☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » UTA

UTA

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11631
בלאט: 1 2

פליקער » דינסטאג יולי 11, 2017 10:21 pm

· #378739
UTA
איך האב באקומען א בריוו פון די סאטמערע מוסדות אז די שכר לימוד גייט ארויף גיין מהיום והלאה צי א שטוינענדע ציפער, דאפעלט וויפיל איך האב באצאלט עד הנה, איך האב נישט באצאלט ביליג קיינמאל, איך האב באצאלט דריי מאות פער חודש, דאס איז חוץ די רויבעריי וואס זיי האבן ביי מיר געפלינדער דורך פארשידענע שיין קלינגעדיגע שלאג ווערטער, וואס די צד השווה איז אז מען רויבט מיין געלט אוועק ווי למשל רעגיסטראציע, אמער זיי ברויכן דאך מיין קינד רעגאסטרירן, און 'יעדער איינער' ווייסט אז רעגאסטרירן קאסט פער קינד שווערע געלטער, און קיינער בלי יוצא ונכנס טאר זיך פין די הייליגע רעגיסטראציע נישט ארויסדרייען, און ועוד צאל איך צוויי חדשים זימער פאר גארנישט, ווייל איך צאל דאך עקסטער פאר קעמפ'ס און מען לערענט מיט די מיידלעך גארנישט.

לאמיר פריוון צי פארשטיין וואס דא האט פאסירט, איך האב נישט קיין פראגראמען, און איך ברויך צאלן וויפיל עס קאסט איי געט איט, אבל, אויב קען איך נישט אריין רעדען און די הנהגה אויף קיין שום חלק פון זייער ספענדינג אפאראט, אדער איך קען נישט מיטהאלטן זייער אינקאם נישט פון די פראגראמען אדער בוטשער אדער דינער און אנדער שנאר אפעראטן קען איך נישט טשאלאנדזשען זייער קאסט, אבער וואס עס איז קלאר ווי די טאג קען מען דאך נישט לייקענען.

וויפיל צאלן זיי פאר א פערטע קלאס טיטשער לאמיר מאכן א קליינע קאלקעלאציע, און א קלאס איז דא מינימום 25 מיידלעך, און די קלאס איז פארהאן צוויי טיטשער'ס וואס פארדינען 125 א וואך, דאס איז לערך א חודש 1250 ציטייל עס פער קינד קומט אויס אז עס קאסט 50 טולער א קינד פער חודש לאמיר צולייגן נאך 100 טולער פער קינד פאר אלע אנדערע עקספענסעס ווי מנהלים סעקרעטארן פער קינד, דאס איז חוץ וואס כאטש העלפט קינדער האבן וואוטשער'ס און זיי לייזן א שיינעם ציפער.

איין מלמד פאר א קלאס קאסט מאקסימום טויזענט טולער א וואך לכל היותר אין א קלאס איז פארהאן ערגעץ צווישן 25 און 30 קינדער וויפיל קומט עס אויס פער קינד, צווישן 150-180 פער קינד פער חודש, לאמיר צולייגן נאך אמאל אזויפיל פער קינד צו באצאלן ס'ארימיגע מנהלים אפיס וכו', איז עס דריי מאות.

פאר בילדינג ריפער און מעינטענאנס באצאלן מיר עקסטער קרן הבנין, פאר באסעס צאלן מיר די שטרענגע טראנפערטאציע קאסטן.

מיר זענען סאקער'ס ווייל מיר האבן נישט גערעכנט זייערע אימגעהויערע אינקאם פון מיליאנען פונעם בוטשער, אדער וואס זיי לייזען פון די דאט גאוו וואס איז שוין היינט אפענע קארטן, און אנדערע פאנדרעזינג אפעראציעס, וואס איז זייערע וויי געשריי.

וואס איז אינזער וויי געשריי, וועלן מיר אייך זאגן, איר גנבעט פון די גאווערמענט און ווען מען ברענט אייך די פיס דאן קומט איר קייכען אז מיר זאלן אייך געבען א בעיל אוט, ווען איר האט זיך געבודען אין געלט האט איר נישט מיטגעטיילט אייער אימגעהויערע רווחים מיט מיר, איך האב נישט פארלאנגט קיין דיסקאונט נאר בעסערע טיטשער'ס נארמאלערע מלמדים, די טיטשער'ס זענען דרייצענטע קלאס מיידלעך וואס זענען נישט ווערט קיין דזשאב, און קיינעם אינטערעסירט די וואוילזיין און עדיוקעישן פון די קינדער, האט איר געמאכט זיכער אז די מיידלעך ווערן באצאלט עפעס ווי די פוילישע גויטע וואס ארבייט דארט א פייג, עס איז דאך א כבוד צי זיי א מחנכת, ווייסט איר אז יעדע מיידל ברויך חתונה האבן און צאלן רענט? האט איר זיך מיט זיי גערעכנט אין די פעטע יארן?

איצט קייכט איר, ווען געלט האט געגאסן האט איר געשווענדעט אויף אימנויטיגע עקספענסעס ווי אויפבויען בנינים פאר אימגעהויערע מיליאנען, איר האט געשאפען צוויי ביז דריי מאל וויפיל עס האט געקאסט דורך די מעכטעגע שנאר אפעראטן, האט דער טאטע עפעס געלייזט דערפון, איז דאס א חלק פונעם חשבון וואס איר גיבט, אדער לאמיר בעסער דערפון נישט רעדען.

ווי קענען די מוסדות זיין אזוי הארט נעקיג צי די טאטע'ס וואס מוטשען זיך צי צאלן פאר די אן א שיעור קינדער וואס זיי ברענגען אראפ בלויז ווייל מען ברויך האבן ביטחון אז דער באשעפער וועט זיי העלפען, ווי איז זייער ביטחון אז דער רבי זצ''ל וועט זיך מיען בעלמא דקשוט און סאטמער וועט קיין מאל נישט אינטערגיין, ווען זיי וואלטן עס געמיינט ערענסט וואלטן זיי זיך אינטערעסירט וויפיל רענט אדער מארגיטש מען צאלט דא, און נישט אריין געלאזט קיין קינדער פון עלטערען וואס ברויכן טון כל דבר אסור כדי צי קענען דערשטרייטן דעם שטאט דא, זיי וואלטן ווען זיך גערעכנט מיט די פאקטן אז מען קען נישט לעבען דא, און נישט געהויבן די פרייזן כדי זיי זאלן קענען אויסצאלן דעם רבין'ס חובות.

יעדער איינער ווייסט אז וואס סאטמער טוט טאנצען אלע מוסדות נאך, גענוי ווי עס פאסירט ביי די מצה בעקעריי און טרענספארטעשן, יעדער קוקט וואס זיי טוען, און אלע מוסדות טאנצען גלייך נאך מיט רעכט דאס איז דאך די פרייז, טראגן זיי א עקסטערע אחריות ווען זיי שינדען די הויט אז אלע גייען טון דאס זעלביגע.

מיר ברויכן פאדערען א וועד ההורים, מיר ווילן וויסן וואס דא טוט זיך יא, גענוי ווי אלע אנדערע סקול'ס האבן, א פערענט באדי וואס ערוויילט א בארד און זיי וועלן פייטן מיט די אפיציעלע יו טי עי גנבים וואס ברעכען אינטער, זען וואס עס גייט באמת פאר.

די וועד ההורים זאל זיין באויפטראגט אויף יעדע נייע תקנה וואס קומט ארויס צי זען אויב די טאטעס זענען מסכים דערמיט אדער עס איז נאר פון די כאפטע סיקרוקים און עקסטעריסטן וואס האבן פארדרייט דעם רבין זז''ג'ס קאפ, זיי ברויכן זיך רעכענען מיט די טויזענטע טאטעס וואס האלטן אנדערש ווי די פרימאקעס וואס דרייען זיך ארים פראנק און פריי צי טון וועלכע תקנה עס פאלט זיי איין.

און ווען מיר וועלן שפירן באקוועם אז אינזער קול ווערט דערהערט און וועלן שפירן אז עס איז דא א געהעריגע חשבון, און א נארמאלע פאנדרעזינג אפעראט צי נעמען פון עשירים יותר מכפי יכלתם, דאן וועט די לעצטע אפציע זיין העכערן עטוואס די שכר לימוד, ווייל מען קען נישט דאפלען די שכר לימד אינמיטן די שפיל ווען מיר האבן שוין אנגעפלאנצט אזוי סך מיטן חשבון וויפיל שכר לימד גייט קאסטען.

פליקער » דינסטאג יולי 11, 2017 10:23 pm

· #378741
Re: UTA
איך האב געשריבן די אשכול און זיך איינגעהאלטן עטוואס, אבער און ליכט פון די אייוועלט אשכול, ברויך איך אויסליפטערען מיינע געדאנקען.

קורקלענד » דינסטאג יולי 11, 2017 11:09 pm

· #378747
איך טענה שוין לאנג אז עס פעלט 'קארפארעט גאווערנענס' אין אונזער קאמיוניטי אינסטיטוציעס און ארגענעזאציעס. אונזערע מוסדות און ארגעניזאציעס וואס דינען אונז אין נאמען פונעם באשעפער ווערן געפירט דורך געציילטע יחידים מערסטנס פריוואט.

לדעתי האבן זיי אן אחריות צו זיין מער אפען מיט פינאנציעלע אינפארמאציע. אמווייניגסטנס אויפן זעלבן שטאפל ווי סיי וועלכע פובליק קאמפעני. זיי וואלטן געדארפט איין מאל א יאר ארויסקומען מיט א יערליכע רעפארט וואס זאל דאקומענטירן אלע פינאנציעלע אינפארמאציע און אנדערע אנגעלענהייטן העומדים כל הפרק. ווי אויך זאל עס זיין 'פיער רעוויו'ד'

דאס אויבן דערמאנטע איז געזאגט געווארן סיי אויף מוסדות ווי חדרים, שולעס, ישיבות. ווי אויך ארגענעזאציעס ווי מתעסקים, בוני עולם, רססס, קרן הצלה, חברה הצלה, וכו'.

אונזערע מוסדות טראגן נאך אזויפיל אחריות וויפיל די פובליק שולעס. און אונזערע מוסדות און ארגעניזאציעס וואלטן געדארפט אנטפלעקן אמווייניגסטנס אזויפיל אינפארמאציע וויפיל די פובליק שולעס לייגן ארויס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 11, 2017 11:10 pm

· #378748
זיי גנב'נען נישט פון דער רעגירונג. ווען די רעגירונג גיבט זיי געלט פאר דיין קינד, און ס'שטעלט זיך אפ אונטערוועגנס, האבן זיי גע'גנב'עט פון דיר.

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 11, 2017 11:28 pm

· #378750
ועד ההורים איז א שווערע זאך איינצופירן. סאך גרינגער וואלט געווען ווען מ'וועילט א באורד יעדע פאר יאר. זאלן זיי וויסן אז מ'דארף גיבן א חשבון פאר די עלטערן וועט זיך אויפהערן די קאראפשן

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 11, 2017 11:43 pm

· #378752
קורקלענד

דאס אויבן דערמאנטע איז געזאגט געווארן סיי אויף מוסדות ווי חדרים, שולעס, ישיבות. ווי אויך ארגענעזאציעס ווי מתעסקים, בוני עולם, רססס, קרן הצלה, חברה הצלה, וכו'.

ארגעניזאציעס וואס צווינגען דיר נישט צו באצאלן מוזן נישט אפגעבן קיין דין וחשבון, אבער מוסדות וואס צווינגען יא, איז שוין אן אנדער מעשה.

ווי איך האב שוין אמאל געשריבן ערגעץ, די קשר צווישן די מוסדות און די עלטערן איז א וואן-וועי סטריט, די מוסדות פארלאנגען פון די עלטערן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות געלט און תקנות לרחצה אויף טריט און שריט, אלעס מיט 'אונזערע' קינדער, אבער פון די עלטערן צו די מוסדות איז נישטא קיין שום פארלאנגען, די מוסדות האבן בכלל נישט קיין אפענע אויער פאר די עלטערנ'ס בקשות, עס איז פשוט נישט יושר אז זיי קענען טון מיט אונז וואס זיי ווילן ככל העולה על רוחם, און מיר לאזן זיך פירן כצאן לטבח, נאר ווייל זיי קענען סטראשען און אונז נישט.

מען זעהט טאקע לעצטנס א אויפשטייג אין די עלטערן וואס וועלן נישט געבן א עקסטערע פרוטה פאר'ן דינער וכדו', הלא דבר הוא.

סאשעל מידיע האט געטוישט די וועלט ביי די אלגעמיינע וועלט, מען לאכט זיך שוין אויס פון די צייטונגען, די א.ג. פעיק ניוז, ביי אידן וועט עס אויך אזוי ווערן צוביסלעך, דער איד/בלאט קענען ווייטער שרייבן וואס זיי ווילן פיטערן די ליינער, ווי העפי אלע עלטערן זענען, און די גרויסע הצלחה פון אלע דינערס, אבער אייוועלט און קאווע שטיבל וועלן שרייבן דעם ווייטאגליכן אמת ביז זאכן וועלן זיך טוישן לטובה.

קורקלענד » דינסטאג יולי 11, 2017 11:49 pm

· #378753
שמעקעדיג
קורקלענד

דאס אויבן דערמאנטע איז געזאגט געווארן סיי אויף מוסדות ווי חדרים, שולעס, ישיבות. ווי אויך ארגענעזאציעס ווי מתעסקים, בוני עולם, רססס, קרן הצלה, חברה הצלה, וכו'.

ארגעניזאציעס וואס צווינגען דיר נישט צו באצאלן מוזן נישט אפגעבן קיין דין וחשבון, אבער מוסדות וואס צווינגען יא, איז שוין אן אנדער מעשה.

איך האב גערעדט פון אזעלכע ארגענעזאציעס וואס צווינגן יא. וויאזוי זיי צווינגען ווילעך נישט שרייבן וד''ל. איך זיך זיי נישט צו....... קרן הצלה איז טאקע געווען א טעות.

מוסדות האסטו עטוואס עפעס קאמפעטישן. מיט די טא ביג טא פעיל ארגענעזאציעס קענסטו ניטאמאל טראכטן פון אזא מושג. זיי זענען מקפיד אויף השגת גבול כאילו מ'רעדט פון צונעמען זייערע פרנסה......

a1b2 » דינסטאג יולי 11, 2017 11:55 pm

· #378754
להעביר את רוע הגזירה
איך האב שוין גערעדט מיט להעריך 20 עלטערן וואס גייען נישט באצאלען קיין שכר לימוד אויף קומעדעגע לערן יאר ווער עס ווילט זיך מצרף זיין קען זיך מעלדן צו מיר

diff » מיטוואך יולי 12, 2017 12:15 am

· #378755
מעג מען ע"פ תורה בעטן שכ"ל, מער ווי ביעביסיטונג פאר קליינע. פ"ו נאר זיי מעגען זאגען ווען נישט צו פאלגען די תורה

ברוך בער » מיטוואך יולי 12, 2017 12:45 am

· #378759
אויף איי וועלט ברענגען זיי די לינקס פון דאט גאוו יוטיעי האט קאלעקטעד 16 מיליאן פון די פעדס נאך 8 פאר העד סטארט און דאס אויסער די וואוטשערס און נאך 70 פראגראמען. אפשר קענען מיר האבן די וועיזשעס פון די טאפ 10? ביי יעדן גאווערמענט עיזשענסי איז אלעס אפן. מען ווייסט אז די ביים שיסל פארדינען לערך א האלב מיליאן א יאר מער פונעם פרעזידענט און סענאטארן. ווילאנג די בוכער זענען נישט אפן טיש גייט מען נישט צאלן.

איינער ברויך טוהן פונקט ווי די ראטה חתונה, לאמיר צוזאמנעמען די קינדער אין שוהלן און שטעלן איינעם צו לערנען מיט די קינדער תורה מיט מוסר און חכמה. די חינוך וועט זיין פיל בעסער און שענער אזוי. מ'דארף מיר נישט די גאנצע זאך קאט די קרעפ.

diff » מיטוואך יולי 12, 2017 4:56 am

· #378769
ווי ערווענט, מדארף היינט נישט קיין מלמד. סדא שעורים אויף אלס אויך ווישאעל. אלע ספרים האבען טייטש

diff » מיטוואך יולי 12, 2017 9:10 am

· #378789
פליקער
איך האב געשריבן די אשכול און זיך איינגעהאלטן עטוואס, אבער און ליכט פון די אייוועלט אשכול, ברויך איך אויסליפטערען מיינע געדאנקען.

דארפמען טאקע אסרן אייוועלט

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 12, 2017 9:19 am

· #378791
מען האט עס שוין טאקע גע'אסר'ט.. (הארפענעס)

מפוזרי » מיטוואך יולי 12, 2017 11:15 am

· #378800
Re: UTA
איך מוז זאגן, קודאס פאר אייוועלט! דאס איז א נושא וואס דערלאנגט צו די סאמע יסודות פונעם סיסטעם און קען האבן ווייט-גרייכנדע קאנסעקווענצן. און זיי מעקן נאכנישט...

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 12, 2017 11:19 am

· #378801
פליקער: זאת ועוד. איך ווייס נאכנישט וואס דער ועוד איז. יא. איך ווייס יא. אין די צייטן ווען רבינו הק' איז געווען בימי עוזו ותפארתו איז זיך פארלאפן עטליכע (ניין. זייער א סאך) מעשיות וואו אידן זענען געקומען וויינען אז זיי האבן נישט די געלט פאר שכר לימוד. האט די רבי זי"ע געזאגט (און אויך עטליכע פון די אלטע רבנים, נ"ע , ווי מאטערסדארפער רב)..."קודם שיק די קינדער אין חדר אריין. וועגן שכר לימוד וועט מען שוין זעהן. דו וועסט צאלן וויפיהל דו קענסט"...והך קאווע, ווי מ'זאגט אין קאווע שטיבל...! די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן בימי פרעזידענט דזשאנסאן. ווען ער האט איינגעפיהרט ..."אנטי פאווערטי"...(אדער ווי מ'האט געזאגט אין סאטמאר..אנטיפאוערטי ) פראגראמען. און די ישיבות הקדושות האבן אנגעהויבן צו באקומען מאסיווע געלטער פון די ממשלה. איז זיך דער אפעטיט צוואקסן. ווי ס'שטייט אין פסוק..."אוהב כסף, לא ישבע כסף"...און מ'האט אנגעהויבן צו שינדן די הויט פון די עלטערן...און ס'איז אין שיעור למעלה. ונוסף גם הוא על שונאינו. אז ס'איז דא נאך א פראבלעם. די זעלבע מענטשן וואס גייען ארום מיט די הענט אין די קעשענעס (יענעמ'ס) האבן זיך דערטראכט צו די מערסטע וואנזיניגע ..."תקנות"... אשר לע שערום אבותינו. און די משוגעת'ן און דער טעראר ווערן ערגער און ערגער מדי שנה בשנתו. פראפארציאנעל מיט'ן הייבן די שכר לימוד...!

קורקלענד » מיטוואך יולי 12, 2017 12:04 pm

· #378804
מפוזרי
איך מוז זאגן, קודאס פאר אייוועלט! דאס איז א נושא וואס דערלאנגט צו די סאמע יסודות פונעם סיסטעם און קען האבן ווייט-גרייכנדע קאנסעקווענצן. און זיי מעקן נאכנישט...

זעהט אויס אז די מנהלים פון אייוועלט זענען אויך געהעכערט געווארן. געב עס אפאר טאג און יו.טי.עי. וועט זיי צוריק אראפלאזן צום אלטן אויפן תנאי צו פארמאכן די אשכול.

קורקלענד » מיטוואך יולי 12, 2017 12:06 pm

· #378805
berlbalaguleh
די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן בימי פרעזידענט דזשאנסאן. ווען ער האט איינגעפיהרט ..."אנטי פאווערטי"...(אדער ווי מ'האט געזאגט אין סאטמאר..אנטיפאוערטי ) פראגראמען. און די ישיבות הקדושות האבן אנגעהויבן צו באקומען מאסיווע געלטער פון די ממשלה. איז זיך דער אפעטיט צוואקסן. ווי ס'שטייט אין פסוק..."אוהב כסף, לא ישבע כסף"...און מ'האט אנגעהויבן צו שינדן די הויט פון די עלטערן...און ס'איז אין שיעור למעלה.

דערצו קומען זיי אייביג מיט די תורה אז די האסט נישט גיי מאך פראגראמען..........

ווייל אזוי » מיטוואך יולי 12, 2017 1:17 pm

· #378815
בעיקינג ניוז
מעכטיגע קאמפיין קומט פאר אין די יעצטיגע טעג אין צרפת פאר ילדי אמעריקע צוליב די העכערונג פון שכר לימוד אין די סאטמערע ת"ת ב'ברוקלין ניו יארק, נגידים פון צרפת וועלן אין די נאנטע טעג באזוכען נ.י.

פאלגט'ס נאך ווייטערדיגע פרטים.

a1b2 » פרייטאג יולי 14, 2017 12:55 am

· #379038
📎 IMG-20170713-WA0014.jpg

a1b2 » פרייטאג יולי 14, 2017 12:57 am

· #379039
כולנו למערכה ולה הישועה

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 5:55 am

· #379048
- דער מעסטונג דארף זיין, וויפיל סקאסט צו לערנען אינדערהיים דער פאר שורות וואס ער לערנט אין חדר. ניש וויפול סקאסט אין חדר
- וילסט נישט יענער זאל צאלן פאר דיר. דארפסט אבער נישט צאלן פאר יענעם. היינט צאלט דער ארימאן פארן גביר וואס דארף פענסי בילדינג און סערוויס
- דער עיקר זאך וואס האט אונטערגעברענט אידשקייט און אמעריקא איז געווען שכ"ל. ממיינט מאיז פארזיכערט.
- זיי מעגען יא עובר זיין אויף "חדש אסור מן התורה" מיט איינצווינגען מיידל סקולס און ישיבות פאר אלע בחורים. און כסדר צולייגען גרעידס
- אנשטאט מקיים זיין ללמדו אומנות, גנבן זיי זיין קולג' פראגראם

- ווען דו האסט אינדזשואט האסטו נישט געדארפט וויסן, אז דער פרייז גייט זיך טאפלען

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 10:54 am

· #379054
[ציטאט אראפגענומען]

מסתם ווייסטי סאיז א פעיק מדרש. סשטייט נישט אזא זאך אז ולמדתם דארף קאסטן. פארקערט שטייט יא. מה אני בחנם אף אתם בחינם
די געיטס אין מקוה האבן אויך די פרומע צובראכן. ק"ו דא

פליקער » פרייטאג יולי 14, 2017 12:17 pm

· #379059
Re: UTA
אנאנים: איך האלט קלאר אז דו ביזט נישט גערעכט, איך פארשטיי אז ווען איינער קויפט א זאך ברויך ער צאלען דעם פילען פרייז, דאס איז בלויז ווען עס איז א זאך וואס איך האב א ברירה, און ווען איך האב די רעכט אריין צי רעדען, למשל א צדקה צוועק וואס איך א ברירה נישט צי געבען אדער יא צי געבען דאן קען איך מחליט זיין וויפיל איך וויל געבען בעיסט אויף וויפיל איך ווער אינספארירט פון זייער אויפטון, און יעדער האט א אנדערע מיינונג, איינער גייט פאר מענטשען וואס ברויכן קינדער און קענען נישט האבן סיידען איינער שיילט אראפ א פיפציג אלפים, און אנדערע גייען דווקא פאר מוסדות התורה און אנדערע נאר פאר מוסדות וואס זענען נישט נהנה פון די מדינה און אנדערע נאר פאר וואס זענען דייקו יא נהנה, משא''כ פאר אינזער סיסטעם איז עס גאר א אנדערע פרשה, און איך וועל דיר עס מסביר זיין.

אינז זענען אהער געקומען דא אויף אמעריקע און איבער געפלאנץ דעם איראפעישער אידישקייט, און מיר האבן אהערגעשטעלט א חינוך סיסטעם וואס זאל סארווירן דעם אידענטום כדי אידישקייט זאל קענען עקזעסטירן, וואס עס האט אנגעהויבן פאסירן איז גענוי דאס פארקערטע, מיר אידען ברויכען טון אלעס און דער וועלט אז דער סיסטעם זאל קענען עקזעסטירן, און דאס שטעלט זיך ארויס צי זיין א געפערליכע סכנה און הינזיכטען וואס שטעלט זיך נישט אראפ בלויז אויף שכר לימוד נאר און פילע אנדערע הינזיכטען ווי צבש''פ שוואכערע בחורים האבן נישט קיין פלאץ ווייל אמער דער סיסטעם וועט צוגרינד גיין, יעדע תקנה וואס מען מאכט ברויך מען איינהאלטן און אויב נישט ווערט מען אויסגעראטן כלחוך השור ווייל עס איז מהרס דעם סיסטעם, קומט אויס אז מער זענען נישט קיין קליענטען פון א סיסטעם וואס דינט אינז, נאר מיר זענען די וואס דינען דעם סיסטעם.

און וואס פאסירט ווען עס ווערט אים אויסהאלטבאר, מען קען עס נישט דערשטרייטן, דאן כאפט דער חילוק, אויב ברויך דער סיסטעם מיך דינען אז איך זאל האבן ערליכע אידישע דורות דאן וועט זיך די סיסטעם ברויכן א עצה געבען אזוי ווי מען האט געטון אלע יארן ביז אהער שוין פאר פיפציג יאר, אבער אויב דער סיסטעם איז אים בארירבאר, דאן זאגן זיי גיי ברעך קאפ, דער סיסטעם איז נישט געשטעלט אייך צי העלפן, פארקערט איר ברויכט העלפן דאס סיסטעם, אבער ווען עס קומט אריין צי רעדען און זען זייערע ספענדעראציעס לאזן זיי נישט.

בקיצור מיר ברויכען זיך איצט פרייען אז זיי בעטען נישט א צען טויזענט דאלער פער פערזאן, ווייל מיר וואלטן דאן אויך גארנישט געטארט טון צי ציברעכן דעם הייליגען סיסטעם. דאס איז אנארכיע, אז זיי קענען זיך א עצה געבען מיט צרפת פארוואס זאלן זיי נישט פריוון זיך א עצה געבען דאהו, נעם א משל פון די ארונישע פראקציע וואס האבן געברויכט אהער שטעלן שווערע מיליאנען פאר בנינים און אלעס האט זיך שיין מסדר געווען, נאר וואס דען זיי גייט נישט אן זיך א עצה צי געבען מער, ווייל מען וועט ציען ס'צאצל און עס וועט נישט האבן קיין ברירה, ברויך מען זיי ווייזן א שטארקע האנט און נישט לאזן עס זאל זיי זיך איינגעבן, זיי זענען דא אינז צי ערמעגלעכן צי זיין אידיש, נישט אז מיר ברויכן זיין אידיש צי ערמעגליכען דעם מוסד.

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 1:18 pm

· #379068
כאטש זיי מודה אז מהאט לכתחילה געמאכט א חדר כדי סזאל זיין ביליגער ווי אליין אינדערהיים

גאנצל » פרייטאג יולי 14, 2017 1:21 pm

· #379069
די בעסטע וואלט געווען ווען זיי גייען ארויף צוביסלעך

אפילו זיי גייען ארויף 20 דאלער פער קינד פער חודש

20 *5000 איז אי זאויך אביער א מיליאן דאלער א יאר

די קומענדיגע יאר נאך 20 רעדסטו פון א אינקריס פון באלד 2 א האלב מיליאן א יאר

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 14, 2017 1:22 pm

· #379070
ס'זעט אויס א חילוקי דעות, אז @אנאניםהאלט אז קיינער איז נישט מחוייב צו פארשאפען א דאללאר פאר די קינדער, און יעדער טאטע זאל זיך ספראווען און מוטשען פאר זיך. ווען ער דארף צדקה, זאל מען באהאנדלען הלכות צדקה ביי די צדקה אינסטאנצען. אבער די מוסד החינוך האט נישט אזא פליכט צו קיינעם, און דער וואס פאדערט עס, זוכט אפצושאקעלען זיין אחריות פון זיך און לייגען אויף א צווייטען. א פשוט'ער רעכטדענקיגער טענה וואס יעדער האט אויף די סאציאליסטען למיניהם.

קומט ידידינו @פליקער מיט א טענה צוריק. איך וויל געבען א משל.
איינער קויפט א קאר און צוזאמען מיט דעם קויפט ער טריפל עי, צו זיין פארזיכערט ווען ער האט א פאנצ'ר צו אן אנדערע פראבלעם, האט ער אויף וועמען זיך צו פארלאזען. ויהי היום, ער פארט אין גאס און פלוצלונג פאסירט עפעס. ער קלינגט טריפל עי, און זיי זאגען "מיר קומען נישט אין יענעם געגענט, מיר קומען נישט אין די צייט וכו'". טענה'ט ער אז זיי זענען מחוייב איהם צו העלפען, און זיי זאגען "גיי ספראווע זיך אליינס, לייג נישט דיין פראבלעמען אויף אונז".

מיר האבען אינוועסטירט אין דער סיסטעם, מיט'ן שווערער שטריימעל אויפ'ן קאפ, מיט'ן נישט רעדען ענגליש, מיט די ווייב'ס טראגע און די סארט ארבעט וואס מיר מעגען טוהן. מיר געבען מקוה געלט צו טובל'ן אין א שמוציגע גרוב און מיר טרינקען דערנאך לוילעכער קאווע, מיר לערנען נאר וואס מ'לאזט אונז און מיר ערציען די קינדער פאר די גאלדענע קייט'ס טוועגען. דער סיסטעם מיט איהר מאכט איז א תולדה פון אונזער אינוועסטירונג, און אזוי קענען זיי פארשאפען געלט אין א וועג וואס א יחיד קען נישט. ט'ווי קענען זיי היינט זאגען "גיי ספראווע זיך אליינס"? איך האב דאך אינוועסטירט פאר דעם? (איך רעד בשם פליקער, איך האב אנדערע זאכען אינוועסטירט אין מיין סיסטעם, און זייערע פליכטען צו מיר זענען אנדערש אויך). און דאס נעמען דער מאכט פון 'סאטמאר' און דאס אויסנוצען אויף צוועקעס וואס דינען נישט די אינטערעס'ן פון די מעמבערס פון דער סיסטעם איז א טענה טאקע, צו ס'איז פראנקרייך צו עפעס אנדערש.

יא, מ'האט נישט געשריבען קאנטראקט, אבער דאס איז געווען דער פארשטאנד פון דער אינוועסטירונג פון אנהייב, אז די סיסטעם דינט דער ציבור, פונקט ווי טריפל עי נעמט קעיר פון קאר פראבלעמען ווען אימער ס'פעלט אויס.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 14, 2017 1:25 pm

· #379071
diff
כאטש זיי מודה אז מהאט לכתחילה געמאכט א חדר כדי סזאל זיין ביליגער ווי אליין אינדערהיים


שטותים

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 1:34 pm

· #379073
גאנצל
די בעסטע וואלט געווען ווען זיי גייען ארויף צוביסלעך

אפילו זיי גייען ארויף 20 דאלער פער קינד פער חודש

20 *5000 איז אי זאויך אביער א מיליאן דאלער א יאר

די קומענדיגע יאר נאך 20 רעדסטו פון א אינקריס פון באלד 2 א האלב מיליאן א יאר

אבער דעמאלסט וואלט נישט געווארן א וועד הורים. און אז מהייבט שוין אן...

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 1:35 pm

· #379074
געוואלדיג
diff
כאטש זיי מודה אז מהאט לכתחילה געמאכט א חדר כדי סזאל זיין ביליגער ווי אליין אינדערהיים


שטותים

וואס מיינט דעס. ער אידאך ש. שטותל
גראדע מאכן זיי גוטע טשולנט

געוואלדיג » פרייטאג יולי 14, 2017 1:36 pm

· #379075
דאס וואס דיינע ציטירטע דיבורים זענען.

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 1:40 pm

· #379076
קען איך ניש אפפרעגען, דיין טעם כמוס

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 2:00 pm

· #379079
וועלך פרעגן אזוי, ביסט גרייט צו ארבייטן רוב / כול חודש פאר די מוסדות

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 14, 2017 2:47 pm

· #379082
Re: UTA
ער ארבעט דאך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 2:51 pm

· #379083
וואס ער ארבייט גייט פאר די מוסדות

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 3:33 pm

· #379092
דא קענסטו וואוינען אויף אפאר איעקער. און זיין עמפלויעד ביי דיינע קינדער אזווי ביז יעצט
סדאך מצוה בו יותר מבשלוחו
NYS

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 5:53 pm

· #379106
.

בן אדם » פרייטאג יולי 14, 2017 6:08 pm

· #379108
לדעתי איז די וויכטיגסטע אויפגאבע פון דער וועד ההורים, צו מאכן זיכער אז קיינער גייט נישט שפילען שיינע מעחוטען, און צאלן די שכ"ל ווי ס'פאסט זיך מכלומרש'ט, ווייל א'ניש צופאלט זיך די גאנצע מערכה כמובן.
וחפץ ה' בידכם יצליח

diff » מיטוואך יולי 19, 2017 11:19 am

· #379548
חדשות
הער איך אז עס איז טאקע יא פארגעקומען א מיטינג נעכטען, און די החלטה איז גווען אז מען גייט צוזאצנעמען פעטיציעס פון עלטערן וואס פארלאנגן עס זאל ווערן אוועקגעשטעלט א פערמענאנטע וועד ההורים. די עסקנים האלטן אז זיי קענען אנקומען צו הונדערטער אינטערשריפטן.

ווי עס זעט אויס איז דאס דער ערשטער סוקסעספולער שטאפל צו געבן פאר די טויזענטער עלטערן א בענקל ביים טיש בשעת מען איז מחליט דעסישאנס וואס אפעקטירט זיי מיט טויזענטער אדער צענדליגער טויזענטער דאלאר א יאר.

יהא ה' עמם.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 19, 2017 8:20 pm

· #379608
Re: UTA
@פליקער, דיין ווייטאג איז באמת נישט די זעקס הונדערט טולער וואס די מוסדות זייגן ארויס פון דיר, דיין ווייטאג איז, אז זיי נעמען אסאך מער ווי די זעקס הונדערט טולער, דאס איז וואס דו ווייסט, און וואסי מיט די געלט וואס מ'פארציילט דיר ניטאמאל ווי כל מיני פראגראמען ווי למשל בשעתן שרייבן די שורות פארט ארום א לינק פון די גאוו. וואס ווייזט א סאטמאר האט באקומען אין איין יאר שטוינענדע  זיבן און דרייסיג מיליאן דאלאר נאר פון פיר פראגראמס!! און דאס איז אהן וואוטשערס און אנדערע סטעיט פראגראמס! ס'איז אומגלויבלעך, וויפיל געלט זיי מאכן אויף יעדן קאפ, און נאכדעם צווינגען זיי ארויס פון יעדן אהנע רחמנות מיט א געוויין אז דע דעפיציט איז זייער גרויס


ס'האט מיר א חבר דערציילט אמאל, אז ווען ער איז געגאנגן זיך איינשרייבן צו קאלעדזש האט ער אויך זיך אריינגעגעבן צו באקומען געוויסע גאוו. גרענטס, ער איז זיך געגאנגן לערנען א פאך, (אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין א געוויסע אור אלטע געזעצן שריפטן וואס רופט זיך "תלמוד") האט אים די קאלעדזש, גראדע זייער א פראפעסיאנאלע, צוריק געשיקט א בריוו אז ער קען נישט זוכה זיין צו דע גרענטס ווייל איינע פון די יעשיבעס צו כוללים האבן עם שוין אויסגעזויגט אזש ביזן לעצטן טראפן, מיין חבר איז אבער געווען אן עקשן (הלוואי פאר מיר געזאגט) ער האט ארום געבארגט געלט און ער האט עס געמאכט.


 עכ"פ לענינינו, @פליקער האסט אויסגערעכנט א גאנצע ליסטע פון ווי דע הייליגע מוסדות שנארן צאם געלט, און וואס געבן זיי צוריק דערפאר?? און נישט נאר דאס, נאר אפילו איינער וויל זיך גיין לערנען עפעס, מוז ער קודם אנהייבן פון אלף, ער מוז לערנען אלעס וואס מ'לערענט פון די פיר  ביז די זיבענצען , שרייבן, ליינען רעכענען, ווי פשוטע חשבונות ווי אויך אלגברה, גיאמעטרי, פרי קעלקעלאס, לייכטע  סייענס, שרייבן עסעיס, וכדומה.ווייל פון חדר קען מען קיין איין פון די זאכן, מ'לערענט נישט אויס קאמיניקירן איינס מיטן צווייטן ווייל ווען מ'לערנט ענגליש ווערט עס אויך געלערנט אין אידיש, ווייל בעצם אידאך די גאנצע ענגליש  אן איבעריגע לימוד  ווייל אינז היימישע אידן קען מיר מאכן ביזנעס אהן די ענגלישע שפראך, ווייל בעצם צו מאכן פארנוסע ברויך מען נאר קענען אינטערשרייבן דעם נאמען אין די שטאטישע אפיסעס, און ארויס פארן קיין מאנטיסעללא מקדש שם שמים זיין און שטיין אין לאנגע רייעס, אויף וואס? אויף אינטערשרייבן דעם נאמען! און דע מה יפהניקעס ברענגן אייביג ראיות אז ענגליש מיינט גארנישט ווייל יענער און יענער עושר (וואסי פארבינדען מיט די ריכטיגע עסקנים און מיטן רבין, ווי א חוט המשולש שינתק במהרה בימינו בקרוב בלי שום צער ונזק לשארית הפליטה), קען אויך נישט קיין ענגליש. און דערצו מוז מען פאר דע לימודים אליין באצאלן, ווייל די גאוו. האט שוין איינמאל באצאלט, וואס ביי דע וועי, דאס ווערט געלערנט אין אלע עלעמענטארע שולעס, און ס'איז א חלק פון שכ"ל און פראגראמס וואס דער אמעריקאנער אנטיסעמיטישער רעגירונג באצאלט, נאר פון אינז האט מען עס אוועק גערויבט אין אזא בחינה פון הרצחת וגם ירשת.

און דע זעלבע מה יפהניקס דערציילו עפעס א מעשה רב, (עפעס אזוי גייט די מעשה, אין א שמועס וואס דער רעבעזעכרוינעלעבראכע האט געהאט מיט ר'אהרן קאטלער, האט עם דער רעבע געזאגט אז זיינע תלמידים עלען האבן ריזיגע פארבריקן און די יענע וואס עלען לערנן ענגליש ווי ס'דארף צו זיין וועלן זיין די אדוואקאטן מיט בוך פירערס פאר אינזערע פאבריקן עשירים, און וואסי איז געשען למעשה? רוב פון דע פאבריקן האבן זיך מיט די צייט פארמאכט  און יענע נישט היימישע זענען געבליבען אדוואקאטן פארטרעטענדיג די אלע וואס זעננן מקדש שם שמים ביי פעטער שמואל!) 

און אפילו אויב ס'יא געלונגען אליין צו לערנען די אלע אויבן דערמאנטע זאכן ברויך מע נאך פויעלען ביי די מוסדות צו באקומען די שווער פארדינטע קרעדיטס.


אסאך מאל קומט מיר צו לאכן (ליידער) ס'באמת נישט קיין געלעכטער, ס'געוויין ווי מ'זעהט ווי אזוי מענטשן שרייבן ענגליש, פחדים נוראים,  ווייסן נישט די חילוק פון  were- where

Here-hear

To-too 

וכדומה אהנע שיעור ווערטער וואס זאגט זיך די זעלבע אבער מיינט עפעס גאנץ אנדערש און מ'רעדט דא פון שרייבן אויף וואטסעפפ, ווי ס'דא אטאמאטישע ווערטער קארעקשן, און מיט דעם אלעם קענען זיי נישט ספעלן. 

און ס'קומט צו קאמוניקירן מיט אנדערע אין ביזנעס ווערט דער עם נבון וחכם ללעג ולקלס,קיין ראזומעי קען מען נישט אויסשטעלן, רוב ווייסן ניטאמאל וויאזוי צו ספעלן רעזומעי. 


און דע אלע אויבער חכמים וואס זיצן און פרעסן פון נכסי ציבור און קיינמאל נישט געארבייט און זייער לעבן מער ווי זיך אראפצו בייגן מיט זייערע גרויסע אנגעגעסענע בייכער ארויף צו ציען זייערע ווייסע זאקן אין מקוה, און זיי פארקויפן גאר פארן עולם אז ענגליש איז בכלל נישט וויכטיג!! 

ס'נאר צו ווייזן פאר די אינסטאנצען כדי צו באקומען די פראגראמען, שעמען מעגן זיי זיך!! בגנב'נן א גאנצן דור פון פרנסות, פארקויפן א קולטור פון ליגענט, אנשטאט צו לערנען מיט די קינדער, בחורים, די אלע אויבן דערמאנטע זאכן און קענען גוט פראפעסיאנאל קאמוניקירן אהן שטאלפערען און נישט נוצן עתיד פאר עבר אדער פארקערט, (און נישט אנחזר'ן די ליין ביכל מיט שווארצע קרעיאנס אויף זאכן וואס ס'ווען יא גוט אז מ'ליינט עס, און דורך דעם אויסלערנען דעם אינגן מוח'ל אז ס'דא אנדערע שיטות אויך, און די עצה צו געווינען א געגן זייטיגע טענה איז נישט דורך אנפירקלען דעם בוך אדער סיי וואס, נאר דורך לערנען און וויסן וואס צו ענטפערן "דע מה שתשיב" מיטן שרייען שגץ ווערן זאכן נישט כשר אדער טרייף). אוועק שטעלן דעם אינגעל/בחור מיט גענוג וויסענשאפט אז אויב ער וויל זאל ער קענען בוחר זיין צו גיין לערענען א פאך וואס ער האט ליעב, און זאל נישט דארפן אנהייבן פון אלף. און אויסלערנען דעם קינד אויסצגעבן געלט קלוגערהייט, און לעבן מיט א בודזשעט, און ווען ס'קומט אויסצוגעבן געלט איז די ערשטע סטאנציע די אייגענע טאש און נישט מאמי מיט שוועסטערס, אדער דיין שכן רייסער. 

אנשטאט דעם לערענט מען אויס די קינדער צו בלאפן (דע אינספעקטארס קומען!!נארהאפטיגע פרישטאג!! מיטאגס!!כ'דעדענק נאך כד הוינא טליא אין מחנה ראאב טאוו ווען מ'פלעיגט נאך איבערדרייען דע טעללער פון פיש צו טשולענט אין די האלבע אויסגעוואשענע ערדענע טעללערס,  און ווען די אינספעקטארס זענען געקומען האט מען געגעבן פעיפער גודס, די מינוט וואס זיי זענען אפגעפארן האט מען ארויסגעצויגן די ערדענע טעללערס פון אינטער די ווייסעך ווי און צוריק צום אלטן, כ'געדענק נאך אז די דזשאוק איז געווען אז דע אינספעקטארס האבן געפרעגט דארט אין קיטשען וואס דע אלע דישעס זענען? האט מען ג'ענטפערט אז דעס פארקויפן זיי. אזוי האט מען מחנך געווען די קינדער) און ווי גרויס די קידוש השם איז געווען ווען די אינספעקטאר זענען געווען דארט. ווען נישט דע אלע קידוש השעמס וואס מ'האט אינז געוויזען פון יוגענט ווייז אן, נאר מ'וואלט אינז אויסגעלערענט נארמאלקייט, גראדקייט און מענטשליכקייט, מיט געלטער וואס די מוסדות הקדושים באקומען סייווי פונעם פעטער, וואלטן אינזערע אפרוחים שנשבו  נישט געדארפט גיין מקדש שם שמים זיין תחת כיפת השמים אין מאנטי סעללא  אדער אנפילן די בתי מדרשים מיט צאמלייג בעטן פאר די "היימלאזע" (ווער ס'געדענקט נאך), אדער זיך איינגעבן אלס סעפארירט כדי גובה צו זיין פונעם פעטער ערבות געלט פארן כתובה, וכדו' וכדו' הזמן יכלו והקידוש השם לא יכלו..


וועט עטס אוודאי מיינען אז אין למודי קודש איז מען יא גוט אויסגעקאכט פאר דעם געלט, א תאינה גדולה! וויפיל בחורים קענען היינט ביי די אכצען-ניינצען יאר זיך לאזן פארהערן  אפאר הונדערט קיצור הלכות וואס פעלט אויס פארן טאג טעגליכן לעבן, מ'רעדט נישט דא פון קיין לאנגע מחצית השקל'ס וואסי אזוי גרויס ווי די גוגל אגרימענטס, מ'רעדט בעיסיק הלכות פון יעדן טאג און פון שבת ויו"ט. און פארקויף מיר נישט קיין חלומות מיט דע אלע בחורים וואס נעמעו ארויס הוראה, כ'קען אויך בחורים וואס האבן עס מכלומרשט דורך געלערנט און זיך געשטעלט צום פארהער, זיי קענען עס ווי איך קען אבן העזר.

וויפיל בחורים קענען תנ"ך?? א מאסט פאר יעדן איד, פרעג זיי נאר אויס נעמען און מעשיות פון תנ"ך ווער ס'געווען וואס און ווען.

לאמיר נאר כאפן א בליק אויף גמרא? וויפיל מסכת קען מען פון קאווער טו קאווער?



דע מוסדות מאכן מער פון די והותר צו קענען מאכן קאלעדזשעס פונקט ווי ישיבה אוניווערסערי און אנדערע פרומע פלעצער,און לערנן אפגעטיילט, ווי מוואלט ווען געקענט וואקסען אין לימודים, און מאכן דערפון גאר שיינע פרנסות, זעהט אויס אז דע מוסדות און פארטייאישע פירערשאפט האבן אפגעמאכט אז ס'בעסער אזוי, וואס דארף מען קלוג מאכן דעם עולם, די טישן וועלן זיין ליידיג, ס'וועלן נישט אזויפיל ליידיגייער וואס וועלען טאנצן יחי אדוננו מורינו ורבינו.

 און צו מאכן דעם עולם ביזי עט מען זיי צו ווארפן אפאר ביינדלעך יעדער אויף זיין סטיל איינער שרייט ס'דא א גיוס דער אנדערער שרייט ס'נישטא און נאכדעם קומט צו קריכן די  די אינטערנעט מיט אנדערע מחאות, און נאכדעם פארט מען קיין צרפת און מ'נעמט מיט דע שמור לי ואשמור לך עשירים  אין טייערע לוקסזעריעזע קארס און זיך לאזן פאטאגראפירן מיט די ארטיגע עשירים און ווייזן פאר גאט אז זיי טוען פאר זיינע קינדער אפילו אין דער פרעמד נישט נאר אינדערהיים. 

און ס'נישט נאר צרפת, יעדע כ"ק מרן האט זיך זיין סטיל זה בצרפת וזה בפישטיאן וזה בשווייץ אא"וו.. 


עניוועי @פליקער, דאס האט געדארפט זיין א תגובה צו וואלידעיטן דיין ווייטאג איבערן העכערן שכ"ל און ס'איז אריין געפארן אין אנדערע ענינים פשוט ווייל ס'איז אלעס איין גרויסע טשעין. און צווישען מיר און דיר ווען די מוסדות טוען ווען יא, די אלע אויבן דערמאנטע זאכן וואלסטו דען נישט מסכים געווען צו צאלן זעקס הונדערט א  חודש אדער אפילו מער???

פליקער » מיטוואך יולי 19, 2017 8:34 pm

· #379609
Re: UTA
ג'אדלער ווי אלע מאל קומט אריין שטארק און שארף, און דיין ווייטאג איז גאר קלאר.
איך וויל נאר צילייגען איין קלייניגייט, וויפיל זיי האקען אויף ק''ש לעצטענס ווי מפורסם וצריך אשכול מייחד, וויל איך אים זאגן אז דא איז דער ערשטער פלאץ ווי א קליינע ראצער וואס וואקסט אויף עפענט אויף זיין מוח צי קריטקעל טינקינג, וואס אין יעדע חינוך סיסטעם איז עס אלף בית, און ביי היימישע סיסמא'ס איז עס מאוס ומוקצה, און יעדער ברויך סיך אינטערנעמען נישט צי טראכטעו קיינמאל ווייל ער וועט צימאלן ווערן.

פליקער » מיטוואך יולי 19, 2017 8:36 pm

· #379610
Re: UTA
אגב ג'אדלער די וועלט דרייט זיך שוין איבער עטליכע וואכען, וויזטו געווען ביז איצט? האסטו איבער געקערט די וועלט ערגעץ ווי?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 19, 2017 8:39 pm

· #379611
Re: UTA
פליקער
אגב ג'אדלער די וועלט דרייט זיך שוין איבער עטליכע וואכען, וויזטו געווען ביז איצט? האסטו איבער געקערט די וועלט ערגעץ ווי?

וואקאציע!!

פליקער » מיטוואך יולי 19, 2017 8:41 pm

· #379612
Re: UTA
געגאנגען שטאדירן שמעלקען?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 19, 2017 8:49 pm

· #379613
Re: UTA
איינער האט א וועג נאכצוגייען די געלטער? ווי קוקט מען נאך וויפיהל דער רעגירונג גיבט פאר יעדער בחורי אינגעל און מיידעל? ווי קען מען מאכען די חשבון?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 19, 2017 8:54 pm

· #379615
Re: UTA
ליטוואק פון בודאפעסט
איינער האט א וועג נאכצוגייען די געלטער? ווי קוקט מען נאך וויפיהל דער רעגירונג גיבט פאר יעדער בחורי אינגעל און מיידעל? ווי קען מען מאכען די חשבון?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Head Start

Total Funds Awarded - FY 2016
$10,120,059

<a class="postlink" href="https://www.usaspending.gov/transparency/Pages/RecipientProfile.aspx?DUNSNumber=136207664&FiscalYear=2016">https://www.usaspending.gov/transparenc ... lYear=2016</a>

--------------

Lunch Program

Total Funds Awarded - FY 2016
$16,278,117

<a class="postlink" href="https://www.usaspending.gov/transparency/Pages/RecipientProfile.aspx?DUNSNumber=781297056&FiscalYear=2016">https://www.usaspending.gov/transparenc ... lYear=2016</a>

--------------------------

Dep't of Education

Total Funds Awarded - FY 2016
$10,366,922

<a class="postlink" href="https://www.usaspending.gov/transparency/Pages/RecipientProfile.aspx?DUNSNumber=068298181&FiscalYear=2016">https://www.usaspending.gov/transparenc ... lYear=2016</a>

---------------

Homeland Security

Total Funds Awarded - FY 2016
$75,000

<a class="postlink" href="https://www.usaspending.gov/transparency/Pages/RecipientProfile.aspx?DUNSNumber=079392818&FiscalYear=2016">https://www.usaspending.gov/transparenc ... lYear=2016</a>

-------------------------

Total $36,840,098

This total is before the vouchers and state funding

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 19, 2017 8:56 pm

· #379616
Re: UTA
פון וויפיהל קינדער רעדט מען? וויפיהל פער קינד?
וואס מיינט וואוטשערס? נ.י. האט וואוטשערס? און אויף וואס גיבט דער סטעיט געלט? פאר עדיוקעישען מעגען זיי דאך נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 19, 2017 8:58 pm

· #379617
Re: UTA
ליטוואק פון בודאפעסט
פון וויפיהל קינדער רעדט מען? וויפיהל פער קינד?
וואס מיינט וואוטשערס? נ.י. האט וואוטשערס? און אויף וואס גיבט דער סטעיט געלט? פאר עדיוקעישען מעגען זיי דאך נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

זיכער האט ניו יארק וואוטשערס

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 19, 2017 9:06 pm

· #379618
Re: UTA
קענסט לינקען?

איך האב אביסל נאכגעפארשט און אויף דער וועבסייט פון uta זאגען זיי אז 95% פון תלמידים באקומען פיינענטשעל עיד פון בערך 10000 א יאר פון די רעגירונג. איינער קען מיר זאגען וואס קאסט א בחור אזויפיהל? א מגיד שיעור פאר הונדרעט בחורים, א משגיח, א שלאף משגיח, א מאלעסטער מיט אן אנטי מאלעסטער קאסטען נישט אזויפיהל פאר איין בחור צווישען טויזענט.

ב.מ.ג. באקומט בערך 13000 א תלמיד, פאר בערך פיהר יאר. זיי געבען צוריק בערך 3000 במשך די דריי יאר. א סה"כ פון $49000. זייער כולל טשעק איז בערך $3500 א יאר, נאכדעם וואס מ׳איז דארט בערך פיהר פינף יאר, און מ׳גייט זיך אויסבעטען (איך האב פון זיי קיין דאללאר נישט באקומען). הייסט׳ס פערצען יאר דארף ער באקומען דער טשעק צוריק צו באקומען וואס ער האט זיי געגעבען, וואס מיינט אז אכצען יאר דארף ער דארט אפזיצען. גאר א קליינע צאל קומען אן ביז צען יאר, און דאס מיינט אז די ישיבה מאכט גאר א ריוח אויף כמעט אלע תלמידים, און דערנאך פאדערען זיי א הכרת הטוב פאר די כולל טשעק!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

diff » דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

· #379637
ליטוואק פון בודאפעסט
פון וויפיהל קינדער רעדט מען? וויפיהל פער קינד?
וואס מיינט וואוטשערס? נ.י. האט וואוטשערס? און אויף וואס גיבט דער סטעיט געלט? פאר עדיוקעישען מעגען זיי דאך נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דעס איז פאר ארימעלייט. פון איין זייט מיז ער זיין ארים און אויך צאלן ווי א גביר

שמערל » דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:41 am

· #379648
איך האלט ווי שטיסל אז שכר לימוד ברויך פולי באצאלט ווערן דורך די עלטערן און די פרייזן וואס מ'צאלט אין היימישע מוסדות איז א געלעכטער, אין א פלעי גרופ צאלט מען מער. אבער ס' איז נאכאלטס א חוצפה פון די מוסדות אונז צו באהאנדלען ווי קינדער און אהיימשיקן כלומר'שטע דיאגראמס וויפיל עס קאסט עכט אפ א קינד, ווען יעדער ווייסט אז זיי באקומען מיליאנען פון די רעגירונג, און לייגן עס אין טאש אריין. עס איז נישט מער ווי גערעכט צו פארלאנגען פון זיי צו זיי אפען מיטן ציבור און עפענען די ביכער יעדער זאל פונקטליך קענען זעהן די הוצאות והכנסות.

אויב זאלן אלע עלטערן מיטהאלטן, איז בכלל נישט קיין שווערע זאך צו עפענען א וועד ההורים, זאלן די עלטערן ערוועלן א וועד און אנהייבן אריינצושיקן די שכר לימוד צו די ועד אנשטאט צו די מוסדות, איינמאל דאס געלט ליגט ביי די וועד, איז די גאנצע כח אין זייערע הענט. דער פראבלעם איז נאר אז בלויז געציילטע עלטערן זענען די וואס פארפירן, דאס איבעריגע עולם גולם, וועט נאכגיין ווי שעף וואס נאר מען פארקויפט זיי.
בארקלעי סטעדיום איז געווען געפאקט מיט די אקסן, כאטש וואס קיינער האט נישט געוואוסט פארוואס מען גייט.
בלאט: 1 2