שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11611
שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
איך הער אז די פעדס האבן ארעסטירט אפאהר משפחות אין נוא דשערזי. דער עולם לערנט זיך ניט אפ? מיר זענען ממש ככלב שב על קיאו 😳
תורה ומדע: ס'איז דא ווייניג דיטעילס איבער די פרשה פון דעם ארעסט פון הרב סאראצקין ומשפחתו. אבער לויט ווי די נייעס קוועלער געבן איבער האט דער חשוב'ער רב שליט"א געוואשן געלטער ביי א געוויסן סטאר. אזוי ארום (אזוי טענה'ן זיי) האבן זיי איהם געקענט כאפן...! לאמיר ווארטן ביז ס'וועט ארויסקומען מער פרטים איבער די פרשה. ווען דער געוועזענער יו.עס. אטוירני פריעט בהארארא זכותו יגון עלינו איז געווען אין אמט האט מען געקענט זאגן אז ער זוכט סענזאציאנאלע נייעס צו קענען מאכן גרויסע העדליינס. אבער דער איצטיגער באאמטער איז נישט באוואוסט צו זיין א פובליסיטי-הונגעריגער מענטש...!
berlbalagulehתורה ומדע: ס'איז דא ווייניג דיטעילס איבער די פרשה פון דעם ארעסט פון הרב סאראצקין ומשפחתו. אבער לויט ווי די נייעס קוועלער געבן איבער האט דער חשוב'ער רב שליט"א געוואשן געלטער ביי א געוויסן סטאר. אזוי ארום (אזוי טענה'ן זיי) האבן זיי איהם געקענט כאפן...! לאמיר ווארטן ביז ס'וועט ארויסקומען מער פרטים איבער די פרשה. ווען דער געוועזענער יו.עס. אטוירני פריעט בהארארא זכותו יגון עלינו איז געווען אין אמט האט מען געקענט זאגן אז ער זוכט סענזאציאנאלע נייעס צו קענען מאכן גרויסע העדליינס. אבער דער איצטיגער באאמטער איז נישט באוואוסט צו זיין א פובליסיטי-הונגעריגער מענטש...!
איך ווייס נישט גענוי וואס טוט זיך און עס איטרעסירט מיר ניט צופיעל. האועבער, איך בין מתפלל אז מיר זאללען שוין קענען מחזיר זיין עטרה ליושנה, און אונזערע מוסדות זאללען ארויסגעבען אינגעלייט ערליכע וואס קענען זיך מפרנס זיין בהיתר ובכבוד. זאלל עס זיין וויאזוי נאר, צו מיט קאללעדזש דעגריס, בירט קאנטראלל, וואקעישענעל סקולס, וכדו׳.
פארפאללען, מען קען קען נישט זיין אן ערליכער איד און נישט גורס זיין דעם ״לא תגנוב״ פונעם אמעריקאנער שטייער באצאהלער. נשאת ונתת באמונה איז דער ערשטער שאלה אין בי״ד של מעלה. דוכטצאך אז דאס איז פאר מען פרעגט צו ״ביזט גאגאנגען שטימען אין די ישראל׳ישע וואהלן אדער געגאנגען אין צה״ל״.
יעדער גנבט די רייכע איוועדן טעקס די ארימע כאפן סאשיעל סערוויסעס.
כוויל וויסן איימאלצפאר אלעמאל איז דא הארטע נומבערס אס חרידישע אידן ווערן געכאפט מער ווי אנדערע?
נולד מאוחריעדער גנבט די רייכע איוועדן טעקס די ארימע כאפן סאשיעל סערוויסעס.
כוויל וויסן איימאלצפאר אלעמאל איז דא הארטע נומבערס אס חרידישע אידן ווערן געכאפט מער ווי אנדערע?
יעדער גנב׳ט איז איבערהויפט ניט קיין תירץ אין געריכט אדער פארן באוואוסטזיין.
תורה ומדעאיך הער אז די פעדס האבן ארעסטירט אפאהר משפחות אין נוא דשערזי. דער עולם לערנט זיך ניט אפ? מיר זענען ממש ככלב שב על קיאו 😳
ס'איז א גרויסע קידוש השם... ס'ווייזט אז אלע אידן זענען אייניג, בני איש אחד, אפגעזעהן ווי גוט מ'האט געלערנט ענגליש אלץ קינד..
דער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
מ'שמועסט אז ס'קומט נאך ארעסטן מארגן און איבער-מארגן. א קאפיטעל תהלים וואלט נישט געשאדט.
מענטשען וואס האבן געליינט די קלאגעס זענען ערשטוינט ווי שוואך זיי זענען. מ'דארף זיך עכט שרעקן, ס'איז מדת הדין מתוחה.
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: און דער ריעל עסטעיט שווינדלער און גנב, וועם דער ..."משפחה"... האט אנגערופן ..."נגיד"... איז אויכעט נישט קיין פארחניאק'טער חסיד וואס קען נישט קיין 2 ווערטער ענגליש. אויך גייט ער נישט מיט א שטריימל און בעקישע...! אבער ווען ס'געשעהט ביי די..."האסידים"...דאמאלס וועקן זיך אלע ..."חילול השם"...מענטשן אויף!
קען איינער געבן מער פרטים וואס איז פארגעקומען און וואס זייער עבירה איז געווען?
ליטוואק פון בודאפעסטדער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
מ'שמועסט אז ס'קומט נאך ארעסטן מארגן און איבער-מארגן. א קאפיטעל תהלים וואלט נישט געשאדט.
מענטשען וואס האבן געליינט די קלאגעס זענען ערשטוינט ווי שוואך זיי זענען. מ'דארף זיך עכט שרעקן, ס'איז מדת הדין מתוחה.
jp updates האט עס יא געמאלדן
לויט די פרעסע מעלדונגען האט מען ארעסטירט נאך זעקס מענשען. דריי מענער און דריי פרויען. זיי זאגען אז סקומען נאך מער רח״ל.
רבותי, אוואו זענען די רבנים און עסקנים פון בארקלעיס... שומו שמים ...
מוואלט געדארפען ארויס גיין מיט מאסן פראטעסטן אנטקעגן די אללע וואס האבען אוועקגעשטעלט אונזער געזעלשאפט פון לוקסוס און איבריגקייט באיצטלא דרבנן, און שרייען ״דאס איז נישט דער דרך התורה אין גלות פאר משיח וועט קומען, מען טאר נישט לאזען דעם עולם גנבנען פונעם אמעריקאנער בירגער אזוי ווי עס ווייסט כל אוזן ששמעה על הר סיני ׳לא תגנוב׳. ״
דאס לוקסוס און קאלטור פון גניבה פארעקלט אונזער דמות בעיני הבריות, און טריפה׳נער געלדט איז נישט דער דרך התורה. לערנען אן אומנות, אפשטיפען די חתונה, אדער דאס גע וירדן קינדער ביז ווען מהאט א פרנסה קלה ונקיה איז ניט קיין עבירה. אבער געקייטעלטע אינגעלייט מיט זייערע ווייבער איז א מרפסין אגרא׳דיגער עוולה וואס שרייט ארויס קעגען אונז, אונזערע מנהיגים און ח״ו די תוה״ק זעלבסט.
ליטוואק פון בודאפעסטדער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
קאווע טרינקער
איך וואלט עס נישט אנגערופן קידוש השם, אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל שרייען חילול השם, אזאך וואס פאסירט געווענדליך ווען מ׳ארעסטירט חסידים.
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
תורה ומדעלויט די פרעסע מעלדונגען האט מען ארעסטירט נאך זעקס מענשען. דריי מענער און דריי פרויען. זיי זאגען אז סקומען נאך מער רח״ל.
רבותי, אוואו זענען די רבנים און עסקנים פון בארקלעיס... שומו שמים ...
מוואלט געדארפען ארויס גיין מיט מאסן פראטעסטן אנטקעגן די אללע וואס האבען אוועקגעשטעלט אונזער געזעלשאפט פון לוקסוס און איבריגקייט באיצטלא דרבנן, און שרייען ״דאס איז נישט דער דרך התורה אין גלות פאר משיח וועט קומען, מען טאר נישט לאזען דעם עולם גנבנען פונעם אמעריקאנער בירגער אזוי ווי עס ווייסט כל אוזן ששמעה על הר סיני ׳לא תגנוב׳. ״
דאס לוקסוס און קאלטור פון גניבה פארעקלט אונזער דמות בעיני הבריות, און טריפה׳נער געלדט איז נישט דער דרך התורה. לערנען אן אומנות, אפשטיפען די חתונה, אדער דאס גע וירדן קינדער ביז ווען מהאט א פרנסה קלה ונקיה איז ניט קיין עבירה. אבער געקייטעלטע אינגעלייט מיט זייערע ווייבער איז א מרפסין אגרא׳דיגער עוולה וואס שרייט ארויס קעגען אונז, אונזערע מנהיגים און ח״ו די תוה״ק זעלבסט.
@תורה ומדע: כ'בין א גרויסע חסיד פון דיין נאמען. דו זאגסט גוט, האסט א גוטע פאוינט, אז מ'טאר נישט גנבנען פון קיינעם נישט פון א איד און נישט פון א גוי און אפילו נישט פון פעטער שמואל, און בכלל דע געדאנק פון לעבן אויף יענעמס חשבון איז נישט קיין אויסגעהאלטנע זאך.
אבער איין טעות וואס דו מאכסט איז, אז די ישועה וועט לכאורה נישט קומען פון די מנהיגים וואס זיצן על סיר הבשר און פארוואלטן אויף ריזיגע באנק אקאונטס מיט אויסגעצאלטע ריעלעסטעיט וואס זיי האבן ארויסגענוגט פון זייערע צאן קדשים, זיי האבן אפילו נישט די פרעשור ווען איינער גייט אין חד גדיא, וואס אפילו ס'געטוהן געווארן לכבוד זיי ווייל זיי זענען קלוגער פון דעם, זייערע נעמען זענען ריין, כידוע.
די ישועה וועט לכאורה נאר קומען פון יעדן יחיד וואס וועט אפמאכן אז אינאפ איז אינאפ, אז די ריכטיגע וועג איז "תורה ומדע" תורה ויראה האט מען שוין פרובירט פאר כמעט 60 יאר ענד סאם האו איט דידנט ווערק, גאט האט אסאך בעסער ליעב "תורה ומדע"
כ'ווייס אז ס'דא חברה וואס גייען שרייען אז ס'דא פראבלעמען דארט אויך, אמת, אבער פרעצענטואל זעהט מען דארט ווייניגער פראבלעמען, והשנית ס'דא א חילוק ווען א מענטש האט די ברירה צו לעבן ווי א נארמאלע מענטש, און ער וועהלט צו לעבן קרום, קעגן א מענטש וואס האט בכלל נישט אזא טשויס, גלייך ווען ער הייבט נאר אן צו טראכטן עפעס נארמאל דערזעהט ער זיך אלל אוו עי סאדן מיט 4 קינדער מיט אומגעהוירע רענט וואס גראבט א לאך טיפער ווי די תהום און ווען ער וויל זיך העלפן פרובירט ער אלע משוגענע זאכן.
זאל דער בוכ"ע חונן דעת אלע אידישע קינדער בקרוב ממש, ווייל ס'כלו כל הקיצין
איי.... מיין הארץ טריפט מיט בלוט
איך שפיר ווי ירמי׳ הנביא אין די גאסען פון ירושלים בעת׳ן חורבן זאגענדיג ״איי טאולד יוא סא״.
כדי צו עס מאכען מער דראמאטיש שרייבען זיי אין די נייעס אז סך הכל האט מען גע'גנב'ט 'איבער א מילליאן' דאלער, כאטש אז דאס איז צווישן אכט מענטשן. איז דאס א נארמאלער זאך?
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
מ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.
איינער פון די היינטיגע ארעסטאנטען קען איך זייער גוט. לוקסוס?! וואס ווען ווי?! ער לעבט בדחקות נורא ובצמצום גדול! א צדיק פון א יונגערמאן.
דער רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף לעיקוואוד, ווארשיינדליך פאר פאליטישע סבות.
יא, מ׳וואלט געמעגט מער אכטונג געבען. אבער דאס זאגען אז די אלע ארעסטאנטען האבען געלעבט א שוואוילטאג אויף דער רעגירונג׳ס חשבון, איז פון די שקרים פון די צייטונגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטמ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.
איינער פון די היינטיגע ארעסטאנטען קען איך זייער גוט. לוקסוס?! וואס ווען ווי?! ער לעבט בדחקות נורא ובצמצום גדול! א צדיק פון א יונגערמאן.
דער רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף לעיקוואוד, ווארשיינדליך פאר פאליטישע סבות.
יא, מ׳וואלט געמעגט מער אכטונג געבען. אבער דאס זאגען אז די אלע ארעסטאנטען האבען געלעבט א שוואוילטאג אויף דער רעגירונג׳ס חשבון, איז פון די שקרים פון די צייטונגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יישר כוח פארן אויפמערקן דעם עולם אז דער אינגערמאן איז א חשובער איד. פון דער אנדערען צד, ברענגט דאך דאס ארויס דאס געפערליכער מצב אין וועלכער מיר געפונען זיך...
זיצען און לערנען איז אויך בבחינה מסיומת א לוקסוס...
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
ס׳איז א פרטישע מעשה, נישט פארבונדען מיט דער געזעלשאפט. יא, ס׳איז מסתמא דא מענטשען וואס שפילען דער סיסטעם, און דאס איז מעגליך פארבונדען מיט א גלויבונג אז משפטים בל ידעום, אבער דא איז דאס נישט די מעשה, עכ"פ נישט ביי אלע ארעסטאנטען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטמ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.
איינער פון די היינטיגע ארעסטאנטען קען איך זייער גוט. לוקסוס?! וואס ווען ווי?! ער לעבט בדחקות נורא ובצמצום גדול! א צדיק פון א יונגערמאן.
דער רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף לעיקוואוד, ווארשיינדליך פאר פאליטישע סבות.
יא, מ׳וואלט געמעגט מער אכטונג געבען. אבער דאס זאגען אז די אלע ארעסטאנטען האבען געלעבט א שוואוילטאג אויף דער רעגירונג׳ס חשבון, איז פון די שקרים פון די צייטונגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פעי״ק ניו״ס בלע״ז...
שבת אחים: רעד קלארע דיבורים. דו האלטסט אז די ארעסטירטע אידן אין לעיקוואוד זענען גילטי אדער נאט גילטי. דער סיסטעם טויג דאך נישט. און מ'מוז ווערן או.טי.די. ווייל דו זעהסט דאך וואס ס'קומט ארויס פון די ערליכע אידן וועלכע זיצן און לערנען...בלא...בלא...בלא...יו אר טו פרעדיקטעבל..!
כ'האב געזעהן ברענגן אז די גאווערמענט האט עטליכע יאר צוריק עמטליך געווארנט (וואס איז אנדערש ווי געווענליך ווי די רעגירונג זוכט דווקא איינצומיירן כידוע) די קאמיויטי לידערס אז מען זאל אנזאגן דעם עולם זאל סטאפן די פראודס. אויב דאס איז אמת זאלן די חברה פיין זיצן.
אה''נ אז די שווארצע און מעקסיקאנער דארפן אויך זיצן אבער דאס זאלן זיי דיסקאסירן אין זייערע ק''ש, דא רעדט מען בנוגע היימישע אידן גנבים.
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
יא, אין 2015 האט ער געווארענט, און אלע ארעסטס זענען פאר מעשים ביז 2014.
ס׳איז צו באשטוינען ווי מ׳קען ארייננער׳ן דער עולם מיט אמת׳ער נייעס, וואס איז פולקאם שקר. ומכאן יקיש צו אלע גיוס נייעס אין א"י וכדו׳. יא, ס׳איז אמת, אבער שקר נאכאלס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט אז פאר פראודסטערס פון 2014 קומט זיך נישט קיין שטראף. אבער טאמער מען האט איינעם געווארענט און ער האט ממשיך געווען צו גנבנען זאל ער שיינערהייט זיצן און זיך נישט מאכן פאר א רחמנות.
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
איך אויךנישט אז פאר פראודסטערס פון 2014 קומט זיך נישט קיין שטראף. אבער טאמער מען האט איינעם געווארענט און ער האט ממשיך געווען צו גנבנען זאל ער שיינערהייט זיצן און זיך נישט מאכן פאר א רחמנות.
דו האסט א פראבלעם מיט ליינען? ווער האט געטוהן נאכ׳ן ווארענען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך אויךכ'האב געזעהן ברענגן אז די גאווערמענט האט עטליכע יאר צוריק עמטליך געווארנט (וואס איז אנדערש ווי געווענליך ווי די רעגירונג זוכט דווקא איינצומיירן כידוע) די קאמיויטי לידערס אז מען זאל אנזאגן דעם עולם זאל סטאפן די פראודס. אויב דאס איז אמת זאלן די חברה פיין זיצן.
אה''נ אז די שווארצע און מעקסיקאנער דארפן אויך זיצן אבער דאס זאלן זיי דיסקאסירן אין זייערע ק''ש, דא רעדט מען בנוגע היימישע אידן גנבים.
איך אויך: ווען א איד מיט א גרויסע משפחה שרייבט אריין א ביסל ווייניגער ווי ער פארדינט, כדי צו באקומען שטאטישע הילף, הייסט ער נאכנישט קיין גנב. ווייל זייערע סעטנדערדס זענען זייער שטארק אומרעאליסטיש. אבער דאמאלס דארף מען לעבן באשיידן. און ווען דער זעלבער מענטש לעבט א לוקסוס'דיגן לעבן מיט אלע תענוגי והבלי עוה"ז. און מ'שטופט אדורך גרעסערע סכומים אויף סיי וואספארא אופן, און זיי כאפן. איז מען זיך אליינס שולדיג. די שיקריות'דיגע און רשעות'דיגע מידיא טענה'ן אז איינער פון די מענטשן וועם מ'האט ארעסטירט האט געוואשן גרויסע סכומים דורך א סטאר... און אזוי ארום האבן זיי איהם געכאפט. איך גלייב עס אבער נישט. דער עיקר איז, אז מ'דארף מתפלל זיין אז מ'זאלל נישט דארפן אנקומען צו די שטאטישע און רעגירונגס הילף. ווייל ס'איז כמעט יצא שכרו בהפסידו...!
סאיז לכאורה למען ישמעו וייראו. מען שטראפט נישט שטארק פאר שנארן
וואס גייט מען זיי טון דערפאר. ווייטער אויסהאלטן
תורה ומדעberlbalagulehתורה ומדע: ס'איז דא ווייניג דיטעילס איבער די פרשה פון דעם ארעסט פון הרב סאראצקין ומשפחתו. אבער לויט ווי די נייעס קוועלער געבן איבער האט דער חשוב'ער רב שליט"א געוואשן געלטער ביי א געוויסן סטאר. אזוי ארום (אזוי טענה'ן זיי) האבן זיי איהם געקענט כאפן...! לאמיר ווארטן ביז ס'וועט ארויסקומען מער פרטים איבער די פרשה. ווען דער געוועזענער יו.עס. אטוירני פריעט בהארארא זכותו יגון עלינו איז געווען אין אמט האט מען געקענט זאגן אז ער זוכט סענזאציאנאלע נייעס צו קענען מאכן גרויסע העדליינס. אבער דער איצטיגער באאמטער איז נישט באוואוסט צו זיין א פובליסיטי-הונגעריגער מענטש...!
איך ווייס נישט גענוי וואס טוט זיך און עס איטרעסירט מיר ניט צופיעל. האועבער, איך בין מתפלל אז מיר זאללען שוין קענען מחזיר זיין עטרה ליושנה, און אונזערע מוסדות זאללען ארויסגעבען אינגעלייט ערליכע וואס קענען זיך מפרנס זיין בהיתר ובכבוד. זאלל עס זיין וויאזוי נאר, צו מיט קאללעדזש דעגריס, בירט קאנטראלל, וואקעישענעל סקולס, וכדו׳.
פארפאללען, מען קען קען נישט זיין אן ערליכער איד און נישט גורס זיין דעם ״לא תגנוב״ פונעם אמעריקאנער שטייער באצאהלער. נשאת ונתת באמונה איז דער ערשטער שאלה אין בי״ד של מעלה. דוכטצאך אז דאס איז פאר מען פרעגט צו ״ביזט גאגאנגען שטימען אין די ישראל׳ישע וואהלן אדער געגאנגען אין צה״ל״.
קאלעדג דעגרי איז נישט קיין גרויסע סאלושן. איך קען א איד מיט א דעגרי וואס איז א פשוטע עלעקטריקער. ער זאגט אז עלעקטריקערס מאכן מער געלט. נו וועלכע היימישער וואס האלט ביים ארבעטען קען נישט באקומען א גוט באצאלטע פאסטן אין איינע פון די היימישע עלעקטריק קאנטראקטערס? ווי ס׳באקאנט איז א גרויסע חלק פון אלעקטריק קאנסטראקטיען אנגעפירט דורך היימישע קאמפעניס. און זיי זיכן ארבייטער און היימישע ארבייטער מיט לעכט. איז ווער ברויך א קאלידש דעגרי.
דו פארענטפערסט אונזער מוסדות?
תורה ומדע. אבער וועלכער רבי האסטו צוגעשטעלט פלייש. גייט מען יא פרעגען
מ'וואלט יא געקענט מחנך זיין אז געלט קומט מיט א חשבון. מיר פיהרען זיך אויף כאילו געלט איז אייביג דא, מ'זאגט נישט פאר די קינדער אז מ'האט נישט קיין געלט, און מ'גיבט זיי וואס זיי בעטען, אחוץ ווען מ'קען זיי זאגען אז זיי דארפען עס נישט אדער ס'איז נישט גוט דאס צו האבען. פאר דעם דארף מען נישט קיין קאלעדזש און נישט קיין ענגליש. נעקסטע מאל דיין טאכטער וויל עפעס א נייע צירונג וואס איהר חברט'עס האבען אלע, לערן איהר אויס וויאזוי צו מאכען א בודזשעט, אויף וואס זי דארף מוותר זיין פאר'ן נייעם ציהרונג. זאל זי ארבעטען אביסל און מאכען קלאר די חשבון וויפיהל זאכען קאסטען. און ביי די אינגלעך אל אויך אזוי זיין. זיי ווילען ד' מינים סוכות? מאכט'ס א חשבון מיט זיי וויאזוי זיי וועלען עס אויסצאלען. זיי ווילען קויפען א נייעם שפילצייג? לערן זיי אויס וואס ס'קאסט.
באשולדיגט'ס נישט די מוסדות, דאס קען מען טוהן אין שטוב
און וועלכע מוסדות לערנט מען דאס וואס שרייבסט
און פ"וו לערנט עטץ שנאה צו וויי יו און קול'ג. ווי אלע יודן פלעגן גיין
האבן די אלע ארעסטירטע א שייכות איינער צום צווייטן אדער יעדער האט זיין עבירה?
מען שמועסט אז די שייכות איז אז זיי האבן געקלאגט א אינשורענס קאמפאני, כ'ווייס נישט פונקטליך, און מען דעם איז עס אנגעקומען צו א אינוועסטיגעישאן.
דער ווארט דא איז אז אלע האבען בערל געטוהן די זעלבע זאך, און די אינוועסטיגעישאן האט געהאט א דאמינא עפעקט.
קען זיין אז מען זאגט עס בלויז צו בארואיגן די געמיטער, כדי עס זאל נישט יעדער מורא האבן צו גנב'נען ווייטער.
דער מוסר השכל פין דעם איז (פארשטייט זיך לא תגנוב, אבער פאר די וואס האלטען אז מען מעג וכו') אז הגם דער שכל זאגט אז מען קען עפעס דרייען ווייל יעדער טוט עס, איז בעסער צו זיין קריעטיוו און טרעפען א אייגענע מהלך צו גנב'נען, אז נישט קענען זיי לייגען א צוים ארום אלע אידישע געגענטער און כאפען איינער נאכען אנדערער ווי די פליגן.
וואס זענען די קלאגעס אקעגן זיי?
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
איינער פון די ארעסטאנטען שטייט און טענה׳ט אז ער האט גאר געפרעגט פאראויס צו ער מעג דאס טוהן, און זיי האבען געזאגט יא.
זיי זענען געזונטע רשעים, דאס האט נישט מיט גייען אין קאלעדזש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ער דארף דאס האבען בכתב.
די קעניג פון אמעריקע: איך וויל נאר מעיר זיין אויף דיין תגובה וואו דו זאגסט אז די היימישע יונגעלייט קענען גיין זוכן און באקומען ארבעט ביי עלעקטרישנ'ס און פלאמבערס. דארף מען אבער געדענקען אז די מיני ארבעטן קענמען נישט טון מיט א ישיבה כאלאט און א ווייסע העמעד. אויך דארף מען זיך קענען שמוציג מאכן די הענט. ס'איז ענדערש גלייך צו פשוט נבילתא בשוק, ווי כהנא וגברא רבה אנא...! איינמאל מ'לערנט זיך אויס די פאך. (נישט אין 2 חדשים. אפילו נישט אין 6.) קענמען בעז"ה שיין פארדינען. ווייל קאנסטראקשן איז אייביג דא. אויך עלעקטריק און פלאמבינג סערוויס צו פאררעכטן אין הייזער און אין ביזנעסער...!
איינער א איד וועלכער איז מיט א 30-35 יאר צוריק געווען איינער פון די הויפט מאווערס און שעיקערס (תרתי משמע) פון נעמען רעגירונגס פראגראמען. ער און זיינע חברים/שותפים האבן גענומען מיליאנען דאללער פאר כל מיני פעדעראל פראגראמען בשם כל ישראל. פון וואס דער עולם האט נישט געזעהן קיין פרוטה. ער האט אנגערופן די אלע פראגראמען בלשון ..."פאגראמען"...!
אבער ער אליינס איז נעבעך געבליבן אן אפגעשמיסענער נאר. ווייל ס'איז צום סוף געווארן נתפרדה החבילה. די עף.בי.איי. האטציך אין א שיינעם פרימארגן אנגערוקט און אוועקגעפיהרט אלע זייערע (פאלשע) פיילס כדי לעבור בדיקה. היינט צו טאג איז ער נעבעך אן אפגעשמיסענער ---. ס'איז איהם נישט געבליבן קיין איין פרוטה פון די אלע געגנב'טע געלטער. ס'רוב האט ער פארלוירן ביי אן אנדערן גנב אין ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס. און א טייל איז געגאנגען ארויסצובעילן זיינע בני משפחה פון די פעקלעך וואס זיי האבן זיך אנגעמאכט מיט די פעדעראלע רעגירונג.
מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. ס'איז דא א פאוני ארגאניזאציע וועלכע געבן זיך אן אז זיי טוען איינס פון די מצוות וועלכע זענען אויסגערעכנט אין סידור'ל ביי ברכת התורה. זיי גייען ארום שנארן אין בתי מדרשים. ספעציעל אין שומרי שבת. איז גוט צו וויסן. איך פאר אריבער א יעדן טאג זייער ..."העדקווארטערס".. עטליכע מאל אין טאג. איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין יוצא ונכנס דארט. אויסער, פארשטייצעך די "באסעס" וועלכע קומען מיט זייערע לעיט מאדל לעקסוס/לוקסוס קארס. מעגליך אז זיי האבן אמאל יא עפעס אויפגעטון. אבער אין די לעצטע פאר יאר טוען זיי אויף די זעלבע וואס חסד לאברהם...!
נכתב בצדו: זיי האבן לעצטנס געטוישט די אונינג/קענאפי פארנט פון זייער ..."העדקווארטערס"... פון א שמאלע רויטע צו א שיינע, ברייטע בלויע וואס פארנעמט כמעט דעם גאנצן רוחב הבנין. ס'זעהט אויס ס'איז שוין אריינגעקומען גענוג געשנארטע געלטער אז נאכ'ן מעשר'ן די געלטר דורך די בעלי בתים איז נאך געבליבן עפעס געלט פאר קלייניקייטן...!
אפשר איז שוין צייט אז דינא זאל אנהייבן געבן וועכענטליכע שיעורים פארן בריטן ציבור וואס מען מעג יא אן וואס מען מעג נישט, איך הער אז א חלק פון די ארעסטירטע זענען טאקע ארימע מענטשן,
איך קען א איד וואס ער האט אן אפארטמענט (קאנדא) סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין בארא פארק. ער האט געוואלט דאפלט פארדינען. האט ער איינגעגעבן צו די ממשלה אויפ'ן כפול שמונה פראגראם אז ער איז גע'גט פון זיין ווייב. און איינער וואוינט דאהי. און די אנדערע אין ווילי-טאון. זיי האבן טאקע אריינגעשיקט 2 טשעקס...א מחי'. אבער אין א שיינעם טאג ארום 5 אזייגער פארטאגס האט מען אויפגעפיקט די קאפל אין זייער אמת'ע דירה. און אוועקגעפיהרט מיט קייטעלעך...ער האטציך ב"ה ארויסגעדרייט. (איך זאג נישט ב"ה אויף די גניבה). אבער די זיסע חלומות זענען צורינען...חלום באספמיא...! פארשטייצעך אז ער האט געמוזט צוריקגעבן די גאנצע געלט פאר די ממשלה עד פ"א...!
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
תורה ומדעער דארף דאס האבען בכתב.
ייש"כ. האסט נאך וויכטיגע אינפארמאציע?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הער איך היינט אז איינער פון די ארעסטירטע האט גאר אנגעפירט א גאנצע אפיס פאר די גניבות מיט כל מיני פראגראמען.
ליטוויקל, דיין קרעדיביליטי אין דעם אשכול איז נעקסט טו זירא, אשאד דיין טירחה.
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
diffאון וועלכע מוסדות לערנט מען דאס וואס שרייבסט
און פ"וו לערנט עטץ שנאה צו וויי יו און קול'ג. ווי אלע יודן פלעגן גיין
דאס איז נישט קיין נושא פאר מוסדות, דאס באלאנגט אין שטוב, ופשוט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיינער פון די ארעסטאנטען שטייט און טענה׳ט אז ער האט גאר געפרעגט פאראויס צו ער מעג דאס טוהן, און זיי האבען געזאגט יא.
זיי זענען געזונטע רשעים, דאס האט נישט מיט גייען אין קאלעדזש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאהי אין ניו יארק איז געווען ביי די פ.ס. אפיס א גוי וואס ווען (א איד) איז געקומען ריסוירטיפייען האט ער איהם צוגערעדט צו קויפן סטאקס. נאר ער, דער טיפש ורשע האט נישט געכאפט אז ערשטנס איז די ידיעה ארומגעגאנגען ביים היימישן עולם. און מ'האט געוואוסט צו זיין געווארנט ווען מ'קומט אן צו איהם. והשנית. א יעדער נארמאלער מענטש און בר שכל פארשטייט אז ווען ער לאזט זיך צו רעדן און ..."קויפט" סטאקס וועט זיך די רעגירונג ארויפכאפן אויף איהם....דא ביסטו אן ארימאן און דו האסט נישט קיין געלט צו קויפן עסן. און דא קויפסטו גאר סטאקס. וואס איז א לוקסוס. פון וועלכע געלט קענסטו זיך ערלויבן צו קויפן סטאקס...! איך מיין אז דער גוי דער רשע וטיפש האט נישט געכאפט קיין איין איד...!
ליטוואק פון בודאפעסטdiffאון וועלכע מוסדות לערנט מען דאס וואס שרייבסט
און פ"וו לערנט עטץ שנאה צו וויי יו און קול'ג. ווי אלע יודן פלעגן גיין
דאס איז נישט קיין נושא פאר מוסדות, דאס באלאנגט אין שטוב, ופשוט.
און וועלכע מוסדות לערנט מען
אונז דאס וואס שרייבסט
וא"ל, לוינט זיך די מוסדות עקספענס יא
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=10154620506428639&id=509528638">https://m.facebook.com/story.php?story_ ... =509528638</a>
שנארן מיט ליגנט הייסט גזל?
ליטוואק פון בודאפעסטמ'וואלט יא געקענט מחנך זיין אז געלט קומט מיט א חשבון. מיר פיהרען זיך אויף כאילו געלט איז אייביג דא, מ'זאגט נישט פאר די קינדער אז מ'האט נישט קיין געלט, און מ'גיבט זיי וואס זיי בעטען, אחוץ ווען מ'קען זיי זאגען אז זיי דארפען עס נישט אדער ס'איז נישט גוט דאס צו האבען. פאר דעם דארף מען נישט קיין קאלעדזש און נישט קיין ענגליש. נעקסטע מאל דיין טאכטער וויל עפעס א נייע צירונג וואס איהר חברט'עס האבען אלע, לערן איהר אויס וויאזוי צו מאכען א בודזשעט, אויף וואס זי דארף מוותר זיין פאר'ן נייעם ציהרונג. זאל זי ארבעטען אביסל און מאכען קלאר די חשבון וויפיהל זאכען קאסטען. און ביי די אינגלעך אל אויך אזוי זיין. זיי ווילען ד' מינים סוכות? מאכט'ס א חשבון מיט זיי וויאזוי זיי וועלען עס אויסצאלען. זיי ווילען קויפען א נייעם שפילצייג? לערן זיי אויס וואס ס'קאסט.
באשולדיגט'ס נישט די מוסדות, דאס קען מען טוהן אין שטוב
איר זענט גערעכט מיט די פוינט. אבער חסידים לעבן דאך מיט ״אמונה ובטחון״... דער אייבישטער העלפט שוין... איי ער איז נעגיטיוו אין די באנק און שולדיג טויזנטערס פאר קרעדיט קארדס ??? איז גייט מען שווינדלען, און איז מכאפט זיי פארלאזן זיי זיך ווייטער אויפן אייבערשטען. וחוזר חלילה...
אזוי לעבט מען... דער עיקר איז, אז דער ראציגער אכצן יעריגער חתן דינן זאל האבן שיינע איטליענער פירנישטור, א מגילה האלטער, מיט עכטע זילבערנע מים אחרונים האלטער און א שיינע זילבערנע ״בשמים ביקסל״ מיט א שטריימל פאר פיר אלפים, מיט א יוקאן, לעלוס, זייער וויכטיג... דער אייבישטער העלפט שוין...
עבירה גוררת.. אצינדערט איז דא אנטיסעמיטישע אטאקעס אין לייקוואוד. גענוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט למה תתראו.. אלץ צוליב לוקסוס, גריד, און לעבען איבער די אייגענע סטאנדארטן, בלויז ווייל יענע האט.
זעהט דא<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/news/anti-jewish-banner-holocaust-memorial-new-jersey-lakewood-synagogue/">http://www.cbsnews.com/news/anti-jewish ... synagogue/</a>