☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועיז אין אידיש

וועיז אין אידיש

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11640

ווייל אזוי » מוצ"ש יולי 15, 2017 11:07 pm

· #379129
וועיז אין אידיש
ווען אונז זענען געווען קינדער איז נאר געווען די אלטע גראבע דשי.פי.עס'ס, ווען איינער האט שוין געהאט אביסל א קלענערע אדער מיט טרעפיק אפדעיטס (וואס איז געלאפן מיט אפאר שעה שטייט) איז ער שוין געווען פון די בעסערע, די קול איז געווען א קול אשה און די עלטערן פלעגן טאקע אפאכט געבן צו מאכן שטילער די וואליום ווען די קינדער זענען געווען אין קאר.

דא איז א לינק פון חברים וואס האבן שוין געוויינט אויף די קול אשה, <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/180">viewtopic.php?f=24&t=180&start=1650</a><!-- l -->
.
נאכדעם איז שוין ארויסגעקומען בעסערע ג.פ.ס'ס וואס איז געווען קלענער געבויט און האט שוין נישט געהאט די ריזיגע ראוד'ס אויף זיך, די טרעפיק אפדעיטס איז שוין געווען בעסער אפדעיטעט, אזוי האט זיך מיט די יארן גערוקט די אפדעיטס ביז היינט ארבעט עס שוין סאך בעסער.

די וועלט בלייבט נישט שטיין און ס'איז ארויסגעקומען גוגל-מעפס, וועיז און נאך וואס ס'איז אויפן טעלעפאון, די טרעפיק איז שוין גוט אפדעיטעט, און מ'קען אויך טוישן קול צו א מאן, און נאך אסאך מעלות.

לעצטענס איז וועיז ארויסגעקומען מיט א נייע אפדעיט אז מ'קען רעקארדירן א קול/שפראך און ווער עס וויל קען עס דאונלאודן און נוצן.

איז געקומען א אינגערמאן 'לייבי ווידער' און רעקארדירט אין אידיש אלעס און ארויסגעלייגט פאר'ן עולם אז מ'זאל הנאה האבן.

ס'איז זייער געפאלן די געדאנק און מענטשן האבן דאס געזעהן און מ'האט אנגעפאנגען נאכצומאכן, ס'וואקסן ארויס יעדן טאג נאך, ווי שוועמלעך נאך א רעגן יעדער מיט זיין חן, צווישן אנדערע קען מען הערן ווי חאצאצקע רבי פרעגט מיט אזא זיסע שמייכל "דו ביסט גרייט?" אדער ווי לייבי זאגט "דו ביסט פיינע נייעס ביסט אנגעקומען".

נאך אביסל וועט נאך ארויסקומען א ראש השנה ווירדשען ווי מ'וועט הערן א קול געשטיקט פון טרערן הייסן "מאך א רעכטס".

אויך וועט ארויסקומען לצנות ווי מ'וועט נאכמאכן באקאנטע שטימע'ס א שטייגער ווי משגיח'ם, מלמדים, רבנים וכו' .

דאאיז די לינק פון לייבי ווידער.

דא איז די לינק פון חאצאצקע רבי.

דא איז די לינק פון חילי פאוזן.

קאצקע ציקער » מוצ"ש יולי 15, 2017 11:55 pm

· #379133
חח שטעלטס ענק פאר איינער גייט נאכמאכן ר'יוסף חיים גרינוואלד'ס שטימע לשיטת די רבי זי"ע מאכטס א שארפע רעכטס יעצט

אייז קריעם » זונטאג יולי 16, 2017 1:33 am

· #379140
איך בין גרייט שיין צו צאלן אויב איך קען האבן סאטמערע רב'ס קול זאל מיר זאגן צו מאכן א לינקס..

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יולי 16, 2017 1:52 am

· #379141
Re: וועיז אין אידיש
אייז קריעם
איך בין גרייט שיין צו צאלן אויב איך קען האבן סאטמערע רב'ס קול זאל מיר זאגן צו מאכן א לינקס..

וועלעכע, ס'דא מערערע, זיי האבן מקיים געווען דעם ופרצת

קורקלענד » זונטאג יולי 16, 2017 2:20 am

· #379142
עס איז א גוטע געדאנק געווען פון וועיז'ס צד. ס'פילט אסאך היימישער און געשמאקער. די איינס וואס איך האב פרובירט איז אבער גוט פאר איין צוויי מאל דערנאך פילט עס זייער קארני. איך וואלט הנאה געהאט פון א לייטישע אידישע רעקארדירונג. אפשר זענען איינער פון די אנדערע לייטיש. מעמער פרובירן.

ווייל אזוי » זונטאג יולי 16, 2017 4:28 am

· #379148
פעסטער רבי איז נאך די בעסטע.
צווישן אנדערע, ביי א פאליס, זאגט ער מיט זיין זיסע שטימע "יו ס'איז דא א פאליס" ....

ס'לוינט זיך עס צו דאונלאודן, אקעי.

יואליש » זונטאג יולי 16, 2017 8:46 am

· #379152
זייער קאמיש.

די פראבלעם מיט די רעקארדירטע שטימע איז אז וועיז זאגט נישא די נעמען פון די גאסן, ווייל ס'איז אומעגליך צו רעקארדירן אלע גאסן.

א גרויסע סכנה איז אויב מ'מאכט א פרענק מיטן זאגן ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין. חוץ פונעם איסור פון לא תסור איז עס סכנות נפשות ממש.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 26, 2017 11:29 am

· #380365
עס האט לאו דווקא מיט אידיש, אבער עס איז דאך פיינע נייעס.

פאר די לעצטיגע טרענד פון Android Auto וואס מען קען קאנעקטן דעם פאון צום קאר סקרין (רוב נייע קארס האבן שוין די אפציע, מיט'ן אויסנאם פון טאיאטע וואס עקשנ'ט זיך), איז ביז היינט נאר געווען מעגליך צו נוצן גוגל מעפס, על אף וואס אזויפיל זענען געוואוינט צו וועיז.

אצינד קומט די נייעס אז וועיז גייט אנהייבן ארבעטן אינאיינעם מיט אנדרויד-אוטו. דערווייל זענען נאך נישט אלע פונקציעס אין סערוויס, אבער צוביסלעך וועט זיך עס פארבעסערן.

<a class="postlink" href="https://www.cnet.com/roadshow/news/waze-for-android-auto-navigates-into-car-cabins/">https://www.cnet.com/roadshow/news/waze ... ar-cabins/</a>

אנפארטשונעטלי פאר עפל-קאר-פלעי, איז א ערנסטע שאלה צי עס וועט ארבעטן.

ברוך שאמר » מיטוואך יולי 26, 2017 12:39 pm

· #380392
ווייסט איינער די לינק צו ר'ליפא airmount

היכי דמי » מיטוואך יולי 26, 2017 12:55 pm

· #380402
שמעקעדיג
עס האט לאו דווקא מיט אידיש, אבער עס איז דאך פיינע נייעס.

פאר די לעצטיגע טרענד פון Android Auto וואס מען קען קאנעקטן דעם פאון צום קאר סקרין (רוב נייע קארס האבן שוין די אפציע, מיט'ן אויסנאם פון טאיאטע וואס עקשנ'ט זיך), איז ביז היינט נאר געווען מעגליך צו נוצן גוגל מעפס, על אף וואס אזויפיל זענען געוואוינט צו וועיז.

אצינד קומט די נייעס אז וועיז גייט אנהייבן ארבעטן אינאיינעם מיט אנדרויד-אוטו. דערווייל זענען נאך נישט אלע פונקציעס אין סערוויס, אבער צוביסלעך וועט זיך עס פארבעסערן.

<a class="postlink" href="https://www.cnet.com/roadshow/news/waze-for-android-auto-navigates-into-car-cabins/">https://www.cnet.com/roadshow/news/waze ... ar-cabins/</a>

אנפארטשונעטלי פאר עפל-קאר-פלעי, איז א ערנסטע שאלה צי עס וועט ארבעטן.


לויט ווי עס הייסט וועט די נייע טאיאטע סיענע זיין אויסגעשטאט מיט די ענדרויד אוטא, וועט זיין מעגליך צו האבן וועיז.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 26, 2017 9:55 pm

· #380456
לויט ווי עס הייסט? וואו האסטו דאס געזעהן? טאיאטע האלט נישט דערביי. זיי ווילן האבן נאר אייגענע סאפטוועיר.

גלויבער » מיטוואך יולי 26, 2017 10:59 pm

· #380470
פעסטע רבי - יואלי לעבאוויטש
https://waze.com/ul?acvp=5481b4f2-a143-4ec5-9ada-a246680003d2

גלויבער » מיטוואך יולי 26, 2017 11:02 pm

· #380472

היכי דמי » דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:43 am

· #380516
ברוך שאמר
ווייסט איינער די לינק צו ר'ליפא airmount


ס'איז נישט פון ליפא אליין. איינער מאכט נאך זיין שטימע. דא האט איר די לינק: <a class="postlink" href="http://waze.com/ul?acvp=5481b4">http://waze.com/ul?acvp=5481b4</a>

היכי דמי » דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:45 am

· #380517
שמעקעדיג
לויט ווי עס הייסט? וואו האסטו דאס געזעהן? טאיאטע האלט נישט דערביי. זיי ווילן האבן נאר אייגענע סאפטוועיר.


האב איך נעכטן געפרעגט פון איינעם וואס טוט אין קארס, און ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער מיר געזאגט אז די נייע סיאנע וועט עס האבן.

הוגה » דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:56 pm

· #380584
איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל און איך טרעף נישט קיין איינס פון די קולות. וואס טו איך ראנג?

שמעון וואלף » דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:31 pm

· #380585
הוגה
איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל און איך טרעף נישט קיין איינס פון די קולות. וואס טו איך ראנג?

האסט עס דאנלאודעד?

החוקר » דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:37 pm

· #380587
Re: וועיז אין אידיש
היכי דמי
שמעקעדיג
לויט ווי עס הייסט? וואו האסטו דאס געזעהן? טאיאטע האלט נישט דערביי. זיי ווילן האבן נאר אייגענע סאפטוועיר.


האב איך נעכטן געפרעגט פון איינעם וואס טוט אין קארס, און ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער מיר געזאגט אז די נייע סיאנע וועט עס האבן.


זאג יענעם אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט. עס גייט נישט האבן ענדרויד אויטא.

Sienna drivers will enjoy enhanced connectivity and entertainment through the new Toyota Entune[TRADE MARK SIGN] 3.0 multimedia system on all models, offering an enhanced set of connected vehicle technologies.  

The Entune 3.0 system will feature navigation and App Suite Connect for everyone.  The Sienna L, LE, SE and XLE grades will come standard with the Connected Navigation Scout GPS Link with Moving Maps.  Sienna LE, SE, and XLE grades will come standard with the Entune Audio Plus, which includes Safety Connect, and Wi-Fi Connect.  WiFi Connect will allow up to five mobile devices to connect using 4G LTE.

Source

מיש-נייעס » דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:40 pm

· #380590
ברוך שאמר
ווייסט איינער די לינק צו ר'ליפא airmount


ס'נאכנישט דאדערווייל, די נעקסטע שעיני וחמיששי גייט זיין אויף וועיז...

הוגה » דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:00 pm

· #380599
שמעון וואלף
הוגה
איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל און איך טרעף נישט קיין איינס פון די קולות. וואס טו איך ראנג?

האסט עס דאנלאודעד?


וואס? וועיז?

סאשי פיש » פרייטאג יולי 28, 2017 12:03 am

· #380615
Re: וועיז אין אידיש
דארפסט אפדעטען וועיז צו די לעצטע ווערסיע

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יולי 11, 2021 8:44 pm

· #477470
לתועלת הבעלי עגלות וואס ווילן דרייווען על טהרת הקודש..... האב איך אויפגעפרישט דעם געעהנגל [אשכול]