☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווי קען מען לערנען?

ווי קען מען לערנען?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11608

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 26, 2017 9:26 pm

· #376901
ווי קען מען לערנען?
לעצטענס האט זיך געשפראצט א נייעם פראבלעם אין דער געזעלשאפט אונזערע. יא, מ׳האט נאך נישט געפערטיגט מיט די אלטע, מ׳האט זיי נאך נישט אויסגעצימעסט און באוויינט, מ׳האט זיי נאך נישט גע׳ענדיגט צו אספספ׳ן און עצירות׳ן, און א נייע האט זיך אריינגערוקט.

ווי זאל מען גייען לערנען ביי נאכט?

אין רעסטאראנטען עסט מען, אין קאוועשטיבלעך שמועסט מען, אין ביה"כ קטנ׳ט מען, אין שטוב כראפעט מען, אין קאר שפילט מען מיט די פאון. ווי זאל מען לערנען?

איך האב אן עצה.

ס׳איז דא אין געגענט פיהל חתונה זאלען. מ׳זאל זיי אנפיהלען מיט בענקלעך און בענק, טישען און שטענדערס, פאליצעס און ש"ס׳ן, און אזוי וועט מען האבען ווי צו לערנען פאר ביליג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג יוני 26, 2017 10:08 pm

· #376907
א"כ מה הועילו חכמים בתקנתן?
#חוזר_חלילה

קל וחומר » דינסטאג יוני 27, 2017 1:41 am

· #376927
Re: ווי קען מען לערנען?
[ציטאט אראפגענומען]

א מחמאה מיט א שטאך בחדא מחתא?
וויזוי ארבעט דאס?
ער זאל דיר לייקן און דערנאך דיסלייקן?

מיש-נייעס » דינסטאג יוני 27, 2017 2:07 pm

· #376996
@שטיסל, איך agree מיט דיר, פון אלע ליטוואק'ס תגובות איז דאס די מערסטע צו די זאך... 😂 😂