☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די סקאנדאל פון די נייעק שפיטאל קראנקן-שוועסטער

די סקאנדאל פון די נייעק שפיטאל קראנקן-שוועסטער

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11601

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 23, 2017 1:38 pm

· #376642
די סקאנדאל פון די נייעק שפיטאל קראנקן-שוועסטער
אין די לעצטע פאר טעג האט זיך אפגעשפילט א געפערליכע געשיכטע! נעמליך, א נורס פון די נייעק שפיטאל – וועלכע געפינט זיך נאנט צו מאנסי און ווערט ברייט באנוצט ביים היימישן ציבור – האט געשריבן אויף טוויטער א "אנטיסעמיטישע" אטאקע אקעגן דעם היימישן ציבור. זי האט געשריבן ווי פאלגענד (ק/פ פון "טעגליכער דער איד"): "איך וועל זאגן וואס יעדער האט מורא צו זאגן... מיר ארבעטן און זיי נישט... זיי באהאלטן זיך אונטער זייער רעליגיע... איך בין אויסגעמאטערט אז מיינע שטייער-דאלארן זאלן גיין צו דעקן די קאסטן פון זייערע דרייצן קינדער... איך ארבעט 2 דזשאבס, אין דער צייט וואס זיי דרייען זיך ארום און קויפן איין ביי 'לאורד ענד טעילאר' (א פאפולערע קליידער געשעפט)!!! ווען וועט זיך דאס ענדיגן? איינוואוינער פון ראקלענד קאונטי, וועקט אייך אויף!..."

נו נו, מער האט איר נישט געפעלט. ווי פארשטענדליך, ווייל לא יעשה כן במקומינו. אנטיסעמיטיזם האט נישט קיין פלאץ אין אונזער סאסייעטי! מען האט גלייך אנגעהויבן לייגן פרעשור אין די ריכטיגע פלעצער, און זיכער געמאכט צו סוקסעספול "שיסן דעם מעסענזשער". די שפיטאל באאמטע האבן פארדאמט דעם אינצידענט, וחמת האידעלעך שככה.

אבער היימיש, צווישן אונז גערעדט, וועמען וויל מען פאפן דא? נישט אז איך בארעכטיג איין רגע איר ווילדע אטאקע וואס איז באמת אן עוולה גדולה, אבער ווי זאגט די וועלט: "וואו עס גייט רויך איז פאראן פייער"... קענסט טאקע דערשטיקן דעם רויך, אבער די פייער בלייבט טיף אין הארצן.... מען קען שרייען די אויסגעדראשענע "אנטיסעמיטיזם" לאזונג, אבער דאס האט דעם זעלבן פנים ווי ווען דו טענה'סט "אנטיסעמיטיזם" ווען א פאליציאנט דערלאנגט דיר א טיקעט פאר'ן ספידן 30 העכער דעם לימיט.

פארוואס ווערן מיר בארואיגט אז די עסקנים האבן דערשטיקט די רויך? ווילן מיר זיך זעלבסט נארן אז דער פייער איז טאקע פארלאשן? איז דער "עם חכם ונבון" גרייט צו לעבן אין עולם הדמיון אז אלעס פארט אויף די ריכטיגע רעלסן...? אדער קען טאקע זיין א מעגליכקייט אז זי "זאגט וואס יעדער האט מורא צו זאגן" אבער טראכטן האבן זיי דאך נישט מורא...

******

מיט עטליכע טאג צוריק זענען פארגעקומען וואלן אין רעמעפא, ראקלענד קאונטי, פאר א 1.48% העכערונג צו די סקול בודזשעט. זייער אסאך היימישע האבן ווי פארשטענדליך געבעטן מען זאל וואוטן פאר "ניין". צו אילוסטרירן די זאך בעסער, בין איך מעתיק פון אייוועלט א שטיקל הנוגע לענינינו:

לכבוד אלע איינוואוינער פון איסט ראמאפא, הויז אייגענטומער און רענטער'ס.

שטעלט אייך פאר, איר גייט אריין אין א געשעפט און איר זעהט ווי אייער שכן פילט זיך אן א וועגעלע מכל טוב וטוב, זאכן וואס איר וואלט זיך קיינמאהל נישט געחלומ'ט אליינ'ס צו קויפן, און ווען עס קומט צום רעכענען, זאגט דער שכן צו אייך: ר' יוד! זייט'ס מוחל, באצאלטס פאר מיין איינקויף, אזוי איז דער געזעץ! וויאזוי וואלט אייך דאס געפאלן? און ווער רעדט נאך ווען דער שכן איז ניטאמאל משלנו?

פונקט דאס, קען געשעהן צו אייך אלע. און דאס מיינען מיר די איסט ראמאפא סקול דיסטריקט בודזשעט.

ווי באקאנט, ווערן די סקולס אינעם דיסטריקט פינאנצירט -אין טייל- דורך די איינוואוינער אינ'ם דיסטריקט, [ד.ה די אייגענטומער צאלן די טעקס, און זיי נעמען די רענט פון די רענטער'ס לויט זייערע אויסגאבן. העכערט זיך די טעקס, העכערן זיי די רענט]. און דער סקול באורד שטעלט צוזאם א בודזשעט וויפיל עס וועט זיך אויספעלן פאר'ן קומענדיגן סקול יאר, און דאן ווערט דאס ארויסגעשטעלט פאר די איינוואוינער פאר א וואוט, און אויב זאגן זיי "יא" ווערט דאס די בודזשעט פאר'ן קומענדיגן סקול יאר.

ווי איר ווייסט געוויס, איז היי יעריגע בודזשעט געווען מיט א העכערונג, וואס וואלט אויסגעקומען כמעט 3% מער ווי פאראיאר, און דאס וואלט פארשטייט זיך געדארפט באצאהלט ווערן דורך די אייגענטומער פון די פראפערטיס, און עס איז ב"ה געווארן אנידערגעשטימט דורך די וויילער מיט א גרויסע מערהייט. האט דער סקול בארד מחליט געווען צוזאמצושטעלן א רעדוצירטערע בודזשעט, ווי דער העכערונג וועט זיין "נאר" 1.5%, און דער העכערונג נעמט אריין, צוצושטעלן מער מוזיק קלאס'ן, מער מאלעריי לערנונגען, און מער שפילערייען און נאך אנדערע זאכן פאר די פאבליק סקול'ס. און גארנישט פאר אונזערע קינדער. און דאס ווערט נאכאמאל ארויסגעלייגט פאר די וויילער צו שטימען.

דעם קומענ'דיגן 20 June וועט איר האבן די געלעגנהייט נאכאמאל צו וועלן אויב איר זענט גרייט צו באצאלן פאר אייער שכן'ס איינקויף. דער איינציגע פראגע וועט זיין: זענט איר מסכים אנצונעמען דעם פארגעשלאגענעם בודזשעט? יא אדער ניין? ווען איר וועלט "יא" (אדער אויב איר בלייבט אינדערהיים און איר וועלט נישט), מיינט דאס אז איר נעמט אן דעם פארגעשלאגענעם בודזשעט, און דאס מיינט צו זאגן אז איר זענט גרייט צו צאהלן מער טעקס אדער רענט. און ווען איר וועלט "ניין", מיינט דאס אז איר זענט צופרידן מיט וויפיל טעקס אדער רענט איר באצאהלט, און איר זענט נישט אינטערעסירט צו צאהלן מער.

דערפאר, פאר אייער אייגענע טובה, מאכט זיכער אז איר און די בני בית און אלע באקאנטע, גייען ארויס שטימען "ניין" אויפן בודזשעט, דעם קומענדיגן דינסטאג קרח, 20 June.


האט איר קלאר די כוונה און מטרה פון אונזערע היימישע אידן. מיר זענען נישט אינטרעסירט צו ספענדן אונזערע שווערע אויסגעהארעוועטע געלט פאר יענעמ'ס לוקסוס! וואוטס NO!

למעשה איז דער בודזשעט לדאבונינו "יא אדורך", און דער (היימישער) סאציאלע מידיע איז פארפלייצט געווארן מיט מעסעדזשעס, טענות אויף די פוילע אידעלעך הלמאי מען איז נישט ארויס שטימען אין די מאסן (וואס אגב, אין מאנסי וואוט מען זייער אפט), און דורך דעם גייט לאיבוד שווערע הונדערטער טויזענטער דאלארן פאר "יענעם".

זייער א גערעכטע טענה!
אדער אפשר נישט?

פארוואס ווען דער נורס זאגט עס אויף אונז איז עס אנטיסעמיטיזם? זיי ווילן אויך נישט באצאלן פאר די אידעלעך מיט 13 קינדער וואס לעבן אויף וועלפעיר און גייען שאפינג פאר טייערע קליידער אין די לוקסוריעזע געשעפטן! פארוואס דארפן זיי צאלן טעקס פון זייערע אויסגעהארעוועטע געלט און אידן קענען מאכן א לעבן דערמיט (עכ"פ לויט זייער פרעספעקטיוו)?

די נורס שרייבט אז זי זאגט וואס אנדערע טראכטן. דאס מיינט אז עס איז פאראן א גרויסע רויך. מיר האבן נאר אויסגעפינען פון איין קליינע רויכ'ל און דאס שנעל דערשטיקט, און גענוי ווי די בת היענה לעבט מען ווייטער פרייליך און צופרידן, און שלום עלי נפשי... די עסקנים שטייען אונז צו דער האנט, און דעי דיד איט עגעין!

איך זאג נישט אז מען זאל עס נישט פארדאמען. איך זאג נאר אז דאס פאדערט א חשבון הנפש. די נורס וואס שרייבט דאס האט עס ווארשיינליך באזירט אויף זאכן וואס זי האט געזען און עס האט איר פארדראסן. נאך אלעם זעהט זי דאך די אידעלעך כסדר זיך דרייען אין די קארידארן פון שפיטאל. אז עפעס באדערט איר, אפשר דארפן מיר עפעס מתקן זיין, אנשטאט ווארפן יענעם זאמד און די אויגן און איינשטילן בכפי'?

#פוד פאר טהאט

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 23, 2017 1:52 pm

· #376646
ס'וועט נישט אייביג אנגיין אזוי. נישט געזארגט טייערע נוירס. די בענעפיטס וועלן סטאפן ווייל דער נוירס'עס קינד וועט א פאלעטישען ווערן אדער אריינוועלן עמיצן וויאזוי די מאמע האט מחנך געווען, אבער נאך אלעם וועט דער איד האבן פרודיצירט דרייצן נפשות, עסעטס פאר די קאנטרי, וואס וועלן דארפן פרובירן איבערלעבן סאמהאו, און דער נוירס און אירע פרענדס וועלן האבן פרודיצירט נאר א זעקסטל דערפון. גיב די אידן א ברעיק אביסל וועסטו?

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 23, 2017 1:53 pm

· #376647
כבוד הרב שמעקעדיג; פיין אראפגעלייגט, ס'האט מיך שוין אסאך געגבערט דעס, אבער די טענה גייט אויף צוריק צו וועגס אויך, פארוואס דארפן רוב הייזער אייגנטומער צאלן אומגעהוירע גרויסע צאלל פאר פאבליק סקולס וואס זייערע קינדער האבן נישט קיין שום הנאה דערפון, און מהאי טעמא, פארוואס ברויכן די מיליטער גייער און ארבייטער קלאס אין ארץ ישראל וואס היטן דאס לאנד און צאלן ערליך שטייערען, אויסהאלטן און היטן די חרדים וואס ארבייטן נישט און פירן אן מאסן הפגנות קעגן זיי!!

מיש-נייעס » פרייטאג יוני 23, 2017 1:54 pm

· #376648
.
📎 photo_2017-06-22_13-13-00.jpg

מיש-נייעס » פרייטאג יוני 23, 2017 1:55 pm

· #376649
די שפיטאל פארענפערט זיך
📎 photo_2017-06-22_13-15-15.jpg

מיש-נייעס » פרייטאג יוני 23, 2017 1:58 pm

· #376651
קאמענטארן אויף איר פעיסבוק בלאט
📎 Capture.PNG

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 23, 2017 2:00 pm

· #376653
Religion or creed lol

פליקער » פרייטאג יוני 23, 2017 2:14 pm

· #376658
Re: די סקאנדאל פון די נייעק שפיטאל קראנקן-שוועסטער
דאס אז אין מאנסי איז דא אנטיסעמיטזעם ברויך מען נישט הערן פון די נערס, מען ברויך בלויז אריבער שפאנצירן א גויאישע גאס און איר וועט דאס הערן פינעם גוי זעלבסט, איך בין געפארען דינגען א בייק ביי די וואסער נעבען מאנסי, נישט איך האב געכאפט פון די לאקאלע, אז איך זאל זיך אפטראגען נאר דער בייק סוחר הערט נישט אויף כאפן, ווי שוין אויסגעשמיסט געווארן דא בשעתו וואס ער מאכט מיט.

די נקידה איז אז מען טאר נישט דורך לאזן קיין אפענע אנטיסעמיטשע אטאקע בשום אופן, ווייל אויף דעם לויטעט די באוויסטע שטודיע אז די שאנצען פון אלע פענצטער'ס צי ווערן אויסגעשאסן איז סך העכער דארט ווי איין פענסטער איז שוין ציבראכן, דאס מיינטאז קיינער קערט נישט, דעריבער קען מען נישט נאכלעיסיגען קיין שום אטאקע.

דער אידל וואס וויל נישט צאלן פאר קיין גויאישע לימודים האט א בארעכטיגטע טענה, ווייל עס איז נישט קיין יושר, קיינער האלט נישט פון טעקסעישן אן קיין רעפרעזענטעשן, די נערס האט געהאט א פשוטע אנטיסעמיטישע אויסבראך און מיז פארשריגען ווערן, ווייל אויב נישט וועט עס זיכער ערגער ווערן.

עס איז נישט קיין פייער אינטערן רויעך נאר ווען מען לאזט עס צו, אויב פארשרייט מען עס, דערמיט לעשט זיך אויס דאס פייער.

אין נאצי דייטשלאנד זענען רוב געווארען אנטיסעמיטן דורך די בלינדע העסליכע צייטונג שרייבער, און מיר אידעלעך האבן געטון וואס מיר טון די בעסט - איגנארירן און מקבל זיין באהבה.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 23, 2017 2:29 pm

· #376661
פליקער און אדלער, איר זענט הייליג גערעכט, און אזוי האב איך טאקע געשריבן, מען דארף טאקע נישט צאלן פאר יענעמ'ס סקול, מיר האבן דאך א "רעפובליקאנער" שיטה (אוי @שבת אחים איך בעט דיר... הייב נישט אן נאכאמאל...), אבער דאן לאז יענעם אויך זיין רעפובליקאנער....

איך האב קלאר געזאגט אז מען דארף עס פארדאמען, אבער א חשבון הנפש דארפן מיר מאכן! עס איז נישט אינגאנצן א פארגלייך צו היטלער וואס איז געווען בלויז שנאה לשם שנאה.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 23, 2017 2:31 pm

· #376663
The math don't lie
דער בודזשעט פון דער סקול באורד האט א דירעקטע עפעקט אויף דיין שטייערען, דער פוד סטעמפס פון די מאמע פון דרייצען מאכט נישט קיין שום חילוק אויף איהר שטייערען.
פארוואס ווייסט זיי דאס נישט? ווייל זי זוכט אויף וועמען צו לייגען די שולד.
דאס איז אנטיסעמיטיזם.

יחי ההבדל הגדול!

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 23, 2017 2:31 pm

· #376665
אז איך רעד שוין פון ווייטאג, החרש לא אוכל, אויף אזא עקלדיגע סקאנדאל וואס האט פאסירט אין אונזער היימישע פארדארבענע וויליאמסבורג.

נעכטן נאכט איז פארגעקומען אין וומסב"ג א קריטיש-וויכטיגע קאנפערענץ אונטער'ן נאמען "דינא", צוגעשטעלט "גענצליך אומזיסט" דורך עסקני דרור, וואס דיעלן אין די געריכטן און אין תפיסות מיט פילע היימישע מענטשן וואס האבן זיך פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ, פשוט צוליב זייער אומוויסנהייט. צי זיי זענען נישט אויסגעקאכט מיט'ן געזעץ, צי מען ווייסט נישט די הארבקייט דערפון, צי מען טראכט נישט ווי אזוי עס קען אפעקטירן אויב חלילה מען טרעפט זיך פארפלאנטערט. אלענפאלס, אזא אסיפה איז שוין לאנג overdue אין וומסב"ג, עס זענען שוין געווען אסיפות אין די איבריגע געגנטער, מאנסי, ב"פ, קרית יואל. יעצט האט וומסב"ג די ערשטע מאל געהאט די געלעגנהייט.

עס האבן געהאנגען פלאקאטן אין גאנץ וומסב"ג. 'דרור' האט אויך מפרסם געווען א אימעיל אדרעס וואו די ביזנעסלייט קענען אריינשיקן זייערע שאלות כדי זיי צו אדרעסירן ביים איווענט. איך האב דאס פערזענליך געזען אין עטליכע שולן הענגען, און אין טייל בתי מדרשים (נכלל היימישע סאטמארע) איז געווען דער אימעיל אדרעס ארויסגעריסן אדער אנגעקאטשקעט! (פילייכט דורך עפעס א פארפרומטער קראנקער סיקריק). נעבעך נעבעך ווי ווייט ראדיקאל מען האט זיך דערקייקלט..

אבער גארנישט קומט נישט צו צו די רשעות פון די מודעה וואס איז נעכטן ארומגעפארן פון איינעם א בן-בלי-שם "בני הישיבות", אז מען זאל זיך נישט באטייליגן אין די אסיפה, "בני אל תלך בדרך אתם"! איר הערט? עס איז ארומגעגאנגען טעלעפאן קאלס אז דער אנפירער איז זאגאר א משכיל, אמער, ער שרייבט אינעם מאמענט! און ער וויל אויסלערנען די אידן צו היטן געזעץ און נישט טון וואס מען וויל... אויף אייוועלט שרייבט איינער אז דאס איז די דרך פון "מענדלסאן" שר"י..

📎 Dina.jpg

שומו שמים! גייט א יונגערמאן, ער פארדינט גארנישט פון די גאנצע איווענט, ער בעט נישט פון קיינעם גארנישט, נאר בלויז קומט, לאזט אייך העלפן! שלא תמות כדרך שמת פלוני! מען הערט ליידער חדשים לבקרים ווי אידן ווערן פאר'משפט אין די שווערע תפיסות פאר לאנגע יארן, לאמיר עס פארמיידן!! אבער די אומפארגינערס און קריטיקירער וועלן אייביג טרעפן עפעס שמוץ, און אזוי איז עס ביי יעדע אינצידענט.... נישטא נאך אזא פלאץ אין דער וועלט ווי ביי אונז היימישע אידן ווי מען איז אזוי גוט מקיים דעם "מתוך שבחו בא לידי גנותו", מיר זענען נישט גרייט צו געבן קרעדיט פאר א מענטש פאר זיינע גוטע מעשים! אויב האט שוין א מענטש אמאל געטון א מ'כלומר'שטע עוולה וועט דאס אים שוין נאכלויפן א גאנץ לעבן! ער טאר שוין נישט פרובירן צו העלפן... (איך אליינס ציטער צו העלפן אידן, ווער ווייסט אפשר האב איך שוין אמאל געזאגט א שלעכט ווארט פאר איינעם... איך האב נישט די בלעכענע הויזן אריינצוהייבן די אלע שמוץ, ווי די וועלט זאגט, אז פאר טון טובות כאפט מען שטיינער!)

דאס זענען אלעס די זעלבע סארט אידן וואס זוכן צו לעבן אין איגנארענס. קום מיר נישט מיט קיין מעשיות פון א נורס, פארגעס פון דינא קאנפערענצן, לאמיך אפ, בשרירות לבי אלך, לאמיך פליפן מיינע הייזער און מאכן א לעבן...

רבותי, מען טאר נישט שווייגן! די עקסטרעמיסטן מאכן חרוב אונזער לעבן!

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 23, 2017 2:34 pm

· #376667
ליטוואק פון בודאפעסט
The math don't lie
דער בודזשעט פון דער סקול באורד האט א דירעקטע עפעקט אויף דיין שטייערען, דער פוד סטעמפס פון די מאמע פון דרייצען מאכט נישט קיין שום חילוק אויף איהר שטייערען.
פארוואס ווייסט זיי דאס נישט? ווייל זי זוכט אויף וועמען צו לייגען די שולד.
דאס איז אנטיסעמיטיזם.

יחי ההבדל הגדול!

אקעי, די משל פון די ראמאפא סקול דיסטריק איז נאר געווען for illustration purposes only, אקעי?
עס איז טאקע נישט דומה לנמשל. אבער תן לחכם ויחכם עוד. כ'האב נאר געוואלט מסביר זיין ווי אזוי עס שפירט ביי אונז ווען היימישע געלט גייט פאר יענעם.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 23, 2017 2:40 pm

· #376669
שמעקעדיג



שומו שמים!
גייט א יונגערמאן, ער פארדינט גארנישט פון די גאנצע איווענט, ער בעט נישט פון קיינעם גארנישט, נאר בלויז קומט, לאזט אייך העלפן! שלא תמות כדרך שמת פלוני! מען הערט ליידער חדשים לבקרים ווי אידן ווערן פאר'משפט אין די שווערע תפיסות פאר לאנגע יארן, לאמיר עס פארמיידן!! אבער די אומפארגינערס און קריטיקירער וועלן אייביג טרעפן עפעס שמוץ


שומו שמים נישט אזוי
האסט נישט גערעדט מיט יענע בני הישיבות און די ווייסט נישט וואס זייער אישו איז
בעפאר געסט ארויס א פסק אז ס'זאל שומו שמים'ן פרעג דיר נאך, מען דארף ביידע צדדים איינהערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 23, 2017 2:40 pm

· #376670
אבער די טענה איז נאכאלס נישט צום זאך. די פרוי צאלט נישט פון קעשענע, ווייל אפילו ווען פרומע אידען נעמען נישט קיין פוד סטעמפס, צאלט זי פונקט אזויפיהל שטייערען.

ווען מ׳פארגינט נישט, זוכט מען טענות. און דאס הייסט אנטיסעמיטיזם.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 23, 2017 2:41 pm

· #376671
איש את רעהו
שמעקעדיג



שומו שמים!
גייט א יונגערמאן, ער פארדינט גארנישט פון די גאנצע איווענט, ער בעט נישט פון קיינעם גארנישט, נאר בלויז קומט, לאזט אייך העלפן! שלא תמות כדרך שמת פלוני! מען הערט ליידער חדשים לבקרים ווי אידן ווערן פאר'משפט אין די שווערע תפיסות פאר לאנגע יארן, לאמיר עס פארמיידן!! אבער די אומפארגינערס און קריטיקירער וועלן אייביג טרעפן עפעס שמוץ


שומו שמים נישט אזוי
האסט נישט גערעדט מיט יענע בני הישיבות און די ווייסט נישט וואס זייער אישו איז
בעפאר געסט ארויס א פסק אז ס'זאל שומו שמים'ן פרעג דיר נאך, מען דארף ביידע צדדים איינהערן.

קען מען דען רעדן מיט יענע בני הישיבות? וויל ער דען אפילו הערן וואס איך פרעג? האט ער בכלל געגעבן א נומבער ווי אים/זיי צו קאנטאקטן? אויב מאכט זיך א לעגאלע פראבלעם גייט ער פרובירן צו העלפן אדער גייט ער זאגן נעבעך און ווייטער לויפן הכנות?

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 23, 2017 2:43 pm

· #376674
שמעקעדיג
רבותי, מען טאר נישט שווייגן! די עקסטרעמיסטן מאכן חרוב אונזער לעבן!

אבער מיטן הילף פון קאווע שטיבל, בשם ד' נלך און מיר וועלן זיך נארמאליזרן

סמבטיון » פרייטאג יוני 23, 2017 2:46 pm

· #376675
איש , אז דו ביזט באקאנט מיט דעם בני ישיבה, אפשר ביזטו מסביר וואס דער אנדערע צד אי? איז דען בכלל דא אן אנדערע צד? איז נאך נישט געניג ארעסטס געווען אין וויליאמסבורג אז דער עולם זאל זיך אויפוועקן?

איש את רעהו » פרייטאג יוני 23, 2017 2:55 pm

· #376677
סמבטיון
איש , אז דו ביזט באקאנט מיט דעם בני ישיבה, אפשר ביזטו מסביר וואס דער אנדערע צד אי? איז דען בכלל דא אן אנדערע צד? איז נאך נישט געניג ארעסטס געווען אין וויליאמסבורג אז דער עולם זאל זיך אויפוועקן?


די עולם דארף זיך אויפוועקן
עס איז א געוואלדיגע זאך צו ברענגן דעם עולם צו זיין פארזיכטיג.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 23, 2017 3:27 pm

· #376684
Re: די סקאנדאל פון די נייעק שפיטאל קראנקן-שוועסטער
יא, ס׳איז דא צופיהל משכילים אין דער וועלט. מ׳דארף גרינדען אן ארגאניזאציע זיך צו ראטעווען פון זיי!

איך קען נישט די מעשה מיט דרור, און וואס איז דער פוטער אויף זיין קאפ צו וואס מ׳איז דא מרמז. איך ווייס אויך נישט וואס טוט זיך ביי דער דינא קאנפערענץ. מ׳האט געמאכט אזא איינער אין לעיקוואוד און איך האב פארדינט א פאר דאללאר דערפון. אבער דער ארור מכה רעהו בסתר פון הענגען א פאשקעוויל קעגען א מענטש, נישט עפעס וואס ער טוט, איז זיכער אין קעגענזאץ פון אונזער תורה.
און סתם אזוי, ׳בני תורה הכואבים׳ פילען נישט גוט אז מ׳האט געדארפט אנקומען צום אונטערשריפט פון די בני הישיבות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג יוני 23, 2017 3:37 pm

· #376685
ליטוואק פון בודאפעסט

׳בני תורה הכואבים׳ פילען נישט גוט אז מ׳האט געדארפט אנקומען צום אונטערשריפט פון די בני הישיבות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די בני הישיבות געהערן צו חזו"א 5 זיי ווילן נישט זיך אנקערן מיט די בני תורה

וואלווי » פרייטאג יוני 23, 2017 4:48 pm

· #376693
ליטוואק פון בודאפעסט
The math don't lie
דער בודזשעט פון דער סקול באורד האט א דירעקטע עפעקט אויף דיין שטייערען, דער פוד סטעמפס פון די מאמע פון דרייצען מאכט נישט קיין שום חילוק אויף איהר שטייערען.
פארוואס ווייסט זיי דאס נישט? ווייל זי זוכט אויף וועמען צו לייגען די שולד.
דאס איז אנטיסעמיטיזם.

יחי ההבדל הגדול!


ליטוואק, נער נישט מיך אין דיך. שמעקעדיג'ס כוונה איז קלאר. אז די וועס טוהן math ביסטו אפשר גערעכט מיט די נאמבערס אז אונזערע כשר'ע געשעפטען קומט נישט ארויס פון איהר טאש דיירעקטלי. הגם איך בין מחולק מיט דיר, ווייל דער יסוד פון די אלע פראגרעמס זענען פעדערעל און ס'ווערט גפאנדעט פון שטייערען נישט מער נישט ווייניגער. אבער לאמיר דאס לייגען אויף א זייט, ס'דא רויך דא און מיר אלע ווייסען דאס. ס'דא פיינע תירוצים ווייל א גרויסע חלק פון כלל ישראל קען נישט לעבן אן דעם. אין דאס רעדט מען פון יודען וואס ארבעטען ערליך אז זיי קענען נישט דעקען די חובות, זיי פרובירן דאס בעסטע צו ברענגען פרנסה. (זיי פארשטיי איך נאך בעסער ווי כולל יונגעלייט וואס מהיכי תיתי ס'איז אויסגעהאלטן צו איינפירן ביי כלל ישראל די סטאנדארד לכתחילה צו זיצען און לערנען אויף א קרומע אופן). אבער ווען היימישע געגענטער קומען כסדר ארויף אין סטאטיסטיקס אלס די ארימסטע זיפ קאודס אין אמעריקע ווען די זעלבע צייט איז די לעבנס שטייגער נישט אונטער שטעליג, טו סעי די ליעסט, פון מידל אינקאם אמעריקע איז עס זייער אויפאלנד. וואס פארשטייסטו נישט אויב אז א בדחן ביי א חתונה קען זיך אויף שטעלען און דזשאקען פון ווי ווייסט מען אז יתרו איז געווען א יוד ווייל ער האט געהאט זיבן נעמען, און דער עולם קוילערט זיך פאר געלעכטער, וואס ווילסטו פון א גוי, זאל ער נישט דרייען מיט'ן נאז?

אפשר איז די הבדל נישט אזוי גרויס...

מ'קען רואיגערהייט אינזין האבן ביי שומר עמו ישראל לעד, אמן.

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 23, 2017 4:49 pm

· #376694
איש את רעהו
שמעקעדיג



שומו שמים!
גייט א יונגערמאן, ער פארדינט גארנישט פון די גאנצע איווענט, ער בעט נישט פון קיינעם גארנישט, נאר בלויז קומט, לאזט אייך העלפן! שלא תמות כדרך שמת פלוני! מען הערט ליידער חדשים לבקרים ווי אידן ווערן פאר'משפט אין די שווערע תפיסות פאר לאנגע יארן, לאמיר עס פארמיידן!! אבער די אומפארגינערס און קריטיקירער וועלן אייביג טרעפן עפעס שמוץ


שומו שמים נישט אזוי
האסט נישט גערעדט מיט יענע בני הישיבות און די ווייסט נישט וואס זייער אישו איז
בעפאר געסט ארויס א פסק אז ס'זאל שומו שמים'ן פרעג דיר נאך, מען דארף ביידע צדדים איינהערן.

ווען עס איז ווען דא נאך א צד וואלטן זיי עס געשריבן מיט א קלארקייט. אז קיינער קומט מיט א טענה שטייט עס ארויסגעשריבן. עס זענען אומפארגינערס וואס זעען ווי אן ארגאניזאציע הייבט זיך דורך א קלוגער שריט האלטן זיי עס נישט אויס. מענטשן קענען זיך דאך איינרעדן אז דרור איז חשובער פון קרן הצלה, גענוג א סיבה אויף צו פארשרייען. היל"ת.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 25, 2017 9:37 am

· #376737
אז מען וואלט כאטש בלויז גענומען די געלט אויף פשוט איבערצולעבן החרשתי, און כ'גלייב די גוים אויך. די עוולה איז אז מען גנב'ט לשם צו אינוועסטירן און גנבנען נאך. און אין וואס אינוועסטירט מען? אין געביידעס אין וועלכע מען זאל קענען שפעטער אויפפירן זיך מיט גויאישע טענענטס ווי הונט.. דאס ברענגט באמת די שנאת ישראל.

דער גוי וואס איז נישט ביזי נאכיאגן דעם דאלער אזוי וועקט זיך אויף אין א שיינעם טאג און כאפט אז הארץ אשר הוא שוכב עליה געהערט פאר דעם נכרי, דער נכרי הגר בארץ נכריה.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 26, 2017 3:06 pm

· #376836
איש את רעהו
סמבטיון
איש , אז דו ביזט באקאנט מיט דעם בני ישיבה, אפשר ביזטו מסביר וואס דער אנדערע צד אי? איז דען בכלל דא אן אנדערע צד? איז נאך נישט געניג ארעסטס געווען אין וויליאמסבורג אז דער עולם זאל זיך אויפוועקן?


די עולם דארף זיך אויפוועקן
עס איז א געוואלדיגע זאך צו ברענגן דעם עולם צו זיין פארזיכטיג.

איש את רעהו: נו.....! דאמאלס איז נישט דא קיין צוויי צדדים. ס'שטייט אין די הייליגע תורה אז מ'טאר נישט גנבנ'ען און שווינדלען. אויך נישט צו מאכן א חילול ה'..."ולא תחללו את שם קדשי"...דאס איז די איינציגע צד. און די סיקריק'ישע משוגע'נע טעראריסטן וועלכע קלאפן אראפ א יעדע נארמאלע התעוררות זיך א ביסל מתבונן צו זיין און מאכן א שטיקל חשבון הנפש וואו מ'גייט...! זיי זענען גורם דעם חורבן...! זיי זענען די היינטיגע בריונים...!

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 26, 2017 3:13 pm

· #376837
די נוירס דעברא ראסאריא, וועלכע איז אן ערשטע אדער צווייטע דור מעקסיקאנער אימיגראנט זאלל בעסער פארמאכן איר אנטיסעמיטישע פיסק, ווייל זי באלאנגט צו אן עטנישע גרופ וועלכע זענען די ריכטיגע אומה שפילה. זיי זענען פארמישט אין שמוגלען און נוצן דראגס און אין רציחות און אנדערע געוואלדטאטן. נאר זי פיהלט זיך אזוי זיכער אויפ'ן באדן פון אמעריקע אז זי ערלויבט זיך שוין צו ווארפן אנטיסעמיטישע קריטיק און העצן אקעיגן אידן. דאס איז דער שכר פאר די אידישע ליבעראלן וועלכע שטייען אין שפיץ פון די קאמף פאר די רעכטן פון די אומלעגאלע מעקסיקאנער אימיגראנטן...!

איש את רעהו » מאנטאג יוני 26, 2017 3:13 pm

· #376838
אמת ס'נאר דא איין צד נישט צו לאזן דעם עולם ליגן אין דריידלעך.