☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רבנות שררה ירושה - השקפה

רבנות שררה ירושה - השקפה

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11617

אישתישבי » דינסטאג יולי 4, 2017 1:27 pm

· #377787
רבנות שררה ירושה - השקפה
דא אין שטיבל איז מען געוויינט צו קריטיקירן רבנים רבי'ס ראשע ישיבה וכו', אויף זייערע החלטות תקנות שיטות און לאזונגען, אבער אין אלגעמיין, אין פאבליק פלעצער, בעסמעדרעש מקוה פיזיקאלע קאווע שטיבלעך און שווימען פלעצער, איז קריטיקירן רבנים נישט אנגענומען אלץ א נארמאלע זאך, דער וואס טוט וואגען צו יא קריטיקירן וועט האבן א נאמען אלץ א ... משוגענער ביי רוב נוצבארע שעפעלעך, און ביי די מיעוט חכמים וועט מען אים באטיטלן מיט מער צוגעפאסטע נעמען, צו א נערווען ליידענדע, צו א אויבער חכם למר כדאית ליה.

מיין שאלה דא איז אויך אן אנדערע ריכטונג, כ'וויל באמת פארשטיין וואס איז פשט אז די חכמים (תקנות הלל) האבן קובע געווען אז א זוהן ירשנ'ט שררה, אפילו ווען ער טויג נישט אזוי. כל זמן דער זוהן קען טוהן דער שררה, אפילו נישט בשלימות, וואס דאס מיינט אז רובא דרובא מאל וועט דער זוהן איבערנעמען דער שררה.

עינינו ראו ולא זר, ווי דער תקנה האט געמאכט חרבנות אין כלל ישראל, מען קען נעמען אלע חסידות'ער היינט (העי ליטוואק איך רעד נישט פין ענק ווייל איך געב נישט קיין מצוה, אבער ענק ליגן אין די זעלבע צואה), און קוקען אויף די רעביס און איינזעהן אז על פי רוב זענען זיי נישט קוואליפיצירט, גענוג אז ווען מען זאל דארפען ערוועלן א מנהיג וואלט מען אים נישט געקליבן, אמאהל א עצלן, אמאהל א רשע, אמאהל א נערווען ליידענדע, אמאהל א שותק, אמאהל א טיפש, אמאהל א פלאכע, און די ליסטע גייט ווייטער.

שוין, איי וועט מען פרעגען די רבי זכרונעלעווראחע, ער איז דאך יא געווען א זאך? נו, שאל אביך ולא יגדך זקיניך ולא יאמרו לך, ס'איז די זעלבע זאך.

ממילא קען מיר איינער ביטע מסביר זיין די חכמה פין הלל דא? וואס האט אים געצויגן צו מאכען א תקנה אז שררה זאל דער זוהן ירש'נען?

ולא עוד, אלץ חסיד מוז איך גלייבען אז מיין רבי איז דער גרעסטער חכם דער גרעסטער קדוש דער גרעסטער פרוש דער גרעסטער עניו, הגם ער קען זיין גאר ווייט פין די אלע ענינים. סא הלל, איך רוף דער צו דין תורה, כ'וויל שטארק פארשטיין פארוואס די האסט אונז אזוי פאראטען בעקבתא דמשיחא.

diff » דינסטאג יולי 4, 2017 1:41 pm

· #377797
חסידות האט זיך נישט אנגעהויבן אזוי

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 1:51 pm

· #377800
סאיז א זכות און א בעלות. בעלות גייט בירושה.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 2:07 pm

· #377808
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
"ולא עוד, אלץ חסיד מוז איך גלייבען אז מיין רבי איז דער גרעסטער חכם דער גרעסטער קדוש דער גרעסטער פרוש דער גרעסטער עניו, הגם ער קען זיין גאר ווייט פין די אלע ענינים. סא הלל, איך רוף דער צו דין תורה, כ'וויל שטארק פארשטיין פארוואס די האסט אונז אזוי פאראטען בעקבתא דמשיחא. "


מאכסט מיך לאכן, דו דערמאנסט מיך פון א מעשה מיט איינעם און תל אביב, וואס איז דורך געגאנגן פיל שוועריקייטן, און ער האט באשולדיגט גאט פאר זיינע פראבלעמען. איין טאג האט ער זיך מיישב געווען אריינצוגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן גאט.

ויהי היום דער טאג איז אנגעקומען, און ער האט זיך געשטעלט פארן שופט אינעם מאגיסטראט געריכט, ווי ער האט געקלאגט גאט פאר זיינע צרות, און די שופטים הערן עם אויס, און ווילן הערן פונעם צד השני, אבער.... האבן זיי עס דאקומענטירט מיט זיינע טענות אבער האבן נישט געקענט ארויסגעבען דעם פסק ווייל דער צד השני האט גארנישט גענטפערט.

גראף » דינסטאג יולי 4, 2017 2:46 pm

· #377813
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
@אישתישבי געב אכטונג אויף וואס דו פארלאנגסט ווייל טאמער וועט הלל הזקן אן נעמען די הזמנה גייט ער לכאורה נישט אראפ קומען נאר דו גייסט דארפן ארויף גיין...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 3:07 pm

· #377815
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
גראף
@אישתישבי געב אכטונג אויף וואס דו פארלאנגסט ווייל טאמער וועט הלל הזקן אן נעמען די הזמנה גייט ער לכאורה נישט אראפ קומען נאר דו גייסט דארפן ארויף גיין...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

אויף דעם איז ער נישט באזארגט, ווייל ער קען טענה'נן אז תורה לא בשמים הוא

מפוזרי » דינסטאג יולי 4, 2017 3:32 pm

· #377816
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
צו וועלכן בי"ד רופסטו אים?

איך ווייס נישט פארוואס האסט אפגעמאכט אז ס'איז א תקנה פון הלל. אין רמב"ם איז מבואר אז ס'איז מן התורה​. דארפסטו אויב אזוי רופן גאט ב"ה צו א דין תורה.

אייז קריעם » דינסטאג יולי 4, 2017 3:36 pm

· #377817
לאמיך דיך פרעגן, אז איינער האט א פעטענט אויף עפעס א זאך, לאמיר זאגן ער האט א נייע וועג וויאזוי צו פרעגלען לאטקעס, פארשטייסטו אז ער קען דאס מוריש זיין לבניו? איי עס איז נאר אן איידיע?

די זעלבע זאך אויך א רבנות. דער רב איז דרייסיג יאר געווען ביזי בויען דעם בית מדרש, ער האט מסדר געווען שיעורים, געהאלפן שטיבער מיט שלום בית, שאלות אא"ו, טא פארוואס האט ער נישט די זעלבע רעכטן פון מוריש זיין אזוי ווי דער וואס האט א בילדינג?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 4:21 pm

· #377824
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
הלכה לחוד ופראקטיש לחוד.
לדעתי, איז די סכנה בעיקר אויף א מושל בכפה. א רבי צו א ׳גדול׳ איז עס טאקע א געוואלדיגע סכנה אז ער זאל קענען אריינפאלען אין א מאכט צוליעב א ספערם לאטערי. דוכט זיך דער חת"ס מאכט אזא חילוק להלכה אויך.

אין די מינוט וואס דער ליטווישע וועלט האט זיך אומגעקערט צו ירושה, האט זיך אנגעהויבען דער ירידה. ר׳ מלכיאל איז א פארהאסטע מענטש אין לעיקוואוד, אבער גענוג איז עס אז קיין עמטליכע מנהיג קען נישט ווערען.

לדעתי, דער סבה פארוואס אין א"י האט ר׳ א"י סולובייציק נישט האלב די פראבלעמען וואס ר׳ מלכיאל האט איז ווייל אין א"י איז דער ירושה אזוי נישט אנגענומען ביי ליטווישע, און דער ליטווישע ציבור איז בכלל נישט משועבד צו דער חסידישע, ממילא ווייסט ער זיין גרעניצען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גראף » דינסטאג יולי 4, 2017 5:46 pm

· #377832
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
@אייז קריעם אפשר ווען א רב איז מייסד א נייע קהילה פון פריש האט ער א דין ירושה אבער סתם א יורש?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 4, 2017 6:23 pm

· #377835
איידער דו פרעגסט קשיות, קוק נאכאמאל איבער לשון הרמב"ם איבער דעם תקנה. ס'דא א תנאי!
שנית, רבי'ס זענען נישט ממלא מקום אביהם צוליב דעם תקנה. Absolutely נישט. זיי זיצען אויפן בענקעל ווייל חסידים האבן אזוי געוואלט. נו, אז חסידים זענען צופרידען מיט אזא רבי, וואזשע איז די פראבלעם?

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 6:56 pm

· #377837
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
קאווע טרינקער
איידער דו פרעגסט קשיות, קוק נאכאמאל איבער לשון הרמב"ם איבער דעם תקנה. ס'דא א תנאי!
שנית, רבי'ס זענען נישט ממלא מקום אביהם צוליב דעם תקנה. Absolutely נישט. זיי זיצען אויפן בענקעל ווייל חסידים האבן אזוי געוואלט. נו, אז חסידים זענען צופרידען מיט אזא רבי, וואזשע איז די פראבלעם?

די פראבלעם איז אז אפילו חסידים זענען אומצופרידן פון זייער רבים קענען זיי אויך נישט אזוי שנעל פטור ווערן פון דע הייליגע אחוריים'ס

החוקר » דינסטאג יולי 4, 2017 7:12 pm

· #377839
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
אייז קריעם
די זעלבע זאך אויך א רבנות. דער רב איז דרייסיג יאר געווען ביזי בויען דעם בית מדרש, ער האט מסדר געווען שיעורים, געהאלפן שטיבער מיט שלום בית, שאלות אא"ו, טא פארוואס האט ער נישט די זעלבע רעכטן פון מוריש זיין אזוי ווי דער וואס האט א בילדינג?

ער האט טאקע רעכט אבער נאר ווען עס איז דומה למשל. דו טרעף מיר א רעבעלע וואס האט געבויט זיין עמפייער, אדער יורש געווען פונעם טאטע'ן, א קהילה וואס ער האט "אליין" געבויט מיט זיין געלט, באצאלט כסף מלא פאר אלעם, קיינמאל גענומען פון קיינעם, דעמאלטס איז עס טאקע זיין ביזנעס און ער קען טון וויאזוי ער וויל. אלעס ביז די דור שני. שטעל זיך פאר אז ווייל מיין טאטע האט ווערייזאן מוזן יעצט אלע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות ניצן ווערייזאן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 7:37 pm

· #377844
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
די שאלה איז לאו דוקא רעכט. די שאלה איז די פראבלעמען דערפון. דערנאך וועט מען קלערען וואס טוט מען ווען ׳רעכטען׳ פאראורזאכען א חרבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 4, 2017 7:45 pm

· #377847
אישתישבי: איך האב נישט געליינט די אנדערע תגובות נאר איך פרעג א פשוט'ע שאלת תם. צי דו ביסט אזוי זיכער ביי דיר אז דו קענסט זיך שטעללן צו א דין תורה מיט הילל הזקן. ענדערש לאמיר פרובירן פארשטיין זיינע ווערטער און זוכן א פירוש צו די לכאורה אומפארשטענדליכע פסק...!

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 4, 2017 7:50 pm

· #377848
גראף
@אישתישבי געב אכטונג אויף וואס דו פארלאנגסט ווייל טאמער וועט הלל הזקן אן נעמען די הזמנה גייט ער לכאורה נישט אראפ קומען נאר דו גייסט דארפן ארויף גיין...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

און ווען ער וועט יא אראפקומען אויף די וועלט וועט די שטוב ווערן אנגעפולט מיט פייער. און א גרויסער פחד וועט דיך ארומנעמען...עכ"פ ---- --- -- -----!

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 4, 2017 8:01 pm

· #377850
החוקר
אייז קריעם
די זעלבע זאך אויך א רבנות. דער רב איז דרייסיג יאר געווען ביזי בויען דעם בית מדרש, ער האט מסדר געווען שיעורים, געהאלפן שטיבער מיט שלום בית, שאלות אא"ו, טא פארוואס האט ער נישט די זעלבע רעכטן פון מוריש זיין אזוי ווי דער וואס האט א בילדינג?

ער האט טאקע רעכט אבער נאר ווען עס איז דומה למשל. דו טרעף מיר א רעבעלע וואס האט געבויט זיין עמפייער, אדער יורש געווען פונעם טאטע'ן, א קהילה וואס ער האט "אליין" געבויט מיט זיין געלט, באצאלט כסף מלא פאר אלעם, קיינמאל גענומען פון קיינעם, דעמאלטס איז עס טאקע זיין ביזנעס און ער קען טון וויאזוי ער וויל. אלעס ביז די דור שני. שטעל זיך פאר אז ווייל מיין טאטע האט ווערייזאן מוזן יעצט אלע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות ניצן ווערייזאן.

החוקר: ביים דור שני איז עס נישט קיין שאלה פונ'ם רעבינ'ס רעכט. די שאלה איז אויב פאר די חסידים חלומ'ט זיך. אזוי ווי די משנה ברענגט אין סוף מס' עדיות. אז דער זוהן פון ר' יוחנן (מיין איך) איז אריין צו זיין טאטן קורץ פאר זיין פטירה. און ר'האט געבעטן אז ער זאלל באפעללן פאר די תלמידים אז זיי זאללן האבן דרך ארץ פאר איהם. האט איהם דער טאטע געענטפערט קורץ און שארף..."מעשיך יקרבוך. ומעשיך ירחקוך"...! אזוי ווי א געוויסער בעל עגלה זאגט אייביג (אדער כמעט אייביג.) ...You can't legislate love...!...ס'ווענדט זיך וויאזוי דער יונגער רבי'לע פיהרט זיך אויף. און אויב ער איז א חכים אדער טיפש. אזוי ווי א צוקונפטיגער יורש פון א גרויסע און וועלט בארימטע רעבישע דינאסטיע האטציך ארויסגעוויזן צו זיין א גרויסער טיפש. נאכדעים וואס די גאנצע וועלט האט געלייגט גרויסע האפענונגען אויף איהם. א געוויסער געמיינער יונג און לץ האט איהם אפילו אפגעפיקטשערט זיצנדיג ביי א טיש פון זיין טאטן מיט דעם מיטלסטן פינגער העכער די נאז. פרובירנדיג אויסצוגראדן די גלעזער וועלכע האבן זיך אראפגעגליטשט אויף די נאז...!

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 8:15 pm

· #377853
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
החוקר
אייז קריעם
די זעלבע זאך אויך א רבנות. דער רב איז דרייסיג יאר געווען ביזי בויען דעם בית מדרש, ער האט מסדר געווען שיעורים, געהאלפן שטיבער מיט שלום בית, שאלות אא"ו, טא פארוואס האט ער נישט די זעלבע רעכטן פון מוריש זיין אזוי ווי דער וואס האט א בילדינג?

ער האט טאקע רעכט אבער נאר ווען עס איז דומה למשל. דו טרעף מיר א רעבעלע וואס האט געבויט זיין עמפייער, אדער יורש געווען פונעם טאטע'ן, א קהילה וואס ער האט "אליין" געבויט מיט זיין געלט, באצאלט כסף מלא פאר אלעם, קיינמאל גענומען פון קיינעם, דעמאלטס איז עס טאקע זיין ביזנעס און ער קען טון וויאזוי ער וויל. אלעס ביז די דור שני. שטעל זיך פאר אז ווייל מיין טאטע האט ווערייזאן מוזן יעצט אלע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות ניצן ווערייזאן.

כ'מיין אז דער משל מיטן נמשל שטימען נישט, ווייל אלץ א ווערייזן קאסטומער מוזטו נישט פונקט זיין א ווערייזן קאסטומער קענסט גיין ווי די ווילסט, דא איז די שאלה צו דער רבי האט א רעכט צו בעלבאטעווען אויף די צאן קדשים, אויף דעם האט @קאווע טרינקער גענטפערט, אז די חסידים ווילן עס, איז עכט זייער פראבלעם. דער בית מושב עיר חומה וואס האט זיך ארויף געזעצט אויפן עולם, קיינער גייט עם נישט אנידער ווארפן און ער וועט קיינעם נישט פרעגן צו ס'הלכה'דיג אויסגעהאלטן

אישתישבי » מיטוואך יולי 5, 2017 6:50 am

· #377892
חסידים ווילען עס? אז איינער ווערט רבי וויל דאך יעדער זיין א מיניסטער פייערט מען פאר די נעקסטע רבי, ווען עס זאל לכתחילה נישט גיין פארען יורש וואלט געוועהן כיתות כיתות יעדער מיט זיין מנהיג ווי ער וויל זיין א מיניסטער.

יעצט אין פאנאוויטש איז דא א מחלוקת שוין א לאנגע צייט, האט אויך עפעס מיט ירושה.

עס דארף זיין געהעריג וואטס פאר וועמען מען וויל און דער רוב איז קובע.

ועוד, עס דארף נישט זיין א משרה פארען לעבען, דער גאנצע השגה אז מען איז נישט מעביר א רב אפילו כשסרח (עיין פרשת היילפרען בענגלאנד) איז אויך פין די הלכות וואס מען וואלט געברויכט שטעלן צוזאמען מיט דער ד' אמות בתוך המתפלל.

הייסט עס אז א רב מעג טוהן וואס ער וויל און עס איז נישטאָ קיין שום ריסק, אבער איך בעלעבאס וועט מען טראסקענען פין מיין מקום מנוחה אויב רעד איך אן איבריג ווארט מיט א אשת איש.

און דער רבי'ס זוהן, ער קען זיין א שייגעץ לויט אלע פירושים, אפילו ס'זאל הייסען ער גייט צו בתי זונות (עיין סאטמאר אנטווערפן) אבער ער איז נאך אלץ ממלא מקום אבותיו.

אנטשולדיקט מיר רבותי, אבער די הלכות סאקען אוועק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 7:32 am

· #377895
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
אין פאנאוויעז פאסט נישט קיין וואוטס. מ׳קומט אפאר יאר און מ׳גייט ווייטער. ווער זאל וואוטען? דארט איז עס סתם אזוי נישט קיין וויכטיגע פייט. קיינער ווערט נישט קיין מושל בכפה פון זיין פאסטען, און דער כלל דארף נישט אפעקטירט ווערען פון וואס זיי טוהן. ווען מיר זע׳ען אן ׳אסיפת הרבנים׳ און זיי טיילען איין וואס מ׳דארף צו טוהן, און קיין איינער פון זיי האט נישט זיין פאסטען צוליעב אויפריכטיגע סבות, איז עס א צרה גדולה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יאסל ראקאווער » מיטוואך יולי 5, 2017 8:46 am

· #377901
איך האב א שטערקערע שאלה, ווי קומט עס צו די גרויסע מנהיגים אז זיי לאזען נישט איבער קלארע הלכה'דיגע צוואות ווער ס'זאל זיי ממלא מקום זיין. ס'איז א בושה און חרפה זייער אימבאלימפערקייט.

אישתישבי » מיטוואך יולי 5, 2017 9:01 am

· #377903
גוט מארגען,
און מאן יימר אז דער רבי דארף האבען א רעכט צו זאגען ווער זאל אים איבערנעמען? קוים וואס ער אליין איז ראוי דארף ער נאך מחליט זיין דער ממלא מקום אויך.

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 9:02 am

· #377904
וויזו קען מען זאגן ציוועם זיך מקשר זיין

יאסל ראקאווער » מיטוואך יולי 5, 2017 9:07 am

· #377905
אישתישבי
גוט מארגען,
און מאן יימר אז דער רבי דארף האבען א רעכט צו זאגען ווער זאל אים איבערנעמען? קוים וואס ער אליין איז ראוי דארף ער נאך מחליט זיין דער ממלא מקום אויך.


אם תמצא לומר בית דין פסק'נט ווי הלל. ווי למעשה אזוי איז יעצט די הלוך ילך (ובכה) די ענין פון נושא משך הזרע.

בן אדם » מיטוואך יולי 5, 2017 12:43 pm

· #377932
כ'האב געהערט פון די קינדער פון א געוויסע רב וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין צוואה זאגענדיג אז ס'וועט ממילא גארנישט העלפן אויב נישט ערגער מאכן. עי' ערך תולדות אהרן, קלויזענבורג ועוד.

בערל_פרוכטבייסער » מיטוואך יולי 5, 2017 12:48 pm

· #377934
בן אדם
כ'האב געהערט פון די קינדער פון א געוויסע רב וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין צוואה זאגענדיג אז ס'וועט ממילא גארנישט העלפן אויב נישט ערגער מאכן. עי' ערך תולדות אהרן, קלויזענבורג ועוד.


סאטמאר רב האט נישט איבערגעלאזט קיין צוואה
דער ברך משה כל זמן ער איז געוועהן ביי זיך האט נישט געשריבן קיין צוואה
קלויזנבורג האט בכלל נישט געשריבן אין זיין צוואה ווער עס זאל אים איבערנעמען באדמורות
באבוב'ער רב האט נישט איבערגעלאזט קיין צוואה
תולדות אהרן האט קלאר געפעלטשט
פאפא רב האט נישט געשריבן קיין צוואה
אין בעלזא האט נישט אויסגעפעלט קיין צוואה
ווי עס איז געעוהן א בפירוש'ע צוואה האט מען געפאלגט אויסער תולדות אהרן

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 5, 2017 1:17 pm

· #377940
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
@איש תישבי

"הייסט עס אז א רב מעג טוהן וואס ער וויל און עס איז נישטאָ קיין שום ריסק, אבער איך בעלעבאס וועט מען טראסקענען פין מיין מקום מנוחה אויב רעד איך אן איבריג ווארט מיט א אשת איש.

און דער רבי'ס זוהן, ער קען זיין א שייגעץ לויט אלע פירושים,

אנטשולדיקט מיר רבותי, אבער די הלכות סאקען אוועק."

ס'נישט די הלכות וואס סאקען אוועק, ס'די פירערס מיט זייערע שטיצערס, צו די עשירים וואס באווארפן זיי מיט געלט און זיי באקומען צוריק כבוד אין א בחינה פון שמור לי ואשמור לך, צו אפילו די סתם עמך אידן, וואס לויפן נאך די זאך, מיינענדיג אז ביי די ענד אוו דע דעי גייען זיי אויך הנאה האבן דערפון און צום סוף באקומען זיי א נפיחה, נאר דער פראבלעם איז אז ווען זיי זעען שוין פיינעלי אן אז ס'איז איין גרויסע נפיחה, איז שוין גלייך א צווייטע דור אינטער די פיס אין א בחינה פון וזרח השמש ובא השמש, און אזוי פארט די הייליגע שלשלת ווייטער אן א סטאפ און זיי קלאטשן מיט די הענט, מיט פארענטשעס, פרישע מחאות אא"וו אזוי גייט עס שוין פאר מער פון 100 יאר אפילו די וועלט מלחמה האט עס נישט געסטאפט, ממילא ערווארט נישט פון די פירערס עס צו סטאפן ווייל זיי האבן גארנישט מיט הלכה צו טוהן, אדער טוט יעדע יחיד פאר זיך אדער ווערט מען מיט געסאקט מיט זאך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 1:19 pm

· #377943
אנטשולדיגט, אבער קלויזענבורג האט יא געלאזט א צוואה, און ס'האט עטוואס געהאלפען, נאר נישט לגמרי.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 5, 2017 1:21 pm

· #377944
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
יאסל ראקאווער
איך האב א שטערקערע שאלה, ווי קומט עס צו די גרויסע מנהיגים אז זיי לאזען נישט איבער קלארע הלכה'דיגע צוואות ווער ס'זאל זיי ממלא מקום זיין. ס'איז א בושה און חרפה זייער אימבאלימפערקייט.

ווער ווייסט אפשר איז בעסער אזוי, מ'הייבט זיך אן ארום צו רייסן, דעמאלטס קומט ארויס דעם בכיסו בכעסו... און מ'זעהט ווער און וואס זיי זענען. און אין די זעלבע צייט קריעט עס קאמפעטישען און יעדער מוז זיך צושטעלן און געבן בעסערע סערוויס

אישתישבי » מיטוואך יולי 5, 2017 10:45 pm

· #378058
עקזאקטלי

און ווען ער שרייבט יא צוואה ווערט עפעס דער קלענערע שטריק די רבי? ווען דער עלצטער איז נישט א שטריק לכתחילה דארף ער נישט קיין צוואה.

בכלל העלפט נישט קיין צוואה נאר אויף מחלוקת, די עיקר שאלת האשכול איז בנוגע השקפה, וואס איז פשט אז די אידישע הלכה וואס איז למעלה מן השכל, זאל מאכען א חורבן אויף אונזער לעבען אויף א גרויסע פארנעם.

שבת אחים » מיטוואך יולי 5, 2017 11:35 pm

· #378077
אייז קריעם
לאמיך דיך פרעגן, אז איינער האט א פעטענט אויף עפעס א זאך, לאמיר זאגן ער האט א נייע וועג וויאזוי צו פרעגלען לאטקעס, פארשטייסטו אז ער קען דאס מוריש זיין לבניו? איי עס איז נאר אן איידיע?

די זעלבע זאך אויך א רבנות. דער רב איז דרייסיג יאר געווען ביזי בויען דעם בית מדרש, ער האט מסדר געווען שיעורים, געהאלפן שטיבער מיט שלום בית, שאלות אא"ו, טא פארוואס האט ער נישט די זעלבע רעכטן פון מוריש זיין אזוי ווי דער וואס האט א בילדינג?


ביזט נישט גערעכט.

אין מלך בלא עם, יעדע חסידית האבן געוונטליך די חסידים געבויעט און געמאכט און געשוויצט.

ווען נישט די עשורים און די פילאנטראפן זענען זיי גארנישט מיט נישט, יעצט אלזא אז סהאט זיך געבויט דורך ״די מענשטען״ איז עס מעהר ווייניגער ״נכסי ציבור״, אדער לכה״פ וואלטן זיי געדארפט האבן א רעכט פאר ״וואלן״. סתם געוועלטיגן און ארויפצווינגן א נייע רבי ווייל ער איז זיין זוהן/איידעם אדער משפחה, ספעציעל אויב ער איז נישט פאסיג אדער ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא!? און ער איז נישט פיט פאר די טייטל?

נעה...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 19, 2017 10:10 am

· #379545
עִיר קְטַנָּה וַאֲנָשִׁים בָּהּ מְעָט וּבָא אֵלֶיהָ מֶלֶךְ גָּדוֹל וְסָבַב אֹתָהּ וּבָנָה עָלֶיהָ מְצוֹדִים גְּדֹלִים:
וּמָצָא בָהּ אִישׁ מִסְכֵּן חָכָם וּמִלַּט הוּא אֶת הָעִיר בְּחָכְמָתוֹ וְאָדָם לֹא זָכַר אֶת הָאִישׁ הַמִּסְכֵּן הַהוּא:

שטעלט ענק פאר, די צייטען ווען די ירושה באוועגונג האט זיך אנגעהויבען. איינער א קלוגע איד האט געכאפט ווי דער מעשה גייט, וואס וועט זיין די סוף דערפון, און ער האט עס באקעמפט בכל כוחו. ער האט זיכער געמאכט אז קיינער זאל נישט קענען איבער נעמען א מאכט נאר צוליעב זיין געבורטס אומשטענדען, און ער האט געזען אויפצולעבען דער מוט פון די וואס קומען נישט פון קיין בלויע יחוס.

און דער וועלט האט געשטורמעט! היתכן, אזא מחלוקת מאכער?! וואס פארגינט ער נישט? פארוואס קומט נישט דער טאטע אז זיין זון זאל זיצען אויף זיין שטול? וואס איז אזוי געפערליך אז ער טויג נישט אין גאנצען? און דער אנדערע טויג יא אין גאנצען? סתם פאליטיק! ער זוכט צו בויען זיין מאכט, און ער מאכט דערפאר מחלוקת! מ'האט געזוכט אלטע באגראבענע מחלוקת'ן און מ'האט געטראפען עפעס א דרך רחוקה ונפלאה צו בויען א פערזענליכע נגיעה פאר יעדער ריר זיינער.

דער 'מחלוקת מאכער' האט געראטעווען דורות מיט זיין ארבעט, ואיש לא זכר את האיש המסכן ההוא. יושבי קרנות זענען געזעסען און גערעדט וועגען זיין מחלוקת מאכען, נישט וויסענדיג מאכען פון דער געוואלדיגע אויפטוה זיינער אז יורשים האבען נישט קיין פלאץ אויף דער מזרח וואנט. מ'איז נאך מקנא זיין נאכפאלגער אז זיי ליידען נישט פון דער אנשיקעניש פון יורשים און אייניקלאך, און מ'כאפט נישט אז אט דער 'מחלוקת' איז דאס וואס האט געראטעווען זיין מענטשען.

אייז קריעם » מיטוואך יולי 19, 2017 11:50 pm

· #379630
הא לן והא להו.

מענטשן וואס האבן שמאלע קעפ און זענען בינונים אדער שוואך, פאר זיי זענען די יורשים פונקט גוט. זיי זענען די מענטשן וואס פרעדיגן ווי גיט עס איז צו זיין און א סיסטעם, און ווי וויכטיג עס איז פאר שידוכים וכו. זיי ווייכן אפ פון איינעם מיט א ברייטן קאפ. זיי רופן אן די ברייטע קעפ אלס קאמפליקעיטעד און קאמפלעינערס.

לאמיר זיך נישט נארן, פארוואס דארף ער א נייעם רבי'ן מיט נייע מנהגים און סטיילס? ער איז שוין געוואוינט צום נוסח און צו די משוגעת'ן הלואי זאל דער זוהן פשוט קאפירן דעם טאטן. ער איז שוין ציגעוואוינט צום הלוך ילך פסח, ראש השנה וכו. וואס דארף ער עפעס נייע זאכן.

דער ברייטערע קאפ וויל אלעס פארשטיין און זיכט צו וואקסן כסדר. ער קען נישט דילן מיטן יורש.

אלזא, לאמיר מאכן פון יעדן חסידות צוויי. לאמיר למשל זאגן אז פון יעדע חסידות זאל ווערן 45 און 48.
מפני הכבוד פון די בהמות וועט מען נישט זאגן אז די וואס בלייבן און 48 זענען פשוט מענטשן וואס זיי זענען אייניקלעך פון למך, נאר לאמיר זאגן אז זיי ווילן פשוט האלטן דער ארגינעלן געשטאלט פונעם חסידות ווייל דאס איז קריטיש וויכטיג. בפרט אז דער לעצטן נאמען פונעם רבין זאל זיין די זעלבע פונעם אלטן רבין דאס איז דאך א מוז. איך מיין נישט ח"ו באבוב איך נוץ נאר א נאמען וואס איז געווען און די נייעס און די נישט לאנגע פארגאנגענהייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 20, 2017 2:11 pm

· #379692
דיין תגובה באלאנגט ענדערש דא

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 20, 2017 5:44 pm

· #379715
כאילו 45 איז בעסער ווייל זיי האבן אויפגענומען איינער מיט אן אנדערע לעצטע נאמען. היינו הך, שאלה איז צו דער שמענדריק צו דער שמענדריק.

ס'איז קלאר די הלכה פין ירושה וואס שטעלט די רעביס אין זייער פאזיציע, און מיין שאלה איז צו אלע מאמינים דא, וואס איז פשט אז א הלכה פין די תורה וואס דארף זיין משיבת נפש משמחי לב מחכימת פתי לייגט צוגרינד די היינטיגע דור.

אמאל אין שטעטל האט דער רב אויך געקענט איבערנעמען מכח דער פאטער, און מיט דעם אבער איז געוועהן שטארקע מחלוקת, ווייל למעשה. האט מען נישט געמוזט אויפנעמען די זוהן, די שטאט האט געמוזט מסכים זיין. אבער היינט איז עס א הלכה פסוקה, אפילו אין לב טהור האט דער זוהן איבערגענומען כאטש ער איז ווייט פין ראוי לויט זייער סטאנדארטן.

אלזא, תורה תורה חגרי שק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 20, 2017 5:54 pm

· #379716
איך דערמאן מיר יעצט אז בנימין בראון אין זיין בוך אויף דער חזו"א, דערמאנט עפעס וואס איז דא נוגע.

ער רעדט ארום דער חזו"א'ס בליק אויף בי"ד און שררה (נישט ירושה) און ער זאגט אז דער חזו"א האט געהאט א שטארקע צוטרוי צו די מענטשהייט מצד אחד און מצד שני האט ער געהאלטען אז די שוואכע עלעמענט האט בכלל נישט קיין מיינונג. עכ"פ, וואס איך וויל ארויס ברענגען איז אז א רב אדער ראש ישיבה א יורש קען האבען א מעלה איבער אנדערע, און עכ"פ נישט די חסרון. דאס קומט נאר מיט מדות טובות. ווען איינער איז נישט ארנטליך מיט זיך, איז עס טאקע די חרבן.

למשל, ווען איינער א רב פון 75 שטארבט, און זיין קהלה איז א שטאט פון תלמידי חכמים און עמי הארץ גם יחד. זיין זוהן פון 40 נעמט איבער. קען זיין צוויי זאכען. אדער קען דער זוהן אריינקומען און גלייך מורא האבען פון די וואס זענען עלטער, חשב'ער צו וויכטיגער ווי איהם, און ווילען אוועק שטעלען זיין מאכט. טיף אין זיין געוויסען ווייסט ער אז זיין פאסטען איז נישט צוליעב זיין קענטעניס צו חשיבות, און דעריבער האט ער מורא שמא יתגלה קלונו ברבים. אזוי וועט ער זיכער מאכען זיך צו שטעלען ערשט, אנצופייפען די מיינונג פון די עלטערער אידען, זוכען מיט וועמען זיך מתחבר צו זיין זאלען זיין אויף זיין זייט וכדו'. ווידער ווען ער איז טאקע א בעל מדות און ער זעט איין אז ער זיצט אויף א שטול וואס איז נישט ממש זיינס, וועט ער וויסען וויאזוי צו טיילען כבוד פאר יעדעם, ער וועט וויסען אז נאר צוליעב דעם וואס איינער דארף מחליט זיין איז ער דארט, נישט ווייל ער איז קלוגער. ער וועט הערען עצות פון יעדעם און זיין גרייט אוועק צו געבען מכבודו ליראיו און נישט מורא האבען אז יעדער ריר וואס א צווייטע טוט איז עפעס צוגענומען פון איהם. אזוי וועט זיין כבוד און מאכט זיין פעסטער, און זיין אייגענע נגיעה וועט אויך רואיג ווערען.

ווען איך קוק אן די היינטיגע יורשים, לבית לעיקוואוד וסאטמאר, באבוב ובעלז ועוד, זעט מען גלייך פון וועלכע סארט זיי זיינען. אבער נישט אייביג האט אזוי געמוזט זיין. די אמאליגע יורשים זענען לאו דוקא אזוי געווען, עי' ערך קאוונא, וואס ווען הרב יצחק אלחנן איז אוועק, האט זיין זוהן איבער גענומען. ער איז טאקע געווען ווייט פון זיין פאטער, און ער האט עס נישט גענומען ווי זיין פאטער. דער שטול פון יהדות רוסלאנד איז טאקע אריבער דעמאלס קיין ווילנא.

Gimpel » פרייטאג יולי 21, 2017 10:15 am

· #379793
רבי צוה גמליאל בני נשיא שמעון בני ראש ישיבה מקשה גמרא פארוואס איז רבן גמליאל געווארן נשיא ענטפערט די גמרא ממלא מקום אביו ביראה)עיין כתובות

אישתישבי » פרייטאג יולי 21, 2017 5:52 pm

· #379872
און דערוואגט​ אייך נאר צו זאגען אז דער יורש איז נישט ממלא מקומו ביראה, אז די וועסט יוצא זיין בשן ועין ביסטו לאקי.

און נאכאמאל, א ראי' פין א גמרא אז עס דארף זיין ווי עס זעהט היינט אויס מאכט נאר די קשיא גרעסער, הלמאי פארוואס טאקע דארף עס אזוי אויס זעהן און נאך ברשות התורה אויך.

אישתישבי » פרייטאג יולי 21, 2017 6:10 pm

· #379875
ליטוואק פון בודאפעסט
איך דערמאן מיר יעצט אז בנימין בראון אין זיין בוך אויף דער חזו"א, דערמאנט עפעס וואס איז דא נוגע.

ער רעדט ארום דער חזו"א'ס בליק אויף בי"ד און שררה (נישט ירושה) און ער זאגט אז דער חזו"א האט געהאט א שטארקע צוטרוי צו די מענטשהייט מצד אחד און מצד שני האט ער געהאלטען אז די שוואכע עלעמענט האט בכלל נישט קיין מיינונג. עכ"פ, .....
.


עס איז לעצטענס געוועהן באשריבן ענדליכס אויף סאטמאר רבי זי"ע בנוגע זיין טראסט צו די המון עם, אפילו היינט אין סאטמאר איז פארבליבן דער אויסשפראך, המון עם, מיט א שוא אונטער די הא, און זיי זינגען נאך דער ניגון וויאזוי ער פלעגט זאגען "און וואס וועלען זיי זאגען?" ומה יענו איזובי הקיר, לעומת דער שיטה פין סטאלינער רבי היינט וואס האט דעקלערט אז ער טראסט זיין עולם מיט דער אינטערנעט. רוב רבי'ס רבנים האבן גאר א שטארקע זלזול אויף דער "המון עם" בשיטה אדער בלא יודעים.

עס איז דא א תשובה אין רשד"ם ווי ער רעדט וועגן וואטס אז חס ושלום די ארימעלייט זאלען האבען פונקט אזא דעה אין בחירות ווי די עשירים און ת"ח.

כלומר, אמאהל איז געוועהן סטאנדארט צו האבן עליטען קעגן די פויערען וואס ברוך השם די מערב וועלט האט עלימינירט. אבער די אידישע וועלט באדארף​ זיך נאך צוגעוואוינען צו דעם מושג.

איך שיהיה, איז אייביג געווען אין א שטאט דער מושג פין בחירות אויף א נייער רב, און אין די אחרונים האלטען רוב אז א שטאט קען אויפנעמען נישט א יורש ווען רוב ווילען אזוי

היינט אבער ווען א רביסטעווע איז אז סעמי פריוואטע ביזנעס איז זיכער אז מען קען נישט, נישט אויפנעמען א יורש, אפילו אין באבוב ווי דער בית דין האט לכאורה גענויטען אויך א ברודער, איז אויך געוועהן נאך אסאך סיבות, ווייל דער רבי אליין האט געזאגט, און ווייל א איידעם איז נישט א זיכערע יורש, און דער ברודער האט געהאט רוב.

היוצא לענינינו איז, אז רביסטעווע צו ראש ישיבה (היינו הך) גייט על פי הלכה צום יורש.

און די קשיא קראכט, מה זה עשה אלקים לנו?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 21, 2017 6:15 pm

· #379877
Re: רבנות שררה ירושה - השקפה
האסט נישט געכאפט מיין מיינונג. דער תורה האט געטראסט די מנהיגים. אז זיי זענען פולקאמע המון עם׳ניקס, האסטו א פראבלעם.

מ׳קען צוריק גייען א פאר טריטען. ווען איינער דארף זאגען א טעגליכע שיעור, און מענטשען דארפען הנאה האבען דערפון, פאסט נישט קיין ירושה. ווען האט מען אנגעהויבען דער ענין אז א מנהיג איז א באהאלטענע זאך, א זאך וואס האט נישט קיין קנה מדה, מ׳קען גארנישט משיג זיין וכו׳ וד"ל? דעמאלס האט מען צוגעלאזט אז א יורש אן קיין שום קוואליפיקאציעס זאל קענען איבער נעמען. זיין פארגייער האט אויך נישט געהאט מער ווי לאזונגען, דו האסט זיך קיינמאל נישט באמיט ארויס צו האבען זיין דרגא און זיין מעלות, נאר ׳דער טשעבינער רב האט געהאלטען פון איהם׳ און אנדערע אזעלכע לאזונגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

diff » פרייטאג יולי 21, 2017 6:33 pm

· #379880
זעט אויס מ'וויל, דע סוס-תם זאל ווייטער גיין

אישתישבי » מוצ"ש יולי 22, 2017 11:43 pm

· #379900
ליטוואק פון בודאפעסט
האסט נישט געכאפט מיין מיינונג. דער תורה האט געטראסט די מנהיגים. אז זיי זענען פולקאמע המון עם׳ניקס, האסטו א פראבלעם.

מ׳קען צוריק גייען א פאר טריטען. ווען איינער דארף זאגען א טעגליכע שיעור, און מענטשען דארפען הנאה האבען דערפון, פאסט נישט קיין ירושה. ווען האט מען אנגעהויבען דער ענין אז א מנהיג איז א באהאלטענע זאך, א זאך וואס האט נישט קיין קנה מדה, מ׳קען גארנישט משיג זיין וכו׳ וד"ל? דעמאלס האט מען צוגעלאזט אז א יורש אן קיין שום קוואליפיקאציעס זאל קענען איבער נעמען. זיין פארגייער האט אויך נישט געהאט מער ווי לאזונגען, דו האסט זיך קיינמאל נישט באמיט ארויס צו האבען זיין דרגא און זיין מעלות, נאר ׳דער טשעבינער רב האט געהאלטען פון איהם׳ און אנדערע אזעלכע לאזונגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די חילוק איז אסאך טיפער פין א מנהיג דורך לאזונגען לעומת א שיעור געבער.

א רב פין אמאהל איז אויך געוועהן א פרנסה, ווי אויך א דיין א שוחט א מלמד, עם כל זה איז נישטא קיין דין ירושה ביי דעם איז דא ביי שררה א תקנה פין הלל. מיט דעם פאדערט זיך א שטאט זאל מסכים זיין ממילא איז דא א הלכה פין רוב שטאט.

היינט אז דער רביסטעווע איז געווארן מער א פריוואטע ביזנעס, כאטש להלכה איז נישט אזוי זיכער, זענען די רבי'ס און ראש ישיבה'ס נישט רירזאם, קיינמאל קען מען נישט פטור ווערען פין די רבי'ס, עד סוף כל הדורות. דער רבי בלייבט מיט בנינים און מוסדות צו ער זאל זיין א חכם ווי ר' אהרון א .... א .... ווי פאפא ממילא איז עס א ריזיגע פראבלעם וואס די תורה מאכט אהן.

בן אדם » זונטאג יולי 23, 2017 7:11 am

· #379922
ס"ה:
חסידות + קהילה
disaster =