דו האסט אנגעוויזן אויף די ריבוי הכמות אלס א סתירה צו דעם ארטיקל, במחשבה שניה אפשר איז דיין רעאקציע געווען סארקאסטיש. לגבי דיין האפענונג, עס איז צום האפן אז דער ציבור וועט טרעפן א באלאנס, אנהאלטן די טייערע און שיינע טראדיציעס, האלטן טייער אונזער אויסנאמליכע אחדות און געמיינזאמשאפט, אבער גלייכצייטיג זיך צופאסן צום מציאות.
לכאורה רעדען זיך די ישראלים איין אז ווען דער חרדי גייט ארויס ארבעטען ווערט ער אויס חרדי.
ווען זיי קוקן אויף די אמעריקאנער חרדים וואלטען זיי געזעהן אז חרדים קענען ארבעטן און בלייבן חרדים.
מצד שני, לכאורה שטערט נישט פאר די ישראלים חרדים וואס ארבעטען, און טאקע דאס ווילען זיי מיט דער גיוס נישט גיוס אז די חרדים זאלען ווערען נארמאלער בעלי אחריות מיט פרנסות וכו', נישט דוקא אפשמד'ן דער עולם ווי מען לייגט פאר.
על כל פנים דאס איז נישט קיין לדעתי. נאר איך האב אמאל געליינט ערענסטע שטודיעס אויף דעם.
@איש עברי איר זאגט ערענסטע דברים של טעם. איך בין נישט איבערצייגענד אז יענע חילוני האט אט דאס געמיינט. איר שרייבט מער צו דער זאך ווי איהם.
״כהאב אמאל געליינט״ העלפט מיר נישט, לאמיר ביטע זעהן די שטודיעס און נאכדעם וועלן מיר רעדן ווייטער. דערווייל פארשטייט יעדער נארמאלע מענטש פארקערט. גלייבן אין עפעס בלינדערהייט מאכט נישט קיין מענטש בעסער. כמעט אלע מחלוקות און קריגערייען זייט די וועלט שטייט איז געקומען ווייל מ׳האט געגלייבט אין עפעס...
אפילו קאמיוניזם איז דער פראבלעם געוועהן אז זיי האבן געגלייבט אז אויב מ׳וועט נאר אפהארגענען און אויסרייסן אלע שלעכטע ״דערנער״ וועט די וועלט זיין ממש א גן עדן, אריינגערעכנט אויסרייסן יעדעמס רעליגע און אידיאלגעס חוץ זייער אייגענע בעלאוני.
אלע גרויסע וועלטליכע פראבלעמען כמעט שטאמט פון ארגאנייזט רעליגע און די מערסטע רשעות, רציחה, און בלוט איז פארגאסן וועגן רעליגע, יעדער חדר-יונגל וואס האט שוין געלערנט קמץ בית ווייסט דעס, איך האב עס ערגעץ געליינט, נישט אויף איין פלאץ, נאר וועלכע היסטאריע בוך די כאפסט אן וועסטו זיך אנשטויסן מיט הריגות און רציחות פון איין גלויבן צום צווייטן... און נישט אלע זענען פעיק ניוס... סאיז דאקיומענטירט געווארן... קיינער לייקענט דאס נישט. פארשטייט זיך אז יעדער פוינט די פינגער אויף די צווייטע רעליגע אז זיי זענען די שולדיגע, די ארונים שרייען אז די זאלונים זענען שולדיג און די פאלעסטינער שרייען איז די ישראלים זענען שולדיג, די בלעימען געים איז אין פולן קראפט...אייביג איז יענע רעליגע שולדיג, ח״ו נישט די אייגענע.
קראצמעך ביימער אויף ימים טובים, ווי למשל סוכות, און שבועות ביי די בימה. אויך חנוכה זע איך פארשידענע בענק וואס לייגען צו קראצמעך ביימער צו די מנורה, ס'האט עפעס אן אלטע מקור?
דער גאנצע נומער פון 25% רעדוקציע אין רעליגיע זינט דער אינטרנט זעט מיר אויס גאנץ נישט אין פלאץ. ווער קען זאגען וויאזוי ס׳איז געשען? יעדער וואס קען פרומע אידען פארשטייט גלייך ווי נישט צו דער זאך איז געווען דער pew institute research אויף ארטאדאקסישע אידען, מטיבן של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. יעדער טרעפט וואס ער וויל.
כ'האב נישט געזאגט אז 25 פראצענט פון חרדים האבן אפגעלאזט אידישקייט וועגן די אינטערנעט, קיינער ווייסט נישט קיין פונקטליכע חשבון וויפל פראצענט פאלן ארויס וועגן רעליגע ביי אונז חרדים.
נאך איינמאל ביטע:
דו האסט גע'טענה'ט אז די אינטערנעט איז א "שלעכטע זאך", והא ראי' אז מ'קען ווערן ראדיקאל דורך די נעט און זיך אנטרעפן מיט "לייק-מיינדעד" משוגעים, האב איך געזאגט ס'שטימט נישט מיט די מציאות ווייל אין אמעריקא זינט די 90 יאהרן האט די קריסטליכע רעליגע פארלוירן העכער 25 פראצענט, לויט די אויסגעפרעגטע איז די סיבה פון אפלאזן זייער רעליגיע איז געוועהן א דירעקטע פארבינדונג צו די "עקספאוזשער" צו אזא "אוצר" ווי די אינטערנעט, אלזא איז דיין טעאריע אז די אינטערנעט ברענגט 'ראדיקליזים' שטימט נישט מיט די מציאות, ווייל ס'איז א דבר ידוע לכל אז די אינטערנעט האט געשטיפט די מענטשען צו לינקס און זיי געמאכט "טראכטן פאר זיך אליינס" ווי איידער לעבן א בלינדע קריסטליכע רעליגיעזע לעבן.
ליטוואק: הערה קטנה: ס'איז א חילוק צו מ'גלייבט אין רבי'ס אדער מ'גלייבט אין גאט. חוץ ביי א געוויסע חסידות וואו די רבי איז העכער פון גאט (עפ"ל, ארענדז"ש, וכו')...!
געליינט האב איך עס מיט אפאר יאר צוריק אין א ביכל 'אויטענטישע צופרידענהייט' געשריבן דורך מארטין סעליגמאן. ער איז מאריך און לייגט אראפ אלע פרטים. איך בין נישט זיכער וואס זיינע מקורות זענען. איך האב איצט נאכגעקוקט אינעם ביכל וואס איך האב. ס'נישט דא קיין רעפרענצן אפטיילונג אין מיין קאפי.
דערווייל פארשטייט יעדער נארמאלע מענטש פארקערט. גלייבן אין עפעס בלינדערהייט מאכט נישט קיין מענטש בעסער. כמעט אלע מחלוקות און קריגערייען זייט די וועלט שטייט איז געקומען ווייל מ'האט געגלייבט אין עפעס...
אפילו קאמוניזם איז דער פראבלעם געוועהן אז זיי האבן געגלייבט אז אויב מ'וועט נאר אפ'הרג'ענען און אויסרייסן אלע שלעכטע "דערנער" וועט די וועלט זיין ממש א גן עדן, אריינגערעכנט אויסרייסן יעדעמ'ס רעליגע און אידיאלגעס חוץ זייער אייגענע בעלאוני.
כאטש איך פארשטיי דיין כוונה, איז אבער דא א שטיקל סתירה אין דיינע ווערטער. אין חלק א' בלעימסטו רעליגיע אלס א מקור פאר אלע מחלוקת און קריגערייען, און אין חלק ב' ברענגסטו ווי די קאמוניסטן - וועלכע האבן שוין ענדליך געוואלט אויסרייסן רעליגיע - האבן אויך גורם געווען חורבנות. נו מאך אפ, האיך יתקיימו שניהם, איז רעליגיע דער פראבלעם צי אנטי רעליגיע? איך פארשטיי אז דו מיינסט די טינקינג ביהיינד די שיטה וואס איז גורם די מחלוקת, אבער דא האסטו א ראי' אקעגן דיינע ווערטער, אז לאו דוקא רעליגיע איז גורם מחלוקת, נאר די אידעלאגיע, די מטרה וואס איז מקדש די אמצעים.
אבער לענינינו, מען האט נישט גערעדט אזוי ווייט פון מחלוקת וואס איז א חיצוניות'דיגע עפעקט בין אדם לחבירו, ווי אינערליכע צופרידנקייט. ביי מיר איז קלאר אז לעבן מיט אמונה ובטחון און גלייבן אין גאט איז א בעסערע, פרייליכערע סארט לעבן ווי א אטעאיסט וואס גלייבט אין גארנישט, איך קען מאריך זיין דערין אבער נישט יעצט איז די צייט און נישט דא איז די פלאץ, ומובן לכל בר דעת.
״גלייבן״ אין עני זאך/אידאלגיע/קאנצפעט איז א פראבלעם. נאכדערצו אז מ׳גלייבט אין דעם עד הסוף.
סייענס איז נישט קיין גלייבונג, סאיז נומבערס, מ׳דארף נישט גלייבן אז צוויי פלאוס צוויי איז פיהר. און סייענס האט ״קרעדיטיבילטי״ ווען איינער פון הונדרעט פופציג יאהר צוריק וועקט זיך היינט אויף און קוקט זיך צו צו אונזער היינטיגע פארגעשריטנע לעבנסשטייגער וואלט ער געמיינט אז אונז זענען ממש ווי א ״גאט״! אונז קענען פליען אין ספעיס, יעדע חדר-יונגל קען קאמיוניקעיטן צו די אנדערע עק וועלט, יעדער האט ממש א ״אורים ותומים״ אין זיין טאש... די היינטיגע פארגעשריטנע מעדיצינען און אפאראציעס וכו׳ וכו׳
כפארשטיי נאכנישט די סתירה. ' בד״וו אטיעסט גלייבן אויך געוויסע זאכן. סאיז נישט אז זיי גלייבן אין גארנישט! זיי גלייבן אין 'Energy' אנשטאט א 'Deity' זיי געבן עס א אנדערע נאמען, און אנדערע ווערסיע פון מעשה בראשית געבעיסט אויף סייענס.
די חילוק איז ריזיג
זייער גלייבונגען איז זיי ממש גארנישט מחייב... און זיי בויען נישט זייער יסוד פון זייער לעבן אויף דעם.
איך גלייב אויך... למשל אין אינפיטי און אין די גרויסקייט פון די יוניווערס (אפילו איך קען עס נישט זעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן). און אין להבדיל אינעם אהבת ישראל גלייב איך אויך, אבער איך האב געקענט אסאך מענטשען וואס האבן אים פערזענליך געקענט.
מיינע גלייבונגען זענען אבער מיר גארנישט מחייב, חוץ צו פרובירן צוזיין א מענטשליכע מענטש, זאגן נאר דעם אמת און האנדלן ערליך, און זיין אויפריכטיג מיט יעדעם איינעם, בקיצור: ״מענשטליכקייט״, ״מאראלן״ ,און אין דעם דארף מען ווידער נישט האבן קיין גלייבונגען אינטער דעם צו וועלן לעבן מיט מאראלישע פרינציפעלס ווייל סאיז א פשוטע חשבון, ווי די גמרא זאגט פיר דיך אויף צו אנדערע וויאזוי דו ווילסט אז אנדערע זאלן זיך אויפפירן צו דיר, און טוה נישט גארנישט פאר יענעם וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן טוהן פאר דיר, דורך דעם קענען מיר האבן א בעסערע וועלט פאר יעדעם, איך וועל נישט גנבנן פון דיר און דו וועסט נישט גנבן פון מיר. ממש ווי 2+2...
שבת אחים טייערע דער רעטאריק אז רעליגיע האט געברענגט די מערסטע הריגות, מיט דיין סתירה צו קאמאניזים האסטו נישט פארענטפערט, איך וויל צולייגען די דייטשען, דער צווייטער וועלט־מלחמה האט גע'הרג'ט פופציג מיליאן מענטשען, דאס איז מער ווי מענטשען זענען געוועהן אויף די וועלט ביי די שבעה אומות און מן הסתם אלע הריגות קאמביינד.
און סטאלין האט אין דער נאמען פין אטעאיסטן גע'הרג'ט אפשר מער מענטשען ווי היטלער.
לעומת אייסיס ימ"ש וואס אין דער נאמען פין רעליגיע האבען זיי גע'הרג'ט דרייסיג צו פערציג טויזענט.
סא פליז ר' שבת, ביסט מכובד צו פארענטפערען דיין אסערציע

איך ווייס נישט אויב דאס איז א ריכטיגע סתירה, אייסיס האט פשוט נישט געהאט די מעגליכקייט דערצו, בלי שום ספק אז ווען זיי האבן די יכולת וואלטן זיי עס געטון, און אויב האט שבת אחים עפעס א אמת'ע נקודה צו זיינע ווערטער איז אייסיס די גרעסטע ראי' דערצו, ווייל סיי ביי היטלער און סיי ביי סטאלין האבן זייערע מענטשן געגלייבט אין א "אידעאלאגיע", נישט "רעליגיע", משא"כ אייסיס ימ"ש.
שמעקעדיג: דו אפעלירסט (בתוך הדברים) צו שבת אחים אז די ענערגיע וואס ער לייגט אריין אין גלייבן אין בערני סענדערס זאלל ער (להבדיל) אריינלייגן אין גלייבן אין באשעפער. ער אבער טענה'ט אז די אייבישטער, כביכול איז שוין אן אלטער, און ער וואוינט אין פלארידא נאנט צום ים. און ער זיצט אויף א ראקינג טשעיר און רוט זיך אפ. און ער לאזט דארווין און בערני סענדערס טון די גאנצע ארבעט פון מעשה בראשית און הנהגת העולם. ער איז דאך שוין (ב"ה?) אן אויפגעקלערטער מענטש. נישט דאס פארחניאק'טע יונגל פון וויזשניצער חעידער. יא. ער גלייבט אין אהבת ישראל. דער אהבת ישראל איז אראפגעפאללן פון א בוים. נאך מיליאנען יארן...און ער האט געטיילט שיריים פאר די פויערן פון די מארמארישע געגנט. און אזוי ארום זיי מקרב געווען...צו וועם...?!
גן עדן און גיהינום אויף יענע וועלט עקזיסטירן נישט. ס'איז דא א גן עדן אויף די וועלט. יוטאפיע. ווען דאס סאציאליזם פון בערני סענדערס וסייעתו וועט זיך אם ירצה אללאה, אדער סטאלין גובר זיין און מ'וועט אויסהרג'נען אלע עשירים אדער די וועלכע וויללן זיין עשירים. און זיי פארשיקן קיין סיביר אדער אלאסקא. דאמאלס וועט זיין דער סאציאליסטישער עולם התיקון...!
דיףף: דו האסט א ביסל מגזים געווען. אדער וויאזוי מ'זאגט אין וויליטאון/סאקמער..."מעגאזעם" געווען. זי האט געזאגט (כפי מיטב הבנתי) אז חרדים קומען אויך צו איהר. אבער נישט אז זי איז באשעפטיגט בעיקר פון חרדים...!
וואס הייסט גלייבן אין בערני סענדארס? איך גלייב נישט אין בערני סענדארס. איך גלייך אים אלץ א פאליטשאון, און איך האלט אז ער איז א ערליכע מאן אבער אז בערני סענדארס זאל מארגן זאגן אז מ׳דארף הארגענען מענשטען אדער אפילו אז מ׳דארף רודפן ״עליטס״ צי א אנדערע גרופע גיי איך אים זאגן קיש מיך ווי די אידן האבן גערוהט.
איך גלייב נישט אין קיינעם! איך גלייך אים! פארשטייסט נישט די חילוק מיין טייערער שטריימלע?
פרידריך ענגעלס, קארל מארקס, האבן אויפגעקלערט די מענטשען וואס די רשעותדיגע צארישע גאווערמענט האט געטוהן, איך בין נישט זיכער צי מקען זאגן אז זיי זענען געוועהן שולדיג, סהאט געהאט צוטוהן מיט די דעמאלסטיגע מצב.
אדרבה זאג מיר צו כבין גערעכט מיט די פוינט, און אז נישט לאמיר הערן וויאזוי דו ווענדסט מיך אפ. דו ביסט א ״נומבערס גיי״ און האסט גאנץ גיט פארשטאנען וואס איך זאג וועגן די רעכטע לינקע אישו, מקען מיט ״נומבערס״ אליינס פארשטיין אז די לינקע סאושיליסטישע וועג איז בעסער מ׳דארף נישט אנקומען צו גלייבן דערינען.

איך קריג מיר נישט מיט וואס די זאגסט.
נאר איין זאך קענסטו נישט טענה'ן: אז אין 100 יאר וועט בערניאיזם נישט זיין אזוי רשעותדיג ווי קאמיוניזעם. קיינער קען נישט וויסען אויף זיכער! ענגעלס מיט מארקס זענען געקומען פון א הייליגע שטאנדפונקט; העלפען די מאסען, אבער זיי האבען קלאר גערופן פאר א רציחה'דיג אימפלעמענטעישען implementation. וכך הוה.
קיינער קען נישט פארדרייען די נומבערס אז אין די סאושליסטישע לענדער איז בעסער ווי אמעריקע אין יעדע עספעקט.
אויף דעם איז דא קלארע ׳דאטא׳ און קיינער ווענדט דעס נישט אפ (וואס איך ווייס-חוץ דו מיט טראמפ)
דו הערסט נישט וואס מ׳רעדט צו דיר, דו הערסט נאר וואס דו ווילסט.
און אז דו האסט נישט וואס צו זאגן ענטפער נישט, אדער ענטפער צום זאך. מגייט מיט דיר מיט סירוקלעס, איבער און איבער.
די טראמפ חברה פארדרייען די נומבערס, יעדער ווייסט אז ענק זענען דא רייכער צו מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע, יעדער האט געזעהן ענקער ״טראמפקעיר״ און ענקער ״בוזשעט״ פון נעקסטע יאהר... דריי נישט קיין קאפ.!
קיינער קען נישט פארדרייען די נומבערס אז אין די סאושליסטישע לענדער איז בעסער ווי אמעריקע אין יעדע עספעקט.
אויף דעם איז דא קלארע ׳דאטא׳ און קיינער ווענדט דעס נישט אפ (וואס איך ווייס-חוץ דו מיט טראמפ)
איר קומט מיט נומערן פובליצירט דורך רעגירונג'ן.
די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען זייער באקאנט מיט אינטעגריטי אויף זייערע פובליצירטע נומערן און פארגלייך צו אלע אנדערע לענדער אין די וועלט איז נישט טראסטבאר. על אחת כמה וכמה 'יענע לענדער'.
קיינער קען נישט פארדרייען די נומבערס אז אין די סאושליסטישע לענדער איז בעסער ווי אמעריקע אין יעדע עספעקט.
אויף דעם איז דא קלארע ׳דאטא׳ און קיינער ווענדט דעס נישט אפ (וואס איך ווייס-חוץ דו מיט טראמפ)
איר קומט מיט נומערן פובליצירט דורך רעגירונג'ן.
די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען זייער באקאנט מיט אינטעגריטי 😂 אויף זייערע פובליצירטע נומערן און פארגלייך צו אלע אנדערע לענדער אין די וועלט איז נישט טראסטבאר 😉 🙄 . על אחת כמה וכמה 'יענע לענדער'.
וואס הייסט גלייבן אין בערני סענדארס? איך גלייב נישט אין בערני סענדארס. איך גלייך אים אלץ א פאליטשאון, און איך האלט אז ער איז א ערליכע מאן אבער אז בערני סענדארס זאל מארגן זאגן אז מ׳דארף הארגענען מענשטען אדער אפילו אז מ׳דארף רודפן ״עליטס״ צי א אנדערע גרופע גיי איך אים זאגן קיש מיך ווי די אידן האבן גערוהט.
איך גלייב נישט אין קיינעם! איך גלייך אים! פארשטייסט נישט די חילוק מיין טייערער שטריימלע?
פרידריך ענגעלס, קארל מארקס, האבן אויפגעקלערט די מענטשען וואס די רשעותדיגע צארישע גאווערמענט האט געטוהן, איך בין נישט זיכער צי מקען זאגן אז זיי זענען געוועהן שולדיג, סהאט געהאט צוטוהן מיט די דעמאלסטיגע מצב.
אדרבה זאג מיר צו כבין גערעכט מיט די פוינט, און אז נישט לאמיר הערן וויאזוי דו ווענדסט מיך אפ. דו ביסט א ״נומבערס גיי״ און האסט גאנץ גיט פארשטאנען וואס איך זאג וועגן די רעכטע לינקע אישו, מקען מיט ״נומבערס״ אליינס פארשטיין אז די לינקע סאושיליסטישע וועג איז בעסער מ׳דארף נישט אנקומען צו גלייבן דערינען.
ווייל א תכלית איז נישט דא אין ארויסהאבן חצי פראבלעם... מען דארף גיין שטייטליך מיט א מהלך און עס טעסטן פארמעליך
זעה דא ווי ער רייסט אראפ מארקיזם, אבער ווייטער צו בויען מיט אלטע וועסטערן דענקונג אן ווייטער צו גריבלען און דערהייבן ליבערטי און חירות [א מהלך פון מפלגת זהות וכדו'] וועט קומען א ערגערע אנטווארט פון ערגעץ אנדערש.