☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אשא עיני אל ההרים

אשא עיני אל ההרים

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11649

פארטראכטער » דאנערשטאג יולי 20, 2017 2:42 am

· #379655
אשא עיני אל ההרים
אשא עיני אל ההרים,
דעיס איז אפשר נאר א פשוט'ע קאפיטעל תהלים , אבער פאר מיר איז עס די שענסטע פאוים וואס איך האב נאר אמאל געזען, די טיפסטע תפילה וואס איך האב נאר אמאל געדאווענט, אין ס'איז טיפער ווי די טיעפקייט פון די אוישען,

איך זיץ צעבראכן, פארלוירן, האפענונג לאז,
אין איך הייב אויף מיינע אויגן צי די הויכע בערג, צי פארלוירענע מצבים"וואס שלינגען מיך איין, צי פראבלעמען וואס זעהן אויס ווי זיי טוען מיר דערטרענקען, צי מענטשן וואס זענען, מיט מער כוחות ווי מיר

אין איך פרעג צי מיר מאין???
פין ווי וועט קומען מיין הילף? וועט נאך אמאל זיין א טויש? וועט נאך איינער אמאל מיך קענען באלייכטן,

אבער איך שפרינג באלד אויף, אין כאפ זיך.. מיין הילף איז שוין דא ,מיין מצב איז נישט האפענונג לאז קיינער וועט מיך נישט צוקלאפן, אין נישט דערטרענקען,

ווייל מיין הילף קומט פין די וואס האט אלעס באשאפן, ער האט באשאפן אלע ליידן, אין אלע פרייד,פין אים קומט אלע מיינע פראבלעמען אין פין אים וועט קומען מיין האפענונג

ער כאפט נישט קיין דרימעל, אין ווערט קיינמאל נישט פארנומען, ער איז נאר פארנימען מיט היטן דעים מענטש פין פאלק ישראל

ער איז דיין שומר, ער איז דיין שאטן ווי די גייסט אין וועט דיך קיינמאל נישט לאזן פאלן אין צעקלאפט ווערן

אין יעדע סארט מצב אין יעדע סארט דורכגאנג טוט ער דיך אפהיטן, ער טוט אפהיטן דיין נפש פאר אייביג

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 20, 2017 5:44 am

· #379658
גם אני מצטרף. איך שפיר דאס זעלביגע.
דער פראבלעם איז נאר אז יעדע מאל כ'זאג עס, שפירט מען נאכאמאל די פארלוירנקייט, די זארג, מאין יבא עזרי?...
לאמיר שוין זעהן די עזרי מעם ה' זאל שוין קומען מיט א שטארקייט און א שלימות...
אבער כנראה אז דער אייבערשטער האט אנדערע חשבונות, ביי אים איז מער חביב דעם מהלך פון ויתן ויחזור ויתן, יא מיין קינד, זיי מתפלל כסדר, איך האב א נח"ר אז דו פארלאזט זיך אויף מיר אין דיינע זארגן...

סוכ"ס איז טאקע 'אל יתן למוט רגלך', ער פארלאזט נישט, אייביג העלפט ער אויף עפעס אן אופן, והא ראי' איך שטיי דא היינט געזונט און שטארק, אדורכגעשוויצט אלע שוועריגקייטן ביז אהער... שהחיינו וקימנו לזמן הזה...! וכן יעזור ה' להלאה.

יין שרף » דאנערשטאג יולי 20, 2017 8:06 pm

· #379730
IMG_20170720_200447.jpg