☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » היסטארישע קליפס

היסטארישע קליפס

110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1164
בלאט: 1 2 3

הוגה » מאנטאג פעברואר 27, 2017 5:45 am

· #364000
ונבנתה העיר
פורים תשל"א אין וויליאמסבורג.

http://cloud.tapatalk.com/s/58aa432c5a6a5/VID-20170219-WA0004.mp4


איי די אמאליגע שטריימלעך! ווען מען קען זיי ווען צוריקברענגן היינט...

אגב, צום באמערקן, אז כמעט קיינער אין וויליאמסבורג פון תשל"א, די הייליגע וויליאמסבורג פון די רבי ז"ל, האלט נישט איין די מצות עשה מדאורייתא פון גיין מיט קליידער פיר אינטשעס לענגער ווי די קניען.

חכימא » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:27 am

· #364002
הוגה
ונבנתה העיר
פורים תשל"א אין וויליאמסבורג.

http://cloud.tapatalk.com/s/58aa432c5a6a5/VID-20170219-WA0004.mp4


איי די אמאליגע שטריימלעך! ווען מען קען זיי ווען צוריקברענגן היינט...

פונקט היינט זאגט מיר א באבוב'ער אינגערמאן, אז די באבוב'ער רב שליט"א האט לעצטנס מקדש געווען א מערכה געגן די היינטיגע שטריימלען, און ער פאדערט פון זיינע חסידים צו קויפן נידריגע שטריימלען, ווי אויך זאל דאס קאפל זיין העכער ווי דער שטריימל זעלבסט. אין אנדערע ווערטער: גענצליך עלימינירן די קרוינען...

הוגה, יש תקוה...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:26 am

· #364004
Re: היסטארישע קליפס
משה פראגער
צפה ב-'הרב יוסף שלמה כהנמן זצ"ל בבית נדיב, נדיר' ב-YouTube - <a class="postlink" href="https://youtu.be/vMErpc7v8zo">https://youtu.be/vMErpc7v8zo</a>

דאס איז, דוכט זיך, בבית ר׳ יוסף יצחק ראטטענבערג אין אנטווערפען. ער איז געווען א זוהן פונ׳ם ארטיגען רב הרב מרדכי ראטטענבערג הי"ד. דער קוכען איז לכבוד דער געבורטסטאג פון בנו דניאל רט"ב, היינט פון לעיקוואוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:39 am

· #364006
חכימא
הוגה
ונבנתה העיר
פורים תשל"א אין וויליאמסבורג.

http://cloud.tapatalk.com/s/58aa432c5a6a5/VID-20170219-WA0004.mp4


איי די אמאליגע שטריימלעך! ווען מען קען זיי ווען צוריקברענגן היינט...

פונקט היינט זאגט מיר א באבוב'ער אינגערמאן, אז די באבוב'ער רב שליט"א האט לעצטנס מקדש געווען א מערכה געגן די היינטיגע שטריימלען, און ער פאדערט פון זיינע חסידים צו קויפן נידריגע שטריימלען, ווי אויך זאל דאס קאפל זיין העכער ווי דער שטריימל זעלבסט. אין אנדערע ווערטער: גענצליך עלימינירן די קרוינען...

הוגה, יש תקוה...


אויב ס'איז אמת פארלאנגט זיך נישט קיין גרויסע מערכה ס'נאר גענוג אז ער אליינס זאל אריין וואקען צו הודו קומענדיגען ערב שבת מיט א נידיריגען שטריימעל. לאמיר זעהן.

פארדעם קענסטו נאכנישט זינגען יש תקוה...

ליפא » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:49 am

· #364007
גראדע האט ער נישט א הויעכע שטריימל

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 11:16 pm

· #438928
אנביליוועבעל. פרייסלעס. צענדליגע קליפס פון דאס אידיש לעבן איבער אייראפע, פאר די צווייטע וועלט קריג.

גאט, נאדיר!
א קדיש האסטו געוואלט,
האסטו!
מיט דין מאכסטו חרוב,
באש אתה עתיד,
צאל ווי א חסיד.

א קראקעווער עוף אין זעקל,
טוויט, כ'בין אין פעקל,
די אידענע ווארפט מיר אין יורה,
מאכט מיר אן עולה.

כ'קום באלד צוריק,
זאגט גאט,
דערווייל וועט זי בראטן אין א דייטשע רעסעפיע,
כ'מאך נישט כליל,
כהנים מתחלקים בעורות,
אחלק שלל,
בעלים מטפלים בנבילה.

נישט געזארגט,
כ'האב מיר א קדיש'ל אין ניו יארק,
דער ראביי לערנט אים שוין די עברי,
א כפרה דער קעשקעטל,
א קעפ פארדעקט פיין דאס קעפל.

הדסים » פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 2:56 am

· #438930
איך האב אייביג געוואוסט אז די דזענדער צוטיילונג ווערט שטערקער און שטערקער אין אונזער קאמיונעטי, איך האב אבער נישט געכאפט אז עס איז געגאנגען אזוי שנעל.

אויב אזוי האט עס אויסגעזען הארט פארן מלחמה, וויאזוי זענען מיר געווארן אזוי דראסטיש הייליג און אזא קורצע צייט?

ונבנתה העיר » פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 12:36 pm

· #438949
כ'האב טאקע עקסטער באוואונדערט די סצענעס פון 16:00 צו 17:00, אבער דער בעל דין קען זיך אודאי אייביג ארומ'מיללער'ן.

ונבנתה העיר » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:03 pm

· #446965
יא... ווען ער רעדט פון די 60ס, מיינט ער די 1860ס...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 16, 2020 3:30 pm

· #454657
דער לב שמחה, פני מנחם און בית ישראל רעדן - תשכ"ג.

בלאט: 1 2 3