☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ואת עמלינו

ואת עמלינו

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11616

פליקער » מאנטאג יולי 3, 2017 11:37 pm

· #377709
ואת עמלינו
ואת עמלינו

מיר וועלן דא ברויכן האבן א שטיקל אפענע שמיס, און אויס שמיסן דאס שוין אזוי באקאנטע, אז כלל ישראל איז אינטערן מייקרא סקאופ, צי מיר זענען נישט איין גרויסע גרופע וואס קען נישט עקזעסטירן נאר אויב מיר האבן אלע זיבן זאכן.

מיז מען דאך נעמען די מי און איבער טראכטן צי איז דא עפעס ווארהייט אין אזא באשילדיגונג צי איז עס בלויז אנטי סעמיטן וואס האבן אונז אלע מאל פיינט, און דעריבער טאנצען זיי ארויף אויפן אידישן קרבן ווען מיר זענען פארכאפט אין די האנטקאפס פון די געזעץ.

צים ביישפיל מיר האבן אלע געהערט ווי דער מייסטער רעדנער אויף WABC מר. קערטעס סליוווא ווי ער האט אינז אזוי מיעס צונימען און צוויי מיניטן, און געלאזט און גאנג א שרעקליכע ווארענונג, אז דאס וואס מען האט געזען אין לעיקוואד איז בלויז די פארשפיעל, און דאס גייט נאכפאלגען אין בארא פארק, וויליאמסבורג, קראון הייט'ס און ניו סקווער די פלאץ וואס שמיעסט מיטן געפילטע פיש, וכו'.

מאנכע שרייען אז ער איז אנטי סעמיט, טייל זאגן גאר אז ער איז א אוהב ישראל, איך קען אים נישט פערזענטליך, אבער צי קיין בארשט ברויך מען נישט קיין ציין, ער איז מסתם ערגעץ אינדערמיט, אבער צווישען מיר און ענק איז ער גאר הארב ארויסגעקומען, און מיר וועלן אים שטייצעך פארשרייען און לייגען דריק, עסקנים סטראשענען אים שוין זיכער גענוי ווי ביי די נערס פון מאנסי.

אבער טייערע ברידער מען ברויך דעך מאכן א חשבון הנפש וואס טוט זיך דא. און מען ברויך דערגיין וועלכע וועג מיר פארן וועט דאס קענען אנגיין אדער נישט, און וואס עס איז די פראבלעים און וואס קען מען פיקסן.

דאס איז זיכער אז א סטאנדארט משפחה ברויך צילן צי פארדינען כאטש הינדערט פיפציג אלפים א יאר אויב ווילן זיי קענען פירן א ערליכע אידישע שטוב, איך קען נישט זען אז מען זאל קענען זיך באגיין מיט דעם אמעריקאנעם חלום אן קיין מאה וחצי, דאס אינקלודעט העלט אינשורענץ, שכר לימוד, א קאר און די נארמאלע סכומים אוועק צולייגען פאר א נארמאלע חתונה פאר קינדער, עטליכע טויזענט פאר רענט אדער מארטגידזש וכו.

די פראבלעם איז אז כדי צי פארדינען די סכום ליגאל ברויך מען פארדינען דריי מאות א יאר, ווייל בערך העלפט גייט פארן פעטער, און די צרה גדולה איז אז 90 פערצענט אידן פארדינען נישט גיין דריי מאות. הינדערט פיפציג איז שוין א שטיקל ציל עטליכע יאר נאך די חתונה, אבער דריי מאל הינדערט טויזענט איז כמעט קיין חלום נישט פאר כמעט קיין איין ארבייטער אפילו אעקזעקאטיוו ביים גרויסן פירמע.

אם כן וואס טוט מען, מיז מען אדער אראפ ברענגען דעם נויטיגן סכום פון הינדערט פיפציג צי הינדערט, וואס דאס גרענעצט זיך שוין מיט גרויס דחקות, ווייל דאס קען מען נישט זעלבט טון, נאר מיט די הילף פון די מוסדות הקדושים, און די לייטזעיליגע לענדלארס, און די בוטשער מיט די הייליגע קעמפ'ס וואס דער רבי האט געבויט מיט בליטש און ווייץ, און די לעצטע מאל וואס איך האב רעגעסטרירט איז די שכר ליומד ארויף און אלע לענדלארס און הוצאות גייען נאר בארג ארויף און ארויף, מיט אלע זייערע טענות ומענות, און עס העלפט נישט קיין שום תירוצים, ווייל זיי ברעכן לכאורה טאקע אויך אינטער, גיי ווייס צי עס איז אמת אבער על כל פנים אזוי טענעווען זיי, און מען קען דערצו גארנישט טון.

העלט און לייף אינשורענץ ווייזט אויך נאר איין וועג ארויף דעם וואצבארע בארג, און זיי קענען אויך טון וואס זייער הארץ באגער.

בלייבט נאר לכאורה איין אויסוועג צי זיין ארעם, און נהנה זיין פונעם רייכערען פעטער און מומע.

אבער ווען איך וויל באטראכטן די לעבען פונעם גוי, זעי איך נישט ווי דער מיטל קלאסישער גוי וואס גייט אין קאלידזש אז זיי זאלן בעסער אפשניידען, ווייל ווען א רעגעלע גוי גראדעאירט ארויס מיט א קאלידזש דיפלאם, קומט מיט אים אויך מוט א שיינעם ביל וואס פרעסט אים מיט ריבות דאס ווערט אנגעריפן סטודענט לאון'ס, און דאס קען אים דערקיטשען און בייסן פאר לאנגע יארן.

יעדע רעגעלע נארמאלער גוי האט אויך א טייערע חתונה, און קויפט אויך מתנות פארן פייאנצע, ני וואס איז דער חילוק, רענט? לכאורה אויך נישט פארן סיטי גוי, וואס וויל א נארמאלע דזשאב, ווי אזוי מאכען זיי עס?

די ענטפער איז די סכום קינדער, זיי צאלן טאקע אויך גאר טייער פאר שכר לימוד, און פאר העלט אינשורענץ, אבער א גוי צווישן צוואנציג און פערציג יאר לעבען פאר פיל ביליגער, און אויב קען ער נישט עפארדען קיין שכר לימוד, דאן קען ער נהנה זיין פונעם פאבליק סקול סיסטעם וואס איז פריי פון אפצאל, און פיל אינגע קאלידזש גראדיאט'ס, נעמען אן ארבייט ביי אזעלכע פירמעס וואס גיבן העלט אינשורענץ, און אויב נישט נעמען זיי טאקע נישט קיין אינשוראנץ, און אויב ברויכן זיי זען א דאקטאר דאן צאלען זיי קעש, און אויב ווערן זיי שטערבלעך קראנק, שטארבן זיי אויב האבן זיי נישט קיין רעגן געלט אוועק געלייגט.

ני וואס קען מען טון צי ראטעווען די מצב, מען וועט מיזן מאכן א פאנדעמענטאלע טויש, מען וועט ברויכן רידאצירן די סכום פון קינדער האבן, מען זאל האבן די קינדער מיט א שטיקל חשבון, דאן וועט עס מעגלעך זיין, דאס קען דאך אויך נישט פאסירן, ווייל עס שטייט דאך קלאר אז אין בן דוד בא עד שתכלא כל הנשמות שבגוף. וועט מען מיזן ניצן די בטחון קארטל וואס מיר האבן נאך דערווייל נישט געניצט, און זיך פארלאזן אויפן אויבישטען אז די FBI וועט נישט מער כאפן, אדער בייגען אדער לייגן, אבער קיינער פארלאזט זיך נישט אויפן אויבישטען, נאר מען נעמט פון פראגראמען וויפיל עס לאזט זיך, און מען בעט דעם באשעפער זאל פוילן ביי די רעגירונג נישט צי ארעסטירן קיין אידן, און ליידער איז דער טויער יא פארשפארט, און מען ארעסטערט יא ליידער פיל אידן.

בלייבט איבער צי וואונטשען אז זיי זאלן ארעסטירן עטליכע רבנים, און דאן וועלן זיי ברויכן ארויסקריכן פון די לעכער און נעמען א שטעלונג און דעם נושא, וואס זיי זענען עפעס מיסטערעז שטיל.

פארוואס זענען זיי טאקע שטיל, פארוואס האט נאך קיין שום עד היום נישט פארפירט ביי קיין דרשה אז מען דארף זיך פארשטארקן אין ביטחון און נישט גנב'ן, פארוואס זענען מיר פארנימען מיט ציונות און ילדי צרפת ווען מיר האבן א באלקאן צווישן די אויגן, ווי שעמען מיר זיך נישט צי האקן אויף אויף די אינטערנעט וואס איז לויט אלע דיעות די מקור הפרנסה בימינו און עס פארמיעסן אין די אויגן פון די איגענט, בשעת אלע האקערס זענען אנגעגנב'ט פון קאפ ביז פיס, ווי איז זייער ביטחון ווי איז זייער אמונה, ווען זיי האבן נישט בדרך הטבע נישט איבער צילעבן דעם טאג, נאר דורך גניבה וגזילה, און זיין פארנימען מיט מיין אמונה.

נאר וואס דען דאס איז טאקע דער תירוץ, זיי האלטן אז מען מעג עס טון, והא ראי' וואס זיי האלטן אז מען טאר נישט טון זאגן זיי בריש גלי, זיי זענען נישט די 'עך וועיס נישט' סארט, זיי זענען יא די קנאים פוגעין בו סטייל, נאר זיי פירן דעם עולם אראפ במזיד, זיי קלערן נישט אויף דעם עולם ווייל זיי ווילן נישט מען זאל וויסן, און דאס טאר מען נישט צילאזן, מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן כצאן לטבח, כשאין איש וועלן מיר יעדע איינער זיין א איש, ווען דער רב וועט פרעגן פארוואס איז נישט דא קיין צוועלעף שבטים, וועלן מיר אים זאגן איים סארי איך קען עס נישט עפארדן, מיין אקאנטענט לאזט נישט.

איך בין זייער אימזיכער מיט וואס איך האלט, צו איז דאס דער וועג, אבער וואס איז די אנדערע פלאן, ביטע זאגט מיר, אדרבה איך בין זייער וויליג צי הערן, ואין עונה.

פון איין זייט שפיר איך ערגער ווי פרעה שגזר אלא על הזכרים, אבער לעומת זה דורך אויס די היסטאריע האט קיין משפחה קיין מאל נישט געהאט א עוורידזש פון צען קינדער, דאס איז דאך א ריבו עם וואס האט נאר אנגענימען א נייעם פורם זינט מיר זענען און די מחלמה קעיגן דעם דייטש, אבער ווען דאס קומט מיטן פרייז פון נישט האבן קיין אנדערע ברירה נאר זיין קרום, ברויך מען עטוואס איבער טראכטן די סטראטעגיע, ווי אזוי איז דאס א נקמה ווען מען לעבט אינטער די שאטן פונעם געזעץ, איינער מיז דאך ארויס קומען זאגען דעם אמת כמו שהוא.

און ווען עס שטעלט זיך שוין ארויס עמעצער וואס זאגט און פארפירט אז מען זאל זיין פארזיכטיג מיטן געזעץ, נישט קיין חילוק ווי אמת זייערע רייד זענען, נעמט מען זיך גיין פערזענטלעך, און אים חוקר זיין בשבע חקירות ודרישות, זען יעדע מאמר וואס ער האט נאר אמאל געזאגט אדער אינזין געהאט, אויב עס איז אויסגעהאלטן מיט יעדע סיעף קטן פון די שיטה הקדושה, און צי חס ושלום ער האט קיין מאל קיין מחשבה זרה נישט געהאט, און צי די חכמים זענען נוחה פין זיין רוח, סארא ביג שעים, אנשטוט זיי זאלן זיך אדער באהאלטן, אדער באשיינען, אדער באגריסן מיט דברי ברכה, ווארפן זיי אריין א פלאכע במזיד, ווי צי גיסן אויל אויפן פייער, ווי ציזאגן איר זענט אליין, מיר פייפן אויף אייך, אבער ווען עס קומט צי א אינטערשריפט פאר זייערע אינטערעסן וועלן זיי ארויף טאנצן ווי א בין אויף האניג, ווי א שוויין אויף הכנות, און זיך רייסן מי בראש. וואס מיינען זיי מיר האבן טאקע נישט קיין שכל און אינזער גענאק, מיר זעין נישט וואס דא קומט פאר. יא מיר זעין גענוי וואס דא גייט פאר, מיר האבן יא א מיינונג, און מיר פארלאנגען א טויש זאפארט.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 3, 2017 11:56 pm

· #377715
Re: ואת עמלינו
פליקער, ביזט דאך אזוי הייליג גערעכט, אבער רעד דיך נישט איין אז די ישועה גייט קומען פון די זויגערופענע מנהיגים, זיי געבן נישט קיין פריקען גיס וואס זייערע איידעלע צאן קדשים טוען, די ישועה וועט נאר קומען פון אינז יחידים, אינז דא אין שטיבל.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 3, 2017 11:59 pm

· #377716
Re: ואת עמלינו
סארי, כ'האלט נאך אין מיטן מיין תגובה, און דער איז מיר ארויסגעלאפן פון אינטער די האנט ווי מייזל פון א קאץ,

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 12:05 am

· #377717
Re: ואת עמלינו
פליקער, רעדט צו די יחידים נישט צו די מנהיגים און נישט נאר צו זיי נאר אפילו פון זיי זאלסטו נישט רעדן, פאר זיי לוינט זיך ווי מער געלט ס'דרייט זיך ביי די צאן קדשים נישט קיין חילוק די מקור, אז ס'נישט כשר זאלעס זיין טרייף הא קערס אבי אז ווען זיי מאכן א דינער/מלוה מלכה/פנימי/פארטי/אפיל/חתונה, זאל זיך גיסן געלט .
און ביי דע וועי דיינע הומאריסטישע אויסדריקן איז זיך צום באלעקן.

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 4, 2017 12:16 am

· #377718
גם אני מצטרף בדברי שבח אויף די דברים של טעם פון @פליקער.
גראדע, שוין געווען אמאל א רב וואס האט געדרש'נט איבער די ענין. ספינקא רבי פון ב.פ, ווען ער האט געהאפט צו באקומען א לייכטערע סענטענס, האט מעורר געווען איבער נישט זיין אויפריכטיג מיט די רעגירונג. ס'האט אבער נישט געהאט קיין השפעה, ערשטענס ווייל ער איז נישט די רשכבה"ג און צווייטענס ווייל דער עולם האט געהאלטן אז האט עס געזאגט נאר ווייל ער איז געווען אין פעקל.

למען האמת וויל איך נאר צולייגן אז ביי אונז אידן קומט נישט פאר מער גניבות ווי ביי אנדערע. די מידיע האט עס פשוט ליב צו צעשמירן

קורקלענד » דינסטאג יולי 4, 2017 12:22 am

· #377719
די עכטע רבנים (די ברענד נעימס) נעמען נישט קיין פראגראמען. זיי האבן אויגעצאלטע הייזער און די בעסטע העלט אינשורענס.

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 12:23 am

· #377720
דער ספינקער רבי שליטא איז שוין געווען בישיבה של מטה און איז שוין ארויס בפומבי קעגען די אללע מעשיות. האט דאס עפעס געטוישט דעם מצב?
לענ״ד נראה ככה
דער סיסטעם דארף א גרונטליכער טיפול שורש פון אלף ביז תיו. מיר ברויכען אויף טוהן זאפפארט כדלהלן:
א. יעדער אידיש יונגעל און מיידל זאלל גרעדואירן מיט אן עלעמענטרי און היי סקול דיפלאומעס בלי יוצא מן הכלל.
ב. היימישע קאללעדשעס מיט צעהן/ פופצן מיעדשערס ארויסצוגעבן אדוואקאטן, דאקטורים, און אנדערע פראפעסיאנעלער.
ג. מפרסם זיין אז להלכה מעג א פארפאלק זיין אויף בירט קאנטראלל אויב זיי האבען ניט די מעגליכקייט מפרנס זיין די משפחה בהיתר נאכן באצאהלען פעדארעל, סטעיט, און לאקאלע שטייערן. מאיז נישט מחיוב בפו״ר אויב סאיז דא א חשש גניבה אדער פקו״נ פון זיצען בישיבה של מטה.
ד. במקום קטטה וצער איז נישטא קיין ״לערב אל תנח״ כמבואר באהעז סי א.
ה. ישיבה בחורים זאללען קובע זיין צייט צו לערנען נ״ך, ספרי אמונה ודיעות ווי צום ביישפיעל ספר הכוזרי, חובת הלבבות, רמבם הלכ׳ דיעות, מהר״ל, וכדומיהן.
ו. מען זאלל לערנען הלכות מו״מ באמונה טעגליך מחולק ליום אין בתי מדרשים און אין גרופעס ענדליך צו וואס איז אויף געטוהן געווארען מיט שמירת הלשון בספר ח״ח.
ז. רבנים זאללען אויפהערן דרש׳נען אויפן סור מרע פון טעכנאלאגיע. ענשטאטס דעם זאלללען זיי לייגען דעם דגוש אויף אוועקשטעלען בעלי בתים יראים וואס האבען אן אויסזיכט צו קענען לעבען אן ערליכער אידיש לעבען בכבוד ולא בבושת פנים.
ח. א רב אדער ראש ישיבה וואס ער מיט זיינע קינדער אדער זיינער מוסדות לעבען מיט שווינדלערייען זאל נישט זיין אנגענומען אלץ מורה הוראה בישראל.
ט. כוללי אברכים קען נאר עגזיסטירען פאר בני עליה וואס זינען מיועד לגדלות און נאר פאר איינער וואס האט א היתר פון א מורה הוראה מובהק.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 12:35 am

· #377721
Re: ואת עמלינו
קורקלענד
די עכטע רבנים (די ברענד נעימס) נעמען נישט קיין פראגראמען. זיי האבן אויגעצאלטע הייזער און די בעסטע העלט אינשורענס.

די עכטע רבנים נעמען צו אלע פראגראמען און די נפיחות לאזן זיי איבער פאר די צאן קדשים, זיי לייגן עס נאר נישט אויף זייערע נעמען כידוע, זייערע אויסגעצאלטע הייזער קומט פון אלע פעטע פראגראמען, זיי האבן נישט געארבייט אין זייער לעבן קיין כי הוא זה אפילו נישט גרינגע ארבייט, אלע געלט וואס זיי האבן איז נאר פון יענעם, זיי זענען די ריכטיגע בעלי מקובלים

קל וחומר » דינסטאג יולי 4, 2017 12:39 am

· #377722
Re: ואת עמלינו
בליטש און ווייץ... [emoji13]

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 12:42 am

· #377724
Re: ואת עמלינו
תורה ומדע, כ'אגרי מיט דיר כמעט אויף יעדע סעיף גדול וואס די שרייבסט.

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 12:48 am

· #377726
אויף וועלכער ביזטו מסופק?

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 12:55 am

· #377728
Re: ואת עמלינו
תורה ומדע
אויף וועלכער ביזטו מסופק?

סעיף ד' ביינונז האט מען געוויסט אז פארוואס האט מען אסאך קינדער, ווייל מ'מוז ערזעצן דעם חסרון וואס היטלער האט מחסר געווען קומסטו אן מיט א הלכה! טראדישן קומט העכער אלע הלכות

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 12:59 am

· #377730
Re: ואת עמלינו
תורה ומדע
אויף וועלכער ביזטו מסופק?

סעיף ח און סעיף ט זענען גאר גוט, אמאל האט מען געוויסט אז צו גיין אויף מיאמי דארף מען האבן א היתר פון א רב/רבי/דיין/מו"צ/פו"צ און יעצט גייט מען איבער דרייען קערה על פיה, און נעמען נקמה פאר אלע ענגשאפט וואס זיי האבן אויף אינז ארויפגעלייגט

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 6:41 am

· #377744
Re: ואת עמלינו
ס׳דערמאנט מיר פון די שאלעשידעס זאגערס וואס טרעפען ציונות\צניעות\סמארטפאון׳ס אין יעדער פסוק.

מ׳האט אן אגענדע, נוצט מען די היינטיגע פאסירונגען דערפאר. וואס האט כוזרי מיט גנבנ׳ן? נאר מ׳וויל אז מ׳זאל לערנען כוזרי, און מ׳זעט א פראבלעם, דעריבער איז מען משדך די צוויי צוזאמען.

דער בירט"ה קאנטראל איז אבי געווארפען זאמד. בשעת הדחק, במקום קטטה, קען מען אפשטופען א דרבנן. אבער לכחילה ארויס רייסען בכלליות א מצוה דרבנן צוליעב אומשטענדען? ווי האט מען א ראיה דערצו? און טאקע ווי קוקט מען אן דער ענין? א אידיש לעבען זאל זיך ווענדען אויף געלט? מ׳קען דען לייגען א פרייז צו לעבען?

איך פארשטיי אז א טויש דארף זיין, אבער אונטער צו גראבען די יסודות פון דער לעבען און קולטור, איז אומ׳אחריות׳דיג. מ׳ווייסט נישט וואס קען ארויסקומען דערפון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

diff » דינסטאג יולי 4, 2017 8:46 am

· #377754
"משום מצוות לערב, סגי (די) לעיתים רחוקות... קרא הני כתיב: לערב אל תנח ידיך - שלא יניח לגמרי, וכל שישנה פקידה באשה בין הפרקים, אפילו רחוקים, אל תנח קרינן בה, ומקיים מצווה מדברי סופרים" (ברכי יוסף, אה"ע א ב).

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 10:16 am

· #377759
ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳דערמאנט מיר פון די שאלעשידעס זאגערס וואס טרעפען ציונות\צניעות\סמארטפאון׳ס אין יעדער פסוק.

מ׳האט אן אגענדע, נוצט מען די היינטיגע פאסירונגען דערפאר. וואס האט כוזרי מיט גנבנ׳ן? נאר מ׳וויל אז מ׳זאל לערנען כוזרי, און מ׳זעט א פראבלעם, דעריבער איז מען משדך די צוויי צוזאמען.

דער בירט"ה קאנטראל איז אבי געווארפען זאמד. בשעת הדחק, במקום קטטה, קען מען אפשטופען א דרבנן. אבער לכחילה ארויס רייסען בכלליות א מצוה דרבנן צוליעב אומשטענדען? ווי האט מען א ראיה דערצו? און טאקע ווי קוקט מען אן דער ענין? א אידיש לעבען זאל זיך ווענדען אויף געלט? מ׳קען דען לייגען א פרייז צו לעבען?

איך פארשטיי אז א טויש דארף זיין, אבער אונטער צו גראבען די יסודות פון דער לעבען און קולטור, איז אומ׳אחריות׳דיג. מ׳ווייסט נישט וואס קען ארויסקומען דערפון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עי׳ ברמא אהעז סי א סעיף ח׳ וז״ל ״וכן אם יש לו בנים הרבה ומתיירא שאם ישא אשה בת בנים יבואו קטטות ומריבות בין הבנים ובין אשתו מותר לישא אישה שאינה בת בנים אבל אסור לישב בלא אשה משום חשש זו (תרומת הדשן סי׳ רפג)״. ועי׳ בחלקת מחוקק ס״ק י״ב שמפקפק בזה. אבל בביאור הגר״א שם (כא) ובטו״ז (י״ב) נקטו בפשטות כהרמ״א והתה״ ד.
אויף אידיש:
אז פיהר פרויען פאללען ליבום פאר איין ברודער, און דער ברודער קען נישט מפרנס זיין אללע פיהר פאטענציאלע משפחות, איז די הלכה אז מען איז מדחה דעם מצוות יבום און מען טוט חליצה משום עצה טובה ( יבמות מד.). פון דעם לערנט ארויס דער תרומת הדשן אז במקום קטטה איז מען משיא אן עצה הוגנת און מען קען מדחה זיין דער דרבנן פון לערב אל תנח. אזוי נעמען אהן דער גר״א און דער טו״ז אויפען פלאץ. ועיין שם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 10:47 am

· #377762
איך האב געמיינט דו מיינסט א צווייטע מקרה מקום.

לגבי דיין מראה מקום, וויל איך דיר קודם זאגען א כלל גדול, אז ווען דער גר"א ברענגט א מקור צו א הלכה מיינט נישט אז ער האלט ביים פסקנ'ן ווי יענער שיטה.

דאס האט נישט מיט אונז, ווייל דא רעדט מען פון א הכרעה פון דער רמ"א זעלבסט, אויף וואס מ'קען זיך פארלאזען.

מ'דארף אבער ריכטיג פארשטייען וואס טוט זיך. מ'האט א מצוה דאורייתא פון יבום, וואס ווערט נדחה מחשש קטטה. ווי פארשטייט מען דאס? לכאורה דארף מען זאגען אז יבום איז א מצוה פון אישות, מ'זאל מיט איהר חתונה האבען והיה לו לאשה. אן אישות מיט קטטה איז קיין אישות נישט, און דאס לערנט מען פון וקראו לו זקני עירו. אזוי אויך, ווען די קינדער וועלען לעבען אין א קטטה איז עס אזוי.
איך ווייס נישט וואס דאס האט מיט די פראבלעם פון נישט האבען גענוג געלט אויסצוהאלטען די קינדער, וואס איז נישט קטטה, נאר צער וואס איז לאו דוקא א סתירה צו אישות, ווי אויך נישט קיין ענין פון אישות.

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 10:51 am

· #377763
ע״י בגמ יבמות מד. וברשי ד״ה ושבקינן לי׳ ודו״ק

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 11:25 am

· #377767
שתי דרכים לפנינו. אדער קען מען גייען קאפ אין וואנט, און וויבאלד דער שלחן ערוך ברענגט נישט קיין רמז פון פרנסה, נאר קטטה, הייסט'ס ער האלט נישט ווי רש"י, וכן נפסק.

דער אמת איז אבער, אז מ'דארף ריכטיג ליינען רש"י. דער גמרא זאגט ושבקי ליה, און רש"י זאגט 'בתמיה ובמה יפרנס כולם'. דער גמרא זאגט גאר אן אנדערע טענה פון 'ואל תשים קטטה בביתך'. רש"י דינגט זיך אויפ'ן גמרא און זאגט אן אנדערען טענה? נאר דאס איז פשוט אז ובמה יפרנסם איז נישט די טענה דא, נאר במה יפרנסם איז דער סבה פאר דער קטטה, און דער קטטה איז דער פטור. דער תרוה"ד און דער רמ"א דינגען זיך נישט אויף רש"י, נאר זיי ברענגען דער סוף פסוק אז קטטה איז דוחה דער מצוה פון ולערב אל תנח ידיך.

טאמער מ'דינגט זיך, וועל איך פרעגען א שאלה. צוליעב קטטה דארף מען נישט עסען מצה פסח? צו מרור (א דרבנן)? עפעס א מקור האט מען אז קטטה איז דוחה סיי וועלכע מצוה אחוץ דא? עפעס מוז מען דאך זאגען.

עכ"פ צו זאגען אז ס'איז דא דא א גלאטע היתר איז נישט ארנטליך. מ'רעדט דא נישט פון שתיית כוס של עיקרים, נאר וועלכע ווייב אויסצוויילען.

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 11:39 am

· #377769
פונעם צושטעל פונעם ברייתא פון ״ודברו אליו, שמשיאין לו עצה ההוגנת לו״ במקום קטטה לבטל מצות יבום דאורייתא צו ״מצוות יבום במקום ארבעה נשים וחסרון פרנסה״ ווי עס איז איבערהויפט ניט מוכרח קיין קטטה אבער יא מוכרח חסרון פרנסה, האבען דער תה״ד און רמ״א ארויס געלערנט בק״ו אז דער מצוה פון ״לערב אל תנח״ ווערט נדחה במקום קטטה. און פון מעיין זיין אין די סוגיא בפשטות איז מוכרח אז פרנסה פאר פיר ווייבער פאלט אריין אינעם זעלבען גדר.
אויב האב אך א טעות, קלערט מיר אויף.
דער ח״מ דינגט זיך אבער פון רמ״א און טו״ז איז משמע אז דער איד זאלל ענדערש נושא זיין אן אשה שאינה בת בנים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 11:46 am

· #377770
איך ווייס נישט וואס דו לייגסט יעצט צו צו די פריערדיגע ווערטער.

איך ווייס אויך נישט וואס דו זאגסט אפצווענדען דער חילוק צווישען חתונה האבען און האבען קינדער. דער אישות ווערט נישט נפגם פון דעם אז מ'האט א קינד וואס מ'קען צוזאמען נישט אויסהאלטען, און אפילו ווען יא, די שאלה איז נישט קיין שאלה פון אישות צו מ'זאל חתונה האבען צו נישט.

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 11:53 am

· #377771
לא הבנתי דבריך.
ס׳אונטערשטע שורה: דער רמ״א פסק׳נט אז במקום חסרון פרנסה וואס ברענגט קטטה כמבואר לעיל ווערט מבוטל, נישט נאר אפגעשטופט, דעם ״לערב אל תנח״ מכ״ש פון מצוות יבום. וק״ל. ולכן מצווה לפרסם לענ״ד.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 4, 2017 12:00 pm

· #377772
פליקער: א ייש"כ גדול פאר דיין וואונדערליכן מאמר וועלכער רעדט פון זייער אן ערנסטן סאבדזשעקט. אבער געשריבן אין א הומאריסטישן טאן. ווען מ'וועט אפשר, אמאל מאכן א רעיטינג פון די שרייבערס אויף קאווע שטיבל, ווייס איך וואו מייין וואוט וועט זיין...!

לעניננו: איך האב נישט געליינט די תגובות פון די אנדערע שרייבערס. אויך האביך נישט געהערט דעם ספעציפישן פראגראם פון קוירטיס סליווא, וועלכער האט פאראויסגעזאגט (היל"ת) אז די ארעסטן אין לעיקוואוד זענען נאר געווען א פארשפיעל פון וואס וועט (ח"ו) קומען אין די אנדערע באוואוינטע אידיש געגנטן ווי מאנסי, וויליאמסבורג. בארא פארק, וכו'. ס'דא ווער ס'וועט איהם פארשרייען אלס שונא ישראל און אנטי-סעמיט. וויל איך נאר זאגן איין זאך. איך האב איהם אויסגעהערט אויף זיין פראגראם פאר זייער א לאנגע צייט. און איך ווייס אז ער איז אן אויסגעשפראכענער אוהב ישראל. ס'זענען געווען אומצאליגע אינצידענטן. . .אויך אויף זיין פראגראם ווען ס'זענען ארויפגעקומען דיסקוסיעס איבער אידן און אידישע אישוס איז ער אייביג ארויסגעקומען 100% אויף די זייט פון די אידן.אין קראון הייטס, אין יאר 1991, ווען די שווארצע חיות און אנטיסעמיטן האבן געלאזט זייערע חי'שע אינסטינקטן און שנאת ישראל לויפן אין פולן גאלאפ. און זיי האבן אנגעמאכט א ראיאט. און די פאליציי זענען געשטאנען אונמאכט. לויט די באפעללן פון דעם בהמה'שן שווארצן מעיאר דעיוויד דינקינס (ניין. מ'קען נישט זאגן אז ער איז אן אנטיסעמיט. אבער א גרויסער בהמה איז ער יא.) און זיין אנטיסעמיטשן שווארצן פאליס קאמישאנער. די שווארצע חיות האבן במשך פון א גאנצע וואך געשלאגן, גערויבט און געפלינדערט מכל הבא תחת ידם.און די ליבעראלע מידיא ווי די נ.י טיימס האבן נאך קאלטבלוטיגערהייט צוגעגאסן אויל אויפ'ן פייער. און זיי האבן נאך אהערגעשטעלט די ראיאטן כאילו ס'איז א ..."פייט צווישן די אידן און די אפריקאנער אמעריקאנער קאמיוניטי"...כלשונם המשוקץ. און קיין איין נארמאלער מענטש, איד אדער גוי האט זיך געטרויעט אריינצוגיין אין יענע געגנט. איז ער, קוירטיס סליווא ארייגעגאנגען דארט. און ער האט רעפארטעד אויפ'ן רעידיא זייער קלארע און אומ- צוויי דייטיגע ווערטער. ער האט די שווארצע אנגערופן חיות. און קלאר ארויס געזאגט וואס קיין איינער אין די מידיא האט נישט געזאגט. אז די אידן זענען 100 אומשולדיג...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 12:14 pm

· #377775
תורה ומדע
לא הבנתי דבריך.
ס׳אונטערשטע שורה: דער רמ״א פסק׳נט אז במקום חסרון פרנסה וואס ברענגט קטטה כמבואר לעיל ווערט מבוטל, נישט נאר אפגעשטופט, דעם ״לערב אל תנח״ מכ״ש פון מצוות יבום. וק״ל. ולכן מצווה לפרסם לענ״ד.


שטייט במקום קטטה וועגען געלט, נישט במקום חסרון געלט. און דאס איז אויך נאר בנוגע חתונה האבען מיט א פרוי וואס איז אן אינו בת בנים. און דאס שטימט טאקע, ווייל די מצוה פון חתונה האבען איז לעבען ווי א נארמאלע מענטש, אן קטטות. ווען ער האט חתונה מיט א בעלת קטטה, האט ער נישט מקיים געווען זיין מצוה פון חתונה האבען, און דעריבער פאסט נישט צו נוצען דער מצוה פון חתונה האבען אויף נישט מקיים זיין די מצוה.
ווען איינער איז פארהייראט, און די שאלה איז צו ער זאל עפעס נעמען פילען צו וואס דוחה צו זיין דער מצוה פון בערב אל תנח ידיך, ווי האסטו געזען א מקור אז דאס ווערט נדחה צוליעב קטטה?

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 12:20 pm

· #377777
פון די גמ׳ און רשי איז מוכרח אז חסרון געלט איז היינו הך מיט קטטה. מסכים?
חתונה האבען מיט א פרוי שאינה בת בנים איז א ביטול פון לערב אל תנח. מסכים?
נעמען פיללען איז נאר דוחה אל תנח.
ממילא מעג מען במקום חסרון פרנסה.
איך בין מסכים זעך איבער צו צייגען אז איך מאך א טעות אויב סאיז אזוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 12:36 pm

· #377780
דו מאכסט זיך נישט וויסענדיג פון די סברא וואס איך האב געשריבען? אז דא רעדט זיך נישט פון ביטול, נאר אוממעגליכקייט פון מקיים זיין? אדער תוך דבריך האסטו עס פארענטפערט? ווייל לע"ע טרעף איך עס נישט.

טאמער דו דינגסט זיך, פרעג איך דיר, וואס איז פשט אז א מצוה דאורייתא איז נדחה מחמת קטטה? אנדערע מצוות האבען אויך אזא דין?

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 12:57 pm

· #377783
סאיז א ספיציעלע דין אזא, אין יבום טאקע, וואס ליגט אין ״ודברו אליו״. דער דין, ווייזט אויס, זאגט אז במקום קטטה פאלט אוועק מצוות יבום. דער תה״ד איז מחדש אז עס זאגט זעך אויכעט ביים דרבנן פון לערב אל תנח.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 4, 2017 6:26 pm

· #377836
מען איז פארפארן צו די הלכה חלק וועלכע איז שוין איבערגעשמועסט געווארן באריכות כמ"פ אין מאחורי, צב"ש

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5861">viewtopic.php?f=22&t=5861</a><!-- l -->

אדער דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2083">viewtopic.php?f=22&t=2083</a><!-- l -->

ואם תרצה, איז דא אויך אביסל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4397">viewtopic.php?f=13&t=4397</a><!-- l -->

איך מיין מען זאל איבערלאזן דעם אשכול פאר פראקטישע שמועסן.

פליקער » דינסטאג יולי 4, 2017 7:22 pm

· #377840
Re: ואת עמלינו
א דאנק שמעקעדיג פארן זיך אנעמען פארן כבוד האשכול.
גנב'ן איז זיכער אסור מן התורה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 7:33 pm

· #377842
Re: ואת עמלינו
במקום קטטה אויך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 4, 2017 7:39 pm

· #377845
פליקער
א דאנק שמעקעדיג פארן זיך אנעמען פארן כבוד האשכול.
גנב'ן איז זיכער אסור מן התורה.

פליקער: דער הייליגער קא-"פישער" דיין זכותו יגון עלינו האט מתיר געווען צו גנב'נען קודם פון די ממשלה. נאכדעים פון ציונים. אפילו פון היימישע אויכעט. אז מ'שמירט אונטער לכה"פ אן אלף'ל פאר זיין תלמיד איצא שייגעץ...!

מפוזרי » דינסטאג יולי 4, 2017 7:44 pm

· #377846
Re: ואת עמלינו
ס'נישט זיכער אסור.
און דאס איז דער פראבלעם. פארוואס גנב'עט נישט א גוי וואס גלייבט נישט אין גאט (אויב ער גנב'עט נישט)? ווייל ס'לוינט אים נישט. מ'קען אים כאפן, און אפילו אן דעם, פאר א געווענליכער מענטש איז עס צו פיל פרעשור און נישט באקוועם צו זיין א גנב.

א איד האט נאך חשבון אין לעבן. אחוץ פראקטישקייט, דארף ער אויך רעכענען מיט גאט.
און דאס קען אמאל פארמישן און מאכן פארגעסן פון דער פראקטישער חשבון.
אבער סוף כל סוף דארף דער פראקטישער חשבון גענוגן נישט צו גנב'נען.
און אויב לוינט זיך עס יא פראקטיש - צוליב די געדרוקטע אומשטענדן - וועט מען גנב'נען!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 10:26 pm

· #377865
Re: ואת עמלינו
איך האב אויפגע׳עפענט דער שמועס וועגען בירט"ה קאנטראל דא.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/377862">viewtopic.php?p=377862#p377862</a><!-- l -->
איך פארשטיי נאר נישט פ"וו כבטד האשכול פאדערט אז מ׳זאל דוקא נישט רעדען אין לערנען. אין כבוד אלא תורה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כפתור » דינסטאג יולי 4, 2017 11:09 pm

· #377868
תורה ומדע
ה. ישיבה בחורים זאללען קובע זיין צייט צו לערנען נ״ך, ספרי אמונה ודיעות ווי צום ביישפיעל ספר הכוזרי, חובת הלבבות, רמבם הלכ׳ דיעות, מהר״ל, וכדומיהן.


איך בין מסכים מיט אלע פונקטן. אבער וואס וועט נאמבער 'ה' אויפטוען??

ס'איז דא צוויי וועגן וויאזוי צו פארעכטן פינאנציעלע פראבלעמען. 1): אראפברענגען די הוצאות. 2): ארויפברענגען די הכנסות.
די ביסט מער געגאנגען מיט די צווייטע גאנג, און ס'איז א גוטע פוינט. אבער וואס איז זיכער אז אויף אנצוהייבן דארף מען ערשט אראפברענגען די הוצאות. אוודאי ווען מ'ווערט געהאלפן און די הכנסות הייבן זיך, קען מען לויזענען די פאסיק. אבער ביז דאס געשעהט, און אויב דאס געשעהט, ברויך מען קודם איינציען, בבחינת סור מרע ועשה טוב.
און מיין אפיניאן, די הוצאה פון חתונה מאכן די קינדער איז די גרעסטע לאך און טאש, און אן צו פארעכטן די פראבלעם איז ווי פרובירן צו אנפילן א טאפ מיט וואסער אן דעם וואס מען זאל פארעכטן די לאך. טראכט אריין: נעם אוועק די הוצאה, און כמעט אלע פינאנציעלע פראבלעמען פאלן אוועק, מ'וועט סך הכל דארפן ברענגען נארמאל פרנסה, אן ברויכן ארבעטן 16 שעה א טאג
איך וואלט מציע געווען אז יעדע חתן כלה זאלן זיך אליינס חתונה מאכן. איך ווייס אז ס'זאגט זיך גרינג, אבער שטעלט אייך פאר וואסערע תקנת עולם דאס וואלט געווען אז מ'דארף נאר איינמאל און לעבן ,דילען' מיט א חתונה, די צוקומפטיגע קינדער וועלן זיך אליינס פארענען דערמיט. (איך בין זיכער אז אויב מ'מאכט זיך אליינס חתונה וועלן די תקנות קומען פון זיך אליין, מ'וועט נישט דארפן צווינגען)

ב.ד.וו. איך ווארט נאך אויף די צווייטע חתונה און א בית מדרש.

תורה ומדע » דינסטאג יולי 4, 2017 11:31 pm

· #377876
לערנען השקפה און מחשבה ספרים פארשטערקערט דאס זעלבסט זיכערהייט פון א אינגערמאן און אזוי קען ער זיך האלטען מער ערליך אויב ער גיייט שטודידרען אדער אין ביזנס.
לעניין נידערן די הוצאות בין איך מסכים מיט דיר א 100%. מיר מוזען אויפהערן מיט די גרויסע חתונות מיט די 5000 דאללערדיגע שטריימלין אזוי ווי עס איז שוין ארום געשמועסט באריכות אין אנדערע אשכולות. האועבער, שכ״ל איז נאך אלץ א מעידשער עקספענס וואס קאסט אפ א משפחה אין די פערציג טויזענד דאללער א יאהר ראנגע. און צו דעם איז נישטא קיין פשוטע עצה.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 11:40 pm

· #377878
Re: ואת עמלינו
@כפתור,
און מיין אפיניאן, די הוצאה פון חתונה מאכן די קינדער איז די גרעסטע לאך און טאש,

האסט א שטארקע פאינט, אבער די הוצאות פון חתונה מאכן קינדער הייבט זיך הערשט אן בערך 19 יאר נאכדעם וואס מ'האט אליין חתונה געהאט.
היינט צו טאג זענען קאפל'ס אזוי ווי 5 יאר נאך די חתונה אין חובות, קרעדיט קארדס גמ"חן מ'ציט די טישטעך דע זייט און נאכדעם יענע זייט ביז ס'שוין נישט ווי צו ציען.
סיי ווייל מ'דארף ווייזן פאר יענעם אז איך בין נאך א כולל אינגערמאן, און אפילו איינער איז שוין יא גליקלעך צו גיין יא ארבייטן כאטשיג א יאר נאכן חתונה, דארפן זיי צאלן הימל שרייענדע רענט ושאר הוצאות וואס א צווייטער וואס איז נישט געבענטשט מיט אינזער געבענטשטען קולטור האט נישט די אלע אומגעהויערע גרויסע הוצאות.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 4, 2017 11:49 pm

· #377879
Re: ואת עמלינו
"לערנען השקפה און מחשבה ספרים פארשטערקערט דאס זעלבסט זיכערהייט פון א אינגערמאן און אזוי קען ער זיך האלטען מער ערליך אויב ער גיייט שטודידרען אדער אין ביזנס"
געוואלדיג!!![emoji106]

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 3:26 am

· #377886
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אויפגע׳עפענט דער שמועס וועגען בירט"ה קאנטראל דא.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/377862">viewtopic.php?p=377862#p377862</a><!-- l -->

האלט זיך מיט דיינע סודות. רעד צו זיך

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 3:29 am

· #377887
וואס איז אונזער היתר עובר זיין אויף ללמדו אומנות. אין נאך בארויבן זיין קולדז פראגראם

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 6:42 am

· #377891
Re: ואת עמלינו
ס׳איז אביסל קאמיש צו ליינען פון די $5000 שטריימעל, כאילו א $500 איז יא בארעכטיגט. מ׳האט מיר לעצטענס מציע געווען א שייטעל אן $1800דיגע פאר $300 פון טשיינע. דאס איז א געוואלדיגע מציאה? ווען מ׳גייט אריין אין פוד סטעמפס אפיס און זיי ווייסען אז דו האסט גאר א קאפ צודעק פאר $300 מאכט עס סענס. און דער $200 קנייטש הוט איז די זעלבע זאך. אונזער לעבען שטייגער איז צו טייער, מיר האבען צו פיהל ׳צרכים׳ וואס פון דעם רירט מען זיך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » מיטוואך יולי 5, 2017 7:06 am

· #377893
מאה אחוז. אבער צו דאס קאסט פון שכ״ל און קעמפ וואס דאס איז בנפשנו ובנפש ילדינו קומט עס נישט צו. א אינגערמאן מיט פינף קינדערלעך אויב ער דארף באצאהלען פול פרייז שכ״ל מיט רענט אדער מארטגעדש און העלט אינסורענס דארף ער פארדינען א מאה ועשרים א יאהר מינימום. דער mean us household income איז ערגעץ אין די זעכציג אלפים ראנגע. שומו שמים!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 7:29 am

· #377894
דער mean US household income איז בכלל נישט קיין קובע פאר אונז. דאס באציט זיך אויף גאנץ אמעריקא, וואס איז גענצליך נישט פאראייניגט אין איהרע פרנסה געלעגנהייטן און אומשטענדן. ברענג א ראיה פון די וואס וואוינען נאנט צו מאנהעטן, וואס טוישט גענצליך דער ענין.

מיר פראבירן צו לעבן אין אן אייגענעם וועלט, אבער ווען מ'דארף קויפען זאכען אין דער פרעמד, העלפט עס נישט. די פרייז פון זאכען זענען געמאסטען לויט די פרייז פון אלגעמיינעם לעבן. אן ארבעטאר מוז עסן, און אויף די פרייז פון עסן איז געבויעט די פרייז וואס דו צאלסט פאר זיין ארבעט. די פרייז פון העלט אינשורענס איז געבויט אויף וואס מענטשן קענען באצאלן, און לויט ווי זיי לעבן. דער דורכשניטליכע גוי ברענגט צוויי געהאלטן אין שטוב, פרויען ארבעטן פונקט ווי מענער. אז מיר ווילן עפעס בעסער מאכען ביי אונז, מוזן די היימישע ווייבער אנהייבן ארבעטן. דער משוגעת אז 'אינדערהיים' בלא בלא בלא, ווען אינדערהיים האט מען נישט געהאט קיין וואשמאשין צו דיש וואשער, קיין מייקראוועיוו צו קיין טעיק אוט (זעסט, אלע ווערטער זענען אויף ענגליש, ווייל אידיש האט נישט קיין טערמינען פאר די זאכען), און די צייט איז געווען פארנומען בלויז מיט שטוב זאכן, איז בעוכרינו.

פליקער » מיטוואך יולי 5, 2017 9:23 am

· #377907
Re: ואת עמלינו
איך האב באקומען מיין נייע שכר לימוד ביל ווי סאטמער שמייסט אריין אין מיר איין'ס און א גוט'ס, איך פארשטיי אלעס אבער פארוואס מיזן זייעס אריין טייטשן אין פסוק נקבה שכרך ואתנה. פארוואס קענען זיין ארויף מיט שכר לימוד נאר אויב זיי האבן אראי' מפורשת מן התורה.

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 9:36 am

· #377908
זיי ווילן רעדן ווי לבן

newkave » מיטוואך יולי 5, 2017 10:22 am

· #377912
ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז אביסל קאמיש צו ליינען פון די $5000 שטריימעל, כאילו א $500 איז יא בארעכטיגט. מ׳האט מיר לעצטענס מציע געווען א שייטעל אן $1800דיגע פאר $300 פון טשיינע. דאס איז א געוואלדיגע מציאה? ווען מ׳גייט אריין אין פוד סטעמפס אפיס און זיי ווייסען אז דו האסט גאר א קאפ צודעק פאר $300 מאכט עס סענס. און דער $200 קנייטש הוט איז די זעלבע זאך. אונזער לעבען שטייגער איז צו טייער, מיר האבען צו פיהל ׳צרכים׳ וואס פון דעם רירט מען זיך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פארוואס טראגסטו א שייטל?

טעכניש » מיטוואך יולי 5, 2017 12:41 pm

· #377930
newkave


פארוואס טראגסטו א שייטל?

ממש א באמבע קשיא.
אפשר דארף ער דאס פאר זיין ווייב, אפשר פאר זיין באבע און אפשר גאר פאר א קראנקע טאכטער. למאי נפקא מינא?

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 12:56 pm

· #377936

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 5, 2017 12:57 pm

· #377937
Re: ואת עמלינו
פליקער
איך האב באקומען מיין נייע שכר לימוד ביל ווי סאטמער שמייסט אריין אין מיר איין'ס און א גוט'ס, איך פארשטיי אלעס אבער פארוואס מיזן זייעס אריין טייטשן אין פסוק נקבה שכרך ואתנה. פארוואס קענען זיין ארויף מיט שכר לימוד נאר אויב זיי האבן אראי' מפורשת מן התורה.

ס'סאך געשמאקער צו זיין א נבל ברשות התורה, קענסט די טייטש פון תמים תהי' "עם" ד' אלוקיך?

בן אדם » מיטוואך יולי 5, 2017 1:01 pm

· #377938
פליקער
איך האב באקומען מיין נייע שכר לימוד ביל ווי סאטמער שמייסט אריין אין מיר איין'ס און א גוט'ס, איך פארשטיי אלעס אבער פארוואס מיזן זייעס אריין טייטשן אין פסוק נקבה שכרך ואתנה. פארוואס קענען זיין ארויף מיט שכר לימוד נאר אויב זיי האבן אראי' מפורשת מן התורה.

יעצט קענסטו זיי צוריק שיקן אן ענטפער - אויך מן התורה - במתק לשונך

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 5, 2017 1:18 pm

· #377942
diff

דיףף: זיי פארקויפן פאר גוי'אישע פרויען. אונזערע אידישע פרנצעסינס מוזן האבן א שייטל פאר לכה"פ 3,000 דאללער. פאר $1,500 באקומסטו נאך א שמאטע...!