☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #11669

אשכול אן א טיטל #11669

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11669
בלאט: 1 2

— » זונטאג יולי 30, 2017 10:12 pm

· #380784

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אישתישבי » זונטאג יולי 30, 2017 11:00 pm

· #380789
קודם כל בארואיגט אייך.

שנית, די ברענגסט היבש ראיות פין מעשיות פין עבדים וואס איז געווען קעגען געזעץ, דהיינו פארכאפט פין נוי יארק אויף צפון וכדו', וואס אוודאי איז געוועהן עוולות מצד יחידים צו יחידים, אבער דאס​ פרעגט נישט אפ דער יסוד הדברים.

דאס וואס ר' אביגדור האלט דאס האבן אסאך וויסנשאפטלעכע געהאלטן בימים ההם, און רעדט אייך נישט איין אז ווייל די ביסט אין יארע 2017 ביסטו קלוגער.

דאס הייסט אזוי, אוודאי בין איך זעלבסט אויך מחולק מיט ר' אביגדור אין דעם, דאס אז זיי זענען נישט צוויליזירט אין אפריקא מיינט נישט אז מען מעג אים נעמען פאר א קנעכט, אבער אמאהל איז געוועהן אנדערע גיידליינס אין די ענינים, און ר' אביגדור איז פשוט געוועהן אלטע סטייל.

טאמעס דזשעפרעסאן האט געזאגט אז די שווארצע זענען א בחינה ווי א וואלף וואס מען האט געכאפט אין א שטריק און צוגעבינדן צו א בוים וואס לשחררו אי אפשר, און ממילא מוז מען אים לאזן געבינדן. לדעתם איז נישט געוועהן מעגליך צו באפרייען די שווארצע ווייל זיי וואלטן זיך נישט געקענט אן עצה געבען.

עכ"פ בימים ההם ווען עבדים איז געוועהן סאציאל אנגענומען, האט אפשר געמאכט סענס צונעמען די פראים און זיי געבען עפעס וואס איז לדעתם געוועהן בעסער. כך נראה ליישב. כאטש וואס איך פערזענליך בין נישט מסכים מיט דעם, בין איך אבער מסכים צו הערן אז עס איז דא א צווייטע צד.

למשל ווען עס וועט קומען א צייט און בעלי חיים וועלען באקומען רעכטען, און עס וועט זיין נישט אנגענומען צו עסען בעלי חיים, וואלט א ר' אביגדור נישט געקענט זאגען אז דער פרעזידענט איז נישט געוועהן גערעכט? מען דארף זיך אריין לייגען אין דער וויסטער עבר פאר מען צומאלט א ר' אביגדור.

diff » מאנטאג יולי 31, 2017 12:33 am

· #380802
אבער פארוואס קומט זיי אמעריקאנער פרייהייט .זאל מען זיי צוריקשיקע ווי מהאט זיי געברענגט

ס'אויך דא וואס לייקענען דיין שואה

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 31, 2017 12:34 am

· #380803
רבותיי: איך וויל נאר דא אויפברעננגען א פאקט וואס קיינער האט נאך נישט דערמאנט. איך ווייס נישט וואס דאס געט צו צום ויכוח. אדער פארשטערקערט די טענות פון סיי וועלכן צד...די שווארצע סלעיווס פון אפריקע זענען פארקויפט געווארן די שווארצע שקלאפן האנדלערס פון אנדערע אפריקאנער שבטים, פאר גוט געלט. און רוב אפקויפערס און פארמיטלערס און סופלייערס פון די עבדים זענען געווען אראבערס...!

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 12:43 am

· #380804
אנטשולדיגס פאר ר' אביגדור זצ"ל און פאר אלע וואס פארשטייען זיין צד. ס'איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם צו האלטען א מענטש אלס קנעכט אפילו אונטער די בעסטע אומשטענדען און אפילו ער איז נאכנישט מחונך מיט ציוויליזאציע און "ס'איז פריצייטיגט עם צו באפרייען". דער היומען באינג האט רעכטען וואס "קיינער" קען נישט אוועקנעמען. זיי זענען פארקויפט געווארען דורך זייערע איינגענע ברידער אפריקאנער סוחרים צו אמעריקאנער אדער אייראפישער סוחרים און ביז זיי זענען שוין אנגעקומען צום נייעם וועלט זענען אלפי רבבי רבבות פון זיי אויסגעשטארבן אויפ'ן וועג (טראכט: די דייטשעט באנען קיין אוישוויץ פי כמה...). קומט ר' אביגדור מילער זצוק"ל וואס לויט ווי אזוי ער האט אפגעלערנט סיוויליזאציע דורך די תורה און פארשטייט אז עס איז דא ילודי אשה אויף דערוועלט וואס קומט זיי נישט קיין זעלבסט רעכט ווייל זיי זענען "נאכנישט" גענוג ציוויליזירט. איך האב דורך געליינט אלע בענדער פון ר' אביגדור מילער'ס Q&A און ס'ליגט אסאך תורה חכמה ויראה דארט סיי בין אדם למקום סיי בין אדם לחבירו און סיי וועלטליכע ידיעות. דער תירוץ אז ר' אביגדור איז געווען old school איז בכלל נישט אויסגעהאלטן. ווייל מענטשען רעכטען לשיטת Abraham Lincoln איז גאנץ גוט פארשטאנען געווארן בשעתו פאר ווער ס'האט געוואלט פארשטיין דעמאלטס, און ווער ס'האט נישט דעמאלטס געוואלט פארשטיין האט הונדערט יאר שפעטער אויך נישט פארשטאנען כידוע אז ס'האט נאך גענומען אסאך צייט ביז די אפריקאנער אמעריקאנער האבן באקומען מער רעכטען, און נישט לאנג צירוק איז געווען א אנגענומענע זאך ביי "ציוויליזירטע" ווייסע בירגער די No Jews and No Negroes. ס'האט גארנישט מיט אלד סקול, ר' אביגדור איז געווען עקסטרעמיסטיש ווען ס'איז געקומען צו גוי'אישע סאסייעטי אזוי ווי ער פלעג אסאך פארפירן סתם אזוי אז מ'דארף זיין אינגאנצען אפגעזונדערט פון נייעס קוועלער. ער וואלט מן הסתם געווען פון די ראש המדברים ביי כינוס כלל ישראל. ער האט פונקט אזוי פארפירט א קעגען די ווייסע גוים ווי די שווארצע, אבער דעס אז ס'קומט זייי נישט קיין אייגענע רעכטען? וואס איז ער כביכול דער בורא אליינס?

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 12:46 am

· #380805
berlbalaguleh
רבותיי: איך וויל נאר דא אויפברעננגען א פאקט וואס קיינער האט נאך נישט דערמאנט. איך ווייס נישט וואס דאס געט צו צום ויכוח. אדער פארשטערקערט די טענות פון סיי וועלכן צד...די שווארצע סלעיווס פון אפריקע זענען פארקויפט געווארן די שווארצע שקלאפן האנדלערס פון אנדערע אפריקאנער שבטים, פאר גוט געלט. און רוב אפקויפערס און פארמיטלערס און סופלייערס פון די עבדים זענען געווען אראבערס...!

וואס עפעס. יוראפעיאישע סוחרים אן אמעריקאנער. די איידעלע ווייסע...

גוגל: עטלענטיק טרייענגעל סלעיוו טרעיד

די פאנגערס זענען געווען אפריקאנער.

diff » מאנטאג יולי 31, 2017 12:48 am

· #380806
ווען זיי בלייבען דארט וואלטען זיי נישט געשטארבען?

סאיז יא אנדערש היינט פון אמאל. פרעג דעם פערד

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 31, 2017 12:50 am

· #380807
דער געוואגטער יונגל: איך ווייס נישט אויב כ'האב שוין אמאל דא פארציילט די מעשה. (אויב יא. ה' הטוב יכפר.)...איך האב אמאל געארבעט אין א גרויסן נוירסינג האום. דער בעה"ב איז געווען א איד. אבער די מערסטע פון די ארבעטערס זענען געווען שחורים/אפריקאנער אמעריקאנער, בלשון הפאליטקלי קארעקט. דארט איז אויכעט געווען א לאנטש רום וואו מ'האט סערווירט לאנטש פון די כשר'ע קיך. נישט וועלנדיג אז די גויים זאללן ברענגען זייערע אייגענע טריפה'נע מאכלים. איך האב מיך אייביג געהיטן נישט אריינצוגיין דארט ווען זיי עסן לאנטש. בקהלם אל תחד כבודי...! איינמאל ביניך פארכאפט געווארן דארט בשעת זיי האבן געפראוועט זייער סעודה. קיין גרעסערע מציאה ביי די שווארצע ברואים איז נישט דא ווי ווען מ'קען כאפן א איד און איהם אויספרעגן אלע מיני קשיות ושאלות. די מערסטע, פארשטייצעך כדי לקנטר. שטעללט זיך אויף איינער א חכם און פרעגט מיך אזא שאלה..."פארוואס, ווען אונז שחורים מופן אריין אין א געגנט, מופן די אידן ארויס"...איך האב דאך איהם נישט געקענט זאגן אז ווייל עטץ זענטץ מערדערס גנבים רוצחים און רעיפיסטס...האביך געזאגט, מיט א שמייכלענדיגן, דזשאוקעדיגן טאון..."דו ווייסט וואו זיי האבן געמופט...? צו די סעמעטערי. ווייל עטץ האטץ זיי אלע געהרג'עט...! דער ענטפער איז ב"ה געלונגען אויפ'ן בעסטן אופן. זיי זענען אלע געליגן אויפ'ן פלאהר פאר געלעכטער...!

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 12:51 am

· #380808
diff
ווען זיי בלייבען דארט וואלטען זיי נישט געשטארבען?

זיי מוחל זאג עס איבער נאר טויש דער ווארט זיי מיט דיין זיידע און באבע'ס נעמען הי"ד

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 12:55 am

· #380809
berlbalaguleh
זיי זענען אלע געליגן אויפ'ן פלאהר פאר געלעכטער...!

בערל, איך קען פארן אויף דיין באס איין טאג? 😂

diff » מאנטאג יולי 31, 2017 1:04 am

· #380812
וואלווי
diff
ווען זיי בלייבען דארט וואלטען זיי נישט געשטארבען?

זיי מוחל זאג עס איבער נאר טויש דער ווארט זיי מיט דיין זיידע און באבע'ס נעמען הי"ד

צו אונז איז דא שלש שבועות

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 1:11 am

· #380813
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט. א יעדער האט א צד און קען זיין איך פארשטיי עם פשוט נישט. אדרבה איך בין גרייט צו הערן א לאדשזיקעל עקספלענעישאן.

מיין עיקר כונה איז אז דינייען פאר מענטשען זייער אייגען רעכט דאס האט זעכער נישט קיינער קיין רעכט. אפילו טויזענט יאר היסטאריע קען דאס נישט בארעכטיגען.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 31, 2017 5:15 am

· #380818
וואלווי
berlbalaguleh
זיי זענען אלע געליגן אויפ'ן פלאהר פאר געלעכטער...!

בערל, איך קען פארן אויף דיין באס איין טאג? 😂

וואלווי: זיכער. דו קענסט שפיעלן באס רבי...!

ברעיקינג ניוס:יעצט א גוט ווארט פון מיין 5 יעריג אייניקל שי'. געהערט היינט (זונטאג) אינדערפריה. ער האט געזאגט אז ער איז א אידישער פאליס. און ער וועט לייגן א סאך טאטעס און יונגלעך אין דזשעיל. ווען איך האב אים געפרעגט ווער ס'וועט מאכן די כשר'ע סענדוויטשעס פאר זיי. האט ער געענטפערט..."מיין מאמע"... דאס איז טייטש א ריכטיגע תינוק הצריך לאמו...!

שמערל » מאנטאג יולי 31, 2017 7:37 am

· #380820
וואס דרייסטו א קאפ ריכטיג , הרב מיללער שרייבט אז די שווארצע האבן געלעבט א חיים טובים אינטער די ווייסע, און ער רעכנט אויס פארשידענע נארישע משלים אויף דעם, איז עס אמת צו נישט?

דאס צו די שווארצע האבן נאכן באפרייען געלעבט בעסער צו ערגער, קומט דא נישט אריין יעצט, נישט אויף דעם גייט ארויף דער שמועס, ווען הרב מיללער פאוקעסט ווען נאר אויף דעם איז איין זאך, אבער למעשה איז ער ביזי בארעכטיגן שקלאפעריי, נישט ווייל ס'איז נישטא קיין ברירה אז מען קען זיי נישט באפרייען צו פרי, נאר ווייל ער האלט ס'איז א לכתחילה זיי צו כאפן און זיי מאכן מער "פארגעשריטן".

פונקט ווי דיין משל, הרב מיללער טענה'ט נישט אז מען האט נישט קיין ברירה, מ'מוז האלטן די קינדער אין חדר, ער טענה'ט אז שלאגן און מאלעסטען קינדער זענען זייער גוט.

דאס איז חוץ פון דעם וואס אין המשל דומה לנמשל, קיינער טענה'ט נישט אז די מצב פון שווארצע זענען געווארן ערגער נאכן זיי באפרייען, דאס איז שוין מיט די זשעי קראו געזעצן וואס האט זיי טעקניקלי געלאזט פאר קנעכט, בפרט זיין נארישע באהויפטונג וועגן שווארצע נגינה, וואספארא שטותים קען איין מענטש צאמווארפן? ווייסט ער נישט אז זשעז איז צו פארדאנקען די באפרייטע שווארצע?

סך הכל, הרב מיללער שטעלט זיך ארויס צו זיין סתם א אומוואוסנדער איגנאראנטער מענטש, וואס שיסט פאלשע באהויפטונגען און פאקטן, וואס יעדער וואס לייענט נאר אביסל איבער די היסטאריע פון די שווארצע ווייסט אנדערש. מיר האבן נישט דא קיין וויכוח איבער א פילאזאפישע טענה צו שקלאפעריי איז בארעכטיקט צו נישט, נאר וויאזוי קען א אזוי גערופענער גדול בישראל, רעדן אזויפיל אומאקוראטע שטותים, און ער איז נאך אונזער חכם און אנגעליינטער...

diff » מאנטאג יולי 31, 2017 7:56 am

· #380821
דו דרייסט סאך מער זאג קלאר דער פראבלעים. פ"וו האט מען זיי צוגענומען פין די וואס האבן געטון פאר זיי

שבת אחים » מאנטאג יולי 31, 2017 9:44 am

· #380825
און מזרחי זאגט נאך מעהר. אז סאיז בכלל נישט געוועהן קיין ״שווארצע שקלאפעריי״..! דא דארטן האט אפשר א ווייסער זיך באנוצט מיט א שחור, און דעס זענען דאך די אראבער שולדיג...!

אויך זאגט מזרחי אז מ׳האט נישט געהארגעט קיין זעקס מיליאן אידן ביי די קריג. נאר עפעס אפאר אידן. אשכנזים זענען דאך געוועהן דייטשע ״גוים״ געמישט מיט אפאר אידן וואס זענען געקומען פון מזרח...

הרב מיללער מיט מזרחי. צוויי קליינע קינדער וואס ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך...

גארנישט ״אלד סקול״. פשוט צוויי ליגענערס וואס פראבירן צו פארדרייען היסטאריע כדאי סזאל שטימען מיט זייערע אגענדעס. וזהו.

shtriemel » מאנטאג יולי 31, 2017 11:25 am

· #380834
אישתישבי

דאס וואס ר' אביגדור האלט דאס האבן אסאך וויסנשאפטלעכע געהאלטן בימים ההם, און רעדט אייך נישט איין אז ווייל די ביסט אין יארע 2017 ביסטו קלוגער.

אסאך האבען אויך געהאלטען אז מ'דארפ דיין משפחה פאברענען פאר די חטא הקדמון, סא דע פ' וואט?

טאקע די טענה אז אונז קענען מיר נישט דן זיין די קאנטעמפערעריס ביסטו גערעכט, אבער דן זיין א היינטיגע פאר לגיונות אין רשעות איז דאך ממש א מצוה...

shtriemel » מאנטאג יולי 31, 2017 11:44 am

· #380838
[ציטאט אראפגענומען]

ווי קומט ר' אביגדור, די, אדער מיר דא אריין? פרעג ביי די קרבנות צו זיי ווילען צוריק גיין צום אלטען.

אונז קענען מיר אויסרעכענען א ליסטע מעלות וואס א יושב אין תפיסה האט איבער א דורכשניטליכען אינגערמאן. ער דארף נישט עוסק זיין על המחיה. ער דארף קיינמאל נישט לויפען קאווערן די באנק. ער שטייט קיינמאל נישט אויף פרייטיג 7:15 צו רוקען די קאר - אז נישט קומט א גראבע טיקעט. וכו' וכו'. יעצט ברענג א ביישפיל פון איינער וואס האט טאקע, פאר די באקוועמליכקייטען, נישט געוואלט ארויסגיין פון תפיסה למשל ג'עימס וו'יטמאר פון shawshank redemption.

צו מיר הערען ביידע אויס די זעלבע....

שבת אחים » מאנטאג יולי 31, 2017 1:51 pm

· #380864
.

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 3:25 pm

· #380894
[ציטאט אראפגענומען]

די עולה, לענ"ד, פון ר' אביגדור'ס בליק אויף די שווארצע איז נישט דעס וואס ער זארגט פאר סיוויליזאציע און מוראה של מלכות וואס לויט דיין משל מיינט עס דיציפלין אין חדר, ווייל דאס קען זיין גערעכט אז ס'דארף זיין חוקים ומשפטים און סדר ווייל דאס איז כללית'דיג גערעדט אז ווי אזוי ציוויליזאציע דארף אויסזען. אבער, מהיכי תיתי אזא געדאנק צו נעמען אינדיווידיואלע מענטשען און זיי האלטען אלס קנעכט סתם פאר השקפה וועגען? דער נמשל פון חדר איז נישט דומה צום משל. ס'איז נישט מאראליש, נישט תורה'דיג, נישט היומעניסטיש צו געוועלטיגען אויף א צווייטען. פיריאד. האסט א פראבלעם מיט זיין התנהגות דעמאלטס ברעך דיך קאפ ווי אזוי עם מקרב צו זיין צו איידעלקייט. אבער פאנגען קנעכט און געווועלטיגען אויף זיי? נישט דא מער אזא ראסיסטישע זאך ווי דעם און ער וואלט זיך געדארפט שעמען צו זאגען וואס ער האט געזאגט.

מארגען ווען מ'וועט זאגען קינות און דערמאנען די אסירי ציון שהלכו בשבי אז מ'וועט זיך איינמאל אויסמשל'ן שווארצע אנשטאטס יודען וועט מען אפשר אנדערש טראכטן. לויט ווי חז"ל זאגען האבען מיר אויך געטוהן עבירות וואס האט אונז גורם געווען גלות, האט דאס בארעכטיגט נבודכנצר און טיטוס הרשע פאר זייערע רציחות? אודאי נישט. זיי האבן געהאט א מיאוס'ן סוף אזוי ווי אסאך שונאי ישראל במשך די דורות. ס'איז נישט אונזער ארבעט צו אוועק נעמען די בעסיק רעכטען וואס א יומען באינג האט, לאזטס דאס איבער פאר'ן קריעטאר.

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 3:30 pm

· #380898
שמערל
סך הכל, הרב מיללער שטעלט זיך ארויס צו זיין סתם א אומוואוסנדער איגנאראנטער מענטש

שבת אחים
הרב מיללער (מיט מזרחי. צוויי) קליינע קינדער וואס ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך...

אווער אל, טענה'ן ענק ביידע גוט און פאקטועל בנוגע שקלאפעריי. אבער ווען מ'קוקט ארום ספרי ר' אביגדור איז ער בכלל נישט איגנארענט ער האט גאנץ גוט געוויסט וואס טוט זיך.

ער איז געווען א סאשעל עקסטרעמיסט דאס יא.

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 3:31 pm

· #380899
diff
דו דרייסט סאך מער זאג קלאר דער פראבלעים. פ"וו האט מען זיי צוגענומען פין די וואס האבן געטון פאר זיי

זיי מסביר דיין שאלה. ס'שמעקט עפעס מיט חסרון ידיעה.

diff » מאנטאג יולי 31, 2017 3:36 pm

· #380901
מהאט זיי געראטוועט געפיטערט אנגעטון. זיי וואלטן נישט אנגעגאנגען אן אונז.

און תורה צייט זענען אייגענר קינדער פון שפחה געווען קנעכט

אישתישבי » מאנטאג יולי 31, 2017 8:35 pm

· #380935
כ'זעה אז נישט יעדער פארשטייט, לאמיר זאגען גייסט אויף א פלאץ וואוינען ווי עבדים איז לעגאל, אהן אריין גיין אין די סיבות. זעהסט דארט א אידיש אינגעל וואס איז למכירה צו זיין א עבדים.

ווילסטו אים קויפן און לאזען פריי!! פדיון שבוים!!

שוין, גייסטו צו רעדסט מיט אים, זעהסטו ער איז טויב און שטום, און טויג צו איין דאך, רייניגען דער הויז, ער טוט דאס פלייסיג, א יאסעלע גולם!!

האסטו יעצט א ברירה קענסט אים קויפן און האלטען פאר א קנעכט און אים געבען א חיים טובים בעסער ווי ער האט געהאט ביז אהער, אדער קענסט זיין א פרומע און זאגען א סלעיוו? חס ושלום.

וועלכע איז די בעסערע אפציע?

ר' אביגדור רעדט נישט וועגען פאנגען עבדים, רעדט נישט וועגען זיין א רשע צו די עבד, וכדו'.

ווייסט איינער וויפיל זענען געשטארבן נאכען באפרייען? מיליאנען!! מיליאנען!!

<a class="postlink" href="https://www.theguardian.com/world/2012/jun/16/slavery-starvation-civil-war">https://www.theguardian.com/world/2012/ ... -civil-war</a>

ר' אביגדור רעדט אויסשליסליך וועגען דער באפרייען אין יענעם זמן וואס ער האט עס געטוהן. מען ווייסט אז לינקאלן האט עס געטוהן פאר פאליטישע חשבונות נישט מחמת זיין גוט הארציגקייט. אויף די טענות אז מען איז זיי מאנס און שלעגערייען האט ער געקענט מאכען געזעצען און רעכטען, טאקע די געזעצן וואס שטייט אין רמב"ם, נישט באפרייען און מכח דעם זאלען מיליאנען שטארבן.

ער האט געקענט מאכען א סיסטעם פין מוזען לערנען די עבדים זאלען קענען ליינען און שרייבען, און א סיסטעם ווי מען קען זיך אויסקויפען, אזוי וואלטן זיי צוביסלעך באפרייט געווארן אלץ מענטשן, און זיי וואלטן באמת געוועהן בעסער, און אפילו היינט זענען נאך פילע פין זיי נישט ריכטיג צוויליזירט אלץ א תוצאה פין די פלוצלינגע באפרייען.

איז יא, ר' אביגדור האט א פוינט, הגם ער איז לכאורה נישט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דער גאנצע אויסלייג.

שמערל » מאנטאג יולי 31, 2017 9:39 pm

· #380939
לויט דיין לינק, זענען געשטארבן א מיליאן שווארצע, אין רעזאלט פון אנטלויפן פון זייערע הארן בשעת די ציווילע קריג. דאס הייסט אז זיי זענען געשטארבן א דאנק זייערע הארן וואס האבן זיי נישט געוואלט באפרייען, און האבן אנשטאט מחליט געווען צו אנהייבן א מלחמה וואס האט געהרגעט מיליאנען אמעריקאנער. איז דאס א ראיה אז מען האט זיי נישט געטארט באפרייען? פארוואס האבן זייערע הארן וואס האבן דאך נאר געמיינט דאס גוטס פון די שווארצע, אפגעטאן אזא רשעות און רציחה פאר זייערע אייגענע ווייסע ברודער, אלעס פארן תאוות הניצחון?

די סיבה פארוואס זיי זענען היינט נאך צוריקגעשטאנען, איז נישט ווייל מ'האט זיי באפרייט צו פלוצלינג, נאר ווייל מ'האט זיי קיינמאל נישט באפרייט, ליין אביסל איבער די זשים קראו געזעצן, און איבער די קו קלאקס קען, וואס האבן געהאלטן די שווארצע אין בערך די זעלבע מצב ווי בשעת שקלאפעריי איז געווען לעגאל, פאר ביז בערך פופציג יאר צוריק, און נאכדעם האט מען טענות אויף די שווארצע גאר פארוואס זיי זענען אין אזא מצב.

לעצם טענתך אז באפרייען צוביסלעך וואלט געווען בעסער לטובתם, קען זיין אז יש דברים בגו, דאס איז אבער נישט וואס הרב מיללער שרייבט. ער איז מצדיק דאס זיי מאכן פאר שקלאפן לכתחילה, וואס אויף דעם איז נישטא קיין שום תירוץ, ווי אויך איז דאס עפעס וואס וואלט קיינמאל נישט ווען געקענט אויסגעפירט ווערן, די פעדעראלע רעגירונג האט בימים ההם געהאט גאר א שוואכע כח צו אינפארסירן געזעצן, און קיינער וואלט קיינמאל נישט נאכגעגאנגען ווער עס האלט איין די געזעצן. באפרייען די שווארצע האט נישט באפרייט די קנעכט, נאר עס האט אפגעשטעלט דאס אימפארטירן פרישע קנעכט און דאס האנדלען מיט זיי. אזאך וואס האט כאטש פארבעסערט דאס לעבן פון די וואס זענען נישט אריינגעפאלן צו שקלאפעריי.

shtriemel » מאנטאג יולי 31, 2017 10:09 pm

· #380946
אישתישבי
ווייסט איינער וויפיל זענען געשטארבן נאכען באפרייען? מיליאנען!! מיליאנען!!

משל למה הדבר דומה: ווען די אליאירטע האבן געברענגט די נאציס צום געריכט האבען זיי גע'טענה'ט אז זיי האבן אונז געלייגט אין געטא אלס רחמנות. "ווייסט איינער וויפיל זענען געשטארבן ביים באפרייען? מיליאנען!! מיליאנען!!"

diff » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 9:03 am

· #380963
וואלווי
diff
דו דרייסט סאך מער זאג קלאר דער פראבלעים. פ"וו האט מען זיי צוגענומען פין די וואס האבן געטון פאר זיי

זיי מסביר דיין שאלה. ס'שמעקט עפעס מיט חסרון ידיעה.

נו ספעלט נאך עפעס. אמאל אז איינער זאל זיין רייך האט ער געמוזט האבן אסאך קנעכט. און די קנעכט וואלטן גארנישט געקענט אליין

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 12:07 pm

· #380978
מדמה זיין צו די קאנסעטרעישען קעמפס איז טאקע א דמיון וואס ווייזט אז מען האט נישט באפרייט ריכטיג, ווייל טאקע אסאך זענען געשטארבן דורך דער באפרייען, עס קען זיין אז עס איז נישט געוועהן קיין אנדערע ברירה ביי די צווייטע וועלט מלחמה, אבער ביי די שווארצע איז יא געוועהן.

בכלל איז נישט קיין דמיון אידען אין לאגערען צו די מצב פין שווארצע. ופשוט. קענסט האלטן אין איין נעמען יעדעס זאך וואס מען שרייבט לגבי די שווארצע און איבער שרייבען מיט קאפי פעיסט מיט די נאטיצען און עס וועט נישט מאכען די צוויי די זעלבע.

און כדי זיך צו האלטען צו מיין מאטיוו, איך אליין בין אויך מחולק מיט ר' אביגדור, אבער לדעתי האט ער עפעס צו זיין שיטה און ער איז נישט אנגעפרעגט מכל וכל.

עס געשעהט היינט אויך אסאך סיסטעמאטישע אביוז, און דער תירוץ איז נישט א יד חזקה אייביג, וועיקא יוכיח, ועוד הרבה. נעמט א סיטואציע פין האסטעדזעס און אינדיע און גיי אריין מיט גאנס און עס איז דא נאך הרוגים, סא ער האט א פוינט אז באפרייען דעמאלט אויף דער אופן איז נישט געוועהן פאר זיי דער בעסטער אפציע.

און ער זאגט בפירושע ווערטער אז דעמאלס באפרייען איז נישט געוועהן גוט, עס האט אפשר געברויכט זיין הונדערט יאר שפעטער. מאך עס צען צוואנציג יאר מיט א שטארקע פראגראם פין זיי לערנען צו זיין זעלבסטשטענדיג, וכו'.

און פארוואס זיי זענען געבליבן צוריקגעשטאנען, איז נישט צוליב די ק.ק.ק., עס איז נאריש אזוי צו זאגען בכלל. אפילו היינט נאך זעכציג יאר מיט די זעלבע רעכטן זענען זיי נאך אלץ נישט אויף דער זעלבער לעוועל ווי אנדערע.

זיי וועלען און דער עתיד זיין די זעלבע, אבער ווען זיי ווערען לכתחילה באפרייט אלץ מער געלערנטע מענטשען, וואלטן מען איבערגעהיפט צענדליגע צו הונדערט יאר פין זיין צוריקגעשטאנען.

הקטן » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 2:43 pm

· #380987
שמערל

לעצם טענתך אז באפרייען צוביסלעך וואלט געווען בעסער לטובתם, קען זיין אז יש דברים בגו, דאס איז אבער נישט וואס הרב מיללער שרייבט. ער איז מצדיק דאס זיי מאכן פאר שקלאפן לכתחילה

אויב ער וואלט געווארט, לאמיר זאגן נאך א פופציג אדער הונדערט יאר, און דאן וואלט ער זיי באפרייט, דאמאלטס וואלט עס געווען עפס אנדערש. אבער ער האט זיי באפרייט צו פרי.
זיי זענען געקומען פון אפריקע, און אין אפריקע זענען זיי געוווען פארנומען זיך אויסצוהרג'נן צווישן זיך, און זיך אויפעסן צווישן זיך, זיי האבן נישט געהאט קיין שום פרינציפן אויף זעלבסט קאנטראל.
אזעלכע מענטשן האבן געדארפט ווערן געלערנט צו ווערן ציוויליזירט, און זיי האבן זיך עס געהאלטן אינמיטן לערנען.

וואס קען זיין בעסער צו לעבן אין א וועלט וואו מען הרג'ט נישט פאר שוואולטאג?

זיי פלעגן זיך הרג'נען פאר פאן. זיי פלעגן האבן די ציינער פון אנדערע שבטים
ארום זייער האלז, די ציינער פון זייערע שונאים, וואספארא מין ציוויליזאציע איז דאס?

ליין

הקטן » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 2:55 pm

· #380988
וואלווי
דער היומען באינג האט רעכטען וואס "קיינער" קען נישט אוועקנעמען.

מעג מען לייגען אין משגעים הויז איינער וואס וויל זיך נעמען דעם לעבן?

מעג מען איינזעצען איינעם כדי די ציבור-סעסייעטי זאל פארדינען?

סעסייעטי האט אפגעמאכט אז זיי ווילען לעבן א גיטען טאג און זיי ווילען אז א יעדער זאל באצאלן דערפאר, א יעדער זאל צאלן טעקס
קימט איינער, און דרייט זיך ארויס און וויל נישט באצאלן, יעצט האט ער שוין נישט און קען נישט באצאלן חאטש ער וויל, מעג מען אים איינשפראן כדי אנדערע זאלן זיך לערנען.

וואלווי, קוקט אויס די האסט דארך געטון די נושא

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 4:53 pm

· #380996
הקטן

וואס??? כהער גיט?

גלייכסט צו שווארצע עבדים צו משוגעים וואס מ׳דארף אריינלייגן אין משוגעים הויז, און דערנאך מאכסטו א גאנצע פשעטל???
דו רשע מרושע איינער..!
די זעלבע זאך האט דאך היטלער געזאגט אויף דיינע זיידעס!

שעם דיך אין דיין פנים אריין..! סאיז א בושה פארן אייבערשטען אז דו דיפענדטס אים ביי עוואלאציע! דו מאכסט א ״חילול השם״!

חזור בך...
ראסיזים איז די חתימה פון רעליגע זעהט זיך אויס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 5:18 pm

· #380997
איינער וויל אונז איינרעדען אז הרב אביגדור מיללער האט געהאלטען אז א שיטה מוז זיין פראקטיש געדעקט אויך. ווען מ׳וויל אויפטוהן פאר די קנעכט, זאל מען זיכער מאכען אז ס׳זאל זיין געשמיערט. הייסט׳ס אז די שיטה איז נישט אלץ, מ׳דארף עס צוזאמען שטעלען מיט אנדערע עניינים אויך.

איך מיין אז דער וואס קען אביסל פון הרב אביגדור מיללער ווייסט אז להד"ם. ער האט לכתחילה געהאלטען ווי די אלט מאדישע אמעריקאנער ׳אויפריכטיגער׳ גלויבער. דאס איז ער געווען, אזוי איז ער געבוירען, און גייען אין ישיבה האט דאס נישט געטוישט. דער שווארצע מוז מען האלטען אין די ראמען, ער איז בעצם תולדתו א פרא אדם אן אונטער פאלק, און פון א שווארצע קען מען קיין מענטש נישט מאכען. אזוי האבען זיי געהאלטען, און אזוי זאגען נאך זיים תלמידים. זיי זע׳ען גארנישט שלעכט מיט separate but equal.

דער תורה׳ס בליק אויף ראסיזם איז טאקע מער ניואנסד ווי סיי וועלכע. ס׳איז דא רעכטען וואס יעדער מענטש האט, ווידער זענען דא רעכטען וואס נאר געוויסע ראסען האבען. ס׳איז נישט דא קיין גענצליכע ווירדע פון אייניגקייט צווישען די ראסען. אן עמלקי, א מואבי, א מצרי, יעדער איינער איז א מענטש און מ׳טאר זיי נישט הרגנ׳ן (אחוץ אן עמלקי ביי א מלחמה עפ"י נביא) און מ׳טאר זיי נישט באגנבנ׳ן. אנדערע רעכטען און פליכטען זענען נאר פאר אידען. ס׳איז נישט דא קיין גענצליכע אראפ געקלאפטע פאלק, קיין שום פאלק איז נישט בעצם קנעכט, און ס׳איז נאר דא איין אויסגעצייכענטע פאלק. די וואס דערהייבען נישט קיין ניואנס, וועלען עס נישט קענען פארשטייען צו דערהייבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמערל » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 5:35 pm

· #380998
שמערל
ער איז מצדיק דאס זיי מאכן פאר שקלאפן לכתחילה

הרב מיללער
אזעלכע מענטשן האבן געדארפט ווערן געלערנט צו ווערן ציוויליזירט, און זיי האבן זיך עס געהאלטן אינמיטן לערנען. וואס קען זיין בעסער צו לעבן אין א וועלט וואו מען הרג'ט נישט פאר שוואוילטאג. זיי פלעגן זיך הרג'נען פאר פאן. זיי פלעגן האבן די ציינער פון אנדערע שבטים ארום זייער האלז, די ציינער פון זייערע שונאים, וואספארא מין ציוויליזאציע איז דאס?

זיי זענען אבער געקומען קיין אמעריקע, זיי האבן מער נישט גע'הרג'עט, זיי האבן געדארפט ארבעטן. ביינאכט זענען זיי געשלאפן רואיג, קיינער האט נישט געקענט אטאקירן אנדערע שבטים, צופרי זענען זיי אויפגעשטאנען זיי האבן געהערט פרעפלען, זונטאגס האבן זיי געהערט דעם בייבל. זיי פלעגן זינגען מזמורים אין זייערע קאבינעטן, זיי האבן געהאט אביסל איבריג צייט. וואו קענסטו היינט באקומען מזמורים פון זיי, אפשר אין הארלעם? זיי זינגען מער נישט. בקיצור זיי פלעגן באקומען גוטע בענעפיטן.

הקטן
ליין

הקטן » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 5:44 pm

· #380999
וואלווי
דער היומען באינג האט רעכטען וואס "קיינער" קען נישט אוועקנעמען.

דער סאשעליסט וואס האלט זיך ב"ב אויף יענעמס נכסים ווייל לפי שיטתו איז דאס דער טובה פאר די "ביגער גאד" האלט אויך ווי דיר? וואלווי

שבת אחים, איך טריי נישט צי נעמען קיין שטעלאנג אין פאקטן וואס איך ווייס נישט, וועגן דעם האב איך נישט גענימען קיין שטעלאנג וועגן שווארצע סלעווערי באראיג דיך איך פלאן דאס נישט דארך ציטון בקרוב

פין די אנדערע זייט אויב באצוימט מען זיך צו טראכטן נאר וואס איז פאליטיקלי קארעקט אדער וואס שטימט מיט א געוויסער דאגמא נעמט מען פשוט אוועק פין זיך די מעגליכקייט פין טראכטן וואס איז גערעכט און מעגליכקייט צי טראכטן מיט הארץ.

הקטן » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 6:14 pm

· #381001
שמערל

איז מעליך צי זאגן פאקט:
זיי פלעגן זיך הרג'נען פאר פאן!
זיי פלעגן האבן די ציינער פון אנדערע שבטים ארום זייער האלז!
אזעלכע מענטשן האבן געדארפט ווערן געלערנט צו ווערן ציוויליזירט!
זיי האבן זיך עס געהאלטן אינמיטן לערנען!

אן זאגן אשר על כן איז די איינציגסטע עצה זיי גיין פארשקלאפן?
איך זעה נישט וואס דו זעסט אין זיינע ווערטער

וואס איך זעה יא איז, ער שרייבט אויב וואלט מען זיי באפרייט שפעטער וואלט דאס יא געווען א גיטער זאך (איך האב פארשטאנען אז ער האט געהאלטן אז זיי דארפן זיין עבדים לעולם)
ער האט נישט געהאלטן אז דער שווארצע איז בעצם תולדתו א פרא אדם אן אונטער פאלק, און פון א שווארצע קען מען קיין מענטש נישט מאכע
ער זאגט זייער עבר איז נישט קיין גוטער און זיי האבן געהאלטן אינמיטן לערנען און חבל על דעבדון

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 6:40 pm

· #381003
ליטוואק

כלומר לדברי ר' אביגדור קען א שווארצע קיינמאל נישט זיין אזוי קלוג און א מוסרי ווי א איד אדער אפילו א ווייסע גוי. נניח אז ער האט אזוי געהאלטן, קומט עס נישט אז צוליב דעם זאל ער מוזען זיין א עבדים לעולם וועד אפילו לדברי. ועל זה אנו דנין לעת עתה.

שבת
זעהט אויס האסט נישט געליינט ביז אהער, דאס מדמה זיין צו די דייטשען איז ראנג, כמו שנתבאר לעיל.

ליטוואק
אגב, איך מיין אז א עמלקי מעג מען און מען דארף הרג'נן אפילו שלא בשעת מלחמה, ואפילו אהן א נביא. היינט ווייסט מען נישט ווער איז א עמלקי. קוק עס נאך.

שמערל » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 7:36 pm

· #381009
.

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 8:17 pm

· #381012
אישתישבי
בכלל איז נישט קיין דמיון אידען אין לאגערען צו די מצב פין שווארצע. ופשוט. קענסט האלטן אין איין נעמען יעדעס זאך וואס מען שרייבט לגבי די שווארצע און איבער שרייבען מיט קאפי פעיסט מיט די נאטיצען און עס וועט נישט מאכען די צוויי די זעלבע.

עס איז בכלל נישט א צוגלייך צווישען די לאגער און די אמעריקאנער שקלאפען. פינטעל.

די טענה אז מ'דארף הארגענען/פארשקלאפען אידען/גויים/שווארצע/פרויען/מוסלעמענער פאר זייערע אייגענע טובה איז נאך איין מאל א צוגלייך.

אישתישבי

און ער זאגט בפירושע ווערטער אז דעמאלס באפרייען איז נישט געוועהן גוט, עס האט אפשר געברויכט זיין הונדערט יאר שפעטער. מאך עס צען צוואנציג יאר מיט א שטארקע פראגראם פין זיי לערנען צו זיין זעלבסטשטענדיג, וכו'.

וואס הונדערט יאר אין קאפ אריין. מ'האלט שוין לאנג איבער הונדערט יאר פון ווען לינקאלן ז"ל האט זיי מוציא געווען מעבדות און נאך אלס זיינען רוב איר-איר-אייניקלעך נאך נישט אנגעקומען לחרות.

די סיבה דערפאר איז אביסעל טאקע ווי ר' אביגדור'ן האט פארשטאנען - אן עבד עבדים דורי דורות איז שווער מחונך, און טיילווייז איז עס די סיסטעמאטישע ראסיזעם נעבעך, וואס מיר, דורי דורות געליטענער וואלטען געדארפט צו זיין אסאך מער אפגעהיטען נישט חלילה פארגעסען די פסוק:

"ואהבתם את הגר"! פארוואס? "כי גרים הייתם".

נישט ווייל "אזוי האב איך געהייסען" - ויראתם. נישט ווייל "עס איז בעסער פאר זיי", "פאר אונז".

ניין!

האב זיי ליב ווייל די אליין קענסט טרעפען אין דיין הארץ אביסעלע רחמנות נאר דארך געדענקען כי גרים היינו.

די איינציגע קשיה איז פארוואס, נאך אזויפיל יארען, איז די דורכשניטליכען שווארצע אין אן ערגערען מצב ווי די ווייסע? דער קשיה פארענטפערט הרב אביגדור בטטו"ד… אויך פארענטפערט די קשיה ג'ים קראו, דעוויד דיוק וכו' וכו'.

קורקלענד » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 8:43 pm

· #381014
כמעט יעדער איז פארשקלאפט אויף א געוויסע פארנעם. דא הייסט עס שקלאף ערגעץ אנדערש הייסט עס רעליגיע ווידעראום קומט עס ארויף אלס שטייערן. רוב מענטשן זענען אייביג געווען און לכאורה וועלן אייביג זיין פארשקלאפט אויף איין וועג אדער די אנדערע. אמאל פאר'ן מענטש איז ריכטיג אזוי, ווייל אזוי איז די וועלט אויסגעשטעלט זיך צו דרייען. און אמאל איז עס נישט ריכטיג. אמאל אין געוויסע פעלער קען זיין אז פאר געוויסע מענטשן איז שקלאפעריי געווען בעסער. און אז עס איז געווען פאר זיי בעסער מיינט נאכאלץ נישט אז עס איז ריכטיג זיי צו פארשקלאפן.

די חילוק איז נאר צו מ'ברענד עס אונטער די נאמען שקלאף.

מיר איז אויך נישט באקוועם און איך האלט אז ס'נישט ריכטיג ווען א חלק פון מיין ארבייט יעדן טאג איז פארשקלאפט אויסצוהאלטן יענער'ס העלט קעיר. ווייל יענער האט געשטימט אז מען מעג/זאל מיר פארשקלאפן פאר זיינע בענעפיטן.....

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 9:33 pm

· #381017
קורקלענד

ג'יזעס. מעדיקער = פארשקלאפען.

די האסט אזא שוואכע פארשטאנד בעניני גשמיות אויך? עפעס איעדע נושא וואס איז אביסעל מער אבסטראקט ווערסטו איינגעהאנקערט אין דעם חיוב פון תרומות און מעשרות. וואס טוט א איד מיט דעם הדבק במידותיו?

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 9:58 pm

· #381019
הקטן
וואלווי
דער היומען באינג האט רעכטען וואס "קיינער" קען נישט אוועקנעמען.

מעג מען לייגען אין משגעים הויז איינער וואס וויל זיך נעמען דעם לעבן?

מעג מען איינזעצען איינעם כדי די ציבור-סעסייעטי זאל פארדינען?

סעסייעטי האט אפגעמאכט אז זיי ווילען לעבן א גיטען טאג און זיי ווילען אז א יעדער זאל באצאלן דערפאר, א יעדער זאל צאלן טעקס
קימט איינער, און דרייט זיך ארויס און וויל נישט באצאלן, יעצט האט ער שוין נישט און קען נישט באצאלן חאטש ער וויל, מעג מען אים איינשפראן כדי אנדערע זאלן זיך לערנען.

וואלווי, קוקט אויס די האסט דארך געטון די נושא

דער חילוק איז פשוט (כ'וועל נישט נוצען שבת'ס שפראך ווייל דאס איז זעלבספארשטענדליך, נאר איך וועל דיר ענפערען בקיצור)

דער כלל און דער פרט. קנעכטשאפט פאר א רעיס across the board איז ראסיזם און ס'די זעלבע זאך ווי אנטיסעמעטיזם וואס דאס לכאורה פארשטייסטו יא.

די זאכען וואס די רעכענטס אויס זענען אינדיווידיעל פעלער וואס פארשטייט זיך אז מ'דארף איינעם אמאל איינשפארן.

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 10:11 pm

· #381024
קורקלענד
כמעט יעדער איז פארשקלאפט אויף א געוויסע פארנעם. דא הייסט עס שקלאף ערגעץ אנדערש הייסט עס רעליגיע ווידעראום קומט עס ארויף אלס שטייערן. רוב מענטשן זענען אייביג געווען און לכאורה וועלן אייביג זיין פארשקלאפט אויף איין וועג אדער די אנדערע. אמאל פאר'ן מענטש איז ריכטיג אזוי, ווייל אזוי איז די וועלט אויסגעשטעלט זיך צו דרייען. און אמאל איז עס נישט ריכטיג. אמאל אין געוויסע פעלער קען זיין אז פאר געוויסע מענטשן איז שקלאפעריי געווען בעסער. און אז עס איז געווען פאר זיי בעסער מיינט נאכאלץ נישט אז עס איז ריכטיג זיי צו פארשקלאפן.

די חילוק איז נאר צו מ'ברענד עס אונטער די נאמען שקלאף.

מיר איז אויך נישט באקוועם און איך האלט אז ס'נישט ריכטיג ווען א חלק פון מיין ארבייט יעדן טאג איז פארשקלאפט אויסצוהאלטן יענער'ס העלט קעיר. ווייל יענער האט געשטימט אז מען מעג/זאל מיר פארשקלאפן פאר זיינע בענעפיטן.....

האסט אמאל געהערט פון די פריסאן סיסטעם? וואס איז שלעכט דארט? מ'געט צו עסען, שלאפן, א דאך איבערען קאפ, מ'קען זיך נאך אמאל עפעס צו לערנען צו דער זייט, פארוואס שטרענגט מען זיך אן עט אלל קאסט נישט אנצוקומען דארט?

ווייל דאס הייסט געפענגעניש!

דיין ארבעט איז געפענגעניש? רעליגיע איז געפענגעניש? שוועריקייטן פון די סיסטעם אדער רעליגיע, שוועריקייטן פון פרנסה אדער סאסייעטי איז נישט געפענגעניש, ווייל אזוי ארבעט די וועלט אז ס'גראדט זיך קיינמאל נישט אויס פאר א יעדען. אבער קנעכטשאפט איז א היומען רייטס אישו. דאס איז געפענגעניש און נישט סתם א שוועריקייט. קיינער טאר נישט דארפן זיין אונטער א קנעכטשאפט נישט קיין חילוק ווי אזוי סאסייעטי דרייעט זיך.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 11:13 pm

· #381037
הקטן
וואלווי
דער היומען באינג האט רעכטען וואס "קיינער" קען נישט אוועקנעמען.

דער סאשעליסט וואס האלט זיך ב"ב אויף יענעמס נכסים ווייל לפי שיטתו איז דאס דער טובה פאר די "ביגער גאד" האלט אויך ווי דיר? וואלווי

שבת אחים, איך טריי נישט צי נעמען קיין שטעלאנג אין פאקטן וואס איך ווייס נישט, וועגן דעם האב איך נישט גענימען קיין שטעלאנג וועגן שווארצע סלעווערי באראיג דיך איך פלאן דאס נישט דארך ציטון בקרוב

פין די אנדערע זייט אויב באצוימט מען זיך צו טראכטן נאר וואס איז פאליטיקלי קארעקט אדער וואס שטימט מיט א געוויסער דאגמא נעמט מען פשוט אוועק פין זיך די מעגליכקייט פין טראכטן וואס איז גערעכט און מעגליכקייט צי טראכטן מיט הארץ.

יעצט איז מיר אלעס פארענטפערט.

ער פארשטייט נישט קיין עוועאלציע, אקעי ער האט א שוואכע קאפ. ער איז רעליגעיז און בייעסט. אבער אז דו קענסט זאגן אז ״סאושליסטן״ זענען בעלבאס אויף יענעמס נכסים איידער ווי ״קעפיטיליזים״ פארשטיי איך שוין אלעס. און אז דו בארעכטיגסט ״שקלאפעריי״ וועסטו במילא לייקענן פאקטן.

נאר מענטשען וואס רעדן אזוי ווי דיר לייקענען עוואלאציע...

נישט קיין עוואלאציע, נישט קיין שקלאפעריי, און נישט קיין סאושליזים.
נאר וואס מ׳האט געלערנט אין חדר פארשטייט ער....

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 12:00 am

· #381045
וואלווי

האסט אמאל געהערט פון די פריסאן סיסטעם? וואס איז שלעכט דארט? מ'געט צו עסען, שלאפן, א דאך איבערען קאפ, מ'קען זיך נאך אמאל עפעס צו לערנען צו דער זייט, פארוואס שטרענגט מען זיך אן עט אלל קאסט נישט אנצוקומען דארט?

ווייל דאס הייסט געפענגעניש!

דיין ארבעט איז געפענגעניש? רעליגיע איז געפענגעניש? שוועריקייטן פון די סיסטעם אדער רעליגיע, שוועריקייטן פון פרנסה אדער סאסייעטי איז נישט געפענגעניש, ווייל אזוי ארבעט די וועלט אז ס'גראדט זיך קיינמאל נישט אויס פאר א יעדען. אבער קנעכטשאפט איז א היומען רייטס אישו. דאס איז געפענגעניש און נישט סתם א שוועריקייט. קיינער טאר נישט דארפן זיין אונטער א קנעכטשאפט נישט קיין חילוק ווי אזוי סאסייעטי דרייעט זיך.

האסט קיינמאל נישט געטראכט פון א ראסע וואס הייסט קרימינאלן? אדער א ראסע וואס זענען נישט פון די עליטע? אדער א ראסע וואס זענען אומגעלונגענע? אא''וו.

נישט אז איך האלט אז שקלאפעריי איז אויסגעהאלטן אויף סיי וועלכע פארנעמען אבער פאקטיש און פראקטיש ווען א גרויסע חלק פון אפריקאנער אמעריקאנער קענען ארבעטן פינף און צוואנציג שעה א טאג א גאנצע וואך און נאכאלץ נישט דעקן זייערע הוצאות אויף ברויט, פוטער און א דאך איבער'ן קאפ איז עס אין געוויסע זין א פרייהייט וואס איז שוואכער ווי צו זיין אונטערטעניגט אלס קנעכט.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 2:29 am

· #381060
קורקלענד: ס'הייבט זיך בד"כ אן ביי די עדיוקעישן וואס מ'האט דערגרייכט. און די שחורים וועלכע זענען פלייסיג ביי סיי ועלכע ארבעט, ארבעטן זיך סוכ"ס ארויף עקאנאמיש. און זיי געהערן צום מיטל קלאס. די אלע אנדער זענען יוצא מיט אפ פוילעצן דעם טאג און קאלעקטן זייער וועלפעיר טשעק. און אפשר צו האנדלען א ביסל מיט דראגס. ליהוי ידוע לך. אז ס'איז פארהאן א סאך מיטל קלאס געגנטער אין ניו יארק סיטי. און אין ניו דזש. וואו ס'וואוינען מיטל קלאס, ארבעטנדיגע מענטשן וועלכע זענען אדער געקומען פון די קאריבען אדער אפריקע. און אפילו לאקאלע געבוירענע אפריקאנער- אמעריקאנער. און זייער געגנט זעהט גארנישט אויס אנדערש ווי סיי וועלכע ווייסע געגנט. און זייערע קינדער לעבן א גוטן טאג. און זענען נהנה פון די אמעריקאנער געזעלשאפט פונקט אזוי ווי סיי ווער. אודאי איז דא דיסקרימינעישן. און אקעיגן אידן איז דען נישט דא דיסקרימינעישן. דער ענטפער איז אז מ'דארף זיך נישט שטופן וואו מ'איז נישט באוויליגט. נאר מ'זאלל גיין וואו ס'איז יא דא א געלעגנהייט זיך ארויפ צו ארבעטן עקאנאמיש...!

shtriemel » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 8:45 am

· #381077
אוי קורקלאנד. צומאל קוקסטו אויס ווי א יודע ספר און דאס געבט מיר דאס חשק דיר צו עקלערען דאס וואס איז היינט, ביי מיר, א דבר פשוט. אבער א מינוט דערנאך קומט א תגובה וואס מאכט דיר אויסקוקען ווי א 22 יעריגע סקווירא אינגערמאן וואס האט קיינמאל נישט פארלאזט דעם שטעטעל.

אן אייניקעל פון די פארשקלאפטע וואס "מאכט עס" דא אין לאנד האט פונקט אזעלכע ט'שאנסען אויפצושטעלען א געהעריגע דור ווי א ווייסע. אבאמא'ס קינדער וועלען נישט צוריק אריינפאלען אין די געטא און אויך נישט קאלין פאוועל'ס חבריא. שטודיעס פון מיטל-קלאס שווארצע נעקסטע דור באווייזט עס.

ממילא קומט אויס אז די פראבלעם איז אז זיי זענען ארויס מעבדות אבער נאך נישט אנגעקומען לחרות. די אינטערנעט איז פיל מיט שטודיעס פארוואס. אבער וויבאלד פעיק ניוס איז דאך אן אלטע פראבלעם דארף מען האבען א טראפ ישוב הדעת לדעת מה זה ועל מה זה.

shtriemel » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 9:09 am

· #381081
די קשיה:
<a class="postlink" href="https://www.theatlantic.com/business/archive/2015/01/how-black-middle-class-kids-become-black-lower-class-adults/384613/">https://www.theatlantic.com/business/ar ... ts/384613/</a>

די תשובה:
<a class="postlink" href="https://www.theatlantic.com/politics/archive/2014/05/african-americans-with-college-degrees-are-twice-as-likely-to-be-unemployed-as-other-graduates/430971/">https://www.theatlantic.com/politics/ar ... es/430971/</a>

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 11:43 am

· #381113
קורקלענד
וואלווי

האסט אמאל געהערט פון די פריסאן סיסטעם? וואס איז שלעכט דארט? מ'געט צו עסען, שלאפן, א דאך איבערען קאפ, מ'קען זיך נאך אמאל עפעס צו לערנען צו דער זייט, פארוואס שטרענגט מען זיך אן עט אלל קאסט נישט אנצוקומען דארט?

ווייל דאס הייסט געפענגעניש!

דיין ארבעט איז געפענגעניש? רעליגיע איז געפענגעניש? שוועריקייטן פון די סיסטעם אדער רעליגיע, שוועריקייטן פון פרנסה אדער סאסייעטי איז נישט געפענגעניש, ווייל אזוי ארבעט די וועלט אז ס'גראדט זיך קיינמאל נישט אויס פאר א יעדען. אבער קנעכטשאפט איז א היומען רייטס אישו. דאס איז געפענגעניש און נישט סתם א שוועריקייט. קיינער טאר נישט דארפן זיין אונטער א קנעכטשאפט נישט קיין חילוק ווי אזוי סאסייעטי דרייעט זיך.

האסט קיינמאל נישט געטראכט פון א ראסע וואס הייסט קרימינאלן? אדער א ראסע וואס זענען נישט פון די עליטע? אדער א ראסע וואס זענען אומגעלונגענע? אא''וו.

נישט אז איך האלט אז שקלאפעריי איז אויסגעהאלטן אויף סיי וועלכע פארנעמען אבער פאקטיש און פראקטיש ווען א גרויסע חלק פון אפריקאנער אמעריקאנער קענען ארבעטן פינף און צוואנציג שעה א טאג א גאנצע וואך און נאכאלץ נישט דעקן זייערע הוצאות אויף ברויט, פוטער און א דאך איבער'ן קאפ איז עס אין געוויסע זין א פרייהייט וואס איז שוואכער ווי צו זיין אונטערטעניגט אלס קנעכט.

איי עם סארי ידידנו קורקלענד, ניין, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א "ראסע" פון קרימינאלען וכו'

די ביסט דן א רבים ווי א יחיד. את"ל די ביסט גערעכט אז די אפריקאנער וואלטען געווען אומגעלונגענע, קרימינאלען, און נישט עליטע, איז דאס נאך אלס נישט יוצא על הכלל כולו אויף די גאנצע ראסע זיי צו דן זיין מיט אזא קלאסיפיקעשאן, פארוואס זאלען די האלב יחידים אפריקאנער ווערען געלעבעלט וועגען די אנדערע האלב יחידים?

דעס וואס די טענה'סט איז קלאר וואס מאכט א מענטש פאר א רעסיסט! ווען ער לעבעלד א גאנצע ראסע וועגען מעשי יחידים.

חוץ פון דעם וואס ס'איז פשוט נישט אמת. זיי האבן גענוג און נאך געלונגענע, נישט קרימינאלען, און זייער פיינע אמעריקאנער סיטיזענס. הייב ניטאמאל ברענגען סטאטיסטיקס. ווייל אפי' די וועסט טרעפען זייערע שוואכקייטען אין די גרויסע שטעט, סאך הכל ריקט עס אפשר נאר די נאמבערס אביסעל אהין און אהער.

(אל תפתח פה לשטן. סטאטיסקלי גערעדט, האבן "אונזערע" היימישע געגענטער די גרעסטע פאווערטי רעיט, איז דעס דען טאקע אזוי...).

diff » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 12:26 pm

· #381123
הערען זענען אויך א ראסע. נישט אלע האבען געפייניגט

shtriemel » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 5:50 pm

· #381170
diff
הערען זענען אויך א ראסע. נישט אלע האבען געפייניגט

שטותים. פארשקלאפערס ימש"ו ווערען נישט געבוירען אזוי. אויך קענען זיי תשובה טוהן על רגל אחת און באפרייען די געפאנגענע. משא"כ א ראסע...
בלאט: 1 2