☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חידות בתנ"ך

חידות בתנ"ך

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11633

אלגעמיין » מיטוואך יולי 12, 2017 2:34 pm

· #378820
חידות בתנ"ך
א) וועלכע נאמען ווערט דערמאנט אין תנ"ך (איין ווארט) וואס דער צווייטער האלב דערפון
איז דער ענגלישער איבערטייטש פון דעם ערשטן האלב?

🙄

פריש וואסער » מיטוואך יולי 12, 2017 2:56 pm

· #378824
"מיהו"
מי = Who

אלגעמיין » מיטוואך יולי 12, 2017 3:44 pm

· #378831
איז דאס א נאמען אין תנ"ך?

פריש וואסער » מיטוואך יולי 12, 2017 4:05 pm

· #378832
אלגעמיין
איז דאס א נאמען אין תנ"ך?

אין חז"ל געפונען מיר אסאך "מיהו" אדער "מיהוא" אלץ א קיצור פון "מי הוא". אבער אין תנ"ך געפינען מיר נאר אין צוויי ווערטער "מי הוא", אזוי ווי אין די פסוק "מי הוא זה ואיזה הוא". ממילא האב איך נישט ריכטיג געענפערט דיין חידה.

אבער איך האב א צווייטע תשובה: "עַנִיֵי" מיט א צירי אינטערן יוד.

"עַנִיֵי"
"אני" = i (איך)

מיר טרעפן אויף פארקערט, ווי דער ערשטער חלק פונעם ווארט איז די ענגלישע טייטש פון די צווייטע חלק:

"יָאַתָה"
you = אתה

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 7:22 pm

· #378838
נאך איינס: ווער איז געווען יואב בן צרויה'ס טאטע?

אלגעמיין » מיטוואך יולי 12, 2017 7:54 pm

· #378844
ישי
דוד המלך איז געווען א ברודער מיט צרוי'

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 8:00 pm

· #378850
אלגעמיין
ישי
דוד המלך איז געווען א ברודער מיט צרוי'


ניין מען רעדט פון יואב בן צרויה'ס טאטע, עס איז געווען א טעות יואב יואב בן צרויה

אלגעמיין » מיטוואך יולי 12, 2017 8:06 pm

· #378852
גערעכט, מיין טעות.
שם אביו איז געווען: שרי-ה

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 8:07 pm

· #378853
אלגעמיין
גערעכט, מיין טעות.
שם אביו איז געווען: שרי-ה


נו וואס דען איז טייטש יואב בן צרויה? דאס איז געווען זיין מוטער!

אלגעמיין » מיטוואך יולי 12, 2017 9:00 pm

· #378864
וועלכע פרשה אין די תורה וואס יעדע פסוק הייבט זיך אן מיט די אות "ו" חוץ 8 פסוקים?

געוואלדיג » מיטוואך יולי 12, 2017 10:26 pm

· #378880
צו אויב געדענק איך גוט.

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 10:53 pm

· #378882
צו שטייט אמאל שמואל איז תורה, נישט אין נביאים וכתובים? אויב יא ווי?

געוואלדיג » מיטוואך יולי 12, 2017 11:03 pm

· #378884
אין איין ווארט אדער צוטיילט אין צוויי? מי יחיה "משמו א-ל".

וואלווי » מיטוואך יולי 12, 2017 11:11 pm

· #378888
מיש-נייעס
צו שטייט אמאל שמואל איז תורה, נישט אין נביאים וכתובים? אויב יא ווי?


קינדליין די וואך

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 11:15 pm

· #378889
וואלווי
מיש-נייעס
צו שטייט אמאל שמואל איז תורה, נישט אין נביאים וכתובים? אויב יא ווי?


קינדליין די וואך


קינדליין איז נישט תורה נישט נביאים און נישט כתובים

אלגעמיין » מיטוואך יולי 12, 2017 11:15 pm

· #378890
געוואלדיג
צו אויב געדענק איך גוט.



וישב

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 11:16 pm

· #378892
געוואלדיג
אין איין ווארט אדער צוטיילט אין צוויי? מי יחיה "משמו א-ל".


אין פרשת מסעי: ולמטה בני שמעון, שמואל בן-עמיהוד.

אלגעמיין » מיטוואך יולי 12, 2017 11:42 pm

· #378899
א פרוי ווערט דערמאנט אין די תורה
וואס איר נאמען איז: "אתה"?

קל וחומר » מיטוואך יולי 12, 2017 11:53 pm

· #378900
Re: חידות בתנ"ך
מיש-נייעס
געוואלדיג
אין איין ווארט אדער צוטיילט אין צוויי? מי יחיה "משמו א-ל".


אין פרשת מסעי: ולמטה בני שמעון, שמואל בן-עמיהוד.

גוגל הדור

diff » דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:33 am

· #378919
מטארניש עס לערנען, מקען געוואר ווערען אז אלע זענען געווען ציונים

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:39 pm

· #378947
diff
מטארניש עס לערנען, מקען געוואר ווערען אז אלע זענען געווען ציונים


זיך האלטן צום נושא.

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:42 pm

· #378948
אלגעמיין
א פרוי ווערט דערמאנט אין די תורה
וואס איר נאמען איז: "אתה"?


נו, אן ענטפער? ברויך מיר גיין צום נעקסטן רעטעניש 😳

וואלווי » דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:57 pm

· #378949
שווער צו גוגל'ן אזא ווארט. שטייט צופול מאל "אתה". תורה דוקא אדער תנ"ך?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:37 pm

· #378959
אויב געדענק איך גוט איז עס אמאל וואס עס שטייט אותה חסר און איינע פון די מפרשים איז מפרש אז דאס איז א נאמען.

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:39 pm

· #378961
וואלווי
שווער צו גוגל'ן אזא ווארט. שטייט צופול מאל "אתה". תורה דוקא אדער תנ"ך?


גוגל וועט דיר קיין סאך נישט העלפן איו דעם פאל...
דארפסט זיך באניצן מיטן אלט-מאדישן מיטל, פשוט אפלערנען די וואכעדיגע פרשה מיט מפרשים 😢 .

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:47 pm

· #378962
אלגעמיין
וואלווי
שווער צו גוגל'ן אזא ווארט. שטייט צופול מאל "אתה". תורה דוקא אדער תנ"ך?


גוגל וועט דיר קיין סאך נישט העלפן איו דעם פאל...
דארפסט זיך באניצן מיטן אלט-מאדישן מיטל, פשוט אפלערנען די וואכעדיגע פרשה מיט מפרשים 😢 .


שוין, האסט דאך פראבירט, פאלגענד איז די תשובה:
ושם אשת עמרם יוכבד בת לוי אשר ילדה "אתה" ללוי במצרים - במדבר/פנחס כ"ו נ"ט
מפרשים\מדרש זאגט אז דאס איז געווען איר נאמען.

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:49 pm

· #378963
כמו שאמרתי, במדבר כו' נט

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:34 pm

· #378985
וועלכע עונש פון די תורה - ווען איינער איז חוטא ח"ו -
איז תלוי בנס?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:47 pm

· #378988
קנאים פוגעין בו?

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:04 pm

· #378990
Re: חידות בתנ"ך
סוטה

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:16 pm

· #379004
קל וחומר
סוטה



פיין!

ביי השקאת סוטה אין פרשת נשא\במדבר ה', כ', שרייבט דער רמב"ן א דבר נפלא:
והנה אין בכל משפטי התורה דבר תלוי בנס זולתי העניין הזה,
שהוא פלא ונס קבוע שיעשה בישראל בהיותם רובם עושים רצונו של מקום, וכו'"

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:44 pm

· #379019
Re: חידות בתנ"ך
יעצט זיך מתבונן געווען אז דער רמב"ן איז מדויק מיטן שרייבן 'נס קבוע', ווייל נדב ואביהוא, קורח ועדתו האבן געקריגן זייער עונש דרך נס, ס'איז אבער נישט קבוע!

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:49 pm

· #379020
אזמין לסעודתא...
די חברי' איז מכובד ארויף צו ברענגן פרישע סחורה

וואלווי » דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:50 pm

· #379032
אלגעמיין
וועלכע עונש פון די תורה - ווען איינער איז חוטא ח"ו -
איז תלוי בנס?


וואלט היינט געווען פורים וואלטעך אזוי געזאגט

ויבא העם אל משה ויאמרו חטאנו כי דברנו בה' ובך התפלל אל ה' ויסר מעלינו את הנחש ויתפלל משה בעד העם ויאמר ה' אל משה עשה לך שרף ושים אתו על נס והיה כל הנשוך וראה אתו וחי...

דער נחש איז געווען תלוי על הנס.

אלגעמיין » פרייטאג יולי 14, 2017 12:05 am

· #379034
וואלווי
אלגעמיין
וועלכע עונש פון די תורה - ווען איינער איז חוטא ח"ו -
איז תלוי בנס?


וואלט היינט געווען פורים וואלטעך אזוי געזאגט


דער נחש איז געווען תלוי על הנס.


ערשטענס די שמות הק' גיב אכטונג.
צום ענין, עס ברויך נישט זיין פורים פאר דעם...עס איז טאקע געווען א נס.
ווי @קל וחומר האט פריער דערמאנט איז געווען נאך עונשים בדרך נס, ס'איז אבער נישט א 'נס קבוע' וואס מ'וועט ווייטער טוען.
ס'נאר געווען אן איינמאליגע זאך.

וואלווי » פרייטאג יולי 14, 2017 2:52 am

· #379042
אלגעמיין

ערשטענס די שמות הק' גיב אכטונג.

געמאכט ק"פ פון די פסוק אן באמערקען די שמות הק'. שטעלטס זיך די שאלה ווי אזוי פארעכט מען עס אז חברנו היקרים וואס הויערען באתר די ביה יחדון רוחין ונפשין זאלען נישט נכשל ווערען בקדושת השם במקום שאין מכניסין?

אלגעמיין

צום ענין, עס ברויך נישט זיין פורים פאר דעם...עס איז טאקע געווען א נס.
ווי @קל וחומר האט פריער דערמאנט איז געווען נאך עונשים בדרך נס, ס'איז אבער נישט א 'נס קבוע' וואס מ'וועט ווייטער טוען.
ס'נאר געווען אן איינמאליגע זאך.


גערעכט. כונתי לתיבות אלו "ושום אותו על נס".

אלגעמיין » פרייטאג יולי 14, 2017 12:08 pm

· #379057
וועלכע 2 אותיות זענען קיינמאל נישט איינס נעבן צווייטן אין גאנץ תנ"ך?

קל וחומר » פרייטאג יולי 14, 2017 12:16 pm

· #379058
Re: חידות בתנ"ך
סצ?
זצ?

איש חזון » פרייטאג יולי 14, 2017 12:37 pm

· #379063
גט

אלגעמיין » פרייטאג יולי 14, 2017 2:04 pm

· #379080
איש חזון
גט


צוגטראפן!

דער גר"א ברענגט צו אין דברי אליהו דאס בייגעלייגטע.
(@קל וחומר איז ווארשיינדליך אויך גערעכט, אבער עכ"פ דאס האט א סיבה דערצו)

* * * * * *
📎 DE.jpg

נעגעל וואסער » פרייטאג יולי 14, 2017 2:17 pm

· #379081
Re: חידות בתנ"ך
שיינע ידיעה. אבער דאס איז נישט קיין סיבה, אדרבה מ'רופט עס גט ווייל ס'שטייט קיינמאל צוזאמען.
טא, קען דאך א גט ווען הייסן סצ אדער זץ.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג יולי 14, 2017 2:54 pm

· #379085
@אלגעמיין ביסט פיינע נייעס!

אלגעמיין » פרייטאג יולי 14, 2017 7:36 pm

· #379122
נעגעל וואסער
שיינע ידיעה. אבער דאס איז נישט קיין סיבה, אדרבה מ'רופט עס גט ווייל ס'שטייט קיינמאל צוזאמען.
טא, קען דאך א גט ווען הייסן סצ אדער זץ.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk


לערן דעם געדאנק פון אנהייב. ס'שיינער דערהער.
בצחות גערעדט, אויב האט דאס צוטוען מיט די 12 שורות (בגי' גט) וואס מ'שרייבט,
דאן שטעלט אייך פאר וואס וואלט זיך אפגעטון ביים שרייבן א 'סצ' אדער 'זץ'...
אפשר וואלט מען לכ' דעם צוויי מאל געטראכט פארן זיך סצ'ן אדער זץ'ן...

מיש-נייעס » מוצ"ש יולי 15, 2017 11:32 pm

· #379132
די מערסטע ה'ס איינס נעבען אנדערן אין תנ"ך?

אלגעמיין » מאנטאג יולי 17, 2017 12:44 am

· #379227
מיש-נייעס
די מערסטע ה'ס איינס נעבען אנדערן אין תנ"ך?


תהילים קמח?

אלגעמיין » מאנטאג יולי 17, 2017 12:56 am

· #379228
א פסוק אין תהילים, די ערשטע ווארט האט 2 אותיות, די 2'טע 3,
3'טע 4, די 4'טע 5, די 5'טע 6 און די 6'טע 7 אותיות?