט קענסטו עקסטער פרעגן.

איך גלייב דיר אז דו האסט געפרעגט, אבער קוק אריין אין משנה ברורה תקנ"ח סק"ד אבל בלילה אסור וכו': היינו רק באכילת בשר ושתיית יין, אבל בתספורת מותר לכולי עלמא.

כ'האב געפרעגט, און מ'מעג אלעס חוץ בשר ויין.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 6:03 am

· #27325
געפילטע דו ביסט גערעכט; איך האב נאכגעקוקט, און אלע זענען מתיר בתספורת אום מוצאי ספעציעל היי יאר ווען ס'איז נדחה, נאכמער דער שערי תשובה ברענגט אז ווער ס'פירט זיך מחמיר צו זיין און נישט אפשערן זיך בליל מוצאי ת"ב שנדחה, איז דאס א "מנהג טעות".

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 6:12 am

· #27326
יעצט נאכגעקוקט אויך אין נטעי גבריאל [נישט אין נטעי ההרים 😉 ], און ער איז אויך מתיר תספורת און כיבוס, נאכמער גאר ער איז אפילו מתיר געהעריג כלי זמר אום מוצאי ת"ב שנדחה, אבער בבשר ויין זאל מען יא מחמיר זיין.

דאס איז גאר א אינטערסאנטע הלכה, ס'טייטש אז מ'מעג אויספאסטן בשעת ס'שפילט שיינע לעבעדיגע מוזיק, און מ'מעג זיך אפשערן, מ'מעג וואשן וועש, אבער פלייש און וויין דאס שוין נישט...

לעמיל » מאנטאג יולי 23, 2012 11:48 am

· #27390
וואס איז מיט הבדלה פאר קינדער? דארף יעדע קינד מאכען הבדלה פאר זיך אדער קען איינער מוצא זיין אלע קינדער?

דבילה » מאנטאג יולי 23, 2012 6:24 pm

· #27575
געפילטע פיש
וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?


די קראקס זענען דאך אסור!!!

zamel » מאנטאג יולי 23, 2012 6:51 pm

· #27584
לעמיל
וואס איז מיט הבדלה פאר קינדער? דארף יעדע קינד מאכען הבדלה פאר זיך אדער קען איינער מוצא זיין אלע קינדער?


וואס איז דאס אנדערש ווי יעדע מוצאי שבת?
איך פרעג בדרך עם הארץ נישט אז איך וויל עפעס זאגן דערמיט, איך וויל נאר פארשטיין דיין שאלה.

אלבערט » מאנטאג יולי 23, 2012 7:48 pm

· #27591
zamel
לעמיל
וואס איז מיט הבדלה פאר קינדער? דארף יעדע קינד מאכען הבדלה פאר זיך אדער קען איינער מוצא זיין אלע קינדער?


וואס איז דאס אנדערש ווי יעדע מוצאי שבת?
איך פרעג בדרך עם הארץ נישט אז איך וויל עפעס זאגן דערמיט, איך וויל נאר פארשטיין דיין שאלה.

יעדן מוצאי מאכט א גדול.

קליינע רעבעלע » דינסטאג יולי 24, 2012 10:01 pm

· #28219
דע זעלבע שאלה איז יו"כ מיט קידוש
למעשה פירט מען זיך נישט צי מאכן קידיש מסתבר מיט הבדלה תשעה באב דע סעים

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 11:28 pm

· #28262
קליינע רעבעלע
דע זעלבע שאלה איז יו"כ מיט קידוש
למעשה פירט מען זיך נישט צי מאכן קידיש מסתבר מיט הבדלה תשעה באב דע סעים

פאר קינדער אדער א גדול, איך האב דייקא יא געהערט אז אין געוויסע פלעצער פירט מען זיך אז א גדול וואס פאסט נישט זאל יא מאכן הבדלה.

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:52 am

· #291245
שמואל הלוי
מ'דארף מוסיף זיין אביסל אזוי ווי יוכ"פ

טעות, בין השמשות איז אסור אזוי ווי יוהכ"פ, אבער מען דארף נישט מוסיף זיין אזוי ווי יוהכ"פ, נאר מן מעג עסן ביז די לעצטע סעקונדע צו בין השמשות.

לבלר » דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:10 am

· #291247
Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:40 am

· #291268
נישט אנדערש ווי יעדע שבת חזון

ציגרעטל » דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:50 am

· #291271
לבלר
אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?


איך לאך נישט, באמת א יישר כח פארן ארויפברענגען!

ציגרעטל » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:33 pm

· #291290
יישר כח @געוואלדיג

צדיק נסתר » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:39 pm

· #291291
שמואל הלוי
יעצט נאכגעקוקט אויך אין נטעי גבריאל [נישט אין נטעי ההרים 😉 ], און ער איז אויך מתיר תספורת און כיבוס, נאכמער גאר ער איז אפילו מתיר געהעריג כלי זמר אום מוצאי ת"ב שנדחה, אבער בבשר ויין זאל מען יא מחמיר זיין.

דאס איז גאר א אינטערסאנטע הלכה, ס'טייטש אז מ'מעג אויספאסטן בשעת ס'שפילט שיינע לעבעדיגע מוזיק, און מ'מעג זיך אפשערן, מ'מעג וואשן וועש, אבער פלייש און וויין דאס שוין נישט...

טאקע זייער אינטערסאנט

דריידל » דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:00 pm

· #291392
געדענקן צו זאגן ברוך המבדיל בין קודש לחול פאר מ'טוישט זיך צו די וואכעדיגע בגדים.

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:08 pm

· #291393
פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
בעלזער חסידים גדענקטס צו זינגען ברוך ה׳ יום יום , ביים מיטאג סעודה זינגט מען דאס , און געדענקטס נישט צו ענדיגן די סעודה צו שפעט ווייל די מנהג איז צו עסן מאכלי חלב ביי שלש סעודות.

יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:47 pm

· #291404
Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
לבלר
אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?

ער זאגט עס נאר בתורת מנהג (אזוי ווי פלייש און רחיצה פון ר"ח אב)
ל"ט זאגט דער של"ה איז מען נישט נוהג אבילות בצענה משא"כ תשעה באב אליין (כמדומה אז די פרמ"ג קריגט זיך מיטן של"ה אבער למעשה נעמען אהן רוב אחרונים ווי דער של"ה הק')

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:44 pm

· #291446
Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
ליטאים גייען נישט קיין בגדי שבת

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:48 pm

· #291447
לבלר
אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?

די פוסקים זאגען אז מען דארף מכריז זיין אין שוהל אז דברים שבצנעה זענען נוהג, אבער די שער הציון ברענגט אז במקום דשכיחי ליצני זאל מען נישט. זעהט אויס אז די חברה וואס לאכען קומען פון א ארט וואו מען רופט נישט אויס ממילא מוזען זיי לאכען לקיים דברי השער הציון.

שמעון וואלף » פרייטאג יולי 24, 2015 12:45 am

· #291483
[ציטאט אראפגענומען]


אויף תשעה באב אויך?

יהושע חיים » פרייטאג יולי 24, 2015 1:05 am

· #291487
אין לומדים הלכה ממעשה אבער יא מען זאגט דער ווארט אויף ת"ב פון אסאך (אפשר האבן אלע מכוון געווען צו די זעלבע געדאנק) און עס איז דא דיינים וואס פסק"נען אזוי (נישט קיין סאך אבער עס איז דא)

אויבערלענדער חכם » פרייטאג יולי 24, 2015 11:30 am

· #291535
געוואלדיג
שמואל הלוי
מ'דארף מוסיף זיין אביסל אזוי ווי יוכ"פ

טעות, בין השמשות איז אסור אזוי ווי יוהכ"פ, אבער מען דארף נישט מוסיף זיין אזוי ווי יוהכ"פ, נאר מן מעג עסן ביז די לעצטע סעקונדע צו בין השמשות.

ברשות כל הגבאים ובפרט מרן ר׳ @געוואלדיג שליט״א ולאחר בקשת מחילה מכבוד תורתו הרמה, וויל איך מעיר זיין אז אין מנחת חינוך (מצוה שיג אות יא, יט) ברענגט ער צוויי דעות אויב עס איז דא א דין תוספת תשעה באב אזוי ווי יום כיפור. ועיין בשו״ת רדב״ז חלק ה סימן קד שהובא בהערות שוליים של המנחת חינוך מהדורת מכון ירושלים.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 24, 2015 11:51 am

· #291538
איך רעד פון שו"ע און משנ"ב.

יהושע חיים » פרייטאג יולי 24, 2015 2:00 pm

· #291581
Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
א גרויסע היימישע עולם ר"ת אידן, פאסטן אויס ביי זעכציג, און איך מיין דער חשבון איז אלס בין המשמשות ספק דרבנן לקולא

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

יהושע חיים » פרייטאג יולי 24, 2015 2:40 pm

· #291595
Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
איך חיים יהושע האב עס געזען דאס איז די מקור
איך פיר מיך נישט אזוי אבער דאס האב איך געזען

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

samiam » פרייטאג יולי 24, 2015 5:11 pm

· #291649
Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
אפילו ווען נישט מדרך ביין ברענגען די סעל פואן, יואב דען גייט מען טוהן אויפן פלאר אזוי לאנג

Sent from my SAMSUNG-SM-G920A using Tapatalk

samiam » פרייטאג יולי 24, 2015 5:16 pm

· #291650
Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
שמואל הלוי
געפילטע פיש
וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?

מ'דארף עניוועי אהיים גיין זיך אנטון וואכעדיג

אפילו ווען נישט מ'דארף גיין ברענגען די סעל פואן, וואס דען גייט מען טוהן אויפן פלאר אזוי לאנג.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 26, 2015 11:55 am

· #291724
קען איינער לייגען לינקס ווי מ׳קען זעהן וועגען חורבן בית המקדש אין אנדערע מאוויס וואס איז פאסיג אויף היינט.
בלאט: 1 2