☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א רבי וואס וויל נישט צוריקנעמען געוועזענע מתנגדים

א רבי וואס וויל נישט צוריקנעמען געוועזענע מתנגדים

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11606

אייז קריעם » מאנטאג יוני 26, 2017 7:59 pm

· #376882
א רבי וואס וויל נישט צוריקנעמען געוועזענע מתנגדים
די לעצטע צוואנציג יאר איז א נארמאלע ערשיינונג ביי חסידות'ער אז נאכן פטירה פון רבי'ן צוטיילט זיך א חסידות אויף צווייען. מחמת סיבות שונות ומשונות.

אמאל זענען די חולקים געגאנגען בתור מתנגדים, למשל בעלזא/מחנובקא, מורדים און וויזניץ וכו' היינט אבער אז חסידות'ער צוטיילן זיך עמטליך, מאכט זיך אמאל אז א חסיד וואס איז אוועק צום נייעם פראקציע למשל א באבובער וואס איז געגאגען קיין באבוב 45 אבער מיט די צייט זעהט ער איין אז עס האט זיך נישט געלוינט, קען מען עקספעקטן אז מען זאל אים צוריקלאזן?

גראדע ר' בן ציון האט קיינעם נישט געלאזט אפילו טראכטן פון צוריקקומען, נישט קיין חילוק מיט וויפיל הכנעה יענער איז געקומען.

כלפי מאי דברים אמורים, איך זעה און א דערבייאיגן אשכול אז ר' מענדעלע מאכט לעצטנס מיט און אסאך חסידום האבן געמאכט א ויסעו צו אנדערע פלעצער. איך וואונדער מיך צו אזא יוד ווי ר' ישראל האגער וואלט יא צוריקגענומען מענטשן.

די וועלט איז שוין גרייט פאר אזא זאך. די גאנצע ירושה/חסידות איז דאך ממילא נאר לפנים און בפרט ר' ישראל איז דאך באמת א נועם המידות.

חיים'ס ישיבה » מאנטאג יוני 26, 2017 8:19 pm

· #376886
אייז קריעם


כלפי מאי דברים אמורים, איך זעה און א דערבייאיגן אשכול אז ר' מענדעלע מאכט לעצטנס מיט און אסאך חסידום האבן געמאכט א ויסעו צו אנדערע פלעצער. איך וואונדער מיך צו אזא יוד ווי ר' ישראל האגער וואלט יא צוריקגענומען מענטשן.

די וועלט איז שוין גרייט פאר אזא זאך. די גאנצע ירושה/חסידות איז דאך ממילא נאר לפנים און בפרט ר' ישראל איז דאך באמת א נועם המידות.


וואס מיינט דאס נועם המידות, אפשר מיינסטי דאס וואס שטייט הוה מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות, יעדער רעבי שמייכלט ווען מען געט אים די האנט. ("קענסט די פאלטשע שמייכל"???)

אייז קריעם » מאנטאג יוני 26, 2017 8:51 pm

· #376891
מיין שאלה איז, אויב נישט וועלן צוריקנעמען איינעם איז א חסרון און מידות אדער עס איז א לעגיטימע זאך און עס ווייזט נישט אויף שוועריגקייטן און די מידות דעפארטמענט?

גראדע האב איך בעסער ליב די רעבעס ואס שמייכלען נישט אזוי שטארק. למשל ווען דער בעלזער זיצט אויבן אן און בלאזט אויף טויזנט מאכט מיך עס לאכן.

מיש-נייעס » מאנטאג יוני 26, 2017 9:04 pm

· #376894
גראדע גלייב איך שווער אז איינער וואס האט שוין טועם געווען דעם טעם ביים העיליגן... אז ער זאל זיך דאונגרעדן צום ברודער

מיש-נייעס » מאנטאג יוני 26, 2017 9:05 pm

· #376895
אייז קריעם
מיין שאלה איז, אויב נישט וועלן צוריקנעמען איינעם איז א חסרון און מידות אדער עס איז א לעגיטימע זאך און עס ווייזט נישט אויף שוועריגקייטן און די מידות דעפארטמענט?

גראדע האב איך בעסער ליב די רעבעס ואס שמייכלען נישט אזוי שטארק. למשל ווען דער בעלזער זיצט אויבן אן און בלאזט אויף טויזנט מאכט מיך עס לאכן.


און צימאל געבט ער א באקס פאר'ן גבאי'ן אויב ס'פעלט זיך אויס... ער איז א איש אמת ער וועט טון אין פובליק פונקט ווי ביי זיך אין צימער

אישתישבי » דינסטאג יוני 27, 2017 11:58 am

· #376975
דער בעלזער איז שוין לאנג נעבעך דעפרעסט, יעצט איז צוגעקומען זיין שוואגער, ר' מענדעלע, מען דארף מאכען א ספעציעלע האום פאר די רבי'ס ווי זיי קענען זיך ערהוילן פין די דעפרעסיע.

אין וויזניץ גייען די נזרקים צו דער פין רחובות, א בחינה ווי חיים יהושע אין סאטמאר, אדער זיין טאטע אין באבוב.

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 27, 2017 2:11 pm

· #376997
Re: א רבי וואס וויל נישט צוריקנעמען געוועזענע מתנגדים
אישתישבי
דער בעלזער איז שוין לאנג נעבעך דעפרעסט, יעצט איז צוגעקומען זיין שוואגער, ר' מענדעלע, מען דארף מאכען א ספעציעלע האום פאר די רבי'ס ווי זיי קענען זיך ערהוילן פין די דעפרעסיע.

אין וויזניץ גייען די נזרקים צו דער פין רחובות, א בחינה ווי חיים יהושע אין סאטמאר, אדער זיין טאטע אין באבוב.

אז איינס איז געגאנגען צו דער פון רחובות מיינט נאך נישט אז אלע גייען דארט.

די עיקר איז אז צום ברידער גייט מען חלילה נישט.... (געווען איינצעלע פעלער אין די לעצטע 10 יאר וואס מאנכע זענען אריבער צום ברידער, אבער עס איז א יוצא מען בכלל)

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:24 am

· #377169
אין סאטמאר זענען כמ"פ מענטשן געגאנגען פון איין ברודער פון צווייטן. (למשל דא אין שטיבל האט @גאלד זיך געוואלט שמד'ן צום ברודער צוליב א נארישקייט אין בלאט)

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:28 am

· #377174
אייז קריעם
די לעצטע צוואנציג יאר איז א נארמאלע ערשיינונג ביי חסידות'ער אז נאכן פטירה פון רבי'ן צוטיילט זיך א חסידות אויף צווייען. מחמת סיבות שונות ומשונות.

אמאל זענען די חולקים געגאנגען בתור מתנגדים, למשל בעלזא/מחנובקא, מורדים און וויזניץ וכו' היינט אבער אז חסידות'ער צוטיילן זיך עמטליך, מאכט זיך אמאל אז א חסיד וואס איז אוועק צום נייעם פראקציע למשל א באבובער וואס איז געגאגען קיין באבוב 45 אבער מיט די צייט זעהט ער איין אז עס האט זיך נישט געלוינט, קען מען עקספעקטן אז מען זאל אים צוריקלאזן?

גראדע ר' בן ציון האט קיינעם נישט געלאזט אפילו טראכטן פון צוריקקומען, נישט קיין חילוק מיט וויפיל הכנעה יענער איז געקומען.

כלפי מאי דברים אמורים, איך זעה און א דערבייאיגן אשכול אז ר' מענדעלע מאכט לעצטנס מיט און אסאך חסידום האבן געמאכט א ויסעו צו אנדערע פלעצער. איך וואונדער מיך צו אזא יוד ווי ר' ישראל האגער וואלט יא צוריקגענומען מענטשן.

די וועלט איז שוין גרייט פאר אזא זאך. די גאנצע ירושה/חסידות איז דאך ממילא נאר לפנים און בפרט ר' ישראל איז דאך באמת א נועם המידות.


וואס הייסט צי ר׳ ישראל וואלט צוריק גענומען???

ער האט אפילו גענומען גבאים וואס זענען געוועהן ביים ״טאטען שטוב״ און אנגעפירט די רשעות, זיין ווייב די רביצין האט טאקע נישט געוואלט צוריק נעמען געוויסע גבאים וואס האבן זיי געפייניקט אלע יאהרן,למשל זי האט נישט געוואלט אז ר׳ הערשל כ״ץ זאל בלייבן א שטוב-מענטש, אבער למעשה האט ער צוריקגענומען יעדער וואס האט געוואלט צוריקומען.

״אים קענסטו שפייען אין פנים און ער גייט זאגן אז ס׳רעגענט״...

האלטס משה גבאי גייט נאך אמאל זיין שטוב מענטש ביי ר׳ אהרן????

אייז קריעם » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:33 pm

· #377204
די וועלט זאגט, האלט דיינע חברים נאנט, און דיינע שונאים נאך נענטער...

חכימא » מיטוואך יולי 26, 2017 8:03 pm

· #380443
אישתישבי
דער בעלזער איז שוין לאנג נעבעך דעפרעסט,

גראדע האט ער שטענדיג געהאט א ערנסטע מינע אויף זיין געזיכט, עס איז בכלל נישט קיין לעצטע ערשיינונג.