☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געדאנק אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל

געדאנק אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11638

newkave » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:03 pm

· #378966
געדאנק אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל
ס'איז מיר איינגעפאלן א געדאנק וויאזוי אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל אן אדווערטייזמענטס.
דא אין שטיבל איז דא א ניק וואס רופט זיך @easy shopping, וואס ער איז דא צו ברענגען ביליגע דיעלס, אבער בלויז אונז גוט צו טון, נישט חלילה אז ער זאל מאכן געלט דערפון. האב איך אן עצה וויאזוי יעדער קען נהנה זיין.

מען זאל אויפסעטן אז איינער קויפט דורך זיין לינק, זאל עס אויטאמאטיש רידיירעקטן אז ס'זאל זיין כאילו ער האט געקויפט דורך ק''ש, און אזוי וועט מען מאכן געלט פארן שטיבל (דער איזי שאפינג איז דאך סייווי דא נאר אונז צו ברענגען גוטע דיעלס, איך גלייב נישט אז ס'וועט עם באדערן).

קורקלענד » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:18 pm

· #378968
שיינע געדאנק. אבער פארוואס דארף קאווע שטיבל געלט?

בכלל בין איך נייגעריג פון וויפיל געלט ס'רעדט זיך.

newkave » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:26 pm

· #378972
קורקלענד
שיינע געדאנק. אבער פארוואס דארף קאווע שטיבל געלט?

בכלל בין איך נייגעריג פון וויפיל געלט ס'רעדט זיך.


זארגסט זיך שוין. אזויווי @איש את רעהו.

די געלט וואס מ'פלעגט באקומען איז געגאנגען פאר ילדי צרפת. צופרידן?

Easy Shopping » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:33 pm

· #378974
ביי מיר האסטו געפוילט איך האב שוין עטליכע מאל געשיקט אן אימעיל צו די הנהלה דערוועגען

החוקר » דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:18 pm

· #379005
Re: געדאנק אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל
@easy shopping
דו דארפסט דאך וויסן, רעדט מען דא פון עפעס ממשתדיג אדער פרוטות? אויב פרוטות גלייב איך שווער די הנהלה זאל זיך וועלן באדערן.