☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אין ליכט פין די לעצטע זעלבסט מארד

אין ליכט פין די לעצטע זעלבסט מארד

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11609

אישתישבי » דינסטאג יוני 27, 2017 12:12 am

· #376917
אין ליכט פין די לעצטע זעלבסט מארד
איך בין שטיקעל אויף געשוידערט געווארען פין די לעצטע געשעהניש אז דריי היימישע וואס זענען נעבעך שוין געוועהן א.ט.ד. זענען באגאנגען זעלבסט מארד און זענען לדאבון כל בית ישראל מער נישט מיט אונז.

איך ווייס אז עס איז מן הסתם דא אזעלכע וואס קענען ציען מיט די אקסלען און זאגען אז דער פראבלעם געהערט נישט צו מיר, זי איז דאך אנגעפארען, מה לי ולהם.

צו זיי רעד איך נישט.

איך רעד צו די וואס עס האט זיי יא געבאדערט.

וואס קען מען באמת טוהן ארויס צוהעלפן אזעלכע נשמות, כ'רעד נישט פין מחזיר זיין בתשובה, איך רעד פין זיי מאכן וויסען אז אונז זענען דא, אונז פילען פאר זיי, זיי זענען נישט אפגעריסן פין זייער עבר, עס איז דא א גרויסע רבים וואס פילען מיט אין זייער צער.

איז דא עפעס וואס איך פערזענליך קען טוהן זיי אפצושטעלן פון טוהן זעלבסט מארד?

אדער אפילו זיי העלפען זיך מתגבר זיין אויף די דעפרעסיע?

לאזט מיר וויסן, ווייל איך וויל נישט ארומגיין מיט שולד געפילען (סוכ"ס מיין איך מיר אויך) אז איך האב גארנישט געטוהן צו העלפען.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 27, 2017 12:26 am

· #376920
שואל כעניין. די בעסטע תירוץ וועסטו וויסן ווען דו פרעגסט זיי זעלבסט! פרעג זיי וואס ס'באדערט זיי.

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2017 12:28 am

· #376921
אז איינער וויל זיך זעלבסט ערמארדן איז ריכטיג איהם אפצוהאלטן? דארף מען נישט רעספעקטן יענעמס רצון?

ווען מ'רעדט פון זעלבסטמארד אויף די נשמה שרייען מערערע דא אז מ'דארף רעספעקטירן יענעמס מיינונג אדער מעשים אפגעזען צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער ריכטיג. אפגעזען צו ס'איז באמת יא אדער נישט ריכטיג פאר יענעם..... ווייל סוף כל סוף האט דאך יענער אויך א מיינונג...

פארוואס זאל זעלבסטמארד בגוף זיין אנדערש וואו זעלבסטמארד אויף די נשמה?

בת קול » דינסטאג יוני 27, 2017 1:38 am

· #376925
[quote="קורקלענד"]אז איינער וויל זיך זעלבסט ערמארדן איז ריכטיג איהם אפצוהאלטן? דארף מען נישט רעספעקטן יענעמס רצון?

ווען מ'רעדט פון זעלבסטמארד אויף די נשמה שרייען מערערע דא אז מ'דארף רעספעקטירן יענעמס מיינונג אדער מעשים אפגעזען צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער ריכטיג. אפגעזען צו ס'איז באמת יא אדער נישט ריכטיג פאר יענעם..... ווייל סוף כל סוף האט דאך יענער אויך א מיינונג...

פארוואס זאל זעלבסטמארד בגוף זיין אנדערש וואו זעלבסטמארד אויף די נשמה?[/quote

זעלבסמארד בגוף קומט געווענטליך פון דעפרעסיע. פארוואס זאל מען נישט פרובירן העלפן ארויסצושלעפן דערפון?
אזוי גערופענע נשמה זעלבסמארד קומט נישט דווקא פונעם זעלבן מקור.

בת קול » דינסטאג יוני 27, 2017 1:39 am

· #376926
.

החוקר » דינסטאג יוני 27, 2017 2:52 am

· #376929
Re: אין ליכט פין די לעצטע זעלבסט מארד
קורקלענד
אז איינער וויל זיך זעלבסט ערמארדן איז ריכטיג איהם אפצוהאלטן? דארף מען נישט רעספעקטן יענעמס רצון?

ווען מ'רעדט פון זעלבסטמארד אויף די נשמה שרייען מערערע דא אז מ'דארף רעספעקטירן יענעמס מיינונג אדער מעשים אפגעזען צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער ריכטיג. אפגעזען צו ס'איז באמת יא אדער נישט ריכטיג פאר יענעם..... ווייל סוף כל סוף האט דאך יענער אויך א מיינונג...

פארוואס זאל זעלבסטמארד בגוף זיין אנדערש וואו זעלבסטמארד אויף די נשמה?

איך ווייס נישט אויב דן ביסט סארקאסטיש אדער נישט. נאר היות דער פותח האשכול האט געפרעגט אן ערענסטע פראגע, קלער איך אז דו מיינסטו עס אויך ערנסט.
מען קען מאכן א חילוק אז זעלבסטמארד בגוף קען מען נישט צוריקדרייען, משא"כ זעלבסטמארד בנשמה. איך זאג נישט אז מען דארף נישט פראבירן אפצוהאלטן זעלבסטמארד בנשמה, אבער א חילוק איז דא.

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 3:29 am

· #376932
אישתישבי
איך בין שטיקעל אויף געשוידערט געווארען פין די לעצטע געשעהניש אז דריי היימישע וואס זענען נעבעך שוין געוועהן א.ט.ד. זענען באגאנגען זעלבסט מארד און זענען לדאבון כל בית ישראל מער נישט מיט אונז.

איך ווייס אז עס איז מן הסתם דא אזעלכע וואס קענען ציען מיט די אקסלען און זאגען אז דער פראבלעם געהערט נישט צו מיר, זי איז דאך אנגעפארען, מה לי ולהם.

צו זיי רעד איך נישט.

איך רעד צו די וואס עס האט זיי יא געבאדערט.

וואס קען מען באמת טוהן ארויס צוהעלפן אזעלכע נשמות, כ'רעד נישט פין מחזיר זיין בתשובה, איך רעד פין זיי מאכן וויסען אז אונז זענען דא, אונז פילען פאר זיי, זיי זענען נישט אפגעריסן פין זייער עבר, עס איז דא א גרויסע רבים וואס פילען מיט אין זייער צער.

איז דא עפעס וואס איך פערזענליך קען טוהן זיי אפצושטעלן פון טוהן זעלבסט מארד?

אדער אפילו זיי העלפען זיך מתגבר זיין אויף די דעפרעסיע?

לאזט מיר וויסן, ווייל איך וויל נישט ארומגיין מיט שולד געפילען (סוכ"ס מיין איך מיר אויך) אז איך האב גארנישט געטוהן צו העלפען.


אבי געפאכעט אין קאפ אריין...

וועלכע אטד האט זיך לעצטנס גענומען דאס לעבן???

און פארוואס דוקא ווילסטו העלפן אטד״ס וואס ווילן זיך נעמען דאס לעבן? וואס איז מיט אלע אין די סיסטעם וואס ווילן און האבן געטוהן די זעלבע? אויף זיי האסטו נישט קיין מיטלייד?

אישתישבי » דינסטאג יוני 27, 2017 7:22 am

· #376936
<a class="postlink" href="https://www.kikar.co.il/amp/236781">https://www.kikar.co.il/amp/236781</a>

שבת,
אנטשולדיקט פארען אנדרייען אייך, כ'האב אייך נישט געמיינט צו פרעגען, קודם דארפט איר מסכים זיין אז עס איז דא א פראבלעם, דערנאך קען מען עס פאררעכטן.

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2017 7:30 am

· #376938
בת קול

זעלבסמארד בגוף קומט געווענטליך פון דעפרעסיע. פארוואס זאל מען נישט פרובירן העלפן ארויסצושלעפן דערפון?
אזוי גערופענע נשמה זעלבסמארד קומט נישט דווקא פונעם זעלבן מקור.

פון וואס קומט א.ט.ד. געווענליך?

יאסל ראקאווער » דינסטאג יוני 27, 2017 9:04 am

· #376946
מ'דארף מחזק זיין פוטסטעפס אדער עפענען א "נישט אזא לינקע" פוטסטעפס.

אזוי בין איך מיך טאקע נוהג עד שיבא אליהו. נישט אז זיי נעמען מיין געלט. איך זע זיי נישט פאנדרעיזען. אין קאפ פארשטיי איך זייער וויכטיקייט און איך בין אלץ שואל בשלומם.

בן אדם » דינסטאג יוני 27, 2017 9:30 am

· #376954
געב זיי אטענטשען. ווייז זיי לאוו אן אויפהער. זיי זאלן וויסען און פילען אז איינער קעירט פאר זיי!

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 10:28 am

· #376962
קורקלענד
בת קול

זעלבסמארד בגוף קומט געווענטליך פון דעפרעסיע. פארוואס זאל מען נישט פרובירן העלפן ארויסצושלעפן דערפון?
אזוי גערופענע נשמה זעלבסמארד קומט נישט דווקא פונעם זעלבן מקור.

פון וואס קומט א.ט.ד. געווענליך?


אדער פון ׳טראכטן׳ אדער פון ׳נישט טראכטן׳ (נאכגיין נאך די הרגשים און פילינגס).

א שנעלע קשיא צו דיר פאר מ'פארדרייט די אשכול:

פון וואס קומט אז א פרומע חסידישע איד זאל זיין א בלינדע ריפובליקאנער און א שטיצער פאר דעם אפגעפליקטער שוטה טראמפ וואס זוכט צו בעוולהן די ארימע און מינארטיס???

אידן זענען אלע מאל געוועהן ״דעמקראטן״ און געשטיצט די ״ארבעטס-פארטיי״ און די פארטיי וואס האט זיך אנגענומען פאר די ארימע.

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 10:47 am

· #376964
אישתישבי
https://www.kikar.co.il/amp/236781

שבת,
אנטשולדיקט פארען אנדרייען אייך, כ'האב אייך נישט געמיינט צו פרעגען, קודם דארפט איר מסכים זיין אז עס איז דא א פראבלעם, דערנאך קען מען עס פאררעכטן.


אינטערסאנט, איך האב נישט געהערט פון קיין איין זעלבסטמארד לעצטענס, איך קען נישט קיינעם פון די מענטשען וואס זיי רעכענען דארט אויס.

וואס כהאב געמיינט צוזאגן איז, זעלבסטמארד שטאמט געוונטליך פון ״דיפרעסיע״ און סאיז געוונטליך ״א געבורטס פעלער״ און סהאט גאנץ ווייניג צוטוהן מיט יענעמס סטאטוס אין רעליגע ווי איידער ׳קליניקעל דיפרעסיע׳. פארשטייט זיך אז איינער האט פראבלעמען מיט די משפחה און ארומיגע קען עס טריגערן אויף א שלעכטע וועג, אבער די מקור פון די פראבלעם איז געווענטליך א געבורטס פראבלעם, און סאיז דא פונקט אזויפיל זעלבסטמארדן ביי די וואס זענען געבליבן אין די סיסטעם, די מענטשען דארפן פשוט איינעמען די ריכטיגע פילן וועלן זיי זיך נישט נעמען דאס לעבן... דעטס אלל! חוץ מזה דארפן זיי חיזוק און א גוט ווארט פונקט ווי א יעדער איינער.

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2017 11:05 am

· #376967
שבת אחים

אדער פון ׳טראכטן׳ אדער פון ׳נישט טראכטן׳ (נאכגיין נאך די הרגשים און פילינגס).


זעלבסט אויך קומט ''אדער פון ׳טראכטן׳ אדער פון ׳נישט טראכטן׳ (נאכגיין נאך די הרגשים און פילינגס).''

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2017 11:09 am

· #376968
יאסל ראקאווער
מ'דארף מחזק זיין פוטסטעפס אדער עפענען א "נישט אזא לינקע" פוטסטעפס.

אזוי בין איך מיך טאקע נוהג עד שיבא אליהו. נישט אז זיי נעמען מיין געלט. איך זע זיי נישט פאנדרעיזען. אין קאפ פארשטיי איך זייער וויכטיקייט און איך בין אלץ שואל בשלומם.

איך האב נישט באמערקט אז ס'זאל זיין א נידעריגערע ראטע פון זעלבסטמארד פון פוטסטעפס מעמבערס ווי נישט פוטסטעפס. נישט לאנג צוריק איז געווען עפעס א רעדע אז די זעלבסטמארד ראטע ביי זיי איז זייער הויך.

אישתישבי » דינסטאג יוני 27, 2017 11:18 am

· #376970
. וואס כהאב געמיינט צוזאגן איז, זעלבסטמארד שטאמט געוונטליך פון ״דיפרעסיע״ און סאיז געוונטליך ״א געבורטס פעלער״ און סהאט גאנץ ווייניג צוטוהן מיט יענעמס סטאטוס אין רעליגע


Wishful thinking

לאמיר זאגען אז איינער האט א געבורט פעלער צו סניזען אויף וואליום צוואנציג, און איין טאג גייט ער אין די גאס נעבען א ק.ק.ק. און גיבט א הויכע סניז און יענער נעמט ארויס א רעוואלווער און שיסט אים אויף א טויט, וועט איר אויך טענה'ן אז ער האט געהאט א געבורט פעלער צו סניזען הויך?

כ'פארשטיי אז די האסט א פערזענליכע אינטערעסע צו זאגען אז די זעלבסט מארדען האבען גארנישט מיט זיין א.ט.ד. אבער לדאבונך ביסטו נישט גערעכט, די פין אלע מענטשען ווייסט בעסער אז גיין א.ט.ד. איז גאר שווער מענטאליש, און טריגערט גאר אסאך זעלבסט מארד, יא, מער ווי די געווענליכע אידען וואס זענען געבליבן פרום אפילו בלויז לפנים.

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2017 11:27 am

· #376972
תישבי. איך בין מיט דיר מער ווייניגער אבער לעצטענס איז ביי די פרומע אויך דא א ריזיגע עפידעמיע פון זעלבסטמארדן. ספעציעל ביי קליינע בחורים. אין היימישע ישיבות.

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 1:02 pm

· #376983
אישתישבי
. וואס כהאב געמיינט צוזאגן איז, זעלבסטמארד שטאמט געוונטליך פון ״דיפרעסיע״ און סאיז געוונטליך ״א געבורטס פעלער״ און סהאט גאנץ ווייניג צוטוהן מיט יענעמס סטאטוס אין רעליגע


Wishful thinking

לאמיר זאגען אז איינער האט א געבורט פעלער צו סניזען אויף וואליום צוואנציג, און איין טאג גייט ער אין די גאס נעבען א ק.ק.ק. און גיבט א הויכע סניז און יענער נעמט ארויס א רעוואלווער און שיסט אים אויף א טויט, וועט איר אויך טענה'ן אז ער האט געהאט א געבורט פעלער צו סניזען הויך?

כ'פארשטיי אז די האסט א פערזענליכע אינטערעסע צו זאגען אז די זעלבסט מארדען האבען גארנישט מיט זיין א.ט.ד. אבער לדאבונך ביסטו נישט גערעכט, די פין אלע מענטשען ווייסט בעסער אז גיין א.ט.ד. איז גאר שווער מענטאליש, און טריגערט גאר אסאך זעלבסט מארד, יא, מער ווי די געווענליכע אידען וואס זענען געבליבן פרום אפילו בלויז לפנים.


ר׳ איד דו האסט נישט געכאפט מיין פוינט, אדער הערסטו נישט וואס איך זאג.

אין די לעצטע חודש איז געוועהן מעהר ווי איין זעלבסטמארד אינערהאלב די ״היימישע חרדישע קאמיונטי״ בשעת איך שרייב די שורות זיצט יעצט א משפחה שבועה ווייל מיט אפאר טעג צוריק האט א חסידישע פרומע פרוי פון ברוקלין א מאמע פון אכט קינדער אראפגעשפרינגן פון דאך צום טויט, איך קען איר איידעם. זי איז נישט געוועהן קיין אט״ד.

ווען א אט״ד באגייט זעלבסטמארד איז עס סאום-האו אין די היימישע נייעס און בלאוגס ווי שאולזאהן, בחדרי וכו׳, ווען א פרומער נעמט זיך דאס לעבן מאכט מען ״א שווייג״ דערפון, און הצלה קאווערט אפ די סטארי!.
זעלבסטמארד קומט פון דיפרעסיע... גארנישט מיט רעליגע צוטוהן!

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2017 1:28 pm

· #376987
שבת: יא ס'איז דא זעלבסטמארד ביי די היימישע. יא מען מאכט א שווייג כאילו ס'פאסירט נישט. יא ס'דארף א תיקון. למעשה איז עס א מיעוט שבמיעוט.

אבער די א.ט.ד. איז אסאך מער אנגעשטעקט מיט זעלבסטמארד. איך קען נישט די נומערן אבער איך וואלט משער געווען אז די צאל פון זעלבסטמארדן ביי א.ט.ד. זענען מער ווי ביי די פרומע. אין צאל.

לעומת זה. זענען די א.ט.ד. סך הכל דריי צו פינף פראצענט פון אונזער פאפולאציע לפי מיינע השערות.

מיש-נייעס » דינסטאג יוני 27, 2017 1:58 pm

· #376991
אטד האט נישט קיין שייכות מיט זעלבסט מארד מען זעהטס אז עס איז די זעלבע מספר פון מענטשן וואס קאמיטן suicide צו זיי זענען יא אדער נישט או טי די...
סתם אזוי ארויפגעווארפן א נאסע ליילך אויף אומשילדיגע או טי די

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2017 2:31 pm

· #376998
מיש-נייעס
אטד האט נישט קיין שייכות מיט זעלבסט מארד מען זעהטס אז עס איז די זעלבע מספר פון מענטשן וואס קאמיטן suicide צו זיי זענען יא אדער נישט או טי די...
סתם אזוי ארויפגעווארפן א נאסע ליילך אויף אומשילדיגע או טי די

איר טראכט אדער איר ווייסט?

אייז קריעם » דינסטאג יוני 27, 2017 3:36 pm

· #377002
באלד גייט איינער זאגן אז מען טאר מער נישט מאכן קיין ברידזשעס ווייל זעהסט דאך יעדער שפרינגט פון ברידזש.

א יוד וואס ווערט דעפרעסד, קודם טרייט ער צו ווערן אטד טראכטנדיג אז אזוי וועט אים ווערן בעסער. נאך א שטיק צייט זעהט ער אז דער פראבלעם איז נישט יודישקייט נאר דער מענטש אליין איז דער פראבלעם, עט דעט פוינט באגייט ער זעלבסמארד.

יעצט לאמיר אלע שרייען אינאיינעם אז נאר אטד באגייען זעלבסמארד.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 27, 2017 4:00 pm

· #377005
אישתישבי: איך הער דיין רעטארישע שאלה. און איך בין פולשטענדיג מסכים מיט דיר.ס'איז נאר דא איין פראגע. ווער האט עסטאבליש'ד א לינק צווישן או.טי.די. און זעלבסטמארד. צווישן דעפרעסיע און זעלבסטמארד איז דא א קלארע קאנעקשן. אפילו צווישן דעפרעסיע און א.טי.די. איז אויך דא א לינק...!

געווענליך וועט א מענטש נישט מאכן א החלטה פון איין מינוט צו די צווייטע אז ער וויל באגיין זעלבסטמארד, ל"ע. דאס איז א לענגערער פראצעס. און דער מענטש לאזט פאללן רמזים אז ער/זי וויל באגיין דעם שריט. איז דאס די אחריות פון די ארומיגע, ווי משפחה און גוטע פריינט אויסצוהערן דעם מענטש און דערגיין דעם מקור פון די דעפרעסיע. צומאל איז עס א פיזישער מצב, וועלכער קען קאנטראלירט ווערן דורך מעדיצינען. אדער איז באמת דא עפעס אן עוולה אדער אומרעכט וואס דער מענטש פיהלט אז מ'באגייט אקעיגן איהם/איהר...!

מיש-נייעס » דינסטאג יוני 27, 2017 4:56 pm

· #377018
א.ט.ד זענען צובראכענע קינדער נעבעך וואס די סיסטעם האט אויסגעשפיגן, און גלייב מיר ווען נישט דאס איבערקערעניש אין העצע וואס זיי מאכן אין די נישט אידישע פרעססע החרשתי אדרבה איך ווייס איך גיי מיר מיין וועג און די גיי דיר דיין וועג, אבער אויב דרייען זיי אן שנאת ישראל, מעג איך כאטש זאגן דעם אמת: יא א.ט.ד איז א סטעפ פאר סואיסייד

ביבער » מיטוואך יוני 28, 2017 12:39 am

· #377073
"שמעתי שלאחרונה יש חרדים שרוצים להתאבד, אבל בגלל שאסור, הם יוצאים לשאלה לפני זה". ודפח"ח.

ק"פ

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 28, 2017 7:02 am

· #377093
זעלבסטמארד קומט פון דעפרעסיע און ווען מען איז צופיהל אויף דראגס ווי אויף אנדערע עדיקשענס וואס גיבן א מעסיוו היי, איז מען מער פראון צו ליידן אויף דעפרעסיע. אנהויבן פונדאסניי איז א טשאלענדזש, מען ברויך סופארט און אינסענטיווס צו ארבעטן שווער און אויסווארטן גראטיפיקעישן (א זאך וואס עדאלט חרדים זענען סתם אזוי געשלאגן אין)

חרדים, ווען א זייעריגער גייט אטד און זיכט אנצוהויבן פון פריש, מעקט מען אים אויס פון די אנשי שלומינו ליסטע און "מען שפייט אים אויס", איז לייכטער צו פארלירן אינסענטיוו, עקספערימענטירן מיט דראגס און אנדערע אינטאקסיקעיטערס און opiates, וואס איז גורם דעפרעשאן. איך האב מער רחמנות אויף די וואס מען צווינגט זיי צו לעבן ווי די וואס קלייבן דעם טויט.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 28, 2017 7:05 am

· #377094
"א גרעסער רחמנות אויף די וואס מען צווינגט זיי צו לעבן ווי אויף די וואס קלייבן דעם טויט." טאמבל סאס

קאוריג » מיטוואך יוני 28, 2017 1:47 pm

· #377116
ביבער
"שמעתי שלאחרונה יש חרדים שרוצים להתאבד, אבל בגלל שאסור, הם יוצאים לשאלה לפני זה". ודפח"ח.

ק"פ


ס'איז נישט אזא ווערטל ווי די מאכסט עס

ווען א מענטש ליידט אויף דיפרעסיע, וועט ער טוהן אסאך זאכן וואס א געווענליכער מענטש מיט סאוסייעטי און נארמאלע באונדריס וועט נישט טוהן

יעצט ביי א גוי איז נישט שייך צו דראפן גארנישט וועט ער גלייך גיין צו דראגס אדג

ביי א איד, ווענדט זיך עס שוין, אויב זיין גאנצע אידישקייט איז בלויז געוואוינהייט און באשטייט פון א בינטל לימיטעישאנס, דאן איז דא אפאר סטעפס פארן זיך נעמען ס'לעבן, ער וועט קודם גיין או טי די למחצה ולשליש, און נאכן אויספרובירן אלע עבודה זרה, און באסליסן אין זיין קאפ אז אין רפואה למכתו, ער קריכט נישט ארויס פון זיינע מחשבות, וועט ער זיך נעמען ס'לעבן

אויב זיין אידישקייט איז אביסל מער אינערליך, קען זיין אז ער וועט בכלל נישט פרובירן צו גיין או טי די, ער וועט גלייך טאנצן


סך הכל = נישט די או טי די האבן אסאך סוסיידעל אישו'ס, נאר די סוסייד'ל ליידענדע פרובירן אסאך מאל קודם די OTD אפציע

שבת אחים » מיטוואך יוני 28, 2017 2:50 pm

· #377120
קורקלענד
שבת: יא ס'איז דא זעלבסטמארד ביי די היימישע. יא מען מאכט א שווייג כאילו ס'פאסירט נישט. יא ס'דארף א תיקון. למעשה איז עס א מיעוט שבמיעוט.

אבער די א.ט.ד. איז אסאך מער אנגעשטעקט מיט זעלבסטמארד. איך קען נישט די נומערן אבער איך וואלט משער געווען אז די צאל פון זעלבסטמארדן ביי א.ט.ד. זענען מער ווי ביי די פרומע. אין צאל.

לעומת זה. זענען די א.ט.ד. סך הכל דריי צו פינף פראצענט פון אונזער פאפולאציע לפי מיינע השערות.



מהיכן דנתוני? דו ביסט דאך אליינס מודה אז ביי די היימישע פארדעקט מען די מעשה, איז וויאזוי ווייסטו וויפל פראצענט היימישע און וויפל פראצענט אטד״ס נעמען זיך דאס לעבן, אז דו זאלסט קענען שרייבן אז ביי די היימישע איז עס א ״מיעוט שבמיעוט״

דו ביסט זיך אליינס סותר...


דו האסט בכלל געוואוסט אז פאריגע וואך האט א חרדישע פרומע פרוי פון ב״פ זיך פלוצלינג גענומען דאס לעבן???

איך ווייס פערצופאל פון דעם ווייל איך קען איינעם אין די משפחה.

מיין ברודער איז פון די גרעסטע paramedics און שוויצערס אין הצלה, ער האט מיר געזאגט אז סאיז דא פוהל מיט סאוסעייסד ביי היימישע אידן אסאך מאהל מעהר ווי איינס א וואך...

דריי דעם קאפ פון דיינע ״ריפובליקאנער שוטים״ נישט פאר מיר...

אישתישבי » מיטוואך יוני 28, 2017 4:25 pm

· #377130
דיין ברודער האט דיך געזאגט?

פששש, מיין קאזין האט מיך געזאגט אז דער היימישער עולם נעמט דראגס אין גרויסען און רייכערט שבת נאך'ן טשולענט.

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:10 am

· #377167
אישתישבי
דיין ברודער האט דיך געזאגט?

פששש, מיין קאזין האט מיך געזאגט אז דער היימישער עולם נעמט דראגס אין גרויסען און רייכערט שבת נאך'ן טשולענט.


פששש... דיין קאזין איז גראדע גערעכט און מיין ברודער איז גערעכט.

ער זאגט עס נישט צו באשמיצן ח״ו די קאמיונטי, און ער זאגט נישט קיין נעמען, ער זאגט עס נאר מ׳זאל וויסן אז ״דיפרעסיע״ איז א מוראדיגע פראבלעם, און פונקט ווי אין יעדע סאסייעטי דארף מען קעיר נעמען פון דעם און אכטונג געבן אויף קינדער און עלטערן וואס ליידן פונדעם.

וועגן מיין ברודער איז אזוי, ער איז די יונגסטע הצלה מעמבער וואס הצלה האט אריינגענומען אין היסטאריע. און ער איז די יונגסטע הצלה מעמבער צו ווערן ״א פרעמעדיק״, פאר די לעצטע פאר יאהר איז ער אויף איינמאל א וואך א גאנצע נאכט וואטשען אויף אידישע קינדער, און דערנאך גייט ער אריין געהריג צופרי אין ארבעט, ער האט א ביזנעס מיט אפאר הונדרעט ארבעטארער, ער טוט מצות ומעש״ט, צדקה וחסד, טאג און נאכט, און דו דרייסט סתם א קאפ... ביסט סתם א טראלל!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:19 am

· #377168
אינטרעסאנט, ווי אזוי איז מעגליך צו באהאלטן א זעלבסטמארד? די קינדער און ארומיגע משפחה זיצן דאך שבעה, די חברים/חבר'טעס און שכנים ווייסן מסתמא אויכעט, און פון דארטן ביז גיין פובליק איז ממש א אויגנבליק.. נישט אזוי?

קורקלענד » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:31 am

· #377170
למשל אז איינער הענגט זיך אין בית הכבוד. און די משפחה פארקויפט אז ער איז אוועק פון א שווערע הארץ אטאקע.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:39 am

· #377171
שמעקעדיג
אינטרעסאנט, ווי אזוי איז מעגליך צו באהאלטן א זעלבסטמארד? די קינדער און ארומיגע משפחה זיצן דאך שבעה, די חברים/חבר'טעס און שכנים ווייסן מסתמא אויכעט, און פון דארטן ביז גיין פובליק איז ממש א אויגנבליק.. נישט אזוי?

ער רעדט נישט פון ממש זיך הארגענען, ער רעדט פון פרובירן, וואס דאס איז ליידער אמת ויציב.
איך האב שוין צוויי מאל מיטגעהאלטן דורך מיין חבר, א הצלה מעמבער, ווען ער איז גערופן געווארן צו מענטשן וואס האבן זיך איבערגעדראגט וכדו' ע"מ זיך צו נעמען רח"ל.

יעדער מאכט א שווייג, די משפחה זוכט נישט צו פארציילן און לשבחם פון חברה הצלה, זיי האלטן עס אויך בסוד גמור (חוץ פון שבת'ס ברודער און מיין חבר...).

החוקר » דאנערשטאג יולי 6, 2017 2:53 pm

· #378149
Re: אין ליכט פין די לעצטע זעלבסט מארד
א הערליכע הארציגע פאעם וואס בארירט די טיפע סטרונעס פון הארץ.

געשריבן דורך א משפחה מיטגליד פון מלכי ע"ה, צוזאם געשטעלט פון טעקסט'ס און אימעיל'ס פונעם נפטרת ע"ה.
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/1311096/must-read-powerful-poem-written-malky-ah-niftar-last-month-boro-park.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... -park.html</a>

אייז קריעם » פרייטאג יולי 7, 2017 11:53 am

· #378247
מיטן פולסטן רעספעקט, רוב פון דעם פאועם רעדט זיך פון אנדערע מענטשן'ס גלייבן און מיר. דער בראך איז אז מיר זענען געטרעינט אז איך בין נאר גיט אויב יענער האלט פון מיר, אזוי האט זיך די סיסטעם אוועקגעשטעלט.

איך פארשטיי אז דאס איז יומעניטי, אבער ביי אונז איז דאס אסאך שטערקער.

אויב מענטשן וואלטן זיך צוגעוואוינט צו טוהן זאכן ווייל זיי ווילן אזוי און נישט ווייל מען עקספעקט אזוי פון זיי, וואלט דאס אסאך געהאלפן און אלע ענינים. פארשטייט זיך דער וואס איז מצליח און דעם סיסטעם זאל קניען און זיך לאזן בועל זיין פון דעם סיסטעם. מען רעדט דא פון איינער וואס איז משהו חריג.

איי העיט טא סעי איט, באט שבת אחים האט זיך א טובה געטוהן אז ער האט זיך געצויגן קיין סטעטען איילענד און טוט זיך וואס ער דארף און דארף נישט לעבן מיט דעם מענטאליטעט.

diff » פרייטאג יולי 28, 2017 12:40 pm

· #380679
לְמַעַן קדושת הדורות הבאים

מאת מרדכי גורביץ

בַּפַּארְק בּמונסי בְּאֶמְצַע הַלַּיְלָה
יוֹשְׁבִים כָּל הַמִּי וָמִי.
מִגֶּזַע תַּרְשִׁישִׁים,
בְּנֵיהֶם שֶׁל קְדוֹשִׁים,
צוֹלְלִים לְתוֹךְ יַם הֶרוֹאִין.

אֵין לָהֶם אֵיפֹה לִישֹׁן,
אֵין גַּם אֵיפֹה לִהְיוֹת ערִים.
אַבָּא וְאִמָּא עֲסוּקִים,
לְנַקּוֹת אֶת הַשֵּׁם הַטּוֹב
לְמַעַן שִׁדּוּךְ וּמוֹסָדוֹת נֶחְשָׁבִים.

וּפַעַם בְּחֹדֶשׁ בְּעֵרֶךְ,
אוּדִים עֲשֵׁנִים
יוֹצְאִים מִיּעֲרוֹת
קָמִים מִן סַפְסָלִים
לְלַוּוֹת עוֹד חָבֵר שֶׁהָלַךְ אֶל הַנֶּצַח.
ולֹא,
הֵם לֹא פְּטָרוּהוּ בְּלֹא צֵידָה,
מָנָה יְתֵרָה שֶׁל אַבְקָה לְבָנָה

וְכֻלָּם בחוץ יַגִּידוּ קַדִּישׁ
וִיצַקְצְקוּ נעבאך
עַל "מָה שֶׁקּוֹרֶה, לְמִי שֶׁעָזַב אֶת הַדֶּרֶךְ"
וְיַמְשִׁיכוּ לִשְׁמֹר
פַּךְ שׁמֵן טָהוֹר
לְמַעַן קְדֻשַּׁת הַדּוֹרוֹת הַבָּאִים.

פורסם על ידי חיים שאולזון ב- 1:45